א גוטן אוונט טייערע אידן
דער ניק "איבערלעבער" האט זיך צו מיר געוואנדן איך זאל 'וועריפייען' זיין מהות און צוועק, ער האט מיר געגעבן א קאנטאקט פון א מומחה וואס העלפט אים ארויס מיט ראט און טאט און איך האב זיך מיט יענעם פארבינדן
איך קען באשטעטיגן אז דער איד וואס רופט זיך דא "איבערלעבער" איז אן ערנסטער איד און א בעל אחריות, וועמען שווערע אומשטענדן פון ארום און ארום האבן ליידער צוגעברענגט צו א שווערע דחקות ווי איר קענט ליינען אויפ'ן פארום, און דאס געלט וואס מען שענקט אים איז א ריכטיגע צדקה און א מתן בסתר וואס וועט האפנטליך שטעלן דעם איד אויף די פיס
הק' לכאורה
ממנהלי הפארום
-------------
אחים לדעה טייערע אידישע אידן אין אייוועלט שיחיו, איך ברויך אן עצה, מיין מצב הכספי איז אומדערטרעגליך. (עיין מיינע תגובות), די חובות גרייכן אין די שווערע טויזענטערס. די אלע געלט געדרייעכטסער איז שוין גדולה ממתני. די רעביצין מאנט צו רעגיסטרירן די קינדער אין קעמפ. ואין פרוטה לפורטה.
פרעג איך אייך טייערער אידן וואס זאל איך טוהן?
זיך מבזה זיין צו מענטשן און בעטן צדקה? (וואס איך האב שוין באמת אביסל געטאן און עס איז מכלה מנפש ועד בשר און שווערליך עושה פירות... ואכמ"ל).
איגנארירן די מצב?
(ביז די מצב וועט ווערן ערגער, וואס איך האב שוין באמת אסאך געטוהן, עס האט עושה פירות געווען אויף להיפך. והמבין יבין, עס רעכנט אריין פארלירן טראסט ביי קרובים און גוטע פריינד, וויבאלד מען קען מער נישט מחזיר זיין די הלוואה אין צייט. מען איגנארירט טעלעפון קאללס און טעקסט מעסעדזעס. מען גייט ווייניגער צו שמחות כדי זיך נישט צו טרעפן... ).
זאל איך נאכלויפן דעם געוויסע צדיק נסתר פון דא, וואס האט מיר גע'אישי'ט און האט מיר אריינגעשיקט פסח צייט עטליכע אלפים?
שפארן און זיין א קארגער? אויף די חשבון פון די פאמיליע?(איך האב זיך מתייעץ געווען די רעביצין מער נישט צו נוצן דיספויזעבעלס, אוי האב איך געכאפט, ודוק כי קצרתי מאוד...)
וה' יאיר עיני
אפשר דאס?
יששכר זבולון
מלמד לערנט מיט קינדער טעגליך קרוב צו 8 שעה
וה' יאיר עיני.
Quickpay
[email protected]