ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

עסן און טרינקען, גראסעריס און רעסטוראנטן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

Ozd האט געשריבן:
כ'מיין אז די מערכה איז דא איז אונטערגעשטעלט דורך מיימאנדיס שפיטאל כדי אוועקצונעמען די עטטענטשען פון די מערכה קעגן זיי...

בערך אזוי קוקען אויס די שפעקולאציעס / פאקטן דא...

פירן א גראסערי איז גאר גאר א שווערע ארבעט. מ'דארף צופרידען שטעלן טויזענטע מענטשן! ס'שווערע שעות, ס'שווער צו טרעפן און האלטן "גוטע" מענעדשערס, יעדן טאג דארף מען שלום מאכן מיט א קאסטומאר, ארבעטער, סאפלייער, אידן, גוים וכו',

יא, ער מאכט געלט. אבער ער לעבט נישט פון "דיר", ער לעבט פון דעם וואס טויזענטע מענטשן מאכן גרויסע ארדערס, פרוטה פרוטה מצטרפת.

אחרי ככלות הכל איז יעדע מענטש "אינטייטעלט" צו קויפן וואו ער וויל און וואס ער וויל. פארוואס א "מערכה"?

אדרבה, זאל יעדע יחיד איבערקוקען זיין רעסיפט און זיך אליינס פארהאלטן הלמאי ער קויפט און ווארפט געלט אויף אומוויכטיגע זאכן.
מאך אליינס טאמעיטא דיפ, שנייד אליינס די קענטעלאופ, און באק אליינס ברויט! יא, ס'גרינגער ווי די מיינסט.

אויב שוין יא א מערכה, אפשר א קעגן די פלייש געשעפטן.... זאלן די מוסדות נישט מאכן אזויפיל געלט... אה?
פירן א גראסערי איז גאר גאר א שווערע ארבעט. אמת.

הגם, איעדע ביזנעס איז שווער, אבער פירן א גראסערי איז עקסטער שווער.
און מיר ווייסן דאס.

און טאקע דערפאר פראבירן מיר נישט אראפרייסן די קליינע גראסעריס, אדער די גרויסע גראסעריס וואס רייסן נישט פרייזן אין די וועלט אריין.
און אויב האט איר גוט געליינט, וועט איר זען אז די עיקר וואס מען שרייבט דא איז אז מען זאל נישט צולאזן די זעלבע פאר גרויסע דיסטריביוטערס וואס פארקויפן רוב פון די כשר'ע עסן אין די היימישע מארקעט, זאלן העכרן די פרייזן אין די וועלט אריין. ליינט גוט וועט איר זען ווי רוב שרייבערס דא מאכן א מערכה מען זאל מער שטיצן די קלענערע ברענדס.

אבער א מערכה עס איז. פרייזן זענען היינט דאבעלט ווי פאר צוויי יאר צירוק אויף גאר אסאך אייטעמס. אבער wages האט זיך נישט געדאבעלט.
קיינער צווינגט אונז נישט צו קויפן טאמעיטא דיפ. אמת. ענד געס וואט, עס קומט א מצב אז דער עולם וועט עס אויפהערן קויפן. איעדע אינגערמאן קען נעמען א פאר טאמעיטעס, אפאר ציינדלעך קנאבעל, אביסל אויף און פעפער און אריינווארפן אין בלענדער.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
Ozd
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 26, 2017 12:17 pm
פארבינד זיך:

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ozd »

יאפ.
סאו אפשר זאל מען מאכן אזא "גמליאל אויפוואכאינג".

1) מיסיס גמליאל באקט /קאכט אליינס פ'אטעטא סעלעד!

2) גמליאל קויפט JJ קאפעטשינאו בלויז לכבוד ראש חודש!

3) גמליאל ניצט נישט Uber eats.

4) שלומי בן גמליאל קען אליינס קאכן און צוקוועטשן אייער!

איין אזא טעיקאוט מיטאג ווישט אף די ריווח פון קלויבן ברענדס.
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

וועלכע נארמאלע מענטש קויפט אלעס?

