הילף צו שאפן א ספעציפישע טעלאפאן נומער

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7217
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

כולל אינגערמאן מיר ווארטן שוין קוים אז די זאלסט שוין עפענען דיין ביזנעס, מיר ווארטן שוין אזוי לאנג צו זעהן פון וואס עס רעדט זיך דא.
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

מיר קומט עס עפעס פאר ווי אזא סארט ביזנעס ווי "באבוב לאטא" וואס מען קען כסדר שיקן א טעקסט צו 718-WIN-5050 און מען באקומט צוריק א אפדעיט ווי די "גליק-שיסל" האלט, קען זיין כ'מאך א טעות.. עניוויעס, הצלחה רבה! כ'קען שוין קוים ווארטן צום "גרענד אפענינג"
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

באזעסענער, אויסער וואס יאך עגרי מיט דיינע ווערטער, געפעלט מיר דיין צוגאנג.
***
יהא בואך לברכה.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
ברוך_שמו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך_שמו »

באזעסענער האסט זוכה געווען צו א קבלת פנים פון דעם שר העשרת האלפים אליינס, א זאך וואס נישט יעדער באקומט עס!
קוקט אויס אז דו ביסט אזוי באזעסן אז סאכדעס אליין וויל דיר אנהאלטן דא אין קרעטשמע.....
בלייב טאקע דא און לאז זיך הערן כסדר.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

דיסקלעימער: כאב גערעדט מיטן אינגערמאן אויפן טעלעפון, ער איז זייער סיריעס מיט זיין איידיע, און היות דער טעלעפון נומער איז אן עסענטשעל חלק פון דעם ספעציפישן ביזנעס קען ער ערענסט נוצן הילף מיטן פארשאפן זיין ספעציפישער נאמבער.

די עטליכע נומערן אפציעס וואס ער האט באלאנגן פאר ווערייזן, עס איז אין 718 אדער 212 עריע קאוד מיט די פריפיקס 943 אדער 539 אדער 898, איז דא דא איינער וואס ווייסט וויאזוי עס איז שייך צו באקומען פון זיי א נאמבער?
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

ווערייזאן גיבט דאס אים נישט?
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

דערווייל נישט, קוקט אויס אז מען ברויך א שפראך מיט זיי.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

איז די נומער א געווענליכע האום פאון אדער סעל פאון נומער?

אויב איז עס א האום פון קען מען עס לייגן אויף א האום פאון און דערנאך סוויטשן צו א סעל.
כולל יונגערמאן
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 5:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כולל יונגערמאן »

עס איז א האום פאון, איך פרוביר עס צו לייגן אויף א האום פאון, איך בין שוין געזעסן מיט ווערייזאן א האלבע שעה, איך האב פערצופעל געהאט זייער א גוטע רעפריזענעטאוו, איך האב איר געגעבן א ווילאמסבורגער אדרעס, זי האט פרובירט ביז זי איז אויפגעקומען אז אין ווילאמסבורג איז נאר עוועלעיבל 599 אדער 384 אדער 963,
1 זאך וויל איך נאר וויסן אויב ווער איך געוואר אויף וועלכע אדרעסס די נומבער איז עוועלעבל, אויב איך קען באקומען א נומבער אויף א אדרעסס וואס איך האב נישט קיין אנונג ווער עס וואוינט דארט?
ברוך_שמו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך_שמו »

זוכסט זיך אנצוווערטשאפן מיט א פרעמדער בריה? וואס פעלט דיר עס אויס?
יענער איז נאך אומשטאנד צו מאכן אז מיר זאלן נישט קענען הנאה האבן פון דיין ביזנעס עד ביאת הגואל...
וואס עך מיין דו זאלסט טוהן, אז זאלסטו דיר דינגען עפעס א קליינעם לעכל דארט וואו דער נומבער איז דיר עוועליבעל און שוין..
העכסטנס וועט עס זיין א שטיקל אפיס פאר דיין מעידשער ביזנעס.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איך זע אז ס'יז שווער צו באקומען א געווענליכע 718 אדער 212 נומבער.

אפשר טוישסטו דיין פלאן צו גיין מיט א 800 נומבער וואס איז לייכטער צו באקומען?

