בלאט 1 פון 2

היימישע קאלעקשאן עידזשענסי געזוכט

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 18, 2011 4:11 pm
דורך פאטאקי08
איז דא א קאמפאני א היימישע וואס טוט אין די זאכען?
און אויב יא וואס קאסט דאס?
אפשר אין גרעפיק פארום וועט זיך איינער אנרופן ביטע אהין לינקן מיט דאנק

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 18, 2011 4:33 pm
דורך צולייגער
דער מעסיגער [וועא"מ] קאלומניסט ר' יונה כהן זז"ג, פלעגט האבן א אדווערטייזמענט פון די פאנדינג אדווייזער, לויט ווי ער פלעגא אראפלייגן איז עס געווען דאס וואס דו זוכסט. טשעק איט אוט, טריי צו קאנטאקטן אויף זיין זייטל.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 18, 2011 5:07 pm
דורך פאטאקי08
פאנדינג אדווייזער?
וואס האט הודו מיט כוש?

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 18, 2011 5:13 pm
דורך פאטאקי08

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 18, 2011 6:21 pm
דורך סביב העולם
ס'מוז זיין לאקאל?
ווייל ארץ ישראל'דיגע קאלעקטארס איז דא אסאך

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 18, 2011 6:30 pm
דורך פאטאקי08
איך רעד פון א לאקאלע ביזנעס

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 18, 2011 7:19 pm
דורך farshlufen
פאטאקי...

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 18, 2011 7:28 pm
דורך גבריאל
איז אויסגעהאלטן אזא ביזנעס עפ"י הלכה ? אויב יא נא אפשר עפענען מיר אויף איינס ?

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 18, 2011 8:11 pm
דורך פאטאקי08
סביב העולם האט געשריבן:ס'מוז זיין לאקאל?
ווייל ארץ ישראל'דיגע קאלעקטארס איז דא אסאך

פארשלאפן איך האב איצט אויסגעשאסן...

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 18, 2011 8:16 pm
דורך ohrchodosh
א חבר מיינע אין די קלינטן הילל געגנט
A1 billing and collecting 718-789-1213

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 18, 2011 9:23 pm
דורך סביב העולם
התאחדות הרבנים הזמנות!
בעסטע רעזולטאטן
האלסטו נישט אזוי? דאן ביזטו א מסרב לדין.......

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 18, 2011 9:33 pm
דורך צים פינטעל
וועלכע שטאט?

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 19, 2011 2:03 pm
דורך פאטאקי08
גרעיטאר נוי יארק

סביב העולם
איך רעד פון מענטשן וואס אויב מוועט זיי נאכלויפן וואלטן זיי באצאלט אז הזמנה קען זיי אויפרעגן

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 19, 2011 5:23 pm
דורך שנאפס
פאטאקי א כולל אינגערמאן וואלט אפשר נישט געווען קיין שלעכטע אפציע

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 19, 2011 5:51 pm
דורך שוועמל
קאלעקשאן פון איין איד אויפן צווייטן איד קען זיין ערענסטע שאלות להלכה.

לא תהי' לו כנושה, לא תונו ועוד.
רעד דיך דורך מיט דעם עיזשענסי צי ער האט א רב איבער זיינע מעשים.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 19, 2011 6:06 pm
דורך לאז געמאכט
כ'ווייס איינער אין ווימ"ס וואס האט געטון אין די ביזנעס, ער איז אבער גאנץ שנעל ארויס דערפון...

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 19, 2011 8:02 pm
דורך מאנאגרעמס
איך פארשטיי אז ער זוכט א מענטש וואס זאל אים קאללעקטן "אקאונטס רעסיוועבלס", נישט געבארגטע געלטער.
טא, וואסערע עבירה איז עס?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 18, 2012 3:09 am
דורך alte zida
עס איז דא א אידישע קאמפעני ARS וואס טוט אלע ערליי סארטן קאלעקשאנס, א חבר מיינער האט זיי גענוצט אין שטארק מצליח געווען, זייער נומבער איז.
845-751-9398
אימעיל אדרעסס
[email protected]
זייער וועב סייט
http://WWW.ARSCOLLECTIONSERVICES.COM

געשריבן: מיטוואך יאנואר 18, 2012 1:01 pm
דורך פאטאקי08
שכח אלטע זיידע
די פראבלעם פון זיי איז אז זיי בעטן א אפפליקעישאן פי א חוץ די פראצענט

געשריבן: מיטוואך יאנואר 18, 2012 1:29 pm
דורך skunk
סביב העולם האט געשריבן:התאחדות הרבנים הזמנות!
בעסטע רעזולטאטן
האלסטו נישט אזוי? דאן ביזטו א מסרב לדין.......


און אויב איז מען א מסרב לדין? וואס געשעט דעמאלס? "גארנישט"

געשריבן: מיטוואך יאנואר 18, 2012 2:55 pm
דורך alte zida
פאטאקי08 האט געשריבן:שכח אלטע זיידע
די פראבלעם פון זיי איז אז זיי בעטן א אפפליקעישאן פי א חוץ די פראצענט

זיי בעטן נישט איך האב מיך נעכטן אויפגעסיינט.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 18, 2012 3:11 pm
דורך alte zida
זיי בעטען נאר א פי אויב ווילסטו אויפסיינען פאר אנליין עקסעס צו זעהן אלע עקטיוועטי׳ס אין דיין פייל, אבער אויב האסטו א סייזעבעל אקונט וואס די געסט זיי וועיווען זיי די טשארטש אויך.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 18, 2012 5:13 pm
דורך זאל ער קומען
דארפסט דיך בעסער מסביר זיין וואס די זיכסט אויב איז דאס סתם א קאלעקשאן סערוויס פאר דיינע רעגאלאר קאסטומערס ( ליידער ביי אונז דארף מען די רעגאלער אוין גוט נאכלויפן) איז דא און מ'האט שוין דא אראפגעברענגט עטליכע, אויב איז עס די וועלכע ווילן נישט באצאלן קענסטו טראגן די אינוואסעס צום ציון און האפענטלעך געהאלפן ווערן.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 18, 2012 5:20 pm
דורך פאטאקי08
זאל ער קומען האט געשריבן:דארפסט דיך בעסער מסביר זיין וואס די זיכסט אויב איז דאס סתם א קאלעקשאן סערוויס פאר דיינע רעגאלאר קאסטומערס ( ליידער ביי אונז דארף מען די רעגאלער אוין גוט נאכלויפן) איז דא און מ'האט שוין דא אראפגעברענגט עטליכע, אויב איז עס די וועלכע ווילן נישט באצאלן קענסטו טראגן די אינוואסעס צום ציון און האפענטלעך געהאלפן ווערן.

פארוואס זאגסטו אזוי? אוודאי וועט דער ציון העלפן אבער אז מען מאכט גוט משוגע קעמען אנקומען עטליעסט מיט א סעטעלמענט

געשריבן: מיטוואך יאנואר 18, 2012 5:23 pm
דורך זאל ער קומען
אפשר און הלוואי אדרבה ביסט גערעכט מ'דארף פרובירן וואס מ'קען און מוטשען העלפט נאך אלעם די אידן ווילן באצאלן עס איז נאר שווער און אויב די מוטשען איז שווערער צאלט מען, איך האב נאר געמיינט צו זאגן ס'איז נישט דא קיין קאמפאני וואס איז א סעלאשען פאר דעם