ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

א געוואלדיגער אשכול דאס, א ביישפיל ווי דער וועלטל העלפט שטייגן. כה לחי.

לעצם הענין, יעדער האט זייער תכונת הנפש און וואס ארבעט ביי מיר וועט לכאורה נישט ארבעטן ביי דיר.

דאס זיך אוועקזעצן ביי א טיש מיט די בני בית איז די קלוגסטע זאך וואס דו האסט געטון צו אינדענטיפייען א מקצוע ווי אייער שטוב ברויך חיזוק. איצטערט טוט די זעלבע זאך, פרינט ארויס דעם אשכול און די אנדערע שבת אשכולות. זעצט אייך צוזאם (אויב איז פאסיג, אינקלוד די עיטש אפפראפיעט קינדער) און צייכנט אן וואס קען ארבעטן ביי אייך.

פון מיין עקספיריענס, סיי וואס דו טוסט שבת קענישט ארבעטן אן די שטוב. איבער’ן וואך קענסטו זיך פארנעמען זאכן אליין, אבער ווען עס קומט צום שבת מוזן זיי זיין אויף דיין בלאט.

הצלחה אויפן וועג צו שלימות
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

Re: ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

יישר כח פאר די אשכול, ס'קען מיר גיט צינוץ קומען
אן עקסטרע שכח פאר די אלע עצות
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

Re: ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת_הבורא »

די שיערים פון ר' שמעון שפיצער אויף שבת קען אסאך אויפטוען, קודם גיט אנווארעמען, ווען מען איז אנגעווארעמט זאגט שוין די הארץ וואס מען קען טוען.
אוועטאר
נאכמיטאג
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2021 2:32 pm

Re: ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאכמיטאג »

איבערלעבער האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:איך לייג שוין די טישטעך מיטוואך

נישט צו שפעט? קאנסט דאך עס שוין לייגן מאנטאג.

ביי מיר נעמט עס בכלל נישט אראפ - אזוי שפיר איך דעם שבת א גאנצע וואך
פארשטייט זיך די איבערגעבליבנע טשאלענט טעלערס נעמט מען שוין אוועק דינסטיג
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

בשעה טובה האט געשריבן:לעצטנס איז מיר אויסגעקומען אז איך בין דורך געגאנגען א געוויסע צרה ל"ע, נאכן אריבער גיין די גאנצע מעשה האב איך מיך אראפ געזעצט מיט מיין בני בית ביים דיינינג רום טיש און איבער געשמועסט אלעס וואס איז אריבער אויף אונז, איינער פון די זאכן וואס מיר האבן פראבירט צו פארשטיין איז געווען די ברענעדיגע קשיא אל מה עשה השם ככה, נאך א לענגערע חשבון הנפש איז געבליבן אז עס איז דא א ערנסטע מקום צו זאגן אז די צרה האט מיט שבת, לאמיר זיך אביסל פארשטיין געבן...........
איך בין א אינגערמאן וואס ארבעט שווער על המחי', איך האב אסאך אויף מיין קאפ דורך די וואך, לאמיר אייך מסביר זיין ווי אזוי מיין שבת קוקט אויס......
פרייטאג 12:00 - אויש! שוין שפעט! איך מוז שוין באלד אהיים גיין
פרייטאג 1:00 - מען זעצט זיך אריין אין די קאר אהיים צו פארן
צען מינוט פארן זמן - קומט אהיים פון מקווה
צען מינוט נאכן זמן - מען הייבט אן טרייבן די ווייב צו צינדן ליכט
איך קום אן און שול בערך ביי שטילע שמו"ע פון מנחה
נאכן דאווענען זעץ איך מיך אראפ שמועסן מיט חברים( סדאך שבת היינט.... נישטא ווי זיך צו יאגן... )
דו סעדה נעמט בערך א שעה
נאכדעם קומט א פולע בייגל נישט מער געדאכט....
9:30 מען קומט אן אין מקווה
10:15 מען מאכט א קאווע לכבוד שבת
10:35 מען הייבט אן דאווענען מיט א ברען
1:00 על נטילת ידיים
2:30 איז מען צוריק אין בעט
מנחה דאווען איך ווען עס שטייט אויפן צעטל און בהמ"ד אז דעמאלט איז מנחה
מעריב - דו ערשטע מינין וואס איז דא
איז אזוי! סדאך א דבר פשוט אז מיין שבת דארף א ערנסטע טויש, די שאלה איז וואס קען זיך א פשוטער ארבעטס יונגערמאן אונטער נעמען? לערנען הלכות שבת? תוספות שבת? העלפן מער אין שטוב?......... ביטע קומט אריין טייערע חברים און העלפט מיך ארויס מיט א גוטע פראקטישע עצה.

