מארק-אפ אויף גראסערי אייטעמס

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

מארק-אפ אויף גראסערי אייטעמס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

דעם וויקענד איז מיר אויסגעקומען צו שמועסן מיט א דיסטריביוטער פון גראסערי אייטעם'ס דווקא נישט קיין לוקסוס, נאר זאכן וואס זענען חיי נפש, ער טענה'ט אז די גראסעריס לייגן ארויף צווישן 100-150% מארק-אפ אויף לעבנסוויכטיגע פראדוקטן, איך וואלט געוואלט הערן מער צווישן מענטשן דא אויב דאס איז ריכטיג, און אויב דאס איז בארעכטיגט.
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: מארק-אפ אויף גראסערי אייטעמס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

געווענליכע קאמפעניס לייגן אויך 100% אבער לעבנס וויכטיגע זאכן 100/150 אין זאכן וואס מען קויפט טעגליך איז איבער געטריבן!!!
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3646
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: מארק-אפ אויף גראסערי אייטעמס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

נישט ריכטיג.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
שפעטער
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2022 12:40 pm

Re: מארק-אפ אויף גראסערי אייטעמס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפעטער »

איך טראכט אז אויב שוין יא איז עס נאר ביי אייטעמס וואס קאסטן ווייניגער פון איינס אדער צוויי טאלער
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: מארק-אפ אויף גראסערי אייטעמס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

שפעטער האט געשריבן:
איך טראכט אז אויב שוין יא איז עס נאר ביי אייטעמס וואס קאסטן ווייניגער פון איינס אדער צוויי טאלער
הלואי!
אוועטאר
שפעטער
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2022 12:40 pm

Re: מארק-אפ אויף גראסערי אייטעמס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפעטער »

יקוש פייוויש האט געשריבן:
שפעטער האט געשריבן:
איך טראכט אז אויב שוין יא איז עס נאר ביי אייטעמס וואס קאסטן ווייניגער פון איינס אדער צוויי טאלער
הלואי!
איך ווייס טאקע נישט! איז דען שייך אז אויף א פלעשל מילך וואס מ'טשארזשט לאמיר זאגן $3 מאכן זיי א גאנצע $1.50 ?
א פלעשל מאיאנעז פון $5 מאכן זיי מער פון $2.50 איטש?
ענף עץ עבות
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 11:43 am

Re: מארק-אפ אויף גראסערי אייטעמס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענף עץ עבות »

כפרה האט געשריבן:
דעם וויקענד איז מיר אויסגעקומען צו שמועסן מיט א דיסטריביוטער פון גראסערי אייטעם'ס דווקא נישט קיין לוקסוס, נאר זאכן וואס זענען חיי נפש, ער טענה'ט אז די גראסעריס לייגן ארויף צווישן 100-150% מארק-אפ אויף לעבנסוויכטיגע פראדוקטן, איך וואלט געוואלט הערן מער צווישן מענטשן דא אויב דאס איז ריכטיג, און אויב דאס איז בארעכטיגט.
אזוי לאנג עס איז דא קאמפעטישאן איז נישט מעגליך ארויף צי לייגען מער ווי 35-50%
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: מארק-אפ אויף גראסערי אייטעמס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

איך האב נישט די האולסעיל פרייזן פון אלע אייטעם'ס אבער איינער האט מיר צוגעוויזן די תגובה http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 2#p3308172 די פרייזן פון קמח און בלום'ס, סא 8 פעקלעך מעל קאסט לויט די נייע פרייז $27, קומט אויס $3.37 איין פעקל מעהל. די פרייז אין גראסערי איז $5.89 דאס איז א 75% מארק-אפ אויף א בעיסיק אייטעם נישט קיין לוקסוס. https://www.hatzlachakosher.com/search/ ... uct=295115

(און עס קען זיין אז די פרייז איז די ליסט פרייס, און גראסעריס באקומען א געוויסע פראצענט ביליגער)
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3646
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: מארק-אפ אויף גראסערי אייטעמס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

גראסעריס לייגן נישט מער ווי 30-40 פראצענט מארקאפ.

אויף Produce מאכן זיי די מערסטע מיינעך.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
בעיביסיטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 11:20 pm

Re: מארק-אפ אויף גראסערי אייטעמס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעיביסיטער »

פוילער האט געשריבן:
גראסעריס לייגן נישט מער ווי 30-40 פראצענט מארקאפ.

אויף Produce מאכן זיי די מערסטע מיינעך.
פרידזש און פריזער אויך
לויתן
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 02, 2022 9:36 pm

Re: מארק-אפ אויף גראסערי אייטעמס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לויתן »

פוילער האט געשריבן:
גראסעריס לייגן נישט מער ווי 30-40 פראצענט מארקאפ.