1800-943-5000 למשל
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
כולל יונגערמאן
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 5:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כולל יונגערמאן »

מסכים, ווי באקומט מען דאס?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

אפשר קען מען טוישן די נאמען פון די קעפל אז מען זאל קענען זעהן פון אינדרויסן וואס עס רעדט זיך דא?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
כולל יונגערמאן
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 5:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כולל יונגערמאן »

א גרויסן ישר כח פאר אלע ארויסהעלפער, נאכן וואכן לאנג שווערע מיה און פלאג און הארוואניע קומט אצינד
בעת קדרותא דצפרא אן די גוטע בשורה אז די לאנג ערווארטערטע ספעציפעשע נומער האט זיך אריינגעפָארט צו מיין טעלאפאן
און מיט דעם עפענט זיך בעז''ה מיין צוקונפיטיגע ביזנעס,


אצינד וועל מיר מסביר זיין פארן עולם וואס די ביזנעס איז, אזוי ווי היינט צו טאגס איז דא א גרויסע וועלט מיט ביליאנער מענטשן מיליאנער ביזנעסער, טויזענטער ארגעזאציעס קאמיונעטי געברויכן, און 1 מינוט קען זיך אפשפילן טויזענטער זאכן איבער די וועלט און עס איז נישט מעגליך פאר א מענטשליכע מוח פון אפילו מיטצוהאלטן און וויסן א מיליאנעסטעל פון די זאכן וואס טוט זיך אלץ אפ אויפן כדור הארץ,

לעומת זה איז דא זייער אסאך אינפארמאציע וואס קען נוגע זיין פאר יעדן איינעם, וואס ווי מען שטייט און ווי מען גייט דארף מען צוקומען צו הילף און אינפארמאציע דא אינפארמאציע דארטן, וואס די זאכן זענען נוגע אין טאג טעגליכן לעבן,
למשל יעדער איינער וואס האט א סעלפאן האט אין זיין קאנטאקטס בערך 100 נומערס פון חברים ידידים ביזנעסער צו וואס ער דארף צוקומען, מיט דעם אלעם דארף ער כסדר צוקומען צו אינפארמציע וואס ער האט נישט אין זיין קאנטאקטס, נאר אזויווי זיין טעלאפאן האט נישט קיין פלאץ דערפאר, און טאמער ער זאל עס אפשרייבן אויף א ביכל וועט ער זיך דארפן ארום שלעפן מיט הונטערטער פונט וואג, עס אריינצולייגן אין קאמפיוטער וואלט ווען אויך גענומען א געוואלד צייט, ווי אויך האט מען נישט אלץ די קאמפיוטער מיט זיך,

כדי נישט משוגע צו מאכן דעם עולם וועל מיר גראד צוגיין צום ענין, מען וועל מיר אראפלייגן עטליכע עקזעמפעלס וואס קען זיך מאכן ביי מענטשן

1) ער לאזט זיך ארויס אויפן וועג, נאך 2 שעה פארן דערזעט ער זיך מיט א ליידיגען טאנק געז, ער קען זיך נישט אויס אין די געיגענט האט נישט קיין אנונג ווי מען טרעפט מען די נענסטע געז סטעישן, וואס אמאל קען ער טראכטן צו זיך הלואי ווען איך ווען יעצט איינעם פרעגן און נישט דארפן אפשטעלן יעדן דורך גייער ביז איינער טוט מיר א טובה און ענטפערט

2) זיצט א איד אין שפיטאל אין א פרעמדע שטאט מיט א חולה ל''ע, ער ווערט הונגעריג, עס איז אינמיטן די נאכט ער זעהט נישט קיין נפש חי' פאר די אויגן, ווי קען מען יעצט גיין קויפן עסן? וועם קען מען פרעגן? יעדער שלאפט,

3) זיצט פרייטאג נאכמיטאג אויפן באס, עס איז דא טרעפיק, האט געהאט אין פלאן אנצוקומען גענוג פרי איינצוקויפן די שבת ארדער, ער זעהט עס ווערט שפעט ער וועט נישט אנקומען צום שבת, פאלט אים ביי א פלאן מאכן א טעלאפאן ארדער דעווילערן צו די אכסניא, קומט אים גראד אויף אין געדאנק ווי איז דא א גראסערי אין די געיגנט וואס איז זייער נומער? וועם קען איך פרעגן?

4) האלט אינמיטן פארן אויפן הייוועי מען איז פארפארן א עקזיט, יעצט וויאזוי איז יעצט די שנעלסטע וועג אנצוקומען אן זיך דארפן צוריקדרייען?

5) זיצט אין טרעפיק, יעצט וויאזוי מייד איך עס אזוי? ווער קען זיך אויס אין וועגן? וועם קען איך פרעגן?

6) איר זענט אין מיאמי, ווי טרעפט מען א כשר'ע גראסערי? רעסטראנט? מקוה? מנין?

7) איר זיצט אין טרעפיק זמן מעריב ממשמש ובא, ווי קען איך מיר יעצט אפשטעלן טרעפן א מנין מנחה אין די געיגנט?