נאר איינער וואס קען, אדער איינער וואס מיינט אז דער מאן/טאטע/שווער וועט שוין באצאלן.

וואס יא? אמאל א שווערע טאג, אדער איינער וואס ארבייט שווער דאנערשטיג נאכט, וכדומה. קויפט אמאל דאס, און אמאל יענץ.

אדער למשל איינער וואס עסט מייאנעיז 3 לעפלעך א וואך, קען דאך נישט אליין מאכן, ווייל עס וועט גיין אין מיסט.
קויפט ער און עס האלט זיך אפאר וואכן.

דער עיקר נושא איז נישט טאמעיטא דיפ, נאר ענדערש דער אינגרידיענס.
מ'רעדט נישט פון מאכן ביליגער א טאפ טשולעעט, נאר ענדערש די רויע בונדעלעך זאל נישט טייערע ווערן.

איי, ווען מ'פארפאסט א פליגער, און מ'כאפט דער נעקסטע וואס לאנדעט פרייטיג כחצות היום, און מ'גייט איינקויפן גרייטע עסן? אדער מ'האט געבוירן א קינד, אדער א שידוך געטוהן דאנערשטיג שפעט אינדערנאכט אריין? דעמאלס עז עי וואן טיים שאט, וועט מען טאקע צאלן מער.

דער עיקר איז חיי יום יום.

ניין, זאג מיר נישט אז איך זאך אליין באקן דער ברויט, אדער אליין מאכן קעטשאפ.
כ'קען נישט.
גענוג אז וואס איך מאך יא אליין איז נישט אין מויל צו נעמען :roll:
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

Ozd האט געשריבן:
יאפ.
סאו אפשר זאל מען מאכן אזא "גמליאל אויפוואכאינג".

1) מיסיס גמליאל באקט /קאכט אליינס פ'אטעטא סעלעד!

2) גמליאל קויפט JJ קאפעטשינאו בלויז לכבוד ראש חודש!

3) גמליאל ניצט נישט Uber eats.

4) שלומי בן גמליאל קען אליינס קאכן און צוקוועטשן אייער!

איין אזא טעיקאוט מיטאג ווישט אף די ריווח פון קלויבן ברענדס.
עס איז א גוטע איידיע, און איך וואלט דיר אפי' געראטן צו עפענען אן אייגענע אשכול איבער דעם, און גראפיקערס זאלן זיך צושטעלן און מאכן שיינע זאכן.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

קישקע מאכן מיר אליינס. און עס איז גאר גוט. מיר האבן אפאר מיני רעסעפיס. איינס מער פעטיג, איינס מער אלטע חלה, וכו'.
אבער אסאך מאל קויפט מען פראזען קישקע. עס איז דא פארשידענע קאמפאניס.
אבער די וואך האבן מיר געשיקט א בחור'ל קויפן אפאר זאכן שפעט נאכמיטאג, אריינגערעכנט קישקע. און ער האט געקויפט 2 קישקע, אבער נישט פראזען. ביידע כמעט $9.99! ווען מיר מאכן דאס אליינס איז עס כמעט אומזיסט. רוב דערפון אלטע חלה.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

באבע מעשה האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
למשל, איך האב א גראסערי, קען איך אפשר פארשטיין פ"וו אייוועלט דארף זיין דער מיטל וואו מ'גייט זיך נעמען צו מיינע ביינער? צונעמען מיין פרנסה?
די גראסערי'ס פארלירן גארנישט!
אין מיין שכינות איז דא א קליינע גראסערי וואס האט שוואך ארויפגעריקט די פרייזן, ווען כ'האב געפרעגט די אייגענטומער וויאזוי ער באווייזט דאס צו האלטען זיינע פרייזען נידריג האט ער מיר געזאגט אז ער ריקט נאר ארויף די פרייזן מיט די זעלבע פראצענט ווי די קאמפאני'ס... ומכלל לאו אתה שומע הן....
וואו איז דעי גראסערי? אפשר קען איך הנאה האבן... אישי איז אויך גוט
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

פרשטייט זיך אז מיר האבן געקויפט היינט נארמענס, און נישט די וואס רייסן אין די וועלט אריין.

