איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

מיכל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 23, 2011 3:25 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל »

עס קען זיין הונדערט זאכן.
איך וואלט עס צוטיילט אין איינס פון דריי.

1. פעלט סטימיולעישאן. זאכן פארן מער ווייניגער, אן קיין טשאלענזשעס צו בייקומען, וממילא פעלט סיפוק.

2. א פראבלעם וואס איז זייער שכיח היינט. זיין 'פלעין' האט נישט קיין ווירדע, מען וויל זיין 'סאמטינג ספעשל' בגשמיות צו ברוחניות.
אויב איז עס בגשמיות האב איך עכט נישט קיין עצה, איך וויל אויך...

אויב איז עס ברוחניות, ברויך מען לערנען ספרי יסוד פון אידישקייט און מכיר זיין די חשיבות פון יעדן איד און זיין אומערזעצבארע פלאץ אלץ א חלק פון די קומה שלימה פון כלל ישראל, און איינער וואס ברענגט די בריאה א טריט נאך א טריט צום תיקון השלם. יעדע פעולה, יעדע גוטע מחשבה, איז א נצחיות לעלם ולעלמי עלמיא.

בכלל, היינט פעלט די הכרה אז אידישקייט איז נישט געשטעלט אויף פראדוקטיוויטעט. מען מוז גארנישט 'צושטעלן'. מען ברויך 'טון' און דאס איז וואס מעסט דעם מענטש.

(מען האט שוין ממליץ געווען מערערע ספרים, והכל כפי מה שהוא אדם: רמב"ן על התורה, שיר השירים מיט רש"י איז נורא נוראות, און מערערע ספרי חסידות. לדעתי איז אין די קאברין/סלאנימ'ער ספרים דא זייער אסך פרטיות'דיגע חיזוק).

3. קען זיין א גוסטע אישו וואס איז זיך מלביש אין זייטיגע זאכן, ברויך מען רעדן צו א מומחה.

אגב: דער בריוו איז מייסטערהאפטיג געשריבן און אראפגעלייגט.
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3175
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

אויב ס'אינטערעסירט איינעם...

viewtopic.php?f=96&t=49950
לפנות בוקר
ותן ברכה
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 12:25 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותן ברכה »

בקוצר אמרים לענ"ד. עס איז נישט גרינג און מען דארף מתפלל זיין. עס איז גוט צו נעמען וויטעמעינס וואס העלפט פאר די מאד.
אבער א וויכטיגע נקודה איז צו טוישן די בליק וואס הייסט סוקסעס און וואס מען קוקט ארויף. די היינטיגע אפענע וועלט ווי מען ווייסט אלעס וואס טוט זיך איבעראל רוקט ארויף די סטענדערט זייער הויך ווי אויך מאכט עס דעם יחיד אינוויזעבל אומזעבאר. א ת"ח איז נאר ר' חיים קאניעווסקי און א צדיק איז נאר ר' יעקב מאיר שעכטער וכדו' און פון דארט הייבט מהן אן צו מעסטן. די ת"ח און צדיק פון מיין קהילה איז נישט ווייס איך וואס, ווייל ער איז דאך סאך נידריגער אין לעוועל פון זיי. דאס ביסל וואס איך קען באווייזן איז ממש גארנישט קעגן דעם. אזוי אויך איז דא זייער אסאך פון יעדע. עס איז דא הונדארטער יודן היינט מסתמא וואס קענען גוט סדר טהרות, טויזיטער וואס קענען גוט הלכות שבת, און דאס איז א פראבלעם אפי' פאר די וואס קענען הלכות שבת, און כל שכן פאר די וואס קענען נישט. דער יחיד האט גארנישט וואס צוצולייגן.
גאר אנדערשט איז ווען עס איז דא קלענערע קהילות אדער שטעט ווי יעדער זעט זיך ארויס, כל שכן אמאל ווען מען האט נישט געוואוסט וואס טוט זיך אךאר מיל אוועק.
די זעלבע זאך אין גשמיות, מען ווייסט פונקטליך וויפיל געלט יעדער מאכט פון די גאנצע וועלט, ווי גרינג יענער האט געמאכט אפאר מיליאן, עס ווערט ממש א געלעכטער אז שטיי און ארבעט ווי א נאר, און איך מאך שוין שיין הונדערט טויזנט א יאר.

נאך א פאקטאר וואס איז מוסיף צום פראבלעם. דאס לעבן קומט אן צו גרינג. אמאל איז נישט מעגליך געווען צו באקומען גארנישט, און גארנישט מיינט גארנישט און טאקע גארנישט אן אריינלייגן ענערדזשי. א גלעזל וואסער א גלעזל מילך א רעפטל ברויט וכו'. דאס טוט צוויי זאכן , איינס אז פלאגן פארלירט די ווערט. אויב יענער קען האבן די זאך מיט א דרייי מיט די פינגער איז דאך א ליצנות אז איך ארבעט פאר דעם ווי פערד. די צווייטע זאך, די מציאות איז אז ווואס קומט אן גרינג גיט נישט קיין סיפוק. דאס איז א פאקט פון לעבן צו מען וויל יא אדער נישט, דאס איז עס, פינטל. האב מיר דא א פאראדאקס. ער קוקט אויף יענעם אדער אויף די וועלט אין כלליות, וואס מאכט אים אראפקוקן אויף די וועליו פון זיין ארבעט, ער איז דאס אינגאנצן נישט מחשיב זיין יגיעה אויף סיי וואס. פון די אנדערע זייט די מציאות פון נישט אריינלייגן יגיעה איז ווייטער נישט עפעס וואס מאכט שפירן גוט.

עכ"פ תמצית איז, עס איז דא א אינפלעישן. א. עס פעלט די ווערט פון א ביסל (אביסל פארדינס, סיי גשמיות און רוחניות). ב. עס פעלט די ווערד פון אריינלייגן יגיעה און סיי וואס. (טעקנאלאדשי מאכט אז מיט א מינומום עפארד איז דא א ריזיגע אוטקאם) ג. עס פעלט בכלל די ווערד פון יחיד.

