פראגראם צו מחזק זיין אין שמירת עינים (שותף געזוכט למעשה - נישט $)

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שמור לי ואשמור לך
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 11, 2021 9:43 am

פראגראם צו מחזק זיין אין שמירת עינים (שותף געזוכט למעשה - נישט $)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמור לי ואשמור לך »

ב"ה

שלום וברכה.

אינעם אשכול שמירת עינים חיזוק והתעוררות איז דא א געוואלד מיט שטארקע מאמרים פון ספרים הק' און פון חשובע חברים און עס געט טאקע חיזוק צו מתגבר זיין.
אבער למעשה א מענטש איז נאר מענטש און ס'קומט כסדר אונטער נסיונות, און כ'האב א שטיק צייט געמאכט פאר זיך אזא פראגראם, וואס איך שרייב זיך אויף למשל 2 שורות פון 10 קעסטעלעך כזה:

Chart..JPG
Chart..JPG (12.29 KiB) געזען 1868 מאל

און יעדעס מאל מ'גייט אויפן גאס פון איין פלאץ צום צווייטן, למשל פון דערהיים צו בית המדרש, פון ביהמ"ד צו גראסערי, צו כולל/ארבעט, וכדומה, אויב איז די וועג דורך מיט הצלחה מאכט מען א טשעק אין א באקסל פון שורה א', און אויב איז מען ח"ו נכשל געווארן מאכט מען א טשעק אין שורה ב'.
אויב שורה א' פילט זיך אן בשעת שורה ב' שטייט פארשעמט, - אויסער די גוטע פילינג פאר זיך אז מ'האט ב"ה זוכה געווען צו התגברות היצר -, געט מען זיך עפעס א גוטע זאך, געוואנדן לויט וויפל אנגעפילטע ס'איז דא אין שורה ב' אקעגן דעם, דאס הייסט אז יעדע טשעק אין שורה ב' רעכענט אראפ, אדער מאכט מען א קנס.
איז אבער דא עקא אז אליינס ארבעט עס עפעס נישט... ממילא זוך איך א שותף צו ארבעטן אינאיינעם, אדער אפדעיטן דא אין אשכול.

אשמח לשמוע הערות מהחברים היקרים שיחי'.
אוועטאר
שטענדיג צופרידען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 4:47 pm

Re: פראגראם צו מחזק זיין אין שמירת עינים (שותף געזוכט למעשה - נישט $)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטענדיג צופרידען »

א שטארקע געדאנק דאס איז זיכער א פיינע הכנה לקראת די הייליגע טעג חזק ונתחזק! ;l;p-
אוועטאר
Yes 1
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 12:35 pm

Re: פראגראם צו מחזק זיין אין שמירת עינים (שותף געזוכט למעשה - נישט $)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yes 1 »

איך האב געטראכט די זעלבע. נאר מיט א מעשינדעל א יעדע מאל מ'קיקט נישט געט מען א דריק אין ס'איז דא א טאטעל. נאר איך ווייס נישט צו ס'איז דא אזא מאשין
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”