שלום בית אין דער ערד ? דאן קומט אריין דא

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

דערערדליגער
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2022 4:46 pm

שלום בית אין דער ערד ? דאן קומט אריין דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערערדליגער »

א גוטן טייערע אידן , איך האב דאס באקימען און מיין אינבאקס , לאזט מיר וויסן וואס איר זאגט דערצו
[email protected]

א

בס"ד
שאלה: וויאזוי זאל א מאן רעאגירן ווען זיין פרוי האט טענות צו אים "וויאזוי קען איך דיך שעצן ווען מיין טאטע שטייט שוין אויף פארטאגס און די שטייסט אויף 8:30 קוים קוים"
ער וויל איר פאלן צו די פוס און איבערבעטן, מסביר זיין אז בעצם שטייט ער אויף פרי נאר… וכו'
יעצט פרעגט ער וואס איז די ריכטיגע צוגאנג
תשובה: אין קורצן:
ער זאל זיך האלטן רואיג, און בכלל נישט ווערן פארלוירן פון אירע טענות.
ער זאל איר אויסהערן ווי געווענליך,אזוי ווי ער הערט איר אויס ווען איר ווייטאג האט נישט מיט זיינע פעולות.
און ער זאל איר געבן די געפיל אז ער פארשטייט איר און שטיצט איר.
אויב עס איז פאסיג זאל ער איר אויך זאגן אז ער וויל און האפט זיך צו פארבעסערן.
[און פארשטייט זיך ער זאל זען זיך צו פארבעסערן…]
און דאס אלעס זאל ער טון מיט די פולסטע מאס רואיגקייט אן קיין שום פארלוירנקייט!!!

געווענליך ענטפערט מען מיט די קומענדיגע סארט תשובות
1. מען דארף זען צו איז עס טאקע אזוי , אדער זי טרייבט איבער און באמת שטייט ער אויף שוין 7-7:30.
2. אויב איז עס אמת אז ער שטייט אויף זייער שפעט, איז זי דאך גערעכט, און ער זאל זיך טאקע נעמען אין די הענט אריין.
3. זי דארף פארשטיין אז אזויווי זי וויל נישט אז ער זאל קוקן צו זי איז אזוי גוט ווי זיין מאמע, אזוי זאל זי אים נישט פארגלייכן מיט איר טאטע.
4. ער זאל איר געבן validation, געבן די געפיל אז ער פארשטייט איר און אז זי איז גערעכט.
5. זי דארף וויסן אז זי דארף קוקן נאר אויף זיינע מעלות, און נישט זיין א משגיח און אים פארבעסערן.
6. ער זאל עס נישט נעמען פערזענליך, ער זאל אנגיין מיט א שטארקייט כאילו לא היה.
און אזוי ווייטער יעדער איינער מיט אנדערע עצות און געדאנקען.

אסאך פון די עצות זענען טאקע גוט און ריכטיג, אבער איך וויל דא צולייגן נאך א פרעספעקטיוו.
אלע נעמען אן כאילו ער האט דא א פראבלעם און ער דארף טרעפן די וועג ארויס דערפון, צו מיט אויפווייזן אדער צוריק'טענה'ן אדער קאנטער אטאקעס, יעדע מיט זיינע טכסיסי שלום.
איך וויל אבער אריינגיין אין די שורש הדברים און ווייזן אז עס איז בכלל נישט דא דא א פראבלעמאטישע מצב וואס ער דארף ראטעווען און טוישן, אלעס איז זייער גוט און ער קען ווייטער אנגיין מיט איר אזויווי פאר זי האט געזאגט די הערה.
פארשטייט זיך אז די עצם זאך אויף וואס זי איז מעורר זאל ער נישט איגנארירן, נאר שוין זען וויאזוי ער קען עס מסדר זיין און פאררעכטן.
איך רעד יעצט נאר פון דער חלק וויאזוי ער דארף זיך באנעמען צו די קשר און פרידן צווישן אים מיט איר.

כדי דאס צו קענען מסביר זיין דארפן מיר פארשטיין וואס דא גייט באמת פאר.
וואס וויל זי דא בעצם?
פארוואס זאגט זי אים בכלל אז זי קען אים נישט שעצן?
אויב זי שעצט אים זאל זי אים שעצן און אויב נישט נישט.
וואס האט דאס צו אים און פארוואס שמועסט זי זיך אויס מיט אים?
און פארוואס וויל זי אים טאקע שעצן בכלל?

נאר די זאך איז אזוי,
א פרוי וויל האבן א מאן וואס קען איר באזארגן מיט אלע באדערפענישן וואס א מאן שטעלט צו פאר זיין שטוב,
ער איז מסודר מיט פרנסה, ער האט א געהעריגע סדר היום, ער ווייסט ווי ער וויל אנקומען, און איז זיך משתדל טאקע צו מצליח זיין אין זיינע ענינים,
מיט אזא מאן איז זי רואיג אז זי וועט אלעס זיין צוגעשטעלט בעז"ה
נאך א זאך איז דא וואס פרויען דארפן שטארק,
און דאס איז א מאן וואס איז קלאר און פעסט ביי זיך, ער ווייסט וואס ער וויל, און ווערט נישט פארלוירן פון יעדן קלייניגקייט, ער האלט זיך פעסט און רואיג אין אלע מצבים.
דאס איז א סארט סאלידקייט וואס מענער האבן מער ווי פרויען, און אפילו שטארקע פרויען האבן נישט דעם מענערישע סארט פעסטקייט, און זיי דארפן צוקומען צו זייער מענער זאל זיי געבן דעם שטארקייט און פארזיכערונג.
און ווי מער ער איז פעסט און סאליד וועט זי זיך פילן מער און מער פארזיכערט, באשיצט און רואיג.
זי וועט פילן ווי זי האט א פעלזן זיך אנצולאנען [א בא'טעמ'טע פעלזן… באדעקט מיט גראז, נישט קיין הארטע שטיין…]

צוריק צו אונזער שאלה,
פון צייט צו צייט קומען אונטער פעלער אין שטוב וואס מאכן איר מסופק צו ער איז גענוג געלונגען און שטארק, און אויטאמאטיש ווערט א ספק צו ער וועט איר קענען געהעריג באזארגן.
ווי למשל אין אונזער פאל ווי זי זעט אז ער שלאפט שפעט, כאפט איר אן א שוואכקייט "אוי! אויף וועם פארלאז איך זיך?ער שטייט דאך אויף אזוי שפעט! קעו ער מיך באזארגן?"
"וואס וועט זיין דא מיט מיין עתיד, מיט מיין שטוב? ער איז דאך מיין פירער! "
ווען די ספיקות און פחדים קומען אריין אין איר זיכט זי יעצט ווי עס ארויסצוגעבן און אויסשמועסן, און צווייטנס אפשר וועט זי נאך קענען ווערן בארואיגט דורך זיין תשובה.
נו, צו וועם זאל זי גיין?
איר מאמע? חבר'טעס?
אפילו ווען זיי וועלן איר בארואיגן קומט עס נישט צו צו אפאר גוטע רואיגע ווערטער פון איר מאן.
ווער קען איר מער בארואיגן מער ווי ער אליין ווען ער נעמט עס גוט אויף און הערט איר אויס מיט א רואיגקייט און סאלידקייט?
און בכלל זי וויל דאך קענען פילן פארזיכערט, און איר פארזיכערונג איז דאך דער מאן, אויב אזוי מוז זי עס אויסשמועסן מיט אים.
[און אויך, ווען מען האט א טענה אויף איינעם קומט צו רעדן צו יענעם…]
און וועגן דעם אלעם רעדט זי זיך אויס צו אים [אין א פארעם פון פארהאלטן].