וואס איז די עצה? איך ווייס נישט. איך ווייס נישט אויב עס איז דא. אדרבה אויב איינער קען ארויסהעלפן ביטע, יישר כחכם. אבער אז דער אויבערשטער האט אזוי מסדר געווען מסתם ווייסט ער וואס ער טוט.
אבער דאס איז זיכער מען דארף אנהייבן צו לעבן מיטן אמת, און פונעם אמת קען מען נישט אוועקגיין. אז יעדער יוד איז דא פאר א תכלית. און יא די וועלט דארף דיך האבן. די וועסט נישט זיין א גרויסער צדיק? די דארפסט נאר זיין א קליינע נישט א גרויסע. אבער דאס מיזטו. די דארפסט נאר גיין איין לעוועל העכער פון ווי די ביסט יעצט, נאר איינס און נישט מער, אבער די איינס מיזטו, די ביסט מחויב, און דאן ביסטו א גרויסער צדיק און דיין וועלט. און דיין עולם ביסטו א צדיק הדור. (עיין בתניא בענין איתכפיא)
איך ווייס נישט וויאזוי מען מאכט דאס, אבער נאכאמאל דאס איז דער אמת! במילא קענען מיר נישט אוועקגיין פון דעם, מיר דארפן דאס איבערזאגן איינמיאל און נאכאמאל און נאכאמאל און טויזנט מאל ביסט די אויער וועט דאס גוט הערן. דער באשעפער וויל נישט די זאלסט זיין ראובן נישט שמעון נישט לוי נאר די זאלסט טון דיין עבודה, דיין נעקסט סטעפ! יא, און עס איז נאר קליינע דערגריכונג, א געלעכטער. און יא, די קלייניקייט קאסט אזויפיל כוחות און אזויפיל יגיעה. יא! אבער דאן ביסטו א צדיק בדינך. און דיין וועלט ביסטו א צדיק. קיינער ווייסט נישט, קיינער קוקט נישט, קיינער זעט, קיינער קאמפלימינט נישט. אבער דאס איז דער אמת, און מיר קענען פון דעם נישט אוועקגיין.
פארשטייט זיך אז מען דארף זיך אויך מאכן חצוניות'דיגע צילן אויף וועלכע זאכן צו ארבעטן, וויפיל אנקומען און עבודת המידות, שמירת עינים און לערנען. ווייל די גוף דארף אויך שפירן די הצלחה און מען דארף עס ממחיש זיין וויפיל מען קען. אבער די סיפוק דארף אויך זיין געבונדן מיט א אמתדיגע ציל פון דע לפני מי אתה עמל, ווייל חיצוניות אליין איז נישט גענוג ווייל מען וועט דאס ווייטער מעסטן מיט יענעם.

איך מיין אז בגשמיות קען אויך העלפן מען זאל ווייניגער קוקן אויף יענעם און אויף יענעמס הצלחות, און אזוי ארום מער אפרישיעטן זיין אייגענע הצלחות. די מעשה פונעם חכם און די תם פון ר' נחמן איז א מורא'דיגע דוגמא פון וויאזוי א מענטש דארף קוקן און זיין אייגענע וועלט און פון דארט נישט ארויסקוקן. (איך בין נישט קיין ברעסלאווער אבער דאס איז א אמתער פאקט לעבן).
אז א מענטש האט געזונטע קינדער און פרנסה און זאכן פארן גוט, איז ער דאך א גליקליכער מענטש. מען דארף אויך ארבעטן פאר דעם, יא, פאר פרנסה דארף מען שוויצן, פאר מחנך זיין קינדער דארף מען שוויצן, און אויב נאכדעם גייט עס, איז מען גליקליך. יגיע כפיך כי תאכל אשריך. מען זאל זיך נישט איינרעדן אז ביי יענעם גייט אלעס פון זיך אליין, ער זיצט אויפן בענקל מיט די פיס ארויף, ער רוהט זיך אפ, און די געלט קומט, די קינדער זענען פיטשער פערפעקט, די שלום בית איז מורא'דיג, די שווער איז צופרידן, פארטראגט זיך מיט ארבעטער מיטן בעל הבית. עכ"פ יעדער האט זיך זיין פעקל, און ווען מען קומט שבת און בית המדרש ביי לכה דודי און יעדער זינגט מיט שיינע געמאכטע פאות, זאלסטו וויסן אז יעדער האט עפעס א מעשה אונטער זיך. און מען דארף זיך פרייען מיט די אייגענע חלק.
נאכאמאל, איך זאג נישט קיין עצה, עס איז בכלל נישט פשוט וואס צו טון. איך זאג נאר אביסל חומר למחשבה וואס קען אפשר העלפן פאר איינעם און אויך פאר מיר. און אויב איך רעד נישט צו די זאך ביטע לאזט מיר וויסן.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

וויפול מאל שטייט אין די אשכול: (איך בין נישט קיין ברסלב'ער, איך זאג נאר נאך.)?
פארוואס ווען מ’ברענגט עפעס פון תניא זאגט מען נישט: איך בין נישט קיין ליובאוויטשער?
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
תימני
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 03, 2020 4:18 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תימני »

Bissli האט געשריבן:וויפול מאל שטייט אין די אשכול: (איך בין נישט קיין ברסלב'ער, איך זאג נאר נאך.)?
פארוואס ווען מ’ברענגט עפעס פון תניא זאגט מען נישט: איך בין נישט קיין ליובאוויטשער?