8) פארגעסן א פעקל אין עירפארט, צו וועם ווענד איך מיר? ווי טרעפ איך די נומער פון דעם דעפארטמענט?

9) געכאפט א ספידינג טיקעט , ווער זענען די טיקעט פייטערס?

10) איר זוכט עני טעלאפאן נומער פון א סטאר ביזנעס, איר האט נישט קיין טעלאפאן ביכל , וועם פרעגט מען

11) ימי חול המועד ממשמש ובא, ווי גייט מען חול המועד האלטן? וואס זענען די טעלאפאן נומערן פון די זאאס פארקס א.ד.ג.?

12) מען וויל גיין שאפפינגאיר זוכט א טעלאפאן אדער אדרעסס פון א מאלל, אדער פון א דעפראמענט סטאר,

13) איר זענט אין די פרעמד, איר זוכט די נענסטע פאסט אפיס אדער בענק לאקעישאן וכדו'

וכהנה רבות וואס עס קומט אלץ אינטער, א איד נוטיגט זיך אין אינפארמעישן און ער האט נישט וועמען צו פרעגן, האבן מיר געטראפן א לעזונג דערצו, ווי פאלגענד:

ווען אימער א מענטש נויטיגט זיך אין אינפארמעישאן נעמט ער ארויס זיין סעלפאן און ער שיקט אריין א טעקסט מעסעדזש וואס ער זוכט מיט די שטאט ווי ער זוכט עס, און ער באקומט אויפן פלאץ צוריק א טעקסט מעסעדזשעס מיט פונקטליכע אינפארמעישאן

פאר דוגמא:
1 שיקט ער אריין געז סטעישאן 11219 און ער באקומט א ליסט פון אלע געז סטאנציעס אין בארא פארק

2 שיקט ער אריין רעסטראונט מיט-טאון און ער באקומט א ליסט פון אלע רעסטראונטס אין מיט-טאון-מאנהעטטען

3 שיקט ער אריין גראסערי 11211 און ער באקומט א ליסט פון אלע גראסעריס אין ווילאמסבורג

4 שיקט ער אריין אלטערנעיט די ראוד וואס ער וויל עוואוידן טו מאנטיסעלא אין ער באקומט צוריק די אלטערנעיט רוט אנצוקומען צו מאנטיסעלא

5 שיקט אריין טרעפיק פאר די לעצטע טרעפיק אפדעיטס און דערנאך שיקט ער אריין אלטערנעיט מיט די רט וואס ער וויל עוואוידן

אזוי קענט איר באקומען אלע אינפארמעישאן וואס איר זוכט, איר קענט נוצן די סיסטעם פאר א טעלאפאן בוק, א ביזנעס דירעקטארי, א לוח פאר די זמנים, און פאר אלע אינפארמאציע וואס איר זוכט,

די נומער איז: 718-438-8398 (718Get-Text)
כולל יונגערמאן
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 5:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כולל יונגערמאן »

די טעקסט מעסעדזשעס קומען צוריק אוטאמאטיק,
צו טעקסטן מיט א לייוו רעפרעזענעטאוו, קענט איר שיקן צו [email protected]
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

קודם וויל איך דיר וואונטשן הצלחה.

יעצט א קשיא: וויאזוי גייט דער ביזנעס מאכן געלט?


נאך א קשיא: וויאזוי גייט אריינפיטן אלע רעסטוראנטן פון בארא פארק אין א טעקסט מעסעדזש פון 160 קערעקטערס?

דריטע קשיא: די אלע זאכן פון דיין נמשל קען מען אויך געהאלפן ווערן דורך גוגעל טעקסט (46645). אינעם משל האסטו אויסגערעכנט פיל מער זאכן. וואס דארף מען שרייבן ווען מ'זוכט א מנין מנחה אין ד מאנסי געגנט?

איך האב א פערטע קשיא אויך, אבער דאס פרעג איך נישט ווייל מיט פיר קשיות וועסטו נאך דארפן ענטפערן א תירוץ...
An article a day keeps the babies away
prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע: אין מיינע גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך prowed jew »

first good morning! i am very glade that the busines is finelly open, but why didnt you take the phone number like "718-get-info" i think its more like what you did
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...
Yes_or_no
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2009 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yes_or_no »

Isn't it the same like cha cha?
אוועטאר
טייפיסט
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2009 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייפיסט »

קודם, קאנגרעטולעישאנס!!!
און אסאך הצלחה און סייעתא דשמיא.
דער בוכ"ע זאל העלפן, אז דער ביזנעס זאל אזוי מצליח זיין, אז דו וועסט ווערן א גרויסע קאסטומער ביי ברינקס...