קומט אויס אז וואס זי וויל סך הכל איז זיך אויסשמועסן אירע מחשבות און געפילן, זי מיינט בכלל נישט אים צו אטאקירן זי וויל סך הכל אז ער זאל איר אויסהערן, און איר געבן די געפיל אז ער איז דא פאר איר ווען זי איז פארלוירן [ אפילו ווען עס קומט פון זיין חסרון!] און אפשר נאך לאזן וויסן אז ער פלאנט זיך צו פארבעסערן.
און זי רופט עס אן ארויפקוקן/שעצן, אבער באמת וואס זי וויל איז א שטארקע און געלונגענע מאן אויף וועם זי קען זיך אנלאנען.
דעריבער ווי רואיגער און נישט פארלוירן ער הערט איר אויס, און ווי קלארער און געשמאקער ער שמועסט מיט איר נאכדעם איבער דעם, אלס בעסער וועט זי פילן.
זי וועט פילן "איה"נ מיין מאן שלאפט שפעט, אבער ער אנטלויפט נישט, ער האט נישט מורא, ער האט זיך אין די הענט, ער זיך נאך נעמען דערצו און מצליח זיין אזוי ווי ער האט מיך יעצט אליין געזאגט [יא ווען א מאן זאגט עפעס האט עס א שטארקע כח],
איך מיין איך האב דא שטארקע רוקנביין זיך צו פארלאזן."

און דא קומט צו נאך א שטארקע נקודה,
אויב פאלט ער איר צו די פוס און אנטשולדיגט זיך און פארענטפערט זיך פול מוט פחד און מורא…
ווי א קליין קינד זי זיין מלמד, און א יונגל צו זיין מאמע,
ער ווערט פארלוירן פון אירע טענות, דאן פארלירט זי דאפעלט,
1. סיי דער עצם זאך אז ער איז נישט מסודר און ער קען איר נישט באזארגן
2. יתר על כן קומט נאך יעצט צו אז זי זעט אז ער איז בכלל נישט שטארק ביי זיך,ער ווערט פאלוירן פון א שוואכע פרוי,
האט זי שוין דאפעלט פארלוירן, ווייל יעצט האט זי שוין בכלל נישט אויף וועם זיך אנצולאנען, איינער וואס ציטערט פון איר קען זי זיך אנלאנען אויף אים?
איר וואלט זיך פארלאזט אויף א סעקיוריטי גארד וואס ציטערט פון יעדן שחור???

ווען זי זאגט אים ווען נישט אירע טענות וואלט זי זיך כאטש געקענט איינרעדן אז ער איז שטארק!
אבער יעצט אז זי האט גערעדט האט זי שוין דאס אויך פארלוירן!
קומט אויס אז עס וואלט איר שוין בעסער געווען ווען זי זאגט אים נישט איר ווייטאג און עסט זיך פון אינעווייניג...

משא"כ ווען ער האלט זיך רואיג און שטארק ווי אויבנדערמאנט,ער הערט איר אויס מיט א רואיגקייט און א מיטגעפיל, האט זי מורא'דיג שטארק הנאה.
און זי גייט ארויס מיט רווחים פון אלע זייטן
1. זי האט זיך גוט אויגעשמועסט אירע געפילן
2. ער הערט איר אויס מיט רואיגקייט און מיטגעפיל,
3. ער זאגט איר אז ער וויל זיין מסודר, וכדומה,[אויב עס איז אין פלאץ] זעט זי אז ער האט די זאך אין די הענט
4. ועל כולם וויבאלד זי זעט אז ער האלט זיך רואיג, געבט עס איר אן אויסטערלישע רואיגקייט און א געפיל פון באשיצונג, אזוי ווייט אז אלעס האט זיך איר געלוינט, פשוט צו זען אז איר מאן איז שטארק ביי זיך און מען קען זיך פארלאזן אויף אים.

און ווי רואיגער ער האלט זיך און ער ווערט נישט פארלוירן וועט זי מער הנאה האבן און עס וועט איר אי"ה מער בארואיגן.
עס קען זיין אז זי וועט עס נישט גלייך ארויסווייזן, אבער אין הארצן וועט איר בעסער ווערן.

חזקו ואמצו
הצלחה רבה
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14665
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: שלום בית אין דער ערד ? דאן קומט אריין דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

די פראבלעם איז, אז מיידלך וואקסען אויף מיט בחורים ווי מען שטייט אויף פארטאגס, ביי זיי ווערט אלע שולן פארמאכט 9 אזייגער, די לעצטע מנין איז לכאורה 8 אזייגער
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
יואל פארקאש
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2022 12:02 pm

Re: שלום בית אין דער ערד ? דאן קומט אריין דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל פארקאש »

איך בין אביסל צימישט איך פארשטיי נישט וואס דער שרייבער וויל זיך דא באציען.

איז אזוי:
לאמיר עס צוטיילן און עס אבזעריווירן.
ווען די פרוי פרעגט "וויאזוי קען איך דיך שעצן?" האט זי געלייגט א תנאי צו איר שעצונג צו איר מאן אויף א מעשה וואס די מאן טוט יא אדער נישט. לאמיר זאגן אז עס איז עפעס מיט וואס דער מאן פלאגט זיך.
געווענליך איז דאס פשט אז זי שפירט נישט אין אלגעמיין די "אהבה המקוקלת השורה" זי שפירט נישט קאנעקטעט מיט אים. ווייל ווען יא האט זי נישט קיין שאלה איבער "שעצונג". דאס איז געווענליך אן עקספרעשן איבער צימישעניש אין די מצות הבית - וואס זי פרובירט זיך ארויפצוכאפן אויף א מעשה אז זי זאל שפירן קאנטראל איבער עפעס.. עס פעהלט אין איר די "סענס אף עדשענסי". ודי בזה כי קצרתי.
דאן וואס דער מאן גייט ענפערן/פארענפערן גייט נישט העלפן.

ווייטער: ווען די פרוי זאגט "ווען מיין טאטע" האט זי גענומען איר מאן און איר צוגעגליכן צו איר טאטן. דאס איז א קאנטראלירונג טאקטיק פון וועלן בארעכטיגן עפעס. ווייל וואס האט דאס צוטוהן מיט וואס זי האט געזעהן ביי איר טאטן? אויב איז זי העפי מיט אים - ווי קומען דא אריין אנדערע מענטשן צו צוגלייכן?.. אויב האט זי באמת א פראבלעם מיט דעם אז איר מאן שטייט אויף שפעט, שטייט נישט אויף פארטאגס. דאן קען זי פלעין און פשוט מיטטיילן מיט איר מאן וואס עס שטערט איר און זיך פארשטיין און זיך דורכקומען. וואס האט דא צוטוהן מיט איר טאטע?...

