נוי סוכה =איידיעס\אינפארמאציע=
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- בןהרחמן
- סעקרעטאר
- תגובות: 1497
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
- לאקאציע: אויפן רעקליינער
נוי סוכה =איידיעס\אינפארמאציע=
וואס ווילסטו יעצט אינמיטן די דריי וואכן מיט נוי סוכה?
איז אזוי די מעשה, אזוי ווי יעצט אינמיטן זומער האבן די נשים צדקניות וואס זיצן אינדרויסן אינעם האלבן ראד אונטער די ביימער נישט קיין סאך וואס צו טוהן, איז לעצטענס געווארן א נייע סטייל אז זומער אין קאנטרי מאכט מען שטערנס און נוי סוכה, עס יאווען זיך כסדר פרישע פעטטענס מינים ממינים שונים כדי דער עולם זאל האבן וואס צו טוהן און דער מחבר הפעטטענס זאל מאכן אפאר טאלער.
על כן אזוי ווי יעצט איז די נוי סוכה סעזאן, איז דאך נישט מער ווי יושר אז אין אונזער קרעטשמע זאל אויך זיין א געהענגל (נוי סוכה הענגט מען דאך) ווי מען וועט שמועסן אלעס איבער נוי סוכה, ווצב"ש איידיעס פאר נוי סוכה, ווי מען קען באקומען פארשידענע אינגרידיענטס.. איך מיין עקסעסעריס צו מאכן די נוי סוכה, וכו' וכו'.
---
איך וועל אנהייבן מיט שאלה, ווער ווייסט וואו עס איז דא א גרויסע אויסוואל פון די סארט פאפיר וואס מען נוצט פאר די שטערנס (איך רעד נישט פון די היימישע לאקאלע, ווייל ביי זיי קען מען געווענליך נאר קויפן גאנצע פעקלעך, איך וויל וויסן וואו מען קויפן דייקא פון א געוויסע קאליר), און אויב איינער וועלכע קאמפאני מאכט דאס, ווייל איך האב פרובירט צו זוכן אויפן געוועבאכץ און נישט געוואוסט פונקטליך וויאזוי צו זוכן, ווייל איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי די סארט פאפיר הייסט, איך האב געזוכט קאליר פאפיר האט עס אבער נישט געברענגט די געוואונטשענע רעזולטאטן ווייל ער מיינט איך זוך פאפיר צו פרינטן בילדער, ע"כ ווער עס האט עפעס מער אינפארמאציע וויאזוי די שטערן פאפיר הייסט, אדער וועלכע געשעפט פארמאגט דאס זאל זיך ביטע מעלדן.

עס הייסט Metallic paper
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35432
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
ר' בן הרחמן, איך בין שוין לאנג נישט געווען ביי זיי, אבער איך געדענק אז ר' ישראל משה האלענדער ע"ה ומשפחתו, אין קר"י שאפינג סענטער, פלעגן האבן אן אויסעגווענליכן אויסוואל פון קאלירן, עס איז אונז אסאך צוניצגעקומען.
לעצט פארראכטן דורך farshlufen אום דינסטאג יולי 21, 2009 7:56 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3031
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
איך מיין אז דער געהענגל באלאנגט אין איש את ריעהו יעזורו וכו'
.
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
- בןהרחמן
- סעקרעטאר
- תגובות: 1497
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
- לאקאציע: אויפן רעקליינער
קודם א שכח פאר הרב שטרויזאק.
איך האב לכתחילה אויך געהאט געטראכט אז עס קומט ערגעץ אין יעזורו אפטיילונג, אבער דערנאך האב איך געטראכט עטליכע זאכען, קודם ווייס איך נישט ביי וועלכע פארום פון יעזורו עס איז נישט קאמפיוטערס און נישט נאר ביזנעס (וואס איך למשל קוק דארט נאר אמאל אמאל), והשנית האב איך דאך געשריבן אויפן קעפל אז דא גייט זיין איידיעס און אינפארמאציע נישט נאר שאלות און הילף, און אויך צו באקומען אינפארמאציע דארפן עס מער מענטשן זעהן, ממילא האב איך באשלאסן עס צו עפענען דא אינעם הויפט קרעטשמע, אויב אבער דא וועט עס צו שנעל אראפפאלען אונטן וועל איך אפשר יא בעטן צו טוישען.