דער פראבלעם פון דיין סדר היום כ'מיין סדר השבת איז אז עס איז נישט פאראן עפעס א געוויסע זמן פאר רוחניות.
דו קענסט עס טוהן בשעת די סעודות, ווצב"ש לייענען גליונות, לערנען א געוויסע לימוד, אדער אלע אנדערע זאכן וואס חברים האבן דא געשריבן. אדער נאך/פאר די תפילות/סעודות, ווצב"ש גיין צו א שיעור פרייטאג צונאכטס/שבת אינדערפרי/שבת נאכמיטאג/שלשידעס. אדער גיין צו א טיש פון א רבי'ן באופן קבוע. אדער לערנען מיט א חברותא פאר א באשטימטע צייט. אדער אויסזאגן תהלים, אדער לכה"פ דעם יום השבת פון ספר תהלים.
בקיצור, אויב עס איז נישטא קייין רוחניות איז עס זייער ענדליך צו א וויק-ענד. מאך דערפון א שבת מיט אריינלייגן סיי וועלכע רוחניות'דיגע אינגרידיענט וועסטו עס מאכן א "שבת". לעשות את השבת.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

:lol:
נאכמיטאג האט געשריבן:
איבערלעבער האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:איך לייג שוין די טישטעך מיטוואך

נישט צו שפעט? קאנסט דאך עס שוין לייגן מאנטאג.

ביי מיר נעמט עס בכלל נישט אראפ - אזוי שפיר איך דעם שבת א גאנצע וואך
פארשטייט זיך די איבערגעבליבנע טשאלענט טעלערס נעמט מען שוין אוועק דינסטיג

:lol:
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

הער אויס די געשמאקע שיעורים אויף שבת קודש והכנה לשבת ע"י המשפיע הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א, סוועט דיר ווערן לעכטיג בעז"ה.
https://lomdotchasidut.libsyn.com/categ ... 7%93%D7%A9
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

האטס רחמנות באשפער אין הימל
דער אינגערמאן זאגט אז ער קומט אהיים פארסאפטערהיים קוים מיטן אטעם פארשטעקט ערגעצווי ביים גארגעל בערך אונטער די קנאבל בארד
אן קיין מוח אן קיין כח אן קיין ברעקל נערווין
וויפיל קען איין מענטש דערהייבן ווען אין זיין קאפ דרייט זיך כל מיני דאגות פרנסה, טעגליך שטוב זאכן, משפחה אנגעלענגקייטן, חובות פאר מוסדות, חובות פאר געברויכן בקיצור איך וויל אביסל אנטלויפן
די עצות דא זענען גאר געוואלדיג
איך האב שוין פאר מיר אליינס אפאר פארגענומען צו טוהן
--------------------
יסוד היסודות = נעם דיך בעטן
בעט פאר א נדבה (זאג עס יעצט דא, אן א גרטל מיט אגרטל)
הייליגע באשעפער איך בעט דיך
איך בעט דיך מיט אן אמת
געב אריין אין מיין פארנומענע קעפל צו זיין גרייט אויף שבת ווי א אמת'ע ערליכע איד
הייליגע באשעפער איך בעט דיך, נעם אראפ פון מיר טומאה
רבונו של עולם נעם אראפ פון מיר זוהמה
טאטע זיסער לייג ארויף אויף מיר קדושה
באשעפער טייערע ברענג מיך צו טהרה
איך זאל זיך שוין אויפירן ווי א נארמאלע מענטשן דארף זיך פירן
איך וויל זיין אנדערש, העלף מיך און מיין שטוב זאל שוין אויסזעהן אנדערש
-------------------------
א וואך וואס איך זאג נישט איעדע טאג פאר עטליכע רגעים בערך דעם געבעט
ביי לכה דודי שפירט זיך שוין עפעס א ליידיגקייט
---------------------
פראבירט דאס אויס
עס קאסט קוים צייט
גרינג
און דערנאך צוביסעלכווייס טוה די אלע געוואלדיגע עצות
אבער די עיקר איז "תפלה"
זיי אן עקשן
בדוק ומנוסה אז דאס ארבעט
--------------------------
דער אייבערשטער זאל דיך באלייכטן דיינע אויגן
זאלסט וויסן וואס דו האסט צו טוהן, אמן.
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