אויף Produce מאכן זיי די מערסטע מיינעך.
אין וויאזוי שטימט עס מיט איין תגובה פאר דיר?
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: מארק-אפ אויף גראסערי אייטעמס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

איך לייג ארויף א פיל פיל גרעסערע מארקאפ

אויב איז מיין סערוויס לעבנסוויכטיג טאר איך נישט?


א גראסערי מוז קענען מאכן געלט. ער דארף באצאלן רענט, די ארבעטערס, עלעקטריק, און ער ברויך קענען חתונה מאכן די קינדער

וויפיל גראסערי אונערס זענען עשירים?

און פארגעס נישט אז ער ארבעט יעדן טאג אריינגערעכנט פורים און חול המועד


יעצט איז די שאלה וויפיל מוז ער ארויפלייגן כדי צו קענען פארדינען באקוועם
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: מארק-אפ אויף גראסערי אייטעמס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ווי ווייט איך ווייס דמיון'ט איינער דא בגדול.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: מארק-אפ אויף גראסערי אייטעמס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

הענדימען האט געשריבן:
איך לייג ארויף א פיל פיל גרעסערע מארקאפ
1 דיין אייטעם איז נישט אזאך וואס יעדע מענטש קויפט אסאך פין דיך יעדע וואך.
אויב איז מיין סערוויס לעבנסוויכטיג טאר איך נישט?


א גראסערי מוז קענען מאכן געלט. ער דארף באצאלן רענט, די ארבעטערס, עלעקטריק, און ער ברויך קענען חתונה מאכן די קינדער

וויפיל גראסערי אונערס זענען עשירים?
3 אסאך
און פארגעס נישט אז ער ארבעט יעדן טאג אריינגערעכנט פורים און חול המועד
4 זיי האבן מענעדזשערס זיי דארפן נישט אייביג אריינגיין

יעצט איז די שאלה וויפיל מוז ער ארויפלייגן כדי צו קענען פארדינען באקוועם
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: מארק-אפ אויף גראסערי אייטעמס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

יעצט זיי מוחל און ענטפער אויף דעם
latter האט געשריבן:
אויב איז מיין סערוויס לעבנסוויכטיג טאר איך נישט?
כדי צו מאכן א נארמאלע לעבן מוז מען לייגן כך וכך מארקאפ, יעצט איז ער א מוצלח'דיגע געשעפט מוז ער רעכענען ווייניגער?


אגב. מאכן 200 אלפים א יאר מיינט אן עושר?


איינער וואס האט מענעדזשערס רוקט געווענליך גאר אסאך סחורה. מאכט סענס?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: מארק-אפ אויף גראסערי אייטעמס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

הענדימען האט געשריבן:
איך לייג ארויף א פיל פיל גרעסערע מארקאפ
פון וואנענט ווייסט איר אז די מארק-אפ וואס איר לייגט ארויף איז בארעכטיגט?
הענדימען האט געשריבן:
אויב איז מיין סערוויס לעבנסוויכטיג טאר איך נישט?
ריכטיג, אויב דאס לעבן פון טויזענטער משפחות און קינדער'ס לעבנ'ס זענען אנגעוואנדען אין אייער מעשים דארפט איר וויסן אז אייערע מעשים וועלן האבן אן אנקלאנג ביים יום הדין.
הענדימען האט געשריבן:
א גראסערי מוז קענען מאכן געלט. ער דארף באצאלן רענט, די ארבעטערס, עלעקטריק, און ער ברויך קענען חתונה מאכן די קינדער
ווער זאגט אז נישט
הענדימען האט געשריבן:
וויפיל גראסערי אונערס זענען עשירים?
אסאך מער פון די וואס זענען נישט.
הענדימען האט געשריבן:
און פארגעס נישט אז ער ארבעט יעדן טאג אריינגערעכנט פורים און חול המועד
מיין הארץ גייט אויס פאר זיי. לבי לבי על מחלליהם...
הענדימען האט געשריבן:
יעצט איז די שאלה וויפיל מוז ער ארויפלייגן כדי צו קענען פארדינען באקוועם
אה. יעצט פרעגט איר די ריכטיגע קשיא
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
אוועטאר
bundel
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 9:18 pm

Re: מארק-אפ אויף גראסערי אייטעמס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bundel »

פרוכט אין וועדשטעבלס אפשר יא אפילו ברויט. קען האבן א גרעסערע מארקאפ
אבער סתם שעלף אייטעמס וואס עקספייערד נישט לייגט מען נישט מער ווי 35%
אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע: משה זוכמעך

Re: מארק-אפ אויף גראסערי אייטעמס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראַדע »

פוילער האט געשריבן:
גראסעריס לייגן נישט מער ווי 30-40 פראצענט מארקאפ.