איצט צום ענין פון אויפשטיין פרי:
ווען א געזונטע פרוי האט א פראבלעם מיט דעם וואס איר שטייט נישט אויף פרי און זי טיילט מיט מיט איר מאן"מאן'לע, ווייסט עס שטערט מיר ווען דו שטייסט נישט אויף פרי. איך וואלט עכט אפרישיעיד צו האבן א מאן וואס שטייט אויף פרי.
געווענליך מענטשן וועלן אדער דיסמיסן -רידשעקטן אירע געברויכן אדער וועלן מענטשן איינגיין און זיך אנטשולדיגן.

די בעסטע איז ווען דער מאן קען "אויסהערן" און "אקטיוו-אויסהערן". איר פרעגן וואס זי מיינט מיט דעם אז שטערט איר. וואס שטערט איר? וואס זענען אירע ערווארטונגן?
עס קענען זיין פארשידענע סיבות דערצו. ולא הרי זה כהרי זה. דער מאן דארף קענען הערן מיט נייגער און וואלידעיטן וואס זי שפירט. און איר מיטטיילן וואס ער שפירט ווען זי זאגט עס אים. און וואס זיינע געברויכן זענען.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6407
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: שלום בית אין דער ערד ? דאן קומט אריין דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

ונראין לי דברי ר' יואל
קיינמאל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:38 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: שלום בית אין דער ערד ? דאן קומט אריין דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל »

די פרוי האט זירא אן אנונג וואס חתונה האבן מיינט זי ברויך א גוטע כלה טיטשער אין פערטיג
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שלום בית אין דער ערד ? דאן קומט אריין דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

א מאן וואס געבט פאר דער פרוי אירע נידס געהעריג, דארף על הטבע צו באקומען שעצונג פון זיין פרוי, אפגעזען וויאזוי ער פירט זיך אויף בינו לבין עצמו. אויב האט זי טענות, קען ער פלעין זאגן: "דאס איז עס, דיין טאטע איז געווען אזוי און איך בין אזוי".
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: שלום בית אין דער ערד ? דאן קומט אריין דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

דערערדליגער האט געשריבן:
א גוטן טייערע אידן , איך האב דאס באקימען און מיין אינבאקס , לאזט מיר וויסן וואס איר זאגט דערצו
[email protected]

א

בס"ד
שאלה: וויאזוי זאל א מאן רעאגירן ווען זיין פרוי האט טענות צו אים "וויאזוי קען איך דיך שעצן ווען מיין טאטע שטייט שוין אויף פארטאגס און די שטייסט אויף 8:30 קוים קוים"
ער וויל איר פאלן צו די פוס און איבערבעטן, מסביר זיין אז בעצם שטייט ער אויף פרי נאר… וכו'
יעצט פרעגט ער וואס איז די ריכטיגע צוגאנג
תשובה: אין קורצן:
ער זאל זיך האלטן רואיג, און בכלל נישט ווערן פארלוירן פון אירע טענות.
ער זאל איר אויסהערן ווי געווענליך,אזוי ווי ער הערט איר אויס ווען איר ווייטאג האט נישט מיט זיינע פעולות.
און ער זאל איר געבן די געפיל אז ער פארשטייט איר און שטיצט איר.
אויב עס איז פאסיג זאל ער איר אויך זאגן אז ער וויל און האפט זיך צו פארבעסערן.
[און פארשטייט זיך ער זאל זען זיך צו פארבעסערן…]
און דאס אלעס זאל ער טון מיט די פולסטע מאס רואיגקייט אן קיין שום פארלוירנקייט!!!

געווענליך ענטפערט מען מיט די קומענדיגע סארט תשובות
1. מען דארף זען צו איז עס טאקע אזוי , אדער זי טרייבט איבער און באמת שטייט ער אויף שוין 7-7:30.
2. אויב איז עס אמת אז ער שטייט אויף זייער שפעט, איז זי דאך גערעכט, און ער זאל זיך טאקע נעמען אין די הענט אריין.
3. זי דארף פארשטיין אז אזויווי זי וויל נישט אז ער זאל קוקן צו זי איז אזוי גוט ווי זיין מאמע, אזוי זאל זי אים נישט פארגלייכן מיט איר טאטע.
4. ער זאל איר געבן validation, געבן די געפיל אז ער פארשטייט איר און אז זי איז גערעכט.
5. זי דארף וויסן אז זי דארף קוקן נאר אויף זיינע מעלות, און נישט זיין א משגיח און אים פארבעסערן.
6. ער זאל עס נישט נעמען פערזענליך, ער זאל אנגיין מיט א שטארקייט כאילו לא היה.
און אזוי ווייטער יעדער איינער מיט אנדערע עצות און געדאנקען.

אסאך פון די עצות זענען טאקע גוט און ריכטיג, אבער איך וויל דא צולייגן נאך א פרעספעקטיוו.
אלע נעמען אן כאילו ער האט דא א פראבלעם און ער דארף טרעפן די וועג ארויס דערפון, צו מיט אויפווייזן אדער צוריק'טענה'ן אדער קאנטער אטאקעס, יעדע מיט זיינע טכסיסי שלום.
איך וויל אבער אריינגיין אין די שורש הדברים און ווייזן אז עס איז בכלל נישט דא דא א פראבלעמאטישע מצב וואס ער דארף ראטעווען און טוישן, אלעס איז זייער גוט און ער קען ווייטער אנגיין מיט איר אזויווי פאר זי האט געזאגט די הערה.
פארשטייט זיך אז די עצם זאך אויף וואס זי איז מעורר זאל ער נישט איגנארירן, נאר שוין זען וויאזוי ער קען עס מסדר זיין און פאררעכטן.
איך רעד יעצט נאר פון דער חלק וויאזוי ער דארף זיך באנעמען צו די קשר און פרידן צווישן אים מיט איר.

כדי דאס צו קענען מסביר זיין דארפן מיר פארשטיין וואס דא גייט באמת פאר.
וואס וויל זי דא בעצם?
פארוואס זאגט זי אים בכלל אז זי קען אים נישט שעצן?
אויב זי שעצט אים זאל זי אים שעצן און אויב נישט נישט.
וואס האט דאס צו אים און פארוואס שמועסט זי זיך אויס מיט אים?
און פארוואס וויל זי אים טאקע שעצן בכלל?