גראדע יאך געדענק נאך ווען איינער פלעגט נאכזאגן עפעס פונעם תניא אין מען פלעגט אויך אזוי זאגן
(פאר די וואס געדענקן ווען אין ישיבה איז נישט געווען קיין ליקוטי אמרים צו באקריגן אין שאנק ).............
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

תימני האט געשריבן:

אי קשיא הכי קשיא, פארוואס ווען איינער זאגט נאך א נועם מגדים ברויך ער זיך נישט פארענטפערן אז איך בין נישט קיין טארניגראדער...
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

ותן ברכה האט געשריבן:בקוצר אמרים לענ"ד. עס איז נישט גרינג און מען דארף מתפלל זיין. עס איז גוט צו נעמען וויטעמעינס וואס העלפט פאר די מאד.
אבער א וויכטיגע נקודה איז צו טוישן די בליק וואס הייסט סוקסעס און וואס מען קוקט ארויף. די היינטיגע אפענע וועלט ווי מען ווייסט אלעס וואס טוט זיך איבעראל רוקט ארויף די סטענדערט זייער הויך ווי אויך מאכט עס דעם יחיד אינוויזעבל אומזעבאר. א ת"ח איז נאר ר' חיים קאניעווסקי און א צדיק איז נאר ר' יעקב מאיר שעכטער וכדו' און פון דארט הייבט מהן אן צו מעסטן. די ת"ח און צדיק פון מיין קהילה איז נישט ווייס איך וואס, ווייל ער איז דאך סאך נידריגער אין לעוועל פון זיי. דאס ביסל וואס איך קען באווייזן איז ממש גארנישט קעגן דעם. אזוי אויך איז דא זייער אסאך פון יעדע. עס איז דא הונדארטער יודן היינט מסתמא וואס קענען גוט סדר טהרות, טויזיטער וואס קענען גוט הלכות שבת, און דאס איז א פראבלעם אפי' פאר די וואס קענען הלכות שבת, און כל שכן פאר די וואס קענען נישט. דער יחיד האט גארנישט וואס צוצולייגן.
גאר אנדערשט איז ווען עס איז דא קלענערע קהילות אדער שטעט ווי יעדער זעט זיך ארויס, כל שכן אמאל ווען מען האט נישט געוואוסט וואס טוט זיך אךאר מיל אוועק.
די זעלבע זאך אין גשמיות, מען ווייסט פונקטליך וויפיל געלט יעדער מאכט פון די גאנצע וועלט, ווי גרינג יענער האט געמאכט אפאר מיליאן, עס ווערט ממש א געלעכטער אז שטיי און ארבעט ווי א נאר, און איך מאך שוין שיין הונדערט טויזנט א יאר.

א אינטערעסאנטע און לכאורה אויפריכטיגע נקודה
מקץ
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 5:18 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקץ »

ותן ברכה זאגט זייער גוט
אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש׳ל »

א שיעור פון הגה"צ ר' יחזקאל יואל גליק שליט"א - דריי חלקים

התחזקות חלק א'

התחזקות חלק ב'

התחזקות חלק ג'
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

ותן ברכה האט געשריבן:בקוצר אמרים לענ"ד. עס איז נישט גרינג און מען דארף מתפלל זיין. עס איז גוט צו נעמען וויטעמעינס וואס העלפט פאר די מאד.
אבער א וויכטיגע נקודה איז צו טוישן די בליק וואס הייסט סוקסעס און וואס מען קוקט ארויף. די היינטיגע אפענע וועלט ווי מען ווייסט אלעס וואס טוט זיך איבעראל רוקט ארויף די סטענדערט זייער הויך ווי אויך מאכט עס דעם יחיד אינוויזעבל אומזעבאר. א ת"ח איז נאר ר' חיים קאניעווסקי און א צדיק איז נאר ר' יעקב מאיר שעכטער וכדו' און פון דארט הייבט מהן אן צו מעסטן. די ת"ח און צדיק פון מיין קהילה איז נישט ווייס איך וואס, ווייל ער איז דאך סאך נידריגער אין לעוועל פון זיי. דאס ביסל וואס איך קען באווייזן איז ממש גארנישט קעגן דעם. אזוי אויך איז דא זייער אסאך פון יעדע. עס איז דא הונדארטער יודן היינט מסתמא וואס קענען גוט סדר טהרות, טויזיטער וואס קענען גוט הלכות שבת, און דאס איז א פראבלעם אפי' פאר די וואס קענען הלכות שבת, און כל שכן פאר די וואס קענען נישט. דער יחיד האט גארנישט וואס צוצולייגן.
גאר אנדערשט איז ווען עס איז דא קלענערע קהילות אדער שטעט ווי יעדער זעט זיך ארויס, כל שכן אמאל ווען מען האט נישט געוואוסט וואס טוט זיך אךאר מיל אוועק.
די זעלבע זאך אין גשמיות, מען ווייסט פונקטליך וויפיל געלט יעדער מאכט פון די גאנצע וועלט, ווי גרינג יענער האט געמאכט אפאר מיליאן, עס ווערט ממש א געלעכטער אז שטיי און ארבעט ווי א נאר, און איך מאך שוין שיין הונדערט טויזנט א יאר.

נאך א פאקטאר וואס איז מוסיף צום פראבלעם. דאס לעבן קומט אן צו גרינג. אמאל איז נישט מעגליך געווען צו באקומען גארנישט, און גארנישט מיינט גארנישט און טאקע גארנישט אן אריינלייגן ענערדזשי. א גלעזל וואסער א גלעזל מילך א רעפטל ברויט וכו'. דאס טוט צוויי זאכן , איינס אז פלאגן פארלירט די ווערט. אויב יענער קען האבן די זאך מיט א דרייי מיט די פינגער איז דאך א ליצנות אז איך ארבעט פאר דעם ווי פערד. די צווייטע זאך, די מציאות איז אז ווואס קומט אן גרינג גיט נישט קיין סיפוק. דאס איז א פאקט פון לעבן צו מען וויל יא אדער נישט, דאס איז עס, פינטל. האב מיר דא א פאראדאקס. ער קוקט אויף יענעם אדער אויף די וועלט אין כלליות, וואס מאכט אים אראפקוקן אויף די וועליו פון זיין ארבעט, ער איז דאס אינגאנצן נישט מחשיב זיין יגיעה אויף סיי וואס. פון די אנדערע זייט די מציאות פון נישט אריינלייגן יגיעה איז ווייטער נישט עפעס וואס מאכט שפירן גוט.

