איך האב פארשטאנען אז ער רעדט פונעם ווייער וואס לויפט צווישן דעם טרייבל און דעם באזע (צווישן די בעיס און די רעסיווער), נישט די ליניע וואס לויפט צום שטעקער.
איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך האב פארגעסן צוריקצוקומען צו דעם אשכול טשעקן צו איינער האט מיר געגעבן א עצה פאר מיין טעלעפאן פראבלעם, נעכטן שפאציר איך אריין במקרה אין דעם אשכול און איך דערמאן מיך פון מיין שאלה, איך זעה א שיינע פאר ענטפערס, איינס בעסער פונעם צווייטן, איך וויל זיך באדאנקן פאר יעדעם באזונדער, עס האט מיר געגעבן די איידיע וויאזוי מען רופט דאס און אויף וואס צו זוכן. איך בין אנגעקומען צו דעם פראדוקט:
איך געדענק ווען דו האסט דאס גע'טענה'ט ווען די גלעזער שמאטעס זענען ארויסגעקומען און די סטארס האבן געבעטן דערפאר 2 דאלער (א ריזן סכום בימים ההם), האסט זיך דעריבער ארומגעדרייט מיט א גרויסע קלינינג שמאטע אין טאש. איי איז דאס געווען צייטן.
צו דער זייט דארף מען האבן אזא ראול ביכל וואס דער מלמד אין חדר פארמאגט, דארט צייכנט מען אן יעדע דזשאב ווילאנג עס האט געדויערט, אדער קענסטו האלטן חשבון אויף איינע פון די קאמפיוטער פראגראמען.