נאר די זאך איז אזוי,
א פרוי וויל האבן א מאן וואס קען איר באזארגן מיט אלע באדערפענישן וואס א מאן שטעלט צו פאר זיין שטוב,
ער איז מסודר מיט פרנסה, ער האט א געהעריגע סדר היום, ער ווייסט ווי ער וויל אנקומען, און איז זיך משתדל טאקע צו מצליח זיין אין זיינע ענינים,
מיט אזא מאן איז זי רואיג אז זי וועט אלעס זיין צוגעשטעלט בעז"ה
נאך א זאך איז דא וואס פרויען דארפן שטארק,
און דאס איז א מאן וואס איז קלאר און פעסט ביי זיך, ער ווייסט וואס ער וויל, און ווערט נישט פארלוירן פון יעדן קלייניגקייט, ער האלט זיך פעסט און רואיג אין אלע מצבים.
דאס איז א סארט סאלידקייט וואס מענער האבן מער ווי פרויען, און אפילו שטארקע פרויען האבן נישט דעם מענערישע סארט פעסטקייט, און זיי דארפן צוקומען צו זייער מענער זאל זיי געבן דעם שטארקייט און פארזיכערונג.
און ווי מער ער איז פעסט און סאליד וועט זי זיך פילן מער און מער פארזיכערט, באשיצט און רואיג.
זי וועט פילן ווי זי האט א פעלזן זיך אנצולאנען [א בא'טעמ'טע פעלזן… באדעקט מיט גראז, נישט קיין הארטע שטיין…]

צוריק צו אונזער שאלה,
פון צייט צו צייט קומען אונטער פעלער אין שטוב וואס מאכן איר מסופק צו ער איז גענוג געלונגען און שטארק, און אויטאמאטיש ווערט א ספק צו ער וועט איר קענען געהעריג באזארגן.
ווי למשל אין אונזער פאל ווי זי זעט אז ער שלאפט שפעט, כאפט איר אן א שוואכקייט "אוי! אויף וועם פארלאז איך זיך?ער שטייט דאך אויף אזוי שפעט! קעו ער מיך באזארגן?"
"וואס וועט זיין דא מיט מיין עתיד, מיט מיין שטוב? ער איז דאך מיין פירער! "
ווען די ספיקות און פחדים קומען אריין אין איר זיכט זי יעצט ווי עס ארויסצוגעבן און אויסשמועסן, און צווייטנס אפשר וועט זי נאך קענען ווערן בארואיגט דורך זיין תשובה.
נו, צו וועם זאל זי גיין?
איר מאמע? חבר'טעס?
אפילו ווען זיי וועלן איר בארואיגן קומט עס נישט צו צו אפאר גוטע רואיגע ווערטער פון איר מאן.
ווער קען איר מער בארואיגן מער ווי ער אליין ווען ער נעמט עס גוט אויף און הערט איר אויס מיט א רואיגקייט און סאלידקייט?
און בכלל זי וויל דאך קענען פילן פארזיכערט, און איר פארזיכערונג איז דאך דער מאן, אויב אזוי מוז זי עס אויסשמועסן מיט אים.
[און אויך, ווען מען האט א טענה אויף איינעם קומט צו רעדן צו יענעם…]
און וועגן דעם אלעם רעדט זי זיך אויס צו אים [אין א פארעם פון פארהאלטן].

קומט אויס אז וואס זי וויל סך הכל איז זיך אויסשמועסן אירע מחשבות און געפילן, זי מיינט בכלל נישט אים צו אטאקירן זי וויל סך הכל אז ער זאל איר אויסהערן, און איר געבן די געפיל אז ער איז דא פאר איר ווען זי איז פארלוירן [ אפילו ווען עס קומט פון זיין חסרון!] און אפשר נאך לאזן וויסן אז ער פלאנט זיך צו פארבעסערן.
און זי רופט עס אן ארויפקוקן/שעצן, אבער באמת וואס זי וויל איז א שטארקע און געלונגענע מאן אויף וועם זי קען זיך אנלאנען.
דעריבער ווי רואיגער און נישט פארלוירן ער הערט איר אויס, און ווי קלארער און געשמאקער ער שמועסט מיט איר נאכדעם איבער דעם, אלס בעסער וועט זי פילן.
זי וועט פילן "איה"נ מיין מאן שלאפט שפעט, אבער ער אנטלויפט נישט, ער האט נישט מורא, ער האט זיך אין די הענט, ער זיך נאך נעמען דערצו און מצליח זיין אזוי ווי ער האט מיך יעצט אליין געזאגט [יא ווען א מאן זאגט עפעס האט עס א שטארקע כח],
איך מיין איך האב דא שטארקע רוקנביין זיך צו פארלאזן."

און דא קומט צו נאך א שטארקע נקודה,
אויב פאלט ער איר צו די פוס און אנטשולדיגט זיך און פארענטפערט זיך פול מוט פחד און מורא…
ווי א קליין קינד זי זיין מלמד, און א יונגל צו זיין מאמע,
ער ווערט פארלוירן פון אירע טענות, דאן פארלירט זי דאפעלט,
1. סיי דער עצם זאך אז ער איז נישט מסודר און ער קען איר נישט באזארגן
2. יתר על כן קומט נאך יעצט צו אז זי זעט אז ער איז בכלל נישט שטארק ביי זיך,ער ווערט פאלוירן פון א שוואכע פרוי,
האט זי שוין דאפעלט פארלוירן, ווייל יעצט האט זי שוין בכלל נישט אויף וועם זיך אנצולאנען, איינער וואס ציטערט פון איר קען זי זיך אנלאנען אויף אים?
איר וואלט זיך פארלאזט אויף א סעקיוריטי גארד וואס ציטערט פון יעדן שחור???

ווען זי זאגט אים ווען נישט אירע טענות וואלט זי זיך כאטש געקענט איינרעדן אז ער איז שטארק!
אבער יעצט אז זי האט גערעדט האט זי שוין דאס אויך פארלוירן!
קומט אויס אז עס וואלט איר שוין בעסער געווען ווען זי זאגט אים נישט איר ווייטאג און עסט זיך פון אינעווייניג...

משא"כ ווען ער האלט זיך רואיג און שטארק ווי אויבנדערמאנט,ער הערט איר אויס מיט א רואיגקייט און א מיטגעפיל, האט זי מורא'דיג שטארק הנאה.
און זי גייט ארויס מיט רווחים פון אלע זייטן
1. זי האט זיך גוט אויגעשמועסט אירע געפילן
2. ער הערט איר אויס מיט רואיגקייט און מיטגעפיל,
3. ער זאגט איר אז ער וויל זיין מסודר, וכדומה,[אויב עס איז אין פלאץ] זעט זי אז ער האט די זאך אין די הענט
4. ועל כולם וויבאלד זי זעט אז ער האלט זיך רואיג, געבט עס איר אן אויסטערלישע רואיגקייט און א געפיל פון באשיצונג, אזוי ווייט אז אלעס האט זיך איר געלוינט, פשוט צו זען אז איר מאן איז שטארק ביי זיך און מען קען זיך פארלאזן אויף אים.

און ווי רואיגער ער האלט זיך און ער ווערט נישט פארלוירן וועט זי מער הנאה האבן און עס וועט איר אי"ה מער בארואיגן.
עס קען זיין אז זי וועט עס נישט גלייך ארויסווייזן, אבער אין הארצן וועט איר בעסער ווערן.