farshlufen האט געשריבן:נעם דיר איין מאכל אדער איין צימער און לייג צו קאפ אין מוח עס צוצוגרייטן לכבוד שב"ק, פארגעס נישט צו זאגן א לשם יחוד וגו' ויהי נועם וגו' בשמחה.


די איבריגע וועט נאכקומען בעזר ה'.

את אשר תאפו אפו ואת אשר תבשלו בשלו ואת כל העודף הניחו לכם למשמרת.


;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
געבורטסטאג
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

Re: ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבורטסטאג »

בשעה טובה האט געשריבן:לעצטנס איז מיר אויסגעקומען אז איך בין דורך געגאנגען א געוויסע צרה ל"ע, נאכן אריבער גיין די גאנצע מעשה האב איך מיך אראפ געזעצט מיט מיין בני בית ביים דיינינג רום טיש און איבער געשמועסט אלעס וואס איז אריבער אויף אונז, איינער פון די זאכן וואס מיר האבן פראבירט צו פארשטיין איז געווען די ברענעדיגע קשיא אל מה עשה השם ככה, נאך א לענגערע חשבון הנפש איז געבליבן אז עס איז דא א ערנסטע מקום צו זאגן אז די צרה האט מיט שבת, לאמיר זיך אביסל פארשטיין געבן...........
איך בין א אינגערמאן וואס ארבעט שווער על המחי', איך האב אסאך אויף מיין קאפ דורך די וואך, לאמיר אייך מסביר זיין ווי אזוי מיין שבת קוקט אויס......
פרייטאג 12:00 - אויש! שוין שפעט! איך מוז שוין באלד אהיים גיין
פרייטאג 1:00 - מען זעצט זיך אריין אין די קאר אהיים צו פארן
צען מינוט פארן זמן - קומט אהיים פון מקווה
צען מינוט נאכן זמן - מען הייבט אן טרייבן די ווייב צו צינדן ליכט
איך קום אן און שול בערך ביי שטילע שמו"ע פון מנחה
נאכן דאווענען זעץ איך מיך אראפ שמועסן מיט חברים( סדאך שבת היינט.... נישטא ווי זיך צו יאגן... )
דו סעדה נעמט בערך א שעה
נאכדעם קומט א פולע בייגל נישט מער געדאכט....
9:30 מען קומט אן אין מקווה
10:15 מען מאכט א קאווע לכבוד שבת
10:35 מען הייבט אן דאווענען מיט א ברען
1:00 על נטילת ידיים
2:30 איז מען צוריק אין בעט
מנחה דאווען איך ווען עס שטייט אויפן צעטל און בהמ"ד אז דעמאלט איז מנחה
מעריב - דו ערשטע מינין וואס איז דא
איז אזוי! סדאך א דבר פשוט אז מיין שבת דארף א ערנסטע טויש, די שאלה איז וואס קען זיך א פשוטער ארבעטס יונגערמאן אונטער נעמען? לערנען הלכות שבת? תוספות שבת? העלפן מער אין שטוב?......... ביטע קומט אריין טייערע חברים און העלפט מיך ארויס מיט א גוטע פראקטישע עצה.