עכ"פ תמצית איז, עס איז דא א אינפלעישן. א. עס פעלט די ווערט פון א ביסל (אביסל פארדינס, סיי גשמיות און רוחניות). ב. עס פעלט די ווערד פון אריינלייגן יגיעה און סיי וואס. (טעקנאלאדשי מאכט אז מיט א מינומום עפארד איז דא א ריזיגע אוטקאם) ג. עס פעלט בכלל די ווערד פון יחיד.

וואס איז די עצה? איך ווייס נישט. איך ווייס נישט אויב עס איז דא. אדרבה אויב איינער קען ארויסהעלפן ביטע, יישר כחכם. אבער אז דער אויבערשטער האט אזוי מסדר געווען מסתם ווייסט ער וואס ער טוט.
אבער דאס איז זיכער מען דארף אנהייבן צו לעבן מיטן אמת, און פונעם אמת קען מען נישט אוועקגיין. אז יעדער יוד איז דא פאר א תכלית. און יא די וועלט דארף דיך האבן. די וועסט נישט זיין א גרויסער צדיק? די דארפסט נאר זיין א קליינע נישט א גרויסע. אבער דאס מיזטו. די דארפסט נאר גיין איין לעוועל העכער פון ווי די ביסט יעצט, נאר איינס און נישט מער, אבער די איינס מיזטו, די ביסט מחויב, און דאן ביסטו א גרויסער צדיק און דיין וועלט. און דיין עולם ביסטו א צדיק הדור. (עיין בתניא בענין איתכפיא)
איך ווייס נישט וויאזוי מען מאכט דאס, אבער נאכאמאל דאס איז דער אמת! במילא קענען מיר נישט אוועקגיין פון דעם, מיר דארפן דאס איבערזאגן איינמיאל און נאכאמאל און נאכאמאל און טויזנט מאל ביסט די אויער וועט דאס גוט הערן. דער באשעפער וויל נישט די זאלסט זיין ראובן נישט שמעון נישט לוי נאר די זאלסט טון דיין עבודה, דיין נעקסט סטעפ! יא, און עס איז נאר קליינע דערגריכונג, א געלעכטער. און יא, די קלייניקייט קאסט אזויפיל כוחות און אזויפיל יגיעה. יא! אבער דאן ביסטו א צדיק בדינך. און דיין וועלט ביסטו א צדיק. קיינער ווייסט נישט, קיינער קוקט נישט, קיינער זעט, קיינער קאמפלימינט נישט. אבער דאס איז דער אמת, און מיר קענען פון דעם נישט אוועקגיין.
פארשטייט זיך אז מען דארף זיך אויך מאכן חצוניות'דיגע צילן אויף וועלכע זאכן צו ארבעטן, וויפיל אנקומען און עבודת המידות, שמירת עינים און לערנען. ווייל די גוף דארף אויך שפירן די הצלחה און מען דארף עס ממחיש זיין וויפיל מען קען. אבער די סיפוק דארף אויך זיין געבונדן מיט א אמתדיגע ציל פון דע לפני מי אתה עמל, ווייל חיצוניות אליין איז נישט גענוג ווייל מען וועט דאס ווייטער מעסטן מיט יענעם.

איך מיין אז בגשמיות קען אויך העלפן מען זאל ווייניגער קוקן אויף יענעם און אויף יענעמס הצלחות, און אזוי ארום מער אפרישיעטן זיין אייגענע הצלחות. די מעשה פונעם חכם און די תם פון ר' נחמן איז א מורא'דיגע דוגמא פון וויאזוי א מענטש דארף קוקן און זיין אייגענע וועלט און פון דארט נישט ארויסקוקן. (איך בין נישט קיין ברעסלאווער אבער דאס איז א אמתער פאקט לעבן).
אז א מענטש האט געזונטע קינדער און פרנסה און זאכן פארן גוט, איז ער דאך א גליקליכער מענטש. מען דארף אויך ארבעטן פאר דעם, יא, פאר פרנסה דארף מען שוויצן, פאר מחנך זיין קינדער דארף מען שוויצן, און אויב נאכדעם גייט עס, איז מען גליקליך. יגיע כפיך כי תאכל אשריך. מען זאל זיך נישט איינרעדן אז ביי יענעם גייט אלעס פון זיך אליין, ער זיצט אויפן בענקל מיט די פיס ארויף, ער רוהט זיך אפ, און די געלט קומט, די קינדער זענען פיטשער פערפעקט, די שלום בית איז מורא'דיג, די שווער איז צופרידן, פארטראגט זיך מיט ארבעטער מיטן בעל הבית. עכ"פ יעדער האט זיך זיין פעקל, און ווען מען קומט שבת און בית המדרש ביי לכה דודי און יעדער זינגט מיט שיינע געמאכטע פאות, זאלסטו וויסן אז יעדער האט עפעס א מעשה אונטער זיך. און מען דארף זיך פרייען מיט די אייגענע חלק.
נאכאמאל, איך זאג נישט קיין עצה, עס איז בכלל נישט פשוט וואס צו טון. איך זאג נאר אביסל חומר למחשבה וואס קען אפשר העלפן פאר איינעם און אויך פאר מיר. און אויב איך רעד נישט צו די זאך ביטע לאזט מיר וויסן.

איר זאגט בכלליות גוט, אבער כמיין איר פארשטייט נישט די געפילן פונם פותח האשכול.
דער וויל נישט זיין א ר'ח קנייווסקי, קיין רבי יעקב מאיר שעכטער, קיין ארעמאן, קיין עושר גארנישט. זיין סטאטוס איז ציפרידענשטעלנד רעלעטיוו. אבער ער איז לייידיג.
די עצות ווערט שוין געברענגט אויבן א גוטע נשמה משפיע וועט זיכער העלפן.
על "טעם וריח" אין להתווכח
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

Bissli האט געשריבן:וויפול מאל שטייט אין די אשכול: (איך בין נישט קיין ברסלב'ער, איך זאג נאר נאך.)?
פארוואס ווען מ’ברענגט עפעס פון תניא זאגט מען נישט: איך בין נישט קיין ליובאוויטשער?

