איבערלעבער האט געשריבן:פארלוירענער האט געשריבן:איך בין לעצטנס אין זייער א אנגעזעצטע מצב וויל איך רעדן אמת'דיג פון הארץ, קום איך צו אייך מיינע ברודער מיט מיינע יעצטיגע ווערטער גלייך ארויס פון שפת הלב.
איך בין א 25 יעריגע אינגערמאן, ב''ה גוט חתונה געהאט, פרנסה מסודר, קינדער און שלום בית, אלעס קלאפט בערך, מ'קען זיך בכלל נישט אפרעדן.
מיין אידישקייט איז רעגולער, נישט אנדערש ווי יעדעם לכאורה, דאווענען און לערנען, צדקה, אלעס אביסל וויפיל ס'קומט אויס.
אבער עפעס פיל איך אזא ליידיגקייט און פוסטקייט און פארלוירענקייט, און די מצב ווערט נאר ערגער פון טאג צו טאג אז איך פיל לעצטנס ווי ממש באו מים עד נפש.
די זאך איז אז איך פיל ווי איך האב פשוט נישט קיין שום סיבה פארוואס אנצוגיין. איך זע נישט קיין נארמאלע ציל אין מיין לעבן, עולם הזה האב איך דאך נישט, איך בין א איד און דאס איז עס (נישט אז דער גוי האט יא עפעס, אבער אפילו דאס אויך נישט), רוחניות האב איך דאך אויך נישט עפעס ספעשל, פיין, איך לערן אביסל און דאוון, אבער איך גיי שוין נישט זיין דער גרויסער תלמוד חכם און צדיק לכאורה, איך זע נישט ערגעץ ספעשל ווי איך גיי גרייכן אז דאס זאל מיר געבן א ציל און חיות.
ממילא בין איך אין א מצב וואס איך פיל עכט נישט קיין נארמאלע שטופ צו אריינלייגן עפעס עפארט און כוחות אין עולם הזה אדער רוחניות, איך פיל ווי איך האב עכט גארנישט, אזא טרוקענקייט און ליידיגקייט וואס מען קען גארנישט מסביר זיין, נישט אויבן נישט אינטן, נישט דער וועלט נישט יענער וועלט, נישט רעכטס נישט לינקס, כף הקלע בחיים חיותי.
דאס איז ממש יסורים וואס מען קען נישט מסביר זיין מיט ווערטער, איך ווייס ממש נישט פארוואס איך גיי אן נאך א מינוט אין לעבן, צו וואו ציל איך בכלל?
און ווי מער איך טראכט אריין דערין און איך צונעם מיין מצב ווער איך נאר מער און מער צובראכן און אנגעזעצט און טרויעריג אז עס קומט מיר טרערן אין די אויגן, טרערן פון פארלוירענקייט און צומישעניש, פארוואס שטיי איך בכלל אויף צופרי? פארוואס ארבעט איך? פארוואס לעב איך בכלל?
און נאכדערצו אז דערווייל האב איך נאך פראבלעמען און שוועריקייטן אזויווי יעדע נארמאלע מענטש, די קינדער זענען נישט וואויל, די געלט איז נישט מסודר צומאל, און נסיונות ברוחניות, איך זע ממש נישט פארוואס איך זאל סטראגלען און אנגיין און זיך פלאגן ווען איך זע נישט קיין נארמאלע ציל און תכלית פארוואס איך ארבעט און פלאג זיך, צו וואס פונקטליך גיי איך דא אנקומען אין מיין לעבן למעשה?
איך ווייס נישט צו איינער פארשטייט בכלל פון וואס איך רעד, איך בין א מצב וואס איך הער נישט רעדן דערפון בכלל, איך פיל מיך פשוט אליין אויפן וואסער, איך בלאנזשע אין א טיפע געדעכטע וואלד אן קיין וועג ווי איך וויל גרייכן, איך בין עלנדן אליין אויפן שטורמישן ים אן קיין וועג און ציל, איך בין א וויסטע מדבר אן קיין פונקט וואו איך וויל אנקומען. פארלוירן איז נישט דאס ווארט.