אויף Produce מאכן זיי די מערסטע מיינעך.
אויך געוויסט אזאנע נומבערס.

זיי וואלטען געמעגט רידוסען די פערצענט אביסעל און די יעצטיגע תקופה.

אגב. געהערט פון א דעסטריבעטיר אז פלעסטיק איז לעיטלי אראפ אבער גראסעריס זענען נישט, און אזוי איז דא נאך אזאנע פראדוקטס.. גראסעריס גייען ארויף ווען זיי הערן נאר אמע גייט ארויפגיין, אפי' אויף די אלטע פראדוקטס..

ווי אויך האבעך געהערט פון א קאמפעני וואס גייט נישט אראפ וויל די גראסעריס גייען סייווי נישט אראפגיין, טא פארוואס זאלעך אראפגיין..

ירא הקהל וישפוט
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע: משה זוכמעך

Re: מארק-אפ אויף גראסערי אייטעמס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראַדע »

הענדימען האט געשריבן:
יעצט זיי מוחל און ענטפער אויף דעם
latter האט געשריבן:
אויב איז מיין סערוויס לעבנסוויכטיג טאר איך נישט?
כדי צו מאכן א נארמאלע לעבן מוז מען לייגן כך וכך מארקאפ, יעצט איז ער א מוצלח'דיגע געשעפט מוז ער רעכענען ווייניגער?


אגב. מאכן 200 אלפים א יאר מיינט אן עושר?


איינער וואס האט מענעדזשערס רוקט געווענליך גאר אסאך סחורה. מאכט סענס?
כדי צו מאכן א נארמאלע לעבן מיזערניש מאכן ד זעלבע מארקאפ.. לאמיר עס אביסעל מסביר זיין ע"פ משל, לאמיר זאגען אז אייער קאסט זיי $3 אין זיי לייגן צו 30% קומט אויס זיי בעטן $3.90, יעצט טאמער די פרייז גייט ארויף און ס'קאסט זיי $4 דאלער גייען זיי בעטן דערפאר $5.20. פארוואס עפעס? בעט $4.90

מ' רעדט דא פון יודן וואס זעהן ווי אנדערע אידן מיטשען זיך פאר ברויט און מילך, קומט נישט אריין אז יעצט איזער מוצלח'דיג.
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
מצא
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 6:53 pm

Re: מארק-אפ אויף גראסערי אייטעמס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצא »

עי' ב"מ דף מ סוף ע"א וברש"י שם ריש ע"ב ווי די גמ' רעכנט אויס וויפיל ריוח א געשעפט מעג מאכן אויף דברים שיש בהם חיי נפש (וויין וד"ל) נאך די הוצאות.
משמע אז מ'מעג פרובירן אויסצורעכענען
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: מארק-אפ אויף גראסערי אייטעמס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

הענדימען האט געשריבן:

אויב איז מיין סערוויס לעבנסוויכטיג טאר איך נישט?
אז א באטל פארמילע קאסט 40$? ניין סאיז בליטיג

די פרייז איז א משל צי וואס סקימט פאר
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
לויתן
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 02, 2022 9:36 pm

Re: מארק-אפ אויף גראסערי אייטעמס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לויתן »

ווען משטעלט ארויס א פרייז שיט איז עס געווענליך די אפיציעלע פרייז וואס מבעט, אין נאר די קלענסטער קארנער גראסערי צאלט די פרייז,

אזוי איז דער נארמאלער סדר אין ביזנעס, אין סזייער שטארק מסתבר אז די גרויסע גראסעריס צאלן פיל ביליגער,
עימעקס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 05, 2022 7:14 pm

Re: מארק-אפ אויף גראסערי אייטעמס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עימעקס »

כ'ווייס נישט וואס מען צילט, אבער אנאנימע ניקים ברענגען ליקט צעטלעך פון בלומס און אטאקירן הצלחה גראסערי. דאס טוען ענק בפועל.

בעסערע מהלכים? וואס איז דאס מיין תפקיד אדער אייער תפקיד? אפשר זאגסטו, יענער, פלוני. דאס איז אייער האומווארק צו טרעטן אויף די גראסערי אייגענטומער מיט באפעלן וויאזוי ענק געפעלט לויט ענקער מעכטיגע "ריסערטש"?

סטו געהערט אזאנס, ער האט "געטראפן" א צעטל פון בלומס, קמח, און פייניגט עפעס א היימישע גראסערי על לא עוול בכפו.