קודם כל אויף ליובאוויטש פארענטפערט מען זיך ליידער אויך. און די סיבה איז ווייל די סיסטעם פארנעמט דערווייל נישט מענטשן וואס טראכטן ארויס פון די רבי זז״ג/זי״ע תורות. נישטא וואס צו טוהן דערצו אויסער זיך פשוט אויסלאכן און טוהן וואס מ׳האט צו טוהן.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
שאגת ארי
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:26 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאגת ארי »

איך מיין דער שמועס זאל זיך דא אפשטעלן, אזא שיינע אשכול, א שאד ס'זאל אריינגיין אין זייטיגע נושאים.
איך באלעק מיר די פינגער מיט יעדע תגובה דא.
(איך האב אויך וואס צו זאגן פארן פארלוירענער, איך וועל אי''ה מאכן צייט שפעטער).
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

ס׳האט פיין מיט די נושא. זייער אסאך בלייבן סטאק אין זאכן וואס זיי האבן קיין סיפוק אלץ די מה יאמרו הבריאות.
אני הוא הנער, נער המדבר
שיינע שטריימעל
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2021 12:16 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינע שטריימעל »

א יעדע מענטש האט אנדערע שווערע געפילן וואס פיינגט אים און מאכט אים דעפרעסט און מוטלאז, קיינער קען נישט זאגן וואס עס איז,
אאאלעף
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 06, 2021 4:53 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אאאלעף »

;l;p-
נפש׳ל האט געשריבן:א שיעור פון הגה"צ ר' יחזקאל יואל גליק שליט"א - דריי חלקים

התחזקות חלק א'

התחזקות חלק ב'

התחזקות חלק ג'
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

מיין ערשטע קשיא צום פוה"א וואלט געווען ווי לאנג ציעט זיך שוין די סיטואציע? האסט אייביג געפילט אזוי פארלוירן אדער ערשט לעצטנס אנגעהויבן נאך די חתונה? ווייל אויב יא דארף מען באטראכטן וואס איז געווען דער חילוק צווישן דעם אמאל און היינט.

ווי אלע שרייבן דא, איז שוין ארויסגעברענגט געווארן הערליכע תירוצים פון אלע ענגלס. אבער איך מיין איין יסוד וואס עטליכע האבן געשריבן דארף פארברייטערט ווערן,
למשל דאס:
מיכל האט געשריבן:אויב איז עס ברוחניות, ברויך מען לערנען ספרי יסוד פון אידישקייט און מכיר זיין די חשיבות פון יעדן איד און זיין אומערזעצבארע פלאץ אלץ א חלק פון די קומה שלימה פון כלל ישראל, און איינער וואס ברענגט די בריאה א טריט נאך א טריט צום תיקון השלם. יעדע פעולה, יעדע גוטע מחשבה, איז א נצחיות לעלם ולעלמי עלמיא.

בכלל, היינט פעלט די הכרה אז אידישקייט איז נישט געשטעלט אויף פראדוקטיוויטעט. מען מוז גארנישט 'צושטעלן'. מען ברויך 'טון' און דאס איז וואס מעסט דעם מענטש.

א איד דארף האבן מחשבה ביי יעדע זאך וואס ער טוט. די מצות אנשים מלומדה הרג'עט די עקסייטמענט. אז דו גיסט זיך אפ נעגל וואסער צופרי "בכוונה" און דו שפירסט אז דו האסט אויפגעטון גרויסע תיקונים אין די עולמות עליונים איז עס מיליאן מאל מער ערפילענד ווי סתם אפגיסן די נעגל וואסער און טראכטן פון די ארבעט היינט...

און אזוי ווען דו גיסט אויס די נעגל וואסער, גייסט ארויס אין ביהכ"ס, וואשט די הענט, טוסט זיך אן כהלכה, זאגסט מודה אני\ברכות, און שםעטער גייסט אין מקוה, דו ווייסט וויפיל תיקונים איז שוין געווען? דו ווייסט די שמחה וואס טוט זיך אפ אויבן? ווער רעדט נאך ווען דו גייסט לייגן תפילין און דאווענען! דער מענטש איז זיך מתבונן ווי אין הימל דארף מען האבן זיינע דיבורים און עס איז ממש מזון רוחני פאר די מלאכים, וואלט ער געפילט דער גליקליכסטער מענטש!! און אפילו ווען דו גייסט און די ארבעט, טוסטו דעם רצון ה' יעדע רגע! ווער רעדט נאך אויב האלטסטו איין די אלע הלכות און גיסט זיך אכטונג נישט צו טון וואס מען דארף נישט, האסטו מתקן געווען דיין נשמה, די עולמות, געמאכט א נחת רוח פאר הקב"ה, דאס אלעס מאכט א מענטש פול מיט סיפוק.

פארשטייט זעך אז דאס איז אין צוגאב צו די פריערדיגע עצות, טון א זאך וואס ברענגט סיפוק, תורה\תהילים פאר די נשמה, ארבעטן פאר א חסד ארגאניזאציע פאר די גשמיות'דיגע חלק (פון נשמה), אלעס העלפט.
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