חזקו ואמצו
הצלחה רבה
Wow זייער זייער שיין!!!!
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2129
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: שלום בית אין דער ערד ? דאן קומט אריין דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

מיין מיינונג:
פרעג איר צוריק: עס באדערט דיך אז איך שטיי אויף 8:30? קודם נעם ארויס איר טאטע פונעם פיקטשער וואס איז קאמפליטלי אירעלאווענט, און פרוביר צו פארשטיין וואס באדערט איר פערזענליך
אויב איז עס אז זי האט א בילד וויאזוי איר מאן דארף אויס זעהן צ.ב.ש. ווי איר טאטע וכדו' זיי איר שיין מסביר אז דו ביסט וואס דו ביסט און די קענסט נישט/גייסט דיך נישט טוישן, און אז זי וועט מוזן עקסעפטן דיינע שוואכקייטן פונקט ווי דו אליין מוזט עס עקסעפטן
אויב איז עס א ספעציפישע זאך וואס באדערט איר צ.ב.ש. אז זי וויל צוזאמנעמען די שטוב און דו שלאפסט נאך וכדו', איז עס גארנישט אנדערש ווי ווען איינער איז קאלט און איינער איז הייס, אדער טרעפט מען אן עצה וואס וועט ביידע צופרידן שטעלן, אדער וועט זיך איינער מוזן בייגען פארן צווייטן

א וויכטיגע כלל אין שלום בית: גערעכט איז געשטארבן!!!!!!!!!!! עס איז נישט נוגע וואס ס'דארף זיין, און ווער עס איז גערעכט, עס איז נוגע וואס ווילסטו און פארוואס, און לעומת זעה וואס וויל איך און פארוואס
קליגער פון קליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 1:58 pm

Re: שלום בית אין דער ערד ? דאן קומט אריין דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליגער פון קליג »

דער איד זאגט ריינע אמת

אבער לדעתי איז עס זייער שווער צו פראקטעצירן און די היינטיגע וועלט און ווי די פרויען שפירן גלייך מיט די מענער הי’’לת
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: שלום בית אין דער ערד ? דאן קומט אריין דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

דערערדליגער האט געשריבן:
נאר די זאך איז אזוי,
א פרוי וויל האבן א מאן וואס קען איר באזארגן מיט אלע באדערפענישן וואס א מאן שטעלט צו פאר זיין שטוב,
ער איז מסודר מיט פרנסה, ער האט א געהעריגע סדר היום, ער ווייסט ווי ער וויל אנקומען, און איז זיך משתדל טאקע צו מצליח זיין אין זיינע ענינים,
מיט אזא מאן איז זי רואיג אז זי וועט אלעס זיין צוגעשטעלט בעז"ה
נאך א זאך איז דא וואס פרויען דארפן שטארק,
און דאס איז א מאן וואס איז קלאר און פעסט ביי זיך, ער ווייסט וואס ער וויל, און ווערט נישט פארלוירן פון יעדן קלייניגקייט, ער האלט זיך פעסט און רואיג אין אלע מצבים.
דאס איז א סארט סאלידקייט וואס מענער האבן מער ווי פרויען, און אפילו שטארקע פרויען האבן נישט דעם מענערישע סארט פעסטקייט, און זיי דארפן צוקומען צו זייער מענער זאל זיי געבן דעם שטארקייט און פארזיכערונג.
און ווי מער ער איז פעסט און סאליד וועט זי זיך פילן מער און מער פארזיכערט, באשיצט און רואיג.
זי וועט פילן ווי זי האט א פעלזן זיך אנצולאנען [א בא'טעמ'טע פעלזן… באדעקט מיט גראז, נישט קיין הארטע שטיין…]
זייער פיין געשריבן. נאר צוצולייגן נאך א נקודה, די אינסעקיורעטי פילינג האט לאו דווקא מיט געלט און מיט פראוויידן די באדערפענישן, קענסט צושטעלן מכל טוב, א בלענק קרעדיט קארד וכו' און די פראבלעם וועט ווייטער נאגן. די סיבה האט מיט דעם וואס ווען א פרוי זעהט א מאן אויפשטיין שפעט (און צו אן עקסטענד אהיימקומען שפעט) באקומט זי די געפיל אז דער מאן האט פארלוירן זיין חיות, זיין מאטיוואציע, און דאס דערשרעקט איר מער פון אלעם. דא הייבט אן אריינקומען אלע מיני אינסעקיורעטי מחשבות, ער גלייכט נישט די משפחה, ער איז דעמארעלעזירט, זיין מאטיוואציע פארן לעבן איז נישטא, סאו וואס וועט דא זיין? ווי גייט זיך דאס ענדיגן?

פלוס, אונטערן באוויסטזיין הייבט אן גריבלען שולד געפילן, איך בין שולדיג, איך שטעל זיך נישט גענוג צו, איך פראווייד נישט גענוג לויט זיין געברויך וכו' וואס דאס מאכט דעם אויסברוך אויסקלאפן נאך שטארקער ווען זי פילט זיך ווי א שטיק לוזער אלעס פון דעם קליינעם טדעינדזש אין סקעדזשועל.

דער יונגערמאן דארף זיך אראפזעצן און מסביר זיין זייער שיין, דו ווייסט איך האב אנגעהויבן כאפן אז ווען כשלאף ווייניג איז מיין טאג זייער שווער, די ביסל שלאף וואס כלייג צו מאכט מיין פראדוקטיוויטי לעוולס זיין פיל העכער און מיין פיזישער און גייסטישער געזונט איז אסאך שטארקער. לוינט זיך עס נישט פאר אונז ביידע צו ענדערש עקסעפטן אזא סקעדזועל און איך בין א רוהיגערע מענטש, א רוהיגערע ארבייטער, און א רוהיגערע מאן/טאטע?

שטייצעך איינמאל דאס איז פולי אגריעט דארף ער טאקע ארבייטן צו צייגן אז ער מיינט ביזנעס און אז זיין העפליכקייט, אויפמערקזאמקייט וכו' קומט טאקע ארויף שטארקער ווי בעפאר.
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9979
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: שלום בית אין דער ערד ? דאן קומט אריין דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

דערמאנט מיר פון א מעשה, אז נאכן קריג ווען דער עולם האט געדארפט זוכן א זיווג שני לע"ע, און מ’האט זיך אזוי געפארט וואס פאר א זיווג שני איז עס גוט. רופט זיך אן די פרוי איין שבת נאך קידוש מיט די טרערן אין די אויגן. מיין אלטער מאן האט אראפ געלייגט א קידוש ווי עס דארף צו זיין, און דו? אזא טריקענע קידוש?
דער מאן מאכט זיך ווי ער הערט נישט און געגאנגען ווייטער. אפאר מינוטן שפעטער, מ’הייבט אן עסן די פיש, הערט זיך א שטילע קול ארויס פון דעם מאן, אזא פיש, איז דאס דען אין מויל צו נעמען, די אלטע פרוי פארן קריג, הוי האט זי געקענט קאכן...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7070
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: שלום בית אין דער ערד ? דאן קומט אריין דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

אז ס'ין דער ערד, מיינט עס אז עפעס קאן כאטש ארויסוואקסען דערפונען.
לעניננו, איז עס געוויסע לערערינס אין די סקול שולדיג!!! זיי לערנען אויס אז מען זאל זעהן אז דער מאן זאל זיין ****, אדער ****, און זיי צייגען אן דעם מאן אויף זיינע שוואכקייטן...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: שלום בית אין דער ערד? דאן קומט אריין דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