האסט שוין געזאגט שקויעך פאר די היימישע געז סטעישאן פאר אראפלאזן די געז פרייזן אזוי דראמאטיש...?

לאטס לעבן ענקערע אייגענע ברידער און שוועסטער, בעטס ביים הייליגן באשעפער א שפע רב פון אסאך געלט צו קענען קויפן וואס מוויל בהרחבה גדולה, און מזאל זוכה זיין צו פארגינען יענעם אלעס בלי שום מכשול ואנחה, און מ'זאל זוכה זיין צו פירן די אייגענע ביזנעס/דזשאב 100 פראצענט נקי שבעתיים מזוקקים אן קיין טראפ נעגאטיווע געפילן פון קיינעם בעולם.
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2890
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: מארק-אפ אויף גראסערי אייטעמס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

עימעקס האט געשריבן:

לאטס לעבן ענקערע אייגענע ברידער און שוועסטער.
ס'דא מער ''ברודער און שוועסטער'' וואס ליידן פון דעי הויעכע פרייזן אויף לעבנסוויכטיגע גראסערי אייטעמס ווי "ברודער און שוועסטער'' וואס פירן גראסערי'ס... סוי אויב דארף מען טשוזן מיט וועם צו האבן סימפאטיע איז דער אויסוואל זייער גרינג! און אמר''ש כ'פארגין דיר יעדע פעני עקסטרע וואס דו האסט פארדינט פון דיין גראסערי זייט די גאנצע עסן פרייזן ארויפשרויף.
געשריבן דורך: נעכטן
לויתן
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 02, 2022 9:36 pm

Re: מארק-אפ אויף גראסערי אייטעמס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לויתן »

עימעקס האט געשריבן:
כ'ווייס נישט וואס מען צילט, אבער אנאנימע ניקים ברענגען ליקט צעטלעך פון בלומס און אטאקירן הצלחה גראסערי. דאס טוען ענק בפועל.

בעסערע מהלכים? וואס איז דאס מיין תפקיד אדער אייער תפקיד? אפשר זאגסטו, יענער, פלוני. דאס איז אייער האומווארק צו טרעטן אויף די גראסערי אייגענטומער מיט באפעלן וויאזוי ענק געפעלט לויט ענקער מעכטיגע "ריסערטש"?

סטו געהערט אזאנס, ער האט "געטראפן" א צעטל פון בלומס, קמח, און פייניגט עפעס א היימישע גראסערי על לא עוול בכפו.

האסט שוין געזאגט שקויעך פאר די היימישע געז סטעישאן פאר אראפלאזן די געז פרייזן אזוי דראמאטיש...?

לאטס לעבן ענקערע אייגענע ברידער און שוועסטער, בעטס ביים הייליגן באשעפער א שפע רב פון אסאך געלט צו קענען קויפן וואס מוויל בהרחבה גדולה, און מזאל זוכה זיין צו פארגינען יענעם אלעס בלי שום מכשול ואנחה, און מ'זאל זוכה זיין צו פירן די אייגענע ביזנעס/דזשאב 100 פראצענט נקי שבעתיים מזוקקים אן קיין טראפ נעגאטיווע געפילן פון קיינעם בעולם.
סא וואס האסטי געזאגט וואס זענען די בעסערע מהלכים??

די ווייסט אויך אז ער מיינט נישט בלום'ס און ער מיינט נישט הצלחה, אלע זענען בערך די זעלבע,

און יא אז איינער זעט ווי גראסעריס אין פירמעס רייטן אויפן ציבור מעג מען און ממיז מאכן אן עווערנוס אז מזאל קויפן וואס מקען ביי אלגעמיינע געשעפטן, אין דאס וועט האלטן די פרייזן,

מיטן אויפקלערן וואס די היימישע געשעפטן טיען, אין אדאנק דעם וועלן אידן קויפן מער און אלגעמיינע געשעפטן און מיט דעם שפארן געלט פין אידן וואס מיטשענען זיך צי באצאלן די בילס, איז ווערט י רעדן דערפין, אפילו מזאל גארנישט אויפטוען מיט די פירמעס,

קאמפטישן איז זייער וויכטיג פארן קאנסומער, און ביי די היימיש מאקרעט איז עס ליידער נישט דא געהעריג, די אידישע לייפסטייל קאסט שוין אזוי געניג הויך, מ'ברויך עס נישט העכער מאכן ווייל ס'איז דא אפאר געלט גייציגע פירמעס,
לעצט פארראכטן דורך לויתן אום מיטוואך אוגוסט 17, 2022 10:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”