יוי שרייבסטו גוט, איך האב מיר געטראפן אין יעדן ווארט פון דעם ארטיקל.
האסט מיר צוריקגעברענגט זכרונות, טייל וויל איך געדענקן, און טייל פרוביר איך זיך נישט צו דערמאנען. כהאב אלעס געהאט, א פיינע שטוב, א ליבליכע טאטע, גוטע חברים, א פיין קעפל, געלערנט פלייסיג, זיך געקענט ענדזשויען.
אבער איך האב נישט געהאט קיין סיפוק, כהאב מיר געקוקט אין שפיגל און געפרעגט, פארוואס בין איך דא? וואס איז דו ציל? וואס האב איך פון מיין לעבן? געפילט עס וואלט בעסער געווען ווען איך וואלט בכלל נישט דא געווען, פון צייט צו צייט האט מיר באנומען א מין פוסטע ליידיגע געפיל, וואס האט מיר געמאכט שפירן טוב מותי מחיי.
איך געדענק זיך דרייען פילן וואו איך קריך אויף גראדע ווענט, כ’האב פרובירט צו טרעפן סיפוק מיט זאכען שאין רוח המקום נוחה הימנו, ס’האט אבער פארשטייט זיך נישט געארבעט, כהאב פרובירט מיט ספרי מוסר און נישט געזעהן קיין רעזולטאטן, ישמח ישראל, קדושת לוי, מאור ושמש, מאור עינים (ועוד) האב איך געלערנט, אבער ווייטער געשפירט וואו איך טוה גארנישט אויף, כהאב פרובירט תניא זיך אריינגעכאפט צו עטליכע פארברענגנס מיט ר’ יואל כהן און אנדערע און ווייטער נישט געשפירט וואו דאס איז וואס איך זיך (שטארק יתכן אז דאס איז צוליב וואס מיין חברותא אויף תניא, און דעם מיטעלע רבי’ס מאמרים איז נישט געווען אזוי איי איי איי)
בערך ביי דו צוואנציג האב איך אנגעפאנגען לערנען ספרי ברסלב מיט אן ערנסקייט, דאס האט מיך היפש בארואיגט אבער נאך אלץ נישט געוועהן קיין גאנצע ישועה.
ביז דער אייבישטער האט מיר באלאכטן דו אויגען, און על דרך לא דרך האב איך געטראפן א קליינע משפיע מיט א הייפעלע מענטשן וואס ער האט מיר צוביסלעך געהאלפן אנערקענען פארוואס איך לעב, ומה חובתי בעולמי וואס זאל איך דיר זאגען איך בין געווארען א נייע מענטש.
איך ווייס וואס איך וויל, וואו איך ציהל, און איך בין באמת מחשיב יעדע גוטע מידה וואס איך האב, און יעדע גוטע מעשה וואס איך טוה, מארבעט אויף זיך צו שטייגן יעדן טאג, און מ’ווערט נישט דערשראקען פון א דורעכפאל.
איך בין מער נישט א פראדוקט אויפען קאנוועיער בעלט, איך בין א איד, און בשבילי נברא העולם.
דו בעסטע פראקטישע עיצה וואס האט מיר געהאלפען איז געווען התבודדות
און איין ווארט כ'ווייס נישט צו וואס האט מיר געהלפן וועט דיר העלפן, אבער איינס פון דו וויכטיגסטע זאכען לפענ”ד איז קוק זיך נישט אן וואו א חלק פון א סיסטעם, דו ביסט א מענטש, א טאטע צו דיינע קינדער, א מאן פאר אייער פרוי, און א קינד צו טאטע מאמע, ועל כולם א בן מלך צום מלך מלכי המלכים, וואס טראגט אן אחריות נאר צו איהם, און אלע געפילען מיט וואס מען דרייט זיך ארום קומען נאר פון איהם.
ועוד איז אלס גוט צו וויסען א געפיל איז א געפיל, עס זאגט נישט בכלל וואס איר זענט, דו ביסט ווערד, טוסט אויף גדולות ונצורות, אפילו די געפיל זאגט אנדערש
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
Good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2008 4:29 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Good »

This interview is worth to listen

https://www.yiddish24.com/interviews/12/46939
נא גוט...
Good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2008 4:29 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Good »

ספר מאורעות הזמן איז זייער שיין מיט די א''ב יסודות פון א איד וואס דאס מיינט צו זיין א חלק פון די עם הנבחר זיין א בן מלך
נא גוט...
פארלוירענער
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 2:22 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארלוירענער »

איך ליין און ליין מיט דורשט יעדע ווארט פון יעדע תגובה, איינס שענער פון צווייטן, אזויפיל סארט פוינטס און עצות, אזעלכע חיזוק און ווארעמע ווערטער, ממש כמים קרים על נפש עייפה.

פארשטייט זיך אז נישט יעדער רעדט ממש צו מיין מצב, א חלק האבן צוגעטראפן און א חלק נישט, איינער מער איינער ווייניגער, אבער איך בין זיכער אז קיינעמ'ס ווערטער זענען נישט לריק ווייל אויב נישט פאר מיר וועט עס העלפן א צווייטן, איך גלייב און איך זע דא טאקע אז איך בין נישט דער איינציגסטער וואס געפינט זיך אין אזא טינקעלקייט און עמפטינעס.

איך ארבעט יעצט צו מאכן פאר מיר א שטיקל תמצית פון אלע נקודות און ארויסנעמען די ווערטער וואס וועלן מיר די מערסטע העלפן און רעדט צו מיין פארלוירן הארץ.

אבער איבער אלעם האט מיר געגעבן א זייער גרויסע חיזוק די עמי אנכי בצרה, סיי די חלק פון זען אז איך בין נישט דער איינציגסטער אויפן פראנט, יעדער גייט דאס אריבער און מען גייט האלטן נאכדעם, און מען דארף טאקע זען צו ארויסנעמען דערפון די גוטע חלקים וואס עס ברענגט,
און סיי דאס אז אזויפיל אידן, אזויפיל אומבאקאנטע ניקס, זענען געקומען צו לויפן ווי נאר זיי האבן געזען א פארלוירענע איד זוכן הילף, איך האב אויך באקומען אפאר פרייוואטע מעסעזשעס מיט אנטראגעס פאר הילף, ס'שרייט זיך ממש ארויס די מי כעמך ישראל, און אלעס אן קיין שום אגענדעס און אייגענע נגיעות, נאר נאר צו העלפן א פארלוירענע איד אין א שווערע מצב, הלואי זאלן נאך אידן וויסן פון דעם געשמאקן מקום דא און זיך קומען אויסגיסן די הארץ אויפן פאפיר בעת צרה.

