ברשות מורי ורבותי כל הקהל הקודש הזה.
איך האב זיך געשלאגן מיט זיך אליין עטליכע מינוט צו זאל איך יא אדער נישט מיטטיילן די אויפטרייסלענדע עפיזאד. מצד אחד האב איך געשפירט, מען וועט מיינען דער איז נעבעך *****, ער מיינט טאקע מיר וועלן איהם גלייבן. אבער די צד שני האט גובר געווען. ראשית בין איך וועריפייד און באגלייבט דורך עטליכע גרויסע אידן דא בהוכחה גמורה. צווייטענס ווילאנג עס איז אמת, זאל זיך איבערקערן הימל און ערד, פון אמת דערלייגט מען נישט. והשלישית אויב וועלן מיינע וועטער דערנענטערן אפילו נאר איין איד סיי ווי אויף די וועלטל, לעבודת השי"ת, יהיה זה חלקי ושכרי מכל עמלי, עס האט זיך שוין געלוינט.
וזה החלי.
מחמת א סיבה האב איך געדארפט היינט זיין אויף די ראוד. דרייווענדיג אהיים אליין אין אויטא בערך 12 אזייגער, הערנדיג א שיעור תורה, אויסגעמוטשעטערהייט פון די לעצטע וואך פיזיש און גייסטיש, פון די קאמפיין, די בקשות, די אישיס אויף תפילות, די אויסזאגן תהלים עטליכע מאהל, די כחות הנפש פון נישט קענען שערן מיט קיינעם די איבערקערענישן דא אויפן וועלטל פון טייערע הייליגע מי כעמך ישראל אידן, צו אויסגראדן מיין וועלטל.
פלוצלונג, ביי 60 מייל א שעה, א קאטאסטראפע, אלעס איז איין חושך ענן וערפל, באאם!! מען זעהט גארנישט, אלעס חושך, פארקלאפט, די אטעם פארזעצט, די הענט און פוס פארכאפט, די כלי מעשה זענען מער נישט אין מיין שליטה, די הענט די פיס די גאנצע רמח און שסה זענען א פארגאנגענהייט, איך שפיר ממש אזוי ווי דער פני יהושע לייגט אראפ אין זיין הקדמה ווי ער האט געשפירט אונטער די הויפענעס ברוכווארג פון זיין הויז אין לעמבערג וואס איז געפאלן אויף איהם. איך שמעק און שפיר דעם בער אין וועם איך האב ערשט יעצט אריינגעזעצט מיט א שרעקליכע קראפט. איך הער זיין שרעקליכע ברומעריי. ער גייט מיר צורייסן. ער כאפט מיר אהן און ער ברימט. איך קען זיך נישט א ריר טאן. איך שפיר ווי איך פארלאז די זונדיגע וועלט אויף אייביג.
איך הער עפעס ווי דער מגיד שיעור ביים שיעור רעדט "ווי אזוי רופט עס נאר ר יעקב עמדין דער הייליגער יעבץ?" איך שריי אויס ווי נישט מיט מיין קול שמע ישראל השם אלקינו השם אחד ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד. איך שפיר ווי איך האב נאך איין סקונדע, שריי איך נאכאמאהל, שמע ישראל השם אלקינו השם אחד ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד.
א לאנגע סקונדע גייט אדורך. גאר א לאנגע. נאך לענגער.
איך כאפ זיך אויף. איך דערזעה זיך אין א פארקינג לאט פון א געז סטעישאן. אה טאקע! איך האב פארקירט דא 15 טויזנט מינוט צוריק ווייל איך האב געשפירט איך האלט זיך נישט אויף.
דער רעדנער האט געענדיגט זיין שיעור און דער טעלעפוין מאנט צום וויפילסטן מאל. "צו הערן דעם קומענדיגע שיעור דריקט 1. צו הערן דעם פריערדיגן שיעור דריקט 2. צו איבערהערן דעם שיעור דריקט 3.
צוביסלעך מתיר אסורים זוקף כפופים.
זעהט אויס ער האט שוין אויפגעגעבן און אראפגלייגט.
די usb נעמט זיך שפילן. א מעסעדש פון הימל
מיין קינד, אוי סאיז שווער
עס פאלט דיר א טרער
מאך אויף דיינע אויגעלעך און זעה
כ’האב דיך ליב אן א מאס
אן א שיעור, אן א צאל
ווייל דו ביסט דאך מיין קינד
מיין ליבער פאלק ישראל.
קום נענטער צו מיר
ס’איז אפן מיין טיר
איך ווייס ווי דיין הארץ אוי עס בענקט
שוין טויזענטער יאר
אויך ביי מיר בענקט זיך גאר
אחותי רעיתי מיין אייביגער פאר.
באם באם באם באם
גערוישען אין הימעל
עס טוט זיך א טומעל
מלאכים זינגען שירה
זיי טאקע פארשטיין
ווי פלייש און ביין
האט דערגרייכט דורך זיין בחירה
גערעכט איז דער בורא זיי האבן ערליך פארדינט
זיי היטן די תורה ריין אהן א זינד
אזא הייליגע פאלק מיר זענען נתפעל
מי כעמך ישראל
ואידך פירושא זיל גמור.די מעסעדש איז זיכער פאזיטיוו. פאזעטיווע קאממענטארן פארגעצויגן.
יא שיקן? נישט שיקן? האסט שוין באשלאסן. שיק