איך וויל קלארשטעלן אז די קעפל איז נישט ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסעריס, נאר די קעפל איז ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!
אטעטשמענטס
Normans Cream Cheese.jpg
Normans Cream Cheese.jpg (133.79 KiB) געזען 1162 מאל
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

Kosher Travel האט געשריבן:
פרשטייט זיך אז מיר האבן געקויפט היינט נארמענס, און נישט די וואס רייסן אין די וועלט אריין.

איך וויל קלארשטעלן אז די קעפל איז נישט ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסעריס, נאר די קעפל איז ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!
קרים טשיז איז א מסכתא פאר זעך.

נישט אז איינס איז בעסער אדער ערגער.
עס איז אן אנדער מאכל לגמרי, איינס פון צווייטען.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

פארווייטאגט האט געשריבן:

עס איז די זעלבע זאך, נארמאנס מיט J&J, און אפילו אויב נישט, מיר זענען אלע איינשטימיג צו שטיצן די קלענערע ברענדס און אויפגעבן אביסעלע אבי צו ווייזן פאר די גרויסע אז זיי זענען נישט עקסלוסיוו.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר האלפיים
תגובות: 2852
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

אה''ו האט געשריבן:
באבע מעשה האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
למשל, איך האב א גראסערי, קען איך אפשר פארשטיין פ"וו אייוועלט דארף זיין דער מיטל וואו מ'גייט זיך נעמען צו מיינע ביינער? צונעמען מיין פרנסה?
די גראסערי'ס פארלירן גארנישט!
אין מיין שכינות איז דא א קליינע גראסערי וואס האט שוואך ארויפגעריקט די פרייזן, ווען כ'האב געפרעגט די אייגענטומער וויאזוי ער באווייזט דאס צו האלטען זיינע פרייזען נידריג האט ער מיר געזאגט אז ער ריקט נאר ארויף די פרייזן מיט די זעלבע פראצענט ווי די קאמפאני'ס... ומכלל לאו אתה שומע הן....
וואו איז דעי גראסערי? אפשר קען איך הנאה האבן... אישי איז אויך גוט
איך ווייס נישט פון וועלעכע גראסערי די מיינסט. אבער קליין’ס גראסערי ביי מארסי קאר. פען איז (פון) די ביליגסטע גראסערי אין וויליאמסבורג. איך זאג נישט. ס’איז קליין, נישט די בעסטע סערוויס. אבער שפאט ביליג. ביליגער פון וואן סטאפ. (וואס הגם איז וואן סטאפ היינטיגע טעג א גרויסע סקעם זיי זענען טייערער אויף געוויסע אייטעם’ס פון אסאך אפסטעיט גראסערי’ס)
מיין_מיינונג
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2022 5:46 pm

תגובה דורך מיין_מיינונג »

Kosher Travel האט געשריבן:
קישקע מאכן מיר אליינס. און עס איז גאר גוט. מיר האבן אפאר מיני רעסעפיס. איינס מער פעטיג, איינס מער אלטע חלה, וכו'.
אבער אסאך מאל קויפט מען פראזען קישקע. עס איז דא פארשידענע קאמפאניס.
אבער די וואך האבן מיר געשיקט א בחור'ל קויפן אפאר זאכן שפעט נאכמיטאג, אריינגערעכנט קישקע. און ער האט געקויפט 2 קישקע, אבער נישט פראזען. ביידע כמעט $9.99! ווען מיר מאכן דאס אליינס איז עס כמעט אומזיסט. רוב דערפון אלטע חלה.
מ'קען קויפן פראזען קישקע אין גראסערי פאר אונטער $4 און ס'איז דעלישעס, ממש א שאד אליינס צו מאכען, די פראבלעם איז אז די יקרות איז אויף אייטעמס וואס מ'קען נישט מאכען, פיש, טשיקען, אייער, אויל, פאטעטאס, ס'איז קרעזי
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

למען האמת. יעדער האט זיך אנדערע זאכן וואס מקען קויפן פאר ביליג במקום מאכן אליינס און סאיז נישטא קיין כלל דערביי. די רויע בעיסיק אייטעמס איז אבער לכל הדיעות א יסוד אויף וואס מדארף שטיין.