זייער שיין און קלאר און אמת געשריבן ר' @דערערדליגער!! ;l;p-

געפעלט מיר נאר ווי אזוי א 'דער-ערד-ליגער' קען וואונטשן פאר אנדערע 'חזקו ואמצו'..
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
דערערדליגער
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2022 4:46 pm

Re: שלום בית אין דער ערד ? דאן קומט אריין דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערערדליגער »

בס"ד
אריינבאקימען נאך עפעס און אימעיל

[email protected]

שאלה: א יונגערמאן באקלאגט זיך אז זיין ווייב ווערט עקסטרעם פרום, זיי קומען פון ערנסטע חסידישע שטובער און לעצטנס איז זי געווארן צוגעצויגן צו עקסטרעם עקסטרעמע זאכן, זי הערט דרשות און שיעורים מהלכים און הוראות און זי נעמט אלעס צו נעקסט לעוועל,
ער פון זיין זייט שלאגט זיך נישט און זעט אז די שטוב זאל ווייטער פארן על מי מנוחות, אבער ס'עסט אים אויף צוצוזען ווי זי טוישט צו צעפ , זומער מאנטל, זי טוישט די קינדער צו די פרומסטע מוסדות וכו' וכו', אלעס חשוב'ע זאכן, אבער ער וויל נישט אז זיין שטוב זאל אזוי זיין, ער איז נישט אויף דער מדריגה,
פרעגט ער צו ס'איז דא עפעס וואס ער קען טון אין דער מצב.

תשובה:שאלה גדולה שאלת, ס'טוט מיר זייער וויי צו הערן, זייער אסאך יונגערלייט האבן דאס אינדערהיים און ס'קען זיין זייער ווייטאגליך,
כ'רעד נישט פון די געווענליכע מצב וואס די פרוי שטופט געוויסע פרומע זאכן וואס שטומען בעצם מער ווייניגער מיט די מצב ה'פרומקייט וואס דער מאן האט אוועקגעשטעלט, איך רעד אויך נישט ווען זי שטופט צו אביסל מער פון זיין מצב,
מ'רעדט דא פון זאכן וואס זענען 100 שטאק העכער ווי וואס ער וויל,
נו, וואס קען מען טון?

איך וועל דא שרייבן וואס ס'זעט מיר אויס אלס א שטיקל מהלך וויאזוי דער מאן זאל אנקוקן זיך, די שטוב, און די גאנצע מצב, און אולי אז ס'וועט זיין א שטיקל תועלת, נישט אין איין טאג אבער אפשר מיט די צייט וועט עס אים בעסער ווערן.

איך וועל צוטיילן די תשובה אויף עטליכע חלקים
א. די מצב
ב.אוועקשטעלן אפאר יסודות און כללים וואס קענען זיין א הילף
ג. לעובדא למעשה, לויט די יסודות פון חלק ב וואס זאל ער טון למעשה

חלק א
די מצב בכלליות

קודם לאמיר פארשטיין, וויאזוי זעט אויס אין אנדערע שטובער וואס ווערן נישט אזוי פארפרומט,
פארוואס טאקע נישט?
וואס האלט דארט אפ די פרוי צו ציען צו עקסרעמיזם [מענער איז אן אנדערע שמועס]
עס וועט זיין א שטיקל תועלת פאר דעם מאמר.

ס'דא עטליכע סארט שטובער
1. א שטוב ווי ס'איז בכלל נישט קיין נושא צו זיין מער און מער פרום
2. א שטוב ווי דער מאן רעדט אלס פון פרומקייט און ערליכקייט, און דאס וועקט אויף אין די ווייב א חשק צו גיין עקסרעם
3. א שטוב ווי די פרוי האט פון זיך אויגפעבויט א נייגונג צו עקסטרעמקייט

וואס געשעט אין רוב שטובער ווי די פרוי ציט צו עקסרעמיזם?
געווענליך וועט זי זיך אליינס אפשטעלן, אויך וועט דער מאן עס אפשטעלן און זאגן "דאס איז צופיל" "דארפסט נישט טון דער פרומקייט" א,א,וו.

אבער דא אין דעם פאל האלט מען שוין נאכדעם,
זי האט זיך נישט אפגעשטעלט [עכ"פ נישט ווי ער וויל]
און ער האט אויך נישט מצליח געווען איר אפצושטעלן,
ער האט שוין פרובירט אלע עצות,
גערעדט מיט אלע חכמים,
זיך ארומגע'טענה'ט, אויפגעוויזן, אפגעפרעגט, ארומגעשלאגן, געוויינט און געשריגן,
אבער דא האלט מען
לא עלתה בידו כלום,

שטעלט זיך די קשיא פארוואס טאקע, מה נשתנה, וואס איז ער אנדערש ווי אנדערע שטובער און יונגעלייט וואס האבן יא מצליח געווען?
די תירוץ אויף דעם איז ביי יעדן אנדערש,און אויךיז עס נישט אזוי ווייט משנה פאר וואס איך וויל שרייבן,
אבער מיט דעם אלעם וועל איך שרייבן אפאר זאכן וואס קענען גורם זיין,
און נאכדעם וועל איך צוקומען צו מיין הוספה צום סיטואציע

די סיבות קענען זיין
א. ער האט מורא פון איר
ב. בין איך פרום אדער נישט? ער ווייסט נישט וואס צו ענטפערן פאר זיך און פאר איר, פון איין זייט וויל ער א פרומע שטוב און פון די צווייטע זייט וויל ער נישט צו פארפרומט, ער איז צוריסן פון אינעווייניג
ג. ער קוקט זיך אן שוה בשוה מיט איר, " איך האב נישט מער רעכט פון איר, איך קען נישט פאדערן אז זי זאל נישט גיין אזוי ווייט"
"ביי אונזער שטוב האט די מאן און פרוי די זעלבע רעכט צו א מיינונג"
ד. זיי קריגן זיך אסאך, זיי האבן נישט קיין געמיינזאמע שפראך, ביי אסאך זאכן, נישט דוקא דא
ה. ער קומט אריין זייער שארף קעגן די פרומקייטן, זי ציטערט "ווי וויל ער מיר דא אריינפירן?" ,ער קומט נישט אריין קלאר מסודר, "פרום יא, פארפרומט נישט" [ עכ"פ זי כאפט עס עפעס נישט"]
ו. ער איז געקלאפט ביי זיך בכלליות, מי אנכי
ועוד כמה סיבות דאס איז נאר א טיילווייזע רשימה

יעצט קענען מיר אריבערגיין צו חלק ב
געדאנקען יסודות און כללים,
סיי אויפן לעבן בכלליות און אויך אויף שלום בית

וואס איך וועל דארט אוועקשטעלן איז דריי זאכן
1. ווער פירט די שטוב און ווער וויל ער זאל עס פירן [תשובה" דער מאן, און ביידע האבן הנאה ווען ער פירט די זאך]
2. וויאזוי מ'קען זאגן זאכן מיט א רואיגקייט אפילו ווען ס'ברענט….[כבוד, EGO, אויספירן, שעפן חיות פון טון וואס איז ריכטיג און גוט]
3. ווי פיל מ'קען אויפטון מיטן רעדן [ מיט א רואיגקייט, נישט געיאגט]

