ארויסדרייען פון באצאלן דיסקאנעקטינג פי פאר ספרינט

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

ארויסדרייען פון באצאלן דיסקאנעקטינג פי פאר ספרינט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

איך האב א פלען פון עטליכע סעלפאונס ביי ספרינט, און בין ב"ה זייער צופרידן.

פארשטייט זיך אז מען רעדט דא פון די גאר ביליגע פלענער וואס זיי שענקען אוועק (יש אומרים ס'איז אומלעגאל, אבער געהערט האב איך אז ס'איז לעגיטימע פלענער וואס ספרינט געט פאר פארשידענע פארשטיפטע שטעטלעך, און פיפיגע חברה ברענגען עס אהער פאר אונז אידעלעך. גיי ווייס וואס דער אמת איז...) מיט אזא הרחבה.

מאכט זיך אמאל אן אינטערעסאנטע זאך, און איין סעלפאון האט זיך געטוישט פון אנלימיטעד צו א גאר טייערע פלען. פארשטייט זיך אז איך האב פרובירט וואס איך קען דאס צוריקצודרייען, אבער ספרינט האט זיך נישט געלאזט. נו, וואס קען מען טון?

איך האב אבער נישט געוואלט באצאלן דעם טייערן פרייז, און איך בין געגאנגען צו א צווייטע סעלפאון סערוויס פראוויידער און זיך געעפנט אן אקאונט דארט, און אזוי ארום אימפארטירט מיין נומער וואס איך האב נישט געוואלט פארלירן, און א וואך צוויי שפעטער האב איך אנגערופן ספרינט און צוריקגעשלעפט דעם אלטן נומער וואס איך האב ביי זיי געהאט אויף א צווייטע טעלעפאן (דאס איז דער וועג וואס מען מוז דורכגיין נישט צו פארלירן קיין נומער וואס מען וויל האלטן. אויב האט מען א ספרינט סעלפאון פלען, און מען וויל אריבערשלעפן דעם נומער צו א נייע פלען, וועלן זיי דאס נישט צולאזן, נאר אויב מען ברענגט דעם נומער פון א אנדערע פראוויידער).

למעשה וויבאלד יענע קאמפאני האט אריבערגעשלעפט דעם נומער פון ספרינט האט זיך עס אויטאמאטיש אפגעהאקט, און איך האב געמיינט אז מען וועט מאכן א שווייג און פערטיג. די מעשה איז אבער געווען אז באלד צוויי חדשים שפעטער באקום איך א ביל פון ספרינט ווי זיי רעכענען מיר צוויי מאות פלאס טעקס.

איז דא עפעס וואס איך קען טון מיט זיי? איך האב שוין פרובירט צו רעדן מיט זיי אויף אלע לשונות וואס מעגליך אבער געטאפט א וואנט, איך האב זיי אפי' געאפפערט צוצולייגן נאךא ליין צו מיין עקסזיסטירנדע ליניעס אבער גארנישט האט נישט געארבעט.

קען מען עפעס טון מיט זיי?
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

ווי לאנג ביסטו שוין אויף דעם פלען?

לעצטענס האט זיך די געטוישט די פאליסי ביי ספרינט, עס ארבעט ווי פאלגאנד; די ערשטע 6 חדשים צאלסטו 200$ פארן אפהאקן די ליין, נאכדעם גייט עס יעדע חודש אראפ מיט $10 ביז צו א מינימום פון 50$, סא מאך זיכער ביי וועלעכע חודש די ביסט שוין, און אז זיי טשארדזשען נישט אין די וועלט אריין (כרגיל...)
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

איך בין שוין איבער א יאר מיט זיי, און דאך האבן זיי גערעכענט צוויי מאות. און וויפיל איך האב זיך מיט זיי גע'טענה'ט און פארפירט האט מיר עס דאס מאל נישט געהאלפן.

ביזט זיכער אז זיי ארבעטן אויף דעם מהלך, ווייל ווערייזאן ארבעט אזוי.
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

יא, איך בין זיכער אז ביי "ספרינט" ארבעט עס אויך אויף די מהלך, איך בין נאר נישט זיכער ווען זיי האבן עס געטוישט (זיי האבן געמוזט טוישן די פאליסי שלא מרצונם הטוב.. נאך א פארלאנג פון די פעדעראלע רעגירונג) און ווי אויך בין איך נישט זיכער וויאזוי ס'ארבעט מיט אלע פלענס וואס מ'האט געפענט פאר די פאליסי האט זיך גענדערט, איך מיין אז די דארפסט עס קענען אויפטשעקען אויב די האסט א אנליין אקאונט, ערגעץ ביי די "פיין פרינט"

הצלחה, דער עיקר: והית "אך שמח"...
אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער איד »

דאס איז נאר פאר פלענס וואס מען האט לעצטענס געעפענט
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

עמו אנכי בצרה. איך האב אזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזזא ריזיגע מעשה, כ'האב פשוט נישט קיין כח צו לאנג צו רעדן.
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

איך האב אמאל געהערט אזא עצה צו קענסלען א פלען.

ספרינט מיט נעקסטעל זענען דאך איינס, קענסטו אריינקאלן ספרינט און זאגן אז דו ווילסט טוישן צו נעקסטעל סערוויס, איז עס אזוי ווי א נייע קאנטרעקט, און ביי א נייע קאנטרעקט קען מען ביז דרייסיג טאג אויפגעבן די פלען אן קיין טשארזש, שטימט?