סאיז גארנישט Wראנג צו קויפן ביים גוי אלעס וואס מוז נישט קיין הכשר און מקען האבן צוויי גראסערי ארדערס, איינס ביים גוי און ביים איד נאר וואס ממוז..

זיי דארפן זיך בארואיגן און זיי וועלן. דער עולם דארף בלויז אביסל אינפארמאציע וויאזוי זיי אויסציקראסן און זיי אגב דערביי לערנען א לקח
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
מיין_מיינונג
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2022 5:46 pm

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין_מיינונג »

איך הער אז ס'איז ארויגעקומען BEER מיט א "היימישע" הכשר, ווי אויך TYLENOL אין MOTRIN, און פארשטייט זיך אז ס'וועט פלוצלינג זיין גאר הארבע שאלות אין די אנדערע וואס האט נישט די "היימישע" הכשר. איך ציטער אויפן טאג וואס אייער און פאטעטאס וועלן דארפן א הכשר.... ס'וועט זיך אנהייבן מיט פסח און צוביסלאך אויף א גאנץ יאהר. איינער געדענקט נאך ווען מ'האט פארקויפט אין גראסערי פעיפער גודס אהן א הכשר....?
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7192
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

תגובה דורך רעגנדיג »

מיין_מיינונג האט געשריבן:

במחילת כבודך, טיילענאל און מאטרין שרייען די אידן וואס זענען אינעם כשרות פעלד שוין פאר יארן לאנג אז ס'האט ערנסטע חששות פון נבלות וטרפות און מ'האט עס נאר נישט גע'אסר'ט וויבאלד ס'איז נישט געווען עפעס אנדערש, און ס'איז טאקע ארויסגעקומען א קול קורא פון אלע רבנים אז יעצט אז ס'איז שוין דא מיט א הכשר איז מען מחויב צו נוצן דוקא די כשר'ע.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…

רעגענדיג האט געשריבן:

איך בין מקבל
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

מיין_מיינונג האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:
מיין_מיינונג האט געשריבן:
איך הער אז ס'איז ארויגעקומען BEER מיט א "היימישע" הכשר, ווי אויך TYLENOL אין MOTRIN, און פארשטייט זיך אז ס'וועט פלוצלינג זיין גאר הארבע שאלות אין די אנדערע וואס האט נישט די "היימישע" הכשר. איך ציטער אויפן טאג וואס אייער און פאטעטאס וועלן דארפן א הכשר.... ס'וועט זיך אנהייבן מיט פסח און צוביסלאך אויף א גאנץ יאהר. איינער געדענקט נאך ווען מ'האט פארקויפט אין גראסערי פעיפער גודס אהן א הכשר....?
במחילת כבודך, טיילענאל און מאטרין שרייען די אידן וואס זענען אינעם כשרות פעלד שוין פאר יארן לאנג אז ס'האט ערנסטע חששות פון נבלות וטרפות און מ'האט עס נאר נישט גע'אסר'ט וויבאלד ס'איז נישט געווען עפעס אנדערש, און ס'איז טאקע ארויסגעקומען א קול קורא פון אלע רבנים אז יעצט אז ס'איז שוין דא מיט א הכשר איז מען מחויב צו נוצן דוקא די כשר'ע.
איך בין מקבל
גראדע האב איך נישט געטראפן Tums היינט אין בינגא מיט א הכשר. נאר אן א הכשר. איך בין נאר פארדעם אהינגעגאנגן. בין איך אריינגעלאפן צו Target און איך זעה אז זייערע טאמס האבן אויך נישט קיין הכשר. אבער איך האב יא געטראפן זייער ברענד מיט א החדש (Star K). איך רעד פון די בעריס ווי אויך די סיטרעס פרוט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

סארי, I can't help myself, איך compare prices ווען איך קויף איין, און היינט האב איך compared היימישע גרויסע ברענדס.