און נאכמאאל, א גרויסן יישר כח פאר אלע וואס האבן דא מיטגעפילט און פרובירט צו העלפן, און יעדער איינער דא זאל זוכה זיין צו האבן א גוט געבענטשט יאר און גמר חתימה טובה, און יעדער זאל טאקע האבן א גייסטיש לעכטיגע יאר, שפירן א סיפוק און ציל אין לעבן, האבן שמחת החיים און טאקע גרייכן זיייער ציל אין לעבן בשלום.

הכותב וחותם בהכרת הטוב
דער (טיילווייז) געוועזענע פארלוירענער
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

השם שפתי תפתך, ועטי יגיד נפלאותך.

איך קען מיר נישט אריינלייגן אין דיינע שיך, הגם וואס איך שפיר אז געוויסע חלקים פון דיין תגובה וואלט איך געשריבן בלויז א יאר צוריק.

דיסקליעמער: א) יעדער איינער דא, סיי וואס מען האט נאר געשריבן דא, האט מען דיר פשוט געוואלט העלפן, און יעדער קוקט אן די פראבלעם פון זיין קוק וואונקל, און טראכט וואס זיין חיזוק/עצה וואלט ווען געווען ווען ער איז ווען אין אזא מצב און ער וואלט זיך אליינס געפרעגט וויאזוי צו זיך מסדר זיין.
ב) נעם נישט אן מיינע ווערטער אלץ איך פראביר דיר צו הייסן וואס צו טוהן, נאר היות דו בעטסט אז מען זאל שרייבן, שרייב איך דאס פאר דיר.

איך וואלט בעצם געדארפט עפענען א נייע ניק בעפארן שרייבן דא, אבער כדאי עס זאל זיין אמת׳דיג געשריבן, לאז איך עס ביי דעם.

ובזה החלי:
גרויסי איז געפארן מיטן סיסטעם ביז׳ן ארויסגיין פון ישיבה קטנה. דערנאך ווען ער איז אריין אין ישיבה גדולה, האט ער זיך געטראפן צוקלאפט, געשלאפן א גאנצע טאג, אויפגעווען ביינאכט, גערייכערט צוויי באקסעס צוגרעטעלעך א טאג וכ״ו.

פון די צווייטע זייט, בין איך דאך געווען א גוטע בחור, און איך האב גענומען די סאמע בעסטע חברותות, דאס האט אנגעהאלטן ביז איך האב אויפגעהערט אנצוקומען צום שיעור, דאס האט געמאכט אז מיינע חברותות זאלן מיר אפלאזן.
ב״ה געטוהן א פיינע שידוך, פיין דורכגעשלאפן די חתנ׳שאפט. נאך די חתונה, געשלאפן רוב טעג ביז 2 אזייגער נאכמיטאג, ביז איך האב גענומען א דזשאב וואס האט מיר ארויסגעשלעפט פון בעט.

איך האב מיר געטראפן אין אזא מצב וואס דו דעסקרייבסט דא, אבער מיט א שמיץ אריבער, איך וועל נישט מאריך זיין מיט דעטאלן, איך האב מיר געשפירט אזוי צומישט מיט מיר אליינס און געשפירט וואו איך פאפ די וועלט, יעדער ווייסט דאך וואו א חשובע יונגערמאן איך בין, ״ווען זיי ווייסן ווען ווער איך בין באמת..״

(איך האב נישט קיין אהנונג פארוואס איך שרייב דא מיין לעבנס געשיכטע..)

איך האב אנגעהויבן צו גיין צו איינעם פאר הילף, יענער האט אביסל געהאלפן אבער נישט צו שטארק, עס האט מיר גענומען איבער צוויי יאר צו כאפן אז יענער הייבט נישט אן צו מאכן ריכטיגע פארשריט, למעשה בין איך אנגעקומען מיט די הילף פון רעליף צו איינעם, נאך 6 חדשים האב איך פארגעסן אז איך האב אן אפאוינטמענט. דאס מיינט אז איך האב שוין נישט געדארפט די טעראפי. די 6 חדשים האט זיך געענדיגט דאס יאר אדר. (זייער אסאך דעטאלן האב איך אויסגעלאזט מחמת בושה, ומחמת חשש גילוי.)

צו וואס דערצייל איך אייך דאס?
ערשטנס - אויב מאכט איר אפ אז איר ווילט פראבירן טעראפי, זאלט איר וויסן אז עס נישט קיין שום בושה. איך מיין אז איך בין קאנסעדערט אלץ א נארמאלע יונגערמאן, און יא, איך בין געגאנגען צו טעראפי.
צווייטנס, ווייל ביי טעראפי בין איך דערגאנגען איינע פון די זאכן וואס האט מיר געמאכט שפירן אזויווי איר דעסקרייבט.

איך האב קיינמאל נישט געהאלטן פון מיר אליינס, דאס האט צוגעברענגט אז איך זאל מיר שפירן צוקלאפט, קיינמאל מיר נישט אננעמען פאר מיינע רעכטן, קיינמאל נישט וויסן מיינע רעכטן, קיינמאל נישט זיין צופרידן, נישט ברוחניות און נישט בגשמיות (מען רופט עס אויך אן ״מבקש״)

דאס וואס איך שרייב דיר יעצט, איז נישט עפעס וואס דורכן ליינען האט עס אן אינסטענט ריזאלטס אויף די מענטש, נאר פשוט וואס טעראפי האט געטוהן צו מיר.
איך ווייס נישט פונקטליך מיט וועלכע מהלך ער גייט, אבער איך בין איבערגעצייגט געווארן אז איך האב רעכטן, און איך מעג מיר אננעמען דערפאר, העביטס וואס זענען נשרש מחמת מיינע אלטע שלעכטע געפילן מוזן נישט יעצט בלייבן אין מיר.
איך מעג דורכפאלן.
איך האב זאכן וואס איך האב ליב צו טוהן.
איך מעג האבן א מיינונג.
נישט יעדער מיינט מיין שלעכטס.
וכ״ו

היות איך בין דאך א מבקש, האב איך אנגעהויבן צו לערנען די ספר דרך ד׳ פונעם רמח״ל און איך האב געשפירט אז ער גיבט מיר עפעס א שטארקע מהלך וואס די באשעפער וויל דא מיט די גאנצע בריאה. (עי׳ בחתימתי)

איך בין אויך א שטיקל מענטשן קענער איינגערעדטער..
מילא, ביים ליינען דיין תגובה האב איך געשפירט אז יותר ממה שכתבת יש כאן. און ביסט א שטיקל מבקש און מען פון עווערידזש טראכטער, ממילא האב איך געשריבן די ווערטער פאר דיר, אפשר וועט עס זיין א תועלת פאר דיר.