פעיק ניוז האט געשריבן:
א מאן וואס געבט פאר דער פרוי אירע נידס געהעריג, דארף על הטבע צו באקומען שעצונג פון זיין פרוי, אפגעזען וויאזוי ער פירט זיך אויף בינו לבין עצמו. אויב האט זי טענות, קען ער פלעין זאגן: "דאס איז עס, דיין טאטע איז געווען אזוי און איך בין אזוי".
גערעכט אבער זיי א שטארקע מאן גיבט זיי מער רואוגקייט ווי א געטרייע
אבער פארשטייט זיך אז מ'דארף האבן ביידע

צו געזונט האט געשריבן:
אז ס'ין דער ערד, מיינט עס אז עפעס קאן כאטש ארויסוואקסען דערפונען.
לעניננו, איז עס געוויסע לערערינס אין די סקול שולדיג!!! זיי לערנען אויס אז מען זאל זעהן אז דער מאן זאל זיין ****, אדער ****, און זיי צייגען אן דעם מאן אויף זיינע שוואכקייטן...
מיר זענען נישטא צו טוישן די וועלט
מיר ווילן דא פאוקעסן זיך צו טוישן
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: שלום בית אין דער ערד ? דאן קומט אריין דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

די פרישע שאלה פון מוצאי שבת איז א ערנסטע פראבלעם. מ׳דארף אונטערברענגען די אלע האטליינס. מאכן ממש חרוב שטובער!

@דערערדליגער, (what a name) זאגסט זייער גוט. גאר גוט.
אני הוא הנער, נער המדבר
Belz123
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

Re: שלום בית אין דער ערד ? דאן קומט אריין דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Belz123 »

דערערדליגער האט געשריבן:
בס"ד
אריינבאקימען נאך עפעס און אימעיל

[email protected]

שאלה: א יונגערמאן באקלאגט זיך אז זיין ווייב ווערט עקסטרעם פרום, זיי קומען פון ערנסטע חסידישע שטובער און לעצטנס איז זי געווארן צוגעצויגן צו עקסטרעם עקסטרעמע זאכן, זי הערט דרשות און שיעורים מהלכים און הוראות און זי נעמט אלעס צו נעקסט לעוועל,
ער פון זיין זייט שלאגט זיך נישט און זעט אז די שטוב זאל ווייטער פארן על מי מנוחות, אבער ס'עסט אים אויף צוצוזען ווי זי טוישט צו צעפ , זומער מאנטל, זי טוישט די קינדער צו די פרומסטע מוסדות וכו' וכו', אלעס חשוב'ע זאכן, אבער ער וויל נישט אז זיין שטוב זאל אזוי זיין, ער איז נישט אויף דער מדריגה,
פרעגט ער צו ס'איז דא עפעס וואס ער קען טון אין דער מצב.

תשובה:שאלה גדולה שאלת, ס'טוט מיר זייער וויי צו הערן, זייער אסאך יונגערלייט האבן דאס אינדערהיים און ס'קען זיין זייער ווייטאגליך,
כ'רעד נישט פון די געווענליכע מצב וואס די פרוי שטופט געוויסע פרומע זאכן וואס שטומען בעצם מער ווייניגער מיט די מצב ה'פרומקייט וואס דער מאן האט אוועקגעשטעלט, איך רעד אויך נישט ווען זי שטופט צו אביסל מער פון זיין מצב,
מ'רעדט דא פון זאכן וואס זענען 100 שטאק העכער ווי וואס ער וויל,
נו, וואס קען מען טון?

איך וועל דא שרייבן וואס ס'זעט מיר אויס אלס א שטיקל מהלך וויאזוי דער מאן זאל אנקוקן זיך, די שטוב, און די גאנצע מצב, און אולי אז ס'וועט זיין א שטיקל תועלת, נישט אין איין טאג אבער אפשר מיט די צייט וועט עס אים בעסער ווערן.

איך וועל צוטיילן די תשובה אויף עטליכע חלקים
א. די מצב
ב.אוועקשטעלן אפאר יסודות און כללים וואס קענען זיין א הילף
ג. לעובדא למעשה, לויט די יסודות פון חלק ב וואס זאל ער טון למעשה

חלק א
די מצב בכלליות

קודם לאמיר פארשטיין, וויאזוי זעט אויס אין אנדערע שטובער וואס ווערן נישט אזוי פארפרומט,
פארוואס טאקע נישט?
וואס האלט דארט אפ די פרוי צו ציען צו עקסרעמיזם [מענער איז אן אנדערע שמועס]
עס וועט זיין א שטיקל תועלת פאר דעם מאמר.

ס'דא עטליכע סארט שטובער
1. א שטוב ווי ס'איז בכלל נישט קיין נושא צו זיין מער און מער פרום
2. א שטוב ווי דער מאן רעדט אלס פון פרומקייט און ערליכקייט, און דאס וועקט אויף אין די ווייב א חשק צו גיין עקסרעם
3. א שטוב ווי די פרוי האט פון זיך אויגפעבויט א נייגונג צו עקסטרעמקייט

וואס געשעט אין רוב שטובער ווי די פרוי ציט צו עקסרעמיזם?
געווענליך וועט זי זיך אליינס אפשטעלן, אויך וועט דער מאן עס אפשטעלן און זאגן "דאס איז צופיל" "דארפסט נישט טון דער פרומקייט" א,א,וו.

אבער דא אין דעם פאל האלט מען שוין נאכדעם,
זי האט זיך נישט אפגעשטעלט [עכ"פ נישט ווי ער וויל]
און ער האט אויך נישט מצליח געווען איר אפצושטעלן,
ער האט שוין פרובירט אלע עצות,
גערעדט מיט אלע חכמים,
זיך ארומגע'טענה'ט, אויפגעוויזן, אפגעפרעגט, ארומגעשלאגן, געוויינט און געשריגן,
אבער דא האלט מען
לא עלתה בידו כלום,

שטעלט זיך די קשיא פארוואס טאקע, מה נשתנה, וואס איז ער אנדערש ווי אנדערע שטובער און יונגעלייט וואס האבן יא מצליח געווען?
די תירוץ אויף דעם איז ביי יעדן אנדערש,און אויךיז עס נישט אזוי ווייט משנה פאר וואס איך וויל שרייבן,
אבער מיט דעם אלעם וועל איך שרייבן אפאר זאכן וואס קענען גורם זיין,
און נאכדעם וועל איך צוקומען צו מיין הוספה צום סיטואציע