איך האב פרובירט יעצט אינדערפרי, און איך האב געשיקט א מעסעדזש מיט די ווערטער, די גענויע משל וואס דו האסט געגעבן נומער 1,
gas station 11219
די ענטפער האט נישט געשפעטיגט צו קומען, די תשובה איז געווען אזוי,
(1/2) sorry "gas station 11219" did not return any results. for information how to use the system please reply with "HELP" (2/2) for traffic update during summer reply traffic.

איז דאס א פראבלעם ווייל די סיסטעם איז ניי ?
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

עס איז לכאורה יא פונקט ווי גוגל (וואס איז קאמפיוטער דשענערעטעד) און ענליך צו טשא טשא (וואס לייוו מענטשן ענטפערן) נאר עס איז נאר פאר אידישע אנגעלענגהייטן.

עם איי רייט.

אידל, זעהט אויס אז עס איז נישט געווען אוועלעבל.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

צום אלעס ערשט רב כולל אינגערמאן, כאטש איך האב נישט געהאט די מעגליכקייט דיר צו העלפן ביז אהער, וויל איך דיר אבער ווינטשן ברכה און פיל הצלחה אויף ווייטער.

ווי איך פארשטיי איז דאס א נייער "אידישער אינפארמאציע צענטער" א שטייגער ווי די אלוועלטליכער גוגעל, נאר פאר אידישע אנגעלעגענהייטן.

מיין עקספיריענס היינט מיט דעם נייעם טעקס סיסטעם איז ווי פאלגענד.

איך האב אריינגעשיקט א טעקסט: Minyen mincha 11211

דער תירוץ איז געקומען עטליכע רגעים דערנאך, ווי פאלגענד:

Sorry,"Minyen mincha 11211" did not return any results.
For information how to use the system please reply with "HELP"

דערנאך איז געקומען א צווייטן מעסעדזש:

For Traffic Update During Summer Reply Traffic


ווי איך פארשטיי איז דאס נאכנישט געהעריג אויפגעסעט, אדער ליגן נאכנישט אלע פרטים אריינגעלייט, וואס אויף אזא פאל וואלט איך געזאגט אז די זאלסט נאכנישט פארשפרייטן דעם נומער, ווייל נאך צוויי מאל איינער קריגט נישט די נויטיגע אינפארמאציע איז ער פערטיג מיט דעם סיסטעם.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

דאס איז עקסעקט ווי גוגל נאר פאר אידישע זאכן אויך... עס איז זיכער אז א קאמפיוטער קענסטאך דאס קלאר זעהן פון די מעסטעש וואס טייפיסט האט צוריק באקומען

ווי איך פארשטיי וועט די ביזנעס מאכן געלט פון אדווערטייזמענטס. טייטש, אז אונטער יעדע מעסעטש וועט מיט קומען א אדווערטייזמענט. אויב אזוי ווערט אסאך אסאך שטערקער מאשקעס קשיא, ווי אזוי גייט אריין פיטן אין איין מעסעטש די גאנצע ענטפער אויב ברויך מען נאך לייגן א אדווערטייזמענט אין די זייט...

אבער פון טייפיסט קוקט אויס אז מען באקומט צוריק צוויי טעקסט מעסעטשעס.. אויב אזוי מאכט שוין סענס, איינס אהאלב מעסעטש וועט זיין די ענטפער און די אנדערע האלב וועט זיין די אדווערטייזמענט

כולל אינגערמטן, איך האב עס ארויס?? (עפעס בערך אזוי האסטו מיר מסביר געוועהן פאר אפאר וואכן צוריק...)
א חתימה ברויך מען האבן ?
כולל יונגערמאן
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 5:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כולל יונגערמאן »

איך האב שוין אריינגעלייגט כמעט אלע אינפארמעישאן איך קוק יעצט דורך אלע מעסעדזשעס איך פאררעכט אלעס, מיין אינטערנעט ארבעט נישט געהעריג, איך זיץ יעצט מיט א לעפטאפ ביי א אנדערע דזשעק, וואנס כ'האב אינטערנעט וועל איך אי''ה סעטלען אלע פראבלעמען
כולל יונגערמאן
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 5:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כולל יונגערמאן »

יא שמיי דריי, די סיסטעם ארבעט אז עס קומט אן אין 2 מעסעדזשעס די ערשטע 255 אותיות גייט פאר די מעסעדזש, די איבריגע פאר אדווערטייזמענט, און אויב עס האט נישט קיין פלאץ ד באקומט איר נ לויט וויפיל פלאץ עס האט צו באקומען נאך דארפט איר ריפלייען MORE
שרייב תגובה

צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”