—-

בנוגע וואס אנדערע שרייבן דיר בנוגע האבן א משפיע אדער לערנען ספרי מוסר, איך האלט אז דיין מח און הארץ זאגן דיר אלעס וואס שטייען אין די ספרים, און זיי לערנען אין דיין יעצטיגע איז בבחינת סם..

שוין ווייטער האב איך א מיינונג.

ודי בזה - ודו״ק כי קצרתי..

הצלחה רבה - גרויסע עם הארץ
בפשיטות
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בפשיטות »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:

איך בין שפראכלאז!! מען מעג זיך אסאך לערנען פון דיר!

אבער פאר די שטארקייט פון ארויסקומען אזוי קליפ און קלאר ברבים דאס איז שוין עפעס נעקסט לעוועל!!! #אשריך

הגם לעצם הענין בינעך זיך חולק, אבער אכמע”ל
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

נפש׳ל האט געשריבן:א שיעור פון הגה"צ ר' יחזקאל יואל גליק שליט"א - דריי חלקים

התחזקות חלק א'

התחזקות חלק ב'

התחזקות חלק ג'

קוקט אויס פיין, האביך נישט קיין נערווען אויסצוהערן, עס איז דא אראפגעשריבן? א דאנק
אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש׳ל »

הײמישער זײגער האט געשריבן:
נפש׳ל האט געשריבן:א שיעור פון הגה"צ ר' יחזקאל יואל גליק שליט"א - דריי חלקים

התחזקות חלק א'

התחזקות חלק ב'

התחזקות חלק ג'

קוקט אויס פיין, האביך נישט קיין נערווען אויסצוהערן, עס איז דא אראפגעשריבן? א דאנק

איך מיין אז עס איז נישט אראפגעשריבן
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

איך האב קיין צייט. אבער ההכרח לא יגונה.
עס איז באמת אינטערעסאנט צו זעהן דעם אשכול ציהט אזא אינטערעסע ביים עולם. דער עולם אינדענטעפעצירט זיך שטארק מיטן שואל און נישט אומזינסט. דער וואס האט נישט דעם שאלה פונעם שואל כאטש למחצה לשליש ולרביע אדער לפחות אחד ממאה, אוי לי, וויי איז מיר.
דער עולם איז הערליך אריינגעטוהן צו העלפן דעם אזויגערופענער פארלוירענעם.
אבער....
טייערע אידן מיר האפן איהר האט הנאה געהאט צו לאזן הערן אייער מיינונג און געדאנקן ארויסצוהעלפן.

טייערע אידן ידיעת החולי איז חצי רפואה. ער איז שוין האלב געהיילט. מיט דעם עצם זאך אז ער האט דאס געפרעגט שטייט ער שוין גוט. ער זוכט שוין דעם וועג צום ציהל.
אך און וויי איז פאר דער וואס שפירט דאס נישט. דער וואס פרעגט נישט די שאלה. ער איז נעבעך פארבלאנדשעט פארלוירן און פארקראכן. איהם דארף מען שיקן צו טעראפי און איהם אויפוועקן. אפשר אפילו שאקן... קומו ישנים משינתכם והקיצו מתרדמתכם. מען דארף איהם אריינקוויטשען אין די אויערן די קשיא פון דעם רב החובל פון מפטיר יונה. מה לך נרדם? וועק זיך אויף. וואס זיכסטו דא? הא? פארוואס ביסטו געבוירן? צו האבן קינדער און שטארבן? און זיי? וועלן אויך האבן קינדער און שטארבן? אה איך ווייס שוין. צו האבן א גוט לעבן און א גוטע שטוב? צו עסן און טרינקען און זיין א יום זה מכובד? צו האבן געלט? צו זיין א תלמיד חכם? צו ענדיגן ש"ס?הבל הבלים הכל הבל. נישט קינדער נישט רינדער נישט געלט! גארנישט אויף דער וועלט! גארנישט לוינט זיך נישט. נישט איך בין דער מחדש דא. שלמה המלך החכם מכל האדם, רייך ווי שלמה המלך, געהאט מכל טוב וטוב בעולם זאגט דאס. פארוואס בין איך דא? את האלקים ירא ומצותיו שמור כי זה כל האדם! דעטס אלל. ביסט נישט דא צו שפירן סיפוק. ביזט נישט דא צו מצליח זיין, ביסט נישט דא צו אקאמפלישען. ביסט נישט דא צו גארנישט. נאר צו דינען דעם איינאיינציגן קל אחד.
טייערע אידן מיין הארץ גייט אויס פון רחמנות. איך וויין פאר אייך. נישט מיט אייך. ווייל איהר מיינט אז דער פארלוירענער איז דער פארלוירענער. ער איז או קעי. איך וויין פאר אייך. די אלע עצות וואס איהר גיבט דא, לערן דאס. הייל דיך ביי דעם. פרוביר יענץ. רבותי ער איז בסדר. ער איז אויף. דו שלאפסט נעבעך. דו האסט נעבעך סיפוק פון דיין לעבן. דו מיינסט אז דו טוסט וואס די ברויכסט. אוי מיין הארץ גייט אויס....
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”