און צו דעם אלעם בין איך נאך נארמאל ווי יעדעם, איך האלט אן א נארמאלע לעבנסשטייגער, איך דארף לכאורה צו זיין גליקליך און צופרידן, איך האב דאך א נארמאלע באזעצענע לעבן, אבער אין די מציאות בין איך אזוי ווייט דערפון, איך פיל נישט קיין שום חיות און באדייט אין מיין לעבן און אין מיין אנוועזנהייט אויפן ערד קוגל, א סיטואציע וואס איך קען נישט מסביר זיין.
איז וואס וויל איך יעצט דא פון ענק מיט מיינע פאר פארלוירענע שורות?
איך ווייס אליינס נישט, אפשר וויל איך הילף און עצות, אפשר וויל איך הערן צו נאך מענטשן טרעפן זיך צומאל אין אזא מצב. אבער אידערוועי בין איך פארפלאנטערט און דארף חיזוק און הילף, אלעס וועט זיין עפרישיעיטעד און אנגענומען בסבר פנים יפות.
ווי עס שרייבט צו אייך
א פארלוירענער
איך נעם אהן מיט א פשטות אז דו מיינסט עס ערענסט. ממילא וועל איך אראפציפען פון מיין צייט און דיר געבן אביסעל פון מיין געדולט...
אזוי ווי דו האסט געפרעגט , און איך מיין אז איך האב "דעם" ענטפער, ממילא הער מיך אויס א מינוט.
איך וויל קודם נאר ארויסברענגען מיין פארשטענדעניש צו דיין שאלה.
דיין שאלה איז גאר צו דער זאך און לעגיטים. דיינע ווערטער איז ממש פונקטליך וואס דער אייבירשטער וויל. ממילא ביסטו לכאורה אויף די וועג צו דערגרייכן די ענטגילטיגער ענטפער צו דיין שאלה.
לאמיר ברענגן א קליינע משל. כאטש נישט דומה ממש צום נמשל.
ווען דער פריץ דער גרויזאמער גראף שיקט מיר אין גרויסן מארק, מיט א ליסטע וואס איינצוהאנדלען פאר איהם. דערביי ווארנט ער מיר אהן מיטן לעבן אז ער וועט מיר גוט באלוינען אויב איך וועל טוהן זיין רצון, און אז נישט וועט ער מיר גוט באשטראפן.
ווי אזוי וואלט איך געשפירט ווען איך כאפ זיך אז איך האב פארלוירן די ליסטע?
דער פערד האב איך נאך, ער איז געזונט ווי א פערד. די וואגן איז א מחיה, געשמירט די רעדער. אלע זעק און רענצלעך פאר די סחורה וואס איך גיי איינהאנדלען זענען דא. די געלט האב איך אויך. עסן פארן פערד איז דא. עסן פאר מיר און די משרתים אויך. מיין קווארטיר איז בסדר. רחמנא ליצלן איך מוז זיך באלד ארויסלאזן אויפן וועג צוריק אהן גארנישט. איך האב נישט קיין אנונג וואס דער ליסטע האט אנטהאלטן. וואס טוה איך דא? עפעס געדענק איך. ליכט? אוי טאקע איינע פון די צענדליגע זאכן איז געווען ליכט. אוי וויי, וויפיהל? וועלעכע סארט? ווי גרויס?
דו ווייסט וויאזוי איך וואלט געשפירט? אזוי ווי דיר, ממש אקוראט ווי דיר.
די נקודה וואס איך ברענג ארויס איז, אז דו ווייסט נישט וואס דער אייבירשטער וויל פון אונז, דו ווייסט נישט פארוואס דו ביסט דא. דו ווייסט נישט וואס דיין ציהל דא איז. האסט נישט די ליסטע.
אבער דער אייבירשטער האט צוגעזאגט אז דו וועסט טרעפן די ליסטע.
ובקשתם משם את השם אלוקיך.
און ער האט אונז צוגעזאגט אז דו וועסט איהם טרעפן.
ומצאת.
מיט איין תנאי.
כי תדרשנו בכל לבבך ובכל נפשך.
וואו איז די ליסטע? וואס ענטהאלט די ליסטע? ווי אזוי ליינט מען עס? איך האב נישט יעצט צופיהל צייט. וועלן מיר זיין בקשר אי"ה