די ערשטע זאך לענ"ד איז צו טוישן די מיינדסעט פון דיין שבת (וויקענד כלשונך) אז מיטן סטאפן צו ארבעטן ביים שקיעה, עסן דריי סעודות און מאכן קידוש און אנטוו בגדי שבת איז עס שוין נישט קיין וויקענד! פאר נישט לאנג צוריק איז אזא שבת געווען אלעס וואס א יוד האט געדארפט צו האבן א מעין עולם הבא יום שבת מנוחה, און פונקט דאס איז וואס דער רבוש"ע האט געוואלט אז יודן זאלן טון יעדע זעקס טעג. אז דו וועסט אנקוקן דיין שבת ווי א ריכטיגע שבת אויף יודיש טייטש קענסטו עס נעמען פון דארטן העכער און העכער וועכנטליך מיט די אלע עצות אינעם אשכול
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

איך בין נישט דער וואס איז ראוי זאגען הדרכה .
די ידיעות וואס איך גיי דיר יעצט זאגען כדי צו וויסען אין בעזהשי"ת עס גייט דיך הילפען זיך מחזק צו זיין אז די בן איש חי זאגט איין שעה תורה שבת אזוי ווי 1000 שעה אינדערוואכען תורה.

יעדע מצוה שבת איז 1000 מאהל ווי אינדערוואכען ,

אין איינמאהל גאנץ תהלים שבת איז 1000 תהלים אינדערוואכען , אין סאיז ספעציעל מסוגל כמקובל פון מאור עינים וואס האט מקבל גוועהן פון אליהו הנביא פאר די תיקונים פון שובבי"ם האלב פון די תיקון איז תהלים " כך אי' בדברי יחזקאל


טראכט אריין אין דעם וועט דיר עס געבין א רצון צו לערנען שבת צופרי פאר דאוונען צו זאגען תהלים

די בית אהרן זאגט אז לערנען פארען דאוונען שבת צופרי איז גן עדן העליון אין די וואכען ג"ע התחתון

חזון איש האט געזאגט אויב א גוי וואלט געלערנט שבת צופרי פארען דאוונען וואלט ער זיך מגייר גוועהן אזא זיסע טעם איז דאס

שטייט אויך אז מטוהט עס בשמחה איז עס 1000 מאהל שטערקער אזוי שטייט אין אורחת צדיקים

אין שמירת שבת יעדע רגע איז שקול ככל התורה כולה
די סך הכל איז ריזיג גרויס


זיי דיר מתבונן ווי טייער א רגע פון שבת איז פון זיך אליינס וועט איר מחשיב זיין יעדע סעקונדע פון שבת אין די וועסט קענען אריינכאפען נאך אין נאך
הצלחה רבא
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

בשעה טובה האט געשריבן:איז אזוי! סדאך א דבר פשוט אז שבת דארף א ערנסטע טויש, ביטע קומט אריין טייערע חברים און העלפט מיך ארויס מיט א גוטע פראקטישע עצה.


נא, למעשה How was your שבת?
בא מיר איז געווען אויסנאם שבאויסנאם. איך האף ביי דיר אויכעט.
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

אוועטאר
בשעה טובה
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 12:17 am

Re: ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה טובה »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
איך האלט אז שרייבן די אשכול אליין גייט אויפטון אז דיין שבת וועט זיך עטוואס טוישן. דאס אליין אז דו שמועסט אויס דיין דילעמע, דו אנערקענסט אז צריך תיקון, איז א חצי נחמה וואס וועט פירן צו א ישועה.


----
ס'איז דא לייכטע ספרים וואס ברענגען אריין א שטיקל טעם אין שבת. א שטייגער ווי יסוד ושורש העבודה. זיך קובע זיין א שיעור דערין יעדן פרייטאג וועט אסאך אויפטון בעזהשי"ת.
גראדע זענט איר גערעכט געווען, די עצם שרייבן די נושא און זיך מתבונן זיין האט מיך אסאך צוגעהאלפן........(נאך דא א לאנגע וועג צו גיין אבער מען וועט בעזרת השם אנקומען אהין)
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: ווי אזוי מאך איך פון א weekend צו א שבת??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

ר' יוסל שיינבערגער האט שיעורים אויף שבת וואס וועט טוישן דיין גאנצע שבת לטוב!

מען קען עס טרעפן צווישן זיינע שיעורים אויף תורה עני טיים
https://www.torahanytime.com/#/speaker?l=608
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”