בינגא האט פארקויפט די גרויסע רויטע גאלדען פלוי מילך, פאר בלויז $3.29 ווען די אנדערע גרעסערע געשעפטן אין מאנסי פארקויפן עס פאר מער. Fresh & Tasty איז געווען נאך ביליגער.

ווי אויך האבן זיי פארקויפט די הייליגע מהדרין גריק יאגורט, אלע פלעיווערס, פאר $1.49, וואס איז די אלטע פרייז פון אפאר יאר צירוק.

ווי אויך האב איך מער ציגעלייגט קאפ און געזען אז זיי האבן אסאך מער אייטעמס מיט זייער ברענד ווי איך האב געמיינט. בעקעלעך, טישטעכער, ועוד.
Kosher Milk Monsey.jpg
Kosher Milk Monsey.jpg (205.36 KiB) געזען 776 מאל
לעצט פארראכטן דורך Kosher Travel אום מיטוואך אוגוסט 10, 2022 10:05 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

Kosher Travel האט געשריבן:
סארי, I can't help myself, איך compare prices ווען איך קויף איין, און היינט האב איך compared היימישע גרויסע ברענדס.

בינגא האט פארקויפט די גרויסע רויטע גאלדען פלוי מילך, יא די הייליגע מילך וואס איך שאץ אז עס איז אזוי טייער ווייל זיי טובל'ן זייערע קיען איעדע ערב שבת אין מקוה, פאר בלויז $3.29 ווען די אנדערע גרעסערע געשעפטן אין מאנסי פארקויפן עס פאר מער. Fresh & Tasty איז געווען נאך ביליגער.

ווי אויך האבן זיי פארקויפט די הייליגע מהדרין גריק יאגורט, אלע פלעיווערס, פאר $1.49, וואס איז די אלטע פרייז פון אפאר יאר צירוק.

ווי אויך האב איך מער ציגעלייגט קאפ און געזען אז זיי האבן אסאך מער אייטעמס מיט זייער ברענד ווי איך האב געמיינט. בעקעלעך, טישטעכער, ועוד.
Kosher Milk Monsey.jpg
בינגא האט טיפע טאשן, זיי וועלן קודם מאכן אז אזוינע ווי דו זאלן דארטן איינקויפן, און נאר דארטן. דאן וועלן זיך די קלענערע געשעפטן מער מוטשען, וועלן זיי העכערן די פרייזן נאך מער, וועלן מער מענטשן אריבערגיין צו בינגא, ביז די קליינע געשעפטן וועלן זיין געצווינגען זיך צו פארמאכן, און דאן
בינגא
אוי וועלן זיי ארויפשרויפן די פרייזן!
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7192
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

יידישע קהילות האט געשריבן:
בינגא האט טיפע טאשן, זיי וועלן קודם מאכן אז אזוינע ווי דו זאלן דארטן איינקויפן, און נאר דארטן. דאן וועלן זיך די קלענערע געשעפטן מער מוטשען, וועלן זיי העכערן די פרייזן נאך מער, וועלן מער מענטשן אריבערגיין צו בינגא, ביז די קליינע געשעפטן וועלן זיין געצווינגען זיך צו פארמאכן, און דאן
בינגא
אוי וועלן זיי ארויפשרויפן די פרייזן!
זיסע דמיונות אן קיין שום דעקונג, בינגא איז א אידישע געשעפט אויפן שטייגער ווי וואלמארט און אנדערע מעגא גויאישע סטארס וואס גייען אויף א מהלך פון קויפן גרויסע קוואנטומען פאר ביליגע דיעלס און אזוי ארום עס קענען ווייטער פארקויפן פאר ביליג און אזוי ציען קאסטומערס און מאכן אסאך געלט, און געלויבט דעם אויבערשטן שפארן זיך טויזנטער אידן ריזיגע געלטער אדאנק דעם, ירבו כמותם בישראל.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

