איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

Inattentive adhd
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 02, 2021 2:46 am
לאקאציע: און מח אדער הארץ

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Inattentive adhd »

איבערלעבער האט געשריבן: נישט איך בין דער מחדש דא. שלמה המלך החכם מכל האדם, רייך ווי שלמה המלך, געהאט מכל טוב וטוב בעולם זאגט דאס. פארוואס בין איך דא? את האלקים ירא ומצותיו שמור כי זה כל האדם! דעטס אלל. ביסט נישט דא צו שפירן סיפוק. ביזט נישט דא צו מצליח זיין, ביסט נישט דא צו אקאמפלישען. ביסט נישט דא צו גארנישט. נאר צו דינען דעם איינאיינציגן קל אחד.

איר שרייבט אמת'ע דבורים,

אבער אויב איז מען טאקע א אלקים ירא ומצותיו שמור, איז מען מצליח, מען האט סיפוק, מאיז נישט פארלוירן, מאיז נישט אונגעזעצט וכו'

מצותיו שמור איז כולל, האבן קינדער, עסן, לערנען, זיין בשמחה וכו',
שלמה המלך זאגט עת לכל, אלעס האט זיין צייט.

און אויב מיט דעם אלעם איז מען אונגעזעצט, דעמאלט איז הילף געזיכט.. אזויווי דער פותח האשכול טוט, קען זיין ער זיכט טאקע וויאזוי אונצקומען צום אלקים ירא..

ה' יעזור יעדער זאל עפעס קענען ארויס נעמען אויף למעשה פון די אלע גדאנקען אינעם אשכול.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

מענין לענין באותו ענין, איבער דעם פארלוירנקייט און ביטערניש פון א איד וואס ווייסט אז ער איז נישט בדרי, אפילו ער ווייסט נאכנישט פונקטליך וואס ער ברויך טוהן ווייטער, איז דא א הערליכער שמועס אצינד אין די הייליגע טעג פון הגה"ק מקאזיגלוב ז"ל אין ארץ צבי על המועדים אויף ר"ה. כדאי אריינצוקוקן אינעווייניג.

כ'האב עס געהערט פון דעם מגיד מישרים ומאיר עיני ולבות אלפים מישראל הרב ר' שמעון שפיצער שליט"א. דער זכות הרבים איז אויסדרוקליך זיינס...
אטעטשמענטס
Screenshot_20210914-024220.jpg
Screenshot_20210914-024220.jpg (81.24 KiB) געזען 1320 מאל
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע: ערגעץ ווי

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

נישטא וואס צוצולייגן.. אזוי פיל אמת'ע [און נישט...] דיבורים זענען שוין געזאגט געווארן דא.
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
תואר
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 13, 2014 12:46 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תואר »

כ'וויל פרעגן א שאלה.
געשעט נישט די מין פילינג פון פוסטקייט און נישט וויסן ווי אזוי צו גיין ווייטער אין די יעצטיגע צייט פון יאר ? אין די עשרת ימי תשובה ווען מ'זוכט צו פארעכטן און מ'ווערט פארלוירן ? איך האב די מין שרעקליכע געפיל פונעם חשוב'ן פותח האשכול אסאך מאל אין די ימים נוראים געגענט., און ער האט עס אויך יעצט געשריבן.
אוועטאר
שאגת ארי
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:26 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאגת ארי »

תואר האט געשריבן:כ'וויל פרעגן א שאלה.
געשעט נישט די מין פילינג פון פוסטקייט און נישט וויסן ווי אזוי צו גיין ווייטער אין די יעצטיגע צייט פון יאר ? אין די עשרת ימי תשובה ווען מ'זוכט צו פארעכטן און מ'ווערט פארלוירן ? איך האב די מין שרעקליכע געפיל פונעם חשוב'ן פותח האשכול אסאך מאל אין די ימים נוראים געגענט., און ער האט עס אויך יעצט געשריבן.

לכאורה ביסטו גערעטכ, אבער באמת דארף מען עס טאקע יא האבן א גאנץ יאר, נאר ליידער א גאנץ יאר טראכט מען נישט און מען לויפט מיטן רגילות, קומט די יעצטיגע טעג און מען טראכט אביסל זעט מען ווי מען האלט אויף דער וועלט ווערט מען צובראכן און פארלוירן,
אבער באמת דארף מען ווען דאס פילן א גאנץ יאר אויך
און איך מיין מען קען זאגן אז וואויל איז די חלק פונעם פותח האשכול וואס פילט אזעלכע אמת'ע פילינגס, און זאל די אייבערשטער העלפן ער זאל עס אויסנוצן צום גוטן און טאקע זיך נעמען אין די ריכטיגע וועג וואס ער דארף גיין
לייקוס
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2020 10:45 pm
לאקאציע: לעיקוואד

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייקוס »

שאלת חכם חצי תשובה!