איך ווייס אבער נישט צו עס ארבעט, איך האב עס קיינמאל נישט פראבירט.

און פארשטייט זיך דאס איז נאר גוט פארן אויפגעבן.
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

איך האב אויך געהערט פון מענטשן וואס האבן זיך אן עצה געגעבן דורך הערשי'ס עצה. איך האב זיי געקאלט און געטרייט אבער עס ארבעט שוין נישט. זיי האבן זיך געכאפט דעראויף. איך האב גערעדט צו זיי 3-4 מאל, יעדע מאל מען רעדט צו זיי רעדט מען נישט ווייניגער וואו 1 שעה. עניוועי. אויב איינער טרייט די עצה, און עס ארבעט וואלט איך געוואלט וויסן וויאזוי ער האט עס געמאכט.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

איך האב געהאט ספרינט פאר בערך 3 יאר (א לעגעטימע פלען) און זיך אנגעגעסן דאס געזונט, דער קלימאקס איז געקומען ווען פאר איין גאנצן טאג האב איך געקריגן א ביזי סיגנאל, אין גרויס כעס האב איך אנגערופן AT&T מיטנעמענדיג מיין נומער פון ספרינט, דריי וואכן דערויף א ביל פון $300... פארן טערמינעיטן דעם סערוויס, כ'האב מכבד געווען מיין אשת חיל (א בעסער צינגל ווי איך...) קער צו נעמען דערפון, נאכ'ן טענה'ן קרוב צו א שעה מיט פינעף "האלדס" פון צעהן מינוט יעדע איינע האט זי פארלאנגט צו רעדן צום מענעדזשער און מיט א בריליאנטענע איידיע אים געסטראשעט מיט'ן א קאנטער אפענסיווע אנצוקלאגן ספרינט, טענה'נדיג - און מיט רעכט - אז מיט נישט געבן סערוויס פאר א גאנצן טאג האבן זיי אייגענטליך געבראכן זייער קאנטראקט, און זיי ברויכן באצאלן די דיפערענץ וואס ס'גייט מיר קאסטן טייערער ביי דעם נייעם פראוויידער... נאך 10 מינוט האלד קומט ער צוריק "כ'האב געטשעקט אויפן מעפ און כ'זעה טאקע אז מיר זענען אביסל שארט אין טאוער קאווערעדזש, נא דיר און זיי דזשע מיר געזונט...
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער איד »

איך האב געטרייעט די טריק ווען ס'האט געהייסן אז ס'ארבעט נאך... ס'האט אבער נישט געהעריג געארבעט.

וואס כ'האב יא געקענט טאן איז צוריק גיין צו ספרינט (כ'האב עניוועי געוואלט) און אזוי באקומען א קרעדיט אויף די אלטע פלען.

און אנדערע ווערטער אויב ווילסטו אפהאקן מיט ספרינט לעולם דוד דעמאלט איז דעס נישט קיין עצה, אויב ווילסטו ארויס גיין און אריינקומען דורך די אנדערע טיר, קענעס אפשר ארבעטן.
אוועטאר
וואלדעק
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2006 5:20 pm
לאקאציע: דא ערגעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלדעק »

הערשיס טריק ארבעט נאך יא, מ'דארף נאר טוהן נאך איין פרט.

מען סוויטשט פון ספרינט צו נעקסטעל. און אפאר שעה דערויף פון נעקסטעל צו באאסט פאר נאו טשטארזש, און באאסט איז א פריפעיד פלען פון נעקסטעל וואס די קענסט אפהאקן פון איין מינוט צום צווייטן.
potato chips

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך potato chips »

איך האב אזוי געטון . געגענגעו צו Tmobile to go אן צרוק צו ספרינט אין געטאנעט אז איך בין קיינמאל נישט אוועק והא ראי מיין נאמבער איז ביי זיי. אין זיי האבען מודה געווען אז עס איז געווען א סיסטעם עראר אין צרוק געגעבן די געלט
malech

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך malech »

איך האב מיך שוין איבערגעצייגט פון איבער 5 יאר מיט ספרינט אז סיי וואס די ווילסט עפעס פוילן באזיי איז נישט צו רעדן צו די קאסטימיר סערוויס און אויך נישט צו קיין סופערווייזערס, דארט קומסטו נישט אן אין ערגעץ דע קאסטמער סערוויס האבן זיי ערגעץ אין אינדיע אדער כינע זיי זענען דאמיס. מען דארף זיי בעטן צו טרענספערען צו די קאנסילעשען דיפארטמענט וואס איז דא אין USA זיי זענען נאר אפען אין ביזנעס שעות צו זיי קענסטו רעדן ווי א נארמאלע מענטש (עס מאכט זיך דארט אויך אמאל א משוגענער אבער בדרך כלל נישט) ווען איך קאל ספרינט עפעס אויסצופייטן בעט איך גלייך מען זאל מיר טרענספטן צו די קאנסילעשן דיפארטמענט. הצלחה+++++
KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2008 2:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KCSP »

malech, אין די זאגסט זיי אז אויב זיי געבן נישט נאך גייסטע צו א אנדערע קאמפעני ??
שרייב תגובה

צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”