יעצט אינמיטן שרייבן ווען איך האב עפעס געוואלט נאכקוקען זעה איך אז מען האט עס שוין אריבער געריקט, זאל זיין אזוי לטובה.
שאץ מאץ האט געשריבן:איך מיין אז דער געהענגל באלאנגט אין איש את ריעהו יעזורו וכו'
.
איך האב לכתחילה אויך געהאט געטראכט אז עס קומט ערגעץ אין יעזורו אפטיילונג, אבער דערנאך האב איך געטראכט עטליכע זאכען, קודם ווייס איך נישט ביי וועלכע פארום פון יעזורו עס איז נישט קאמפיוטערס און נישט נאר ביזנעס (וואס איך למשל קוק דארט נאר אמאל אמאל), והשנית האב איך דאך געשריבן אויפן קעפל אז דא גייט זיין איידיעס און אינפארמאציע נישט נאר שאלות און הילף, און אויך צו באקומען אינפארמאציע דארפן עס מער מענטשן זעהן, ממילא האב איך באשלאסן עס צו עפענען דא אינעם הויפט קרעטשמע, אויב אבער דא וועט עס צו שנעל אראפפאלען אונטן וועל איך אפשר יא בעטן צו טוישען.
יעצט אינמיטן שרייבן ווען איך האב עפעס געוואלט נאכקוקען זעה איך אז מען האט עס שוין אריבער געריקט, זאל זיין אזוי לטובה.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35432
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
לעצטנס איז פארהאנען א גרויסער אויסוואל פון הערליכע שטערנס און פעטרנס סעטס פון עטליכע פירמעס, טייל גאר שיינע און טייל אויך ווייט פון ביליג, חשבתי צו קויפן עטליכע פאר די קינדער צו מאכן, די פראבלעם איז נאר אז איך וועל דארפן צו שטיין צו הילף בשעת'ן קנייטשן און שניידן וכו', אלזא ידידים טייערע צו האט ווער דאהי עקספיריענס וועלכע פירמעס אינסטרוקציעס און סיסטעם זענען דאס מערסטע געאייגענט און די גרינגסטע צו אויספאלגן שטאפל ביי שטאפל?
איידערן אינוועסטירן א חצי מנה אין איין סעט וואלט זיך געוואלט וויסן אין ווטס שפרינגט מען אריין.
איידערן אינוועסטירן א חצי מנה אין איין סעט וואלט זיך געוואלט וויסן אין ווטס שפרינגט מען אריין.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3031
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
א שיינע גרינגע איידיע,
א לעקטריק סיין, זיך איינצוהאנדלען א פייגל נעסט, וואס הייסט אויף ענגליש bird feeder עס זענען דא האלצענע קליינע באקסלעך פון זעקס זייטן, כזה,
(צו באקומען ביי וואל-מארט)
אין די זעקס לעכער מאכט מען אברהם יצחק יעקב משה אהרן יוסף, און די פלאר איז דוד,
מ'קען זיך איינהאנדלען אזעלכע ביליגע געדריקטע פלעסטיק וואס קען ווערן די בילד פארן לעקטריק סיין מיט א קליינע באלב אינעווייניג, ווערט עס א שלימות, שיין און גרינג,
א לעקטריק סיין, זיך איינצוהאנדלען א פייגל נעסט, וואס הייסט אויף ענגליש bird feeder עס זענען דא האלצענע קליינע באקסלעך פון זעקס זייטן, כזה,
(צו באקומען ביי וואל-מארט)
אין די זעקס לעכער מאכט מען אברהם יצחק יעקב משה אהרן יוסף, און די פלאר איז דוד,
מ'קען זיך איינהאנדלען אזעלכע ביליגע געדריקטע פלעסטיק וואס קען ווערן די בילד פארן לעקטריק סיין מיט א קליינע באלב אינעווייניג, ווערט עס א שלימות, שיין און גרינג,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35432
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3031
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
איך האב אזאנס געמאכט מיט א ענדליכע נעסט וואס זעהט אויס ווי אן עקסזיבאו, ס'איז הערליך אויסגעקומען,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
- יוסף שרייבער
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4589
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3031
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
גליון האט געשריבן:בילדער האט געשריבן:די יאר סוכות וועט מען קענען פינקטלעך זעהן ווער עס איז א איי-וועלט מעמבער.....