די סיבות קענען זיין
א. ער האט מורא פון איר
ב. בין איך פרום אדער נישט? ער ווייסט נישט וואס צו ענטפערן פאר זיך און פאר איר, פון איין זייט וויל ער א פרומע שטוב און פון די צווייטע זייט וויל ער נישט צו פארפרומט, ער איז צוריסן פון אינעווייניג
ג. ער קוקט זיך אן שוה בשוה מיט איר, " איך האב נישט מער רעכט פון איר, איך קען נישט פאדערן אז זי זאל נישט גיין אזוי ווייט"
"ביי אונזער שטוב האט די מאן און פרוי די זעלבע רעכט צו א מיינונג"
ד. זיי קריגן זיך אסאך, זיי האבן נישט קיין געמיינזאמע שפראך, ביי אסאך זאכן, נישט דוקא דא
ה. ער קומט אריין זייער שארף קעגן די פרומקייטן, זי ציטערט "ווי וויל ער מיר דא אריינפירן?" ,ער קומט נישט אריין קלאר מסודר, "פרום יא, פארפרומט נישט" [ עכ"פ זי כאפט עס עפעס נישט"]
ו. ער איז געקלאפט ביי זיך בכלליות, מי אנכי
ועוד כמה סיבות דאס איז נאר א טיילווייזע רשימה

יעצט קענען מיר אריבערגיין צו חלק ב
געדאנקען יסודות און כללים,
סיי אויפן לעבן בכלליות און אויך אויף שלום בית

וואס איך וועל דארט אוועקשטעלן איז דריי זאכן
1. ווער פירט די שטוב און ווער וויל ער זאל עס פירן [תשובה" דער מאן, און ביידע האבן הנאה ווען ער פירט די זאך]
2. וויאזוי מ'קען זאגן זאכן מיט א רואיגקייט אפילו ווען ס'ברענט….[כבוד, EGO, אויספירן, שעפן חיות פון טון וואס איז ריכטיג און גוט]
3. ווי פיל מ'קען אויפטון מיטן רעדן [ מיט א רואיגקייט, נישט געיאגט]

הצלחה רבה
חזקו ואמצו
This can be a very dangerous situation

He needs a real professional to valuate
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 17363
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: שלום בית אין דער ערד ? דאן קומט אריין דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

Belz123 האט געשריבן:

This can be a very dangerous situation

He needs a real professional to valuate
;l;p-
בניהו האט געשריבן:
די פרישע שאלה פון מוצאי שבת איז א ערנסטע פראבלעם. מ׳דארף אונטערברענגען די אלע האטליינס. מאכן ממש חרוב שטובער!

@דערערדליגער, (what a name) זאגסט זייער גוט. גאר גוט.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

Re: שלום בית אין דער ערד ? דאן קומט אריין דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

וואס הייסט זי טוישט צו פרומסטע מוסדות.
דאס מיידל לערנט אין א סקול, און די מאמע נעמט ארויס דאס קינד און טוישט צו אן אנדערע סקול? ס׳ארבעט נישט אזוי.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: שלום בית אין דער ערד ? דאן קומט אריין דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

מצלמה האט געשריבן:
וואס הייסט זי טוישט צו פרומסטע מוסדות.
דאס מיידל לערנט אין א סקול, און די מאמע נעמט ארויס דאס קינד און טוישט צו אן אנדערע סקול? ס׳ארבעט נישט אזוי.
ליידער יא. א פרישע ערשיינונג אין אסאך שטובער
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4312
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: שלום בית אין דער ערד ? דאן קומט אריין דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

בניהו האט געשריבן:
די פרישע שאלה פון מוצאי שבת איז א ערנסטע פראבלעם. מ׳דארף אונטערברענגען די אלע האטליינס. מאכן ממש חרוב שטובער!

@דערערדליגער, (what a name) זאגסט זייער גוט. גאר גוט.
טויזנט פראצענט!

איך זאג אלץ פאר די בני בית אז א פרוי וואס טוישט צו א שפיצל (אדער עניטינג עלס) ווייל דער מאן האט דאס דורכגעטאן און ע''פ הלכה איז 'ער' צוגעקומען אז דאס איז מער אויסגעהאלטן און זי שטעלט זיך צו, אויף איר דארף מען ארויפקוקן, און א פרוי וואס טוישט זיך צו עניטינג ווייל זי האט אויסגעהערט טל של תחי', בית נאמן, קול הלשון, קול באשה ערוה, וכל שום וחניכא דאית להו, איז א חורבן עולם און ס'איז נישט דא וואס ארויפצוקוקן.

א נייע תורה געווארן ביי כלל ישראל, האטליין'ס, פאר מענער און פרויען צוגלייך.
בניסן נגאלו בניסן עתידין ליגאל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שלום בית אין דער ערד ? דאן קומט אריין דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דערערדליגער האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
א מאן וואס געבט פאר דער פרוי אירע נידס געהעריג, דארף על הטבע צו באקומען שעצונג פון זיין פרוי, אפגעזען וויאזוי ער פירט זיך אויף בינו לבין עצמו. אויב האט זי טענות, קען ער פלעין זאגן: "דאס איז עס, דיין טאטע איז געווען אזוי און איך בין אזוי".
גערעכט אבער זיי א שטארקע מאן גיבט זיי מער רואוגקייט ווי א געטרייע
אבער פארשטייט זיך אז מ'דארף האבן ביידע
צו קענען זאגן "אזוי בין איך" דארף מען האבן שטארקייט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית אין דער ערד ? דאן קומט אריין דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

quote="בעלז123"
This can be a very dangerous situation

He needs a real professional to valuate[/quote]

dangerous פארוואס?

ווי ער לייגט אראפ די מצב זעט מיר אויס אז ער האלט שוין לאנג נאכדעם
אודאי אויב האט ער נאכנישט געזיכט די ריכטיגע הילף, יעמוד
ס'ארעפט זיך נישט לייכט אבער ס'דא גוטע
ביטע וואוטשן
לעצט פארראכטן דורך קלארערהייט אום זונטאג דעצעמבער 11, 2022 3:16 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית אין דער ערד ? דאן קומט אריין דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

דערערדליגער האט געשריבן:

און דא קומט צו נאך א שטארקע נקודה,
אויב פאלט ער איר צו די פוס און אנטשולדיגט זיך און פארענטפערט זיך פול מוט פחד און מורא…
ווי א קליין קינד זי זיין מלמד, און א יונגל צו זיין מאמע,
ער ווערט פארלוירן פון אירע טענות, דאן פארלירט זי דאפעלט,
1. סיי דער עצם זאך אז ער איז נישט מסודר און ער קען איר נישט באזארגן
2. יתר על כן קומט נאך יעצט צו אז זי זעט אז ער איז בכלל נישט שטארק ביי זיך,ער ווערט פאלוירן פון א שוואכע פרוי,
האט זי שוין דאפעלט פארלוירן, ווייל יעצט האט זי שוין בכלל נישט אויף וועם זיך אנצולאנען, איינער וואס ציטערט פון איר קען זי זיך אנלאנען אויף אים?
איר וואלט זיך פארלאזט אויף א סעקיוריטי גארד וואס ציטערט פון יעדן שחור???
אינטערעסאנטע פוינט
מ'דארף אריינטראכטן

מיין חתן רביס האבן געלערנט אז כ'זאל זיכער מאכן זי איז אלעמאל צופרידן,
מיינט עס נישט פאלן צו די פוס און איבערבעטן?
און יא, אזוי ווי א קליין קינד צו זיין מלמד כלשונך הזהב ?
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”