רעגענדיג האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
בינגא האט טיפע טאשן, זיי וועלן קודם מאכן אז אזוינע ווי דו זאלן דארטן איינקויפן, און נאר דארטן. דאן וועלן זיך די קלענערע געשעפטן מער מוטשען, וועלן זיי העכערן די פרייזן נאך מער, וועלן מער מענטשן אריבערגיין צו בינגא, ביז די קליינע געשעפטן וועלן זיין געצווינגען זיך צו פארמאכן, און דאן
בינגא
אוי וועלן זיי ארויפשרויפן די פרייזן!
זיסע דמיונות אן קיין שום דעקונג, בינגא איז א אידישע געשעפט אויפן שטייגער ווי וואלמארט און אנדערע מעגא גויאישע סטארס וואס גייען אויף א מהלך פון קויפן גרויסע קוואנטומען פאר ביליגע דיעלס און אזוי ארום עס קענען ווייטער פארקויפן פאר ביליג און אזוי ציען קאסטומערס און מאכן אסאך געלט, און געלויבט דעם אויבערשטן שפארן זיך טויזנטער אידן ריזיגע געלטער אדאנק דעם, ירבו כמותם בישראל.
;l;p- ;l;p- ;l;p-
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

לפי עניות דעתי האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
בינגא האט טיפע טאשן, זיי וועלן קודם מאכן אז אזוינע ווי דו זאלן דארטן איינקויפן, און נאר דארטן. דאן וועלן זיך די קלענערע געשעפטן מער מוטשען, וועלן זיי העכערן די פרייזן נאך מער, וועלן מער מענטשן אריבערגיין צו בינגא, ביז די קליינע געשעפטן וועלן זיין געצווינגען זיך צו פארמאכן, און דאן
בינגא
אוי וועלן זיי ארויפשרויפן די פרייזן!
זיסע דמיונות אן קיין שום דעקונג, בינגא איז א אידישע געשעפט אויפן שטייגער ווי וואלמארט און אנדערע מעגא גויאישע סטארס וואס גייען אויף א מהלך פון קויפן גרויסע קוואנטומען פאר ביליגע דיעלס און אזוי ארום עס קענען ווייטער פארקויפן פאר ביליג און אזוי ציען קאסטומערס און מאכן אסאך געלט, און געלויבט דעם אויבערשטן שפארן זיך טויזנטער אידן ריזיגע געלטער אדאנק דעם, ירבו כמותם בישראל.
;l;p- ;l;p- ;l;p-
מיינע צוויי צענט. @אידישע קהילות האט א פוינט.

אונזער ווינט איז צו שטיצן קאמפעטישאן און טארגעטן דעם שורש פון די פראבלעם.

די פראבלעם איז נישט קעיקאו (באקאנט אלץ קדם/גפן/הדר) אדער מהדרין (באקאנט אלץ מהדרין/JJ/גיוועט)

דער פראבלעם איז מאנאפאל!!
די חיסרון אין קאמפעטישאן ערלויבט דאס אלעס. ביטע זיך נישט פאפן.

בינגאו איז נאך א ווערסיע פון מאנאפאל. כאטש סאך א בעסערע..

בינגאו איז נישט די סעלושאן!!

די סעלושאן איז אז מיר קאנסומערס זאלן בידים שטיצן קאמפעטישאן!!

לאמיר שטיצן די אףף ברענד'ס און קלענערע קאמפעניס און אויפהערן אזויפיל קוקן אויף פרייזן.
די גרויסע קענען בעסער קאמפיטן אין די פרייזן הינזיכט און אזוי ארום שטעלן זיי ארויס די קליינע קאמפעניס פון ביזנעס און נאכדעם... גייען זיי אליינס ארויף מיט די פרייזן!!
לאמיר קלוגער ווערן!! לאמיר נישט ערלויבן מער קיין מאנאפאל!!
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
באבע מעשה
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 13, 2022 12:11 pm
לאקאציע: ווי די טראבעל געשעט

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באבע מעשה »