איך לאז שוין קיינעם נישט אריין אין מיין סוכה
גראדע איז עס ארום געפארן אויף אי-מעיל.
(דאס איז די תירוץ וואס איך האב אנגעגרייט!!!)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
- צים פינטעל
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4988
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35432
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
צים פינטעל האט געשריבן:ביי מייקעלס האב איך געזעהן א גאנצע שאנק פון די זאכן
עס איז זייער גיט פאר א פראיעקט באקס
אויב מען מאכט אזאנע סוכהלעך אדער ר' יהודה בן תימה
עס איז א פולע קיט און עס קומט אלעס דארט
דארפסט נאר צולייגן א בעקגראונד
פונקטליכע נאמען ביטע.
גיי מיר זוכן ביי זיי אנליין.
אגב, אויף מוירטל עוו. נעבן די פאסט האט זיך לעצטנס געעפנט אן ענליכע געשעפט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- מאנ-יימער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10560
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
- לאקאציע: אויפן וועג ארויף
farshlufen האט געשריבן:צים פינטעל האט געשריבן:ביי מייקעלס האב איך געזעהן א גאנצע שאנק פון די זאכן
עס איז זייער גיט פאר א פראיעקט באקס
אויב מען מאכט אזאנע סוכהלעך אדער ר' יהודה בן תימה
עס איז א פולע קיט און עס קומט אלעס דארט
דארפסט נאר צולייגן א בעקגראונד
פונקטליכע נאמען ביטע.
גיי מיר זוכן ביי זיי אנליין.
קענסט עס קויפן דירעקט פון די מעניופעקטשור
http://scenearama.woodlandscenics.com/
זיי האבן אסאך גוטע איידיעס אויף זייער סייט
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3031
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
מיין יונגל וויל מאכן א זייגער מיט בילדער פון די י"ב שבטים, ער זיכט א רינדעכיגע פאום וואס זאלן זיין גענוג גרויס צו קענען האלטן אלע 12 בילדער וואס ער האט, אין די לאקאלע געשעפטן אין וומס"ב איז די גרעסטע סייז 16 אינטש, ווייסט איינער ווי מ'קען באקומען עטוואס א גרעסערע רינדעכיגע פאום???
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
איך ווייס נישט אוואו מ'קען באקומען א רינדעכיגע, אבער כ'האב אן עצה, מ'נעמט א ביקסל'דיגע ריזן פאום, און מ'שניידט דאס רינדעכיג ווי גרויס מ'וויל.
צו שניידן רינדעכיג איז דא אן אלטע עצה היעוצה, מ'נעמט א נאגל מ'האקט דאס אריין פינקט אינדערמיט (דארט ווי מען וויל סייווי האבן דעם לאך פארן ווייזערל פונעם זייגער), מ'בינדט צו בענדל וואס איז לאנג האלב פונעם סייז וואס מ'וויל האבן די זייגער'ל, ביים אדערען שפיץ לייגט מען א פעדער אדער א מעסערל און מ'ציעט דאס אויס, און מ'שניידט ארום הערליך רינדעכיג.

שמן למאור האט געשריבן:

ווי תורה דארט איז חכמה!
הנותן לשכוי בינה...