דיין פארלוירענקייט איז א סימן אז די ביסט נישט סתם א הוידעל בוידעל, די האסט א צורך פאר א מער אינערליכע און פריוואטע לעבן.

ליידער און די היינטיגע פראדאקשין יודישקייט דור, שפירען זיך אסאך יודען וואו נאך א מענטש אויף די פארענטשע, נאך א יונגערמאן און כולל, נאך א יוד פארען בורא.

דיינע לייידיגע געפילען איז א סימן אז די ביסט אנגעקומען צו א פלאץ וואו יודישקייט דארף האבען אפען עס מער שייכות מיט דיר, מיט דיין פערזענדליכקייט.

צייט ארויסצוקריכען פון לעבן א לעבן וואס מלויפט נאך די באן עולם גולם, און סאיז צייט צו ארבעטען אויף א טיפערע שלום בית,
א טיפערע פערזענדליכע קשר מיט די ווייב און קינדער
און פארשטייטסיך א טיפערע ״פערזענדליכע״ אייגענע קשר מיט דיין באשעפער וואס האטיך באשאפען און ער ווארט אויף דיע צייט וואו גייסט עם אנפאנגען צוזיכען און זיך אנקניפען מיט עם מיט דיין ערוואקסענע אייגענארטיגע שכל.

און די זעלבע מיט ספרי חסידות, מקען לערנען א ספר און זיך פרובירען צו מקשר זיין מיט די נפש פון די צדיק, וכ״ו

בקיצור ליידיגקייט קומט פון נישט האבען קיין קשרים נפשיים ורוחניים.

ועוד חזון
איך וואונטש אייך א חתימה לחיים
זאלסט שפירען די אושר החיים איעדע רגע.
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

באופן כללי ממש: טיפע סיפוק און שמחת החיים און שפירן אז מען לעבט פאר א תכלית, קען מען נאר האבן דורכדעם וואס מען בויעט אויף די השגה הבנה אין יסודות היהדות. אריינקומען מער אין פארשטיין תכלית הבריאה, תכלית התהוות עם ישראל, מהות נשמות ישראל וכדו'.

מען דארף לערנען ספרי מחשבה, ווי ספרי רמח"ל, מהר"ל וכדו'. ספרי חסידות ווי ספרי חב"ד. אוודאי איז וויכטיג צו האבן א משפיע רוחני וואס קען העלפן אויפבויען א טיפער'ן און העכערן בליק אין אידישקייט.

פארשטייט זיך אז אויפ'ן נפש דארף מען אויך ארבעטן, און זען אויב דער נפש פאר זיך איז יא צעפרידן פון זיך אליין.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

לייקוס האט געשריבן:שאלת חכם חצי תשובה!

דיין פארלוירענקייט איז א סימן אז די ביסט נישט סתם א הוידעל בוידעל, די האסט א צורך פאר א מער אינערליכע און פריוואטע לעבן.

ליידער און די היינטיגע פראדאקשין יודישקייט דור, שפירען זיך אסאך יודען וואו נאך א מענטש אויף די פארענטשע, נאך א יונגערמאן און כולל, נאך א יוד פארען בורא.

דיינע לייידיגע געפילען איז א סימן אז די ביסט אנגעקומען צו א פלאץ וואו יודישקייט דארף האבען אפען עס מער שייכות מיט דיר, מיט דיין פערזענדליכקייט.

....

און די זעלבע מיט ספרי חסידות, מקען לערנען א ספר און זיך פרובירען צו מקשר זיין מיט די נפש פון די צדיק, וכ״ו

בקיצור ליידיגקייט קומט פון נישט האבען קיין קשרים נפשיים ורוחניים.

ועוד חזון

גוט געשריבן!

די דאזיגע שפירונגען קענען פירן דעם מענטש צו די העכסטע דרגות, און קענען פארווארפן דעם מענטש צו די נידריגסטע דרגות.

-----

און ווי דו פירסט אויס: ועוד חזון.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

נשמת השכל האט געשריבן:

ריכטיג פאר ביידע פון ענק. מען ברויך אויפבויען דעם אייגענע קשר און השגה אין אידישקייט.