ווער איז שטערקער?! האט געשריבן:
אה''ו האט געשריבן:
באבע מעשה האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
למשל, איך האב א גראסערי, קען איך אפשר פארשטיין פ"וו אייוועלט דארף זיין דער מיטל וואו מ'גייט זיך נעמען צו מיינע ביינער? צונעמען מיין פרנסה?
די גראסערי'ס פארלירן גארנישט!
אין מיין שכינות איז דא א קליינע גראסערי וואס האט שוואך ארויפגעריקט די פרייזן, ווען כ'האב געפרעגט די אייגענטומער וויאזוי ער באווייזט דאס צו האלטען זיינע פרייזען נידריג האט ער מיר געזאגט אז ער ריקט נאר ארויף די פרייזן מיט די זעלבע פראצענט ווי די קאמפאני'ס... ומכלל לאו אתה שומע הן....
וואו איז דעי גראסערי? אפשר קען איך הנאה האבן... אישי איז אויך גוט
איך ווייס נישט פון וועלעכע גראסערי די מיינסט. אבער קליין’ס גראסערי ביי מארסי קאר. פען איז (פון) די ביליגסטע גראסערי אין וויליאמסבורג. איך זאג נישט. ס’איז קליין, נישט די בעסטע סערוויס. אבער שפאט ביליג. ביליגער פון וואן סטאפ. (וואס הגם איז וואן סטאפ היינטיגע טעג א גרויסע סקעם זיי זענען טייערער אויף געוויסע אייטעם’ס פון אסאך אפסטעיט גראסערי’ס)
ברוך שכוונתני.....
איך רעד פון דעי גראסערי...
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

מסתמא האט געשריבן:
לפי עניות דעתי האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
בינגא האט טיפע טאשן, זיי וועלן קודם מאכן אז אזוינע ווי דו זאלן דארטן איינקויפן, און נאר דארטן. דאן וועלן זיך די קלענערע געשעפטן מער מוטשען, וועלן זיי העכערן די פרייזן נאך מער, וועלן מער מענטשן אריבערגיין צו בינגא, ביז די קליינע געשעפטן וועלן זיין געצווינגען זיך צו פארמאכן, און דאן
בינגא
אוי וועלן זיי ארויפשרויפן די פרייזן!
זיסע דמיונות אן קיין שום דעקונג, בינגא איז א אידישע געשעפט אויפן שטייגער ווי וואלמארט און אנדערע מעגא גויאישע סטארס וואס גייען אויף א מהלך פון קויפן גרויסע קוואנטומען פאר ביליגע דיעלס און אזוי ארום עס קענען ווייטער פארקויפן פאר ביליג און אזוי ציען קאסטומערס און מאכן אסאך געלט, און געלויבט דעם אויבערשטן שפארן זיך טויזנטער אידן ריזיגע געלטער אדאנק דעם, ירבו כמותם בישראל.
;l;p- ;l;p- ;l;p-
מיינע צוויי צענט. @אידישע קהילות האט א פוינט.

אונזער ווינט איז צו שטיצן קאמפעטישאן און טארגעטן דעם שורש פון די פראבלעם.

די פראבלעם איז נישט קעיקאו (באקאנט אלץ קדם/גפן/הדר) אדער מהדרין (באקאנט אלץ מהדרין/JJ/גיוועט)

דער פראבלעם איז מאנאפאל!!
די חיסרון אין קאמפעטישאן ערלויבט דאס אלעס. ביטע זיך נישט פאפן.

בינגאו איז נאך א ווערסיע פון מאנאפאל. כאטש סאך א בעסערע..

בינגאו איז נישט די סעלושאן!!

די סעלושאן איז אז מיר קאנסומערס זאלן בידים שטיצן קאמפעטישאן!!

לאמיר שטיצן די אףף ברענד'ס און קלענערע קאמפעניס און אויפהערן אזויפיל קוקן אויף פרייזן.
די גרויסע קענען בעסער קאמפיטן אין די פרייזן הינזיכט און אזוי ארום שטעלן זיי ארויס די קליינע קאמפעניס פון ביזנעס און נאכדעם... גייען זיי אליינס ארויף מיט די פרייזן!!
לאמיר קלוגער ווערן!! לאמיר נישט ערלויבן מער קיין מאנאפאל!!
בינגא איז יא די solutions ווייל...
1) עס צווינגט די אנדערע גראסעריס האלטן די פרייזן נידריג, הגם אפשר שלא ביושר ווייל ער קויפט זייער ביליג און אין bulk אין די קליינע גראסעריס קענען דאס נישט, אבער דאס איז אמאל זיכער אז עס העלפט אז די גרויסע ווי ראקלענד קאושער און עווערגרין זאלן נישט קענען הייבן די פרייזן אין די וועלט אריין, בינגא פארקויפט די ברענד נעים אייטעמס אסאך ביליגער ווי די אנדערע גראסעריס, פשוטער גאלדען פלוי מילך און מהדרין יאגורט, און...

2) בינגא האט א ריזיגע אייגענע סטאר ברענד (בלו פענטרי), וואס מיט זיין סטאר ברענד איז ער שטארק און competition מיט די גרויסע היימישע ברענדס וואס האבן א מאנאפאלי.

פאקט איז אז קויפן ביי בינגא שפארט א ים מיט געלט (פארשטייט זיך נאר אויב מען גייט אריין מיט א ליסטע, נישט אז מען קויפט מיט די אויגן). און יא, קאמפאטישען איז זייער גוט, עס לאזט נישט א מאנאפאלי, און בינגא העלפט דערצו. און יא, אדרבא, זאל קומען איינער און קאמפיטען מיט בינגא אויך! פונקט ווי טארגעט קאמפיט מיט וואלמארט און BJ's קאמפיט מיט קאסטקא.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר האלפיים
תגובות: 2852
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

1. פארוואס זאל בינגא עפענען אין וויליאמסבורג? מ’קומט דאך סייווי צו זיי #קובע היט סטאר.
2. זייער רענט וועט זיין אסאך מער אין וויליאמסבורג וועלן זיי סייווי נישט קענען האבן די זעלבע פרייזן ווי אין וויליאמסבורג
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

געקויפט היינט אין בינגא:

טשולענט מיקס 32 אונסעס פאר $2.39, וואס איז 2 דאלער ביליגער פון גפן אויב מען קויפט 2 פעקלעך, ווייל גפן איז האלב די סייז (לויט די איצטיגע ראקלענד קאושער פרייזן). און יא, עס איז גאר גיטע קוואליטי. איך ברענג דא נאך אפאר מיני, פשוט מען זאל זען די חילוק אין פרייזן פון די קלענערע ברענדס. מאנכע וועלן זאגן אז עס איז נישט די זעלבע קוואליטי. So What! מיר האבן איצט א mission פון שטיצן קלענערע ברענדס.

אבער ווי איך האב שוין נעכטן געשריבן, בינגא איז:
1) ביליגער אויף די ברענד נעים אייטעמס. למשל רויטע גאלדען פלוי מילך, איז $2.29 קאמפעירט צו $2.79 אדער מער אין די אלגעמיינע סטארס.

2) זיי האבן זייער אייגענע ברענד Blu Pantry, וואס איז גאר ביליג און זייער גיטע קוואליטי.

------------------------------------------------------

נאך א אייטעמס:

Pearl Barley 32 Oz זייער ברענד Blu Pantry $1.59 וואס איז ווייניגער ווי האלב די פרייז פון גפן, וואס איז $1.69 פאר האלב די סייז.
אטעטשמענטס
Pearl Barley.jpg
Pearl Barley.jpg (46.78 KiB) געזען 1570 מאל
Kosher Chulent Mix.jpg
Kosher Chulent Mix.jpg (134.49 KiB) געזען 1579 מאל
לעצט פארראכטן דורך Kosher Travel אום מיטוואך אוגוסט 10, 2022 10:04 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
שרייב תגובה

צוריק צו “מאכלים”