ארבעטן אויף סוקסעס, צו דורך ענינים גשמיים צו אפילו דורך ענינים רוחניים, און דורכדעם פארשטילן דעם הונגער געשריי פון דעם נפש וואס הינגערט פאר אביסל פארשטאנד איבער זיין דא זיין. איז בס"ה א באנדאזש אויף א טיפן ליידיגן חלל'דיגן וואונד. דער נפש פון א מענטש זוכט באדייט לעבן, קשר עצמי. מצוות ה' איז נישט קיין מיטלען זיך צו שפירן גוט מיט זיך אליין, זיי זענען פעולות תוצאות וואס קומען ארויס פון א זאטער נפש וואס וואס איז הינגעריג צו ערפילן זיין תכלית פארוואס ער איז דא.
הנשמה שבמוחי
אמת'ע אמונה
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 22, 2021 11:13 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמת'ע אמונה »

פארלוירענער האט געשריבן:איך ליין און ליין מיט דורשט יעדע ווארט פון יעדע תגובה, איינס שענער פון צווייטן, אזויפיל סארט פוינטס און עצות, אזעלכע חיזוק און ווארעמע ווערטער, ממש כמים קרים על נפש עייפה.

פארשטייט זיך אז נישט יעדער רעדט ממש צו מיין מצב, א חלק האבן צוגעטראפן און א חלק נישט, איינער מער איינער ווייניגער, אבער איך בין זיכער אז קיינעמ'ס ווערטער זענען נישט לריק ווייל אויב נישט פאר מיר וועט עס העלפן א צווייטן, איך גלייב און איך זע דא טאקע אז איך בין נישט דער איינציגסטער וואס געפינט זיך אין אזא טינקעלקייט און עמפטינעס.

איך ארבעט יעצט צו מאכן פאר מיר א שטיקל תמצית פון אלע נקודות און ארויסנעמען די ווערטער וואס וועלן מיר די מערסטע העלפן און רעדט צו מיין פארלוירן הארץ.

אבער איבער אלעם האט מיר געגעבן א זייער גרויסע חיזוק די עמי אנכי בצרה, סיי די חלק פון זען אז איך בין נישט דער איינציגסטער אויפן פראנט, יעדער גייט דאס אריבער און מען גייט האלטן נאכדעם, און מען דארף טאקע זען צו ארויסנעמען דערפון די גוטע חלקים וואס עס ברענגט,
און סיי דאס אז אזויפיל אידן, אזויפיל אומבאקאנטע ניקס, זענען געקומען צו לויפן ווי נאר זיי האבן געזען א פארלוירענע איד זוכן הילף, איך האב אויך באקומען אפאר פרייוואטע מעסעזשעס מיט אנטראגעס פאר הילף, ס'שרייט זיך ממש ארויס די מי כעמך ישראל, און אלעס אן קיין שום אגענדעס און אייגענע נגיעות, נאר נאר צו העלפן א פארלוירענע איד אין א שווערע מצב, הלואי זאלן נאך אידן וויסן פון דעם געשמאקן מקום דא און זיך קומען אויסגיסן די הארץ אויפן פאפיר בעת צרה.

און נאכמאאל, א גרויסן יישר כח פאר אלע וואס האבן דא מיטגעפילט און פרובירט צו העלפן, און יעדער איינער דא זאל זוכה זיין צו האבן א גוט געבענטשט יאר און גמר חתימה טובה, און יעדער זאל טאקע האבן א גייסטיש לעכטיגע יאר, שפירן א סיפוק און ציל אין לעבן, האבן שמחת החיים און טאקע גרייכן זיייער ציל אין לעבן בשלום.

הכותב וחותם בהכרת הטוב
דער (טיילווייז) געוועזענע פארלוירענער

אזוי ווי די האסט זוכה געווען צו מזכה זיין אסאך פארלוירענע יידן דא, אפשר מאך א מצוה און קום אריין קלארער וואס האט געהאלפן, די האסט א געוואלדיגע גוטע פעדער.
כ'מיין אז רוב עולם וואלט אויך געוואלט הערן מער פון דיר. שכח!
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

צ/ק.
עיין בביאור הלכה בהל' יוה"כ סי' תרכב טעם כל מה שקורין מפטיר יונה.
פוצה פה ומצפצף
מצה בעקערי
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה בעקערי »

לייקוס
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2020 10:45 pm
לאקאציע: לעיקוואד

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייקוס »

נשמת השכל האט געשריבן:
לייקוס האט געשריבן:שאלת חכם חצי תשובה!

דיין פארלוירענקייט איז א סימן אז די ביסט נישט סתם א הוידעל בוידעל, די האסט א צורך פאר א מער אינערליכע און פריוואטע לעבן.

ליידער און די היינטיגע פראדאקשין יודישקייט דור, שפירען זיך אסאך יודען וואו נאך א מענטש אויף די פארענטשע, נאך א יונגערמאן און כולל, נאך א יוד פארען בורא.

דיינע לייידיגע געפילען איז א סימן אז די ביסט אנגעקומען צו א פלאץ וואו יודישקייט דארף האבען אפען עס מער שייכות מיט דיר, מיט דיין פערזענדליכקייט.

....

און די זעלבע מיט ספרי חסידות, מקען לערנען א ספר און זיך פרובירען צו מקשר זיין מיט די נפש פון די צדיק, וכ״ו

בקיצור ליידיגקייט קומט פון נישט האבען קיין קשרים נפשיים ורוחניים.

ועוד חזון

גוט געשריבן!

די דאזיגע שפירונגען קענען פירן דעם מענטש צו די העכסטע דרגות, און קענען פארווארפן דעם מענטש צו די נידריגסטע דרגות.

-----

און ווי דו פירסט אויס: ועוד חזון.

די רירסט אהן די נקודה און פינטעל וואס טוט זיך און אונזער היינטיגע יודישקייט.
פון איין זייט האט מען אוועקגעשטעלט אזא כלליות׳דיגע יודישקייט, מיט א פעסטע חומה, אבער און א געוויסע זין, איז לכבוד דעם ליידער דא אסאך מענטשען וואס יודישקייט האט גאר א קליינע אינערליכע און פערזענדליכע קשר מיט זיי, סאיז מער אזא הנהגת החיים, און א געוויסע זין טוען די ישיבות און די בתי חינוך בשיטה נישט עפענען די כשרונות און די אייגענקייט פון די קינדער,ווייל מהאט מורא אויב וועט ער האבען אייגענע געפילען אפשר וועט ער בוחר זיין ברע.
דיע סיסטעם איז א סיסטעם מיט לעכער, ווען סמאכטזיך א קינד וואס האט יא אייגענארטיגע שכל, קען ער נישט אזוי פונקצינירען און דיע מהלך, אן דא הייבטסיך אהן די שורש פון די וואס פאלען ארויס ליידער.

די אויבערשטער שרייבט און פרשת נצבים ראה נתתי לפניכם את החיים וכ״ו ובחרת וכ״ו די אויבערשטער וויל אז אונז יודען זאלען בוחר זיין און טוב,
ר׳ אברהם יהושע טווערסקי פלעגט זאגען לגבי עביוז,
אויב דיר אויבערשטער האט געטראוסט די מענטשהייט מיט בחירה, דארף אונז אוכט טראסטען אונזערע קינדער,
ר׳ שמשון רפאל הירש פלעגט זאגען עד היכן מצוות חינוך ?
דיין קינד דארף האבען אזא פעסטע געבויעטע יודישקייט, אז וואו אויף די וועלט ער גייט לאנדען זאל ער וויסען וויאזוי זיך צו ספארעווענען.

די שמועס איז לאנג מיט כמה אנפין ופרטים, אבער די נקודה איז אז באמת וואלט מען געדארפט האבען און אונזערע ישיבות, מער משפיעים און מבינים בתורת הנפש,צו העלפען יעדעם איינעם כפי כשרונותיהם, אנשטאט דעם מאכט מען דיע נערישע ישיבות למצוינים, און ממאכט אזא סטאנדראד וויאזוי א בחור דארף זיין, זיי נישט פרומער וואו קיינעם און נישט ווייניגער פרום, מגעט נישט קיין שום מקום פאר א בחור׳ס אייגענקייט און כוחות ארויסצושפראצען.

ממילא צוריק צום נקודה וואס די האסט געשריבען,
ביסט גערעכט די רגע א מענטש הייבטזיך אהן צו עפענען זיין אייגענקייט קומט אריין די שלעכטע רצונות אוכט, אונז האמיר אלע ביידע יצרים
והנה טוב מאד זה יצר הרע, פאר דעם זענען אונז דא צו מגבר זיין אונזער טוב אויף אונזער רע.
אוועטאר
קרעימיש קעיק
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 02, 2021 6:32 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעימיש קעיק »

fiena nieas האט געשריבן:טערעפי איז דער ענטפער אדער מעדיצין

ג''א מצטרף
דאס איז די איינציגע מהלך, אפי' די זעהסט אז נאך א יאר טערעפי אז עס ארבעט נישט, איז פשוט א סימן אז די דארפסט גיין צי א אנדערע טערעפיסט, און אויב נאך א יאר ביסטי גארנישט געהאלפן געווארן, דארפסטי גיין צי א לייסענסט טערעפיסט, און ווען א לייסענסט טערעפיסט ארבעט נישט, דארפסטי אנהייבן נעמען פילן, נאך 3 יאר פון פילן און נאכן ארויפמאכן און אראפמאכן די דאזעס, און ביסט נאך אלץ נישט מסודר (עכט ביסטי אסאך בעסער די כאפסט פשוט נישט......) זאלסטי גיין צי לייסענסט טערעפיסט פאר קעש, נאכדעם איז צייט צי ליגן אפאר חדשים אין בעט, דעמאלטס וועלן אסאך עסקנים פרובירן צי טוען עפעס, און דעמאלטס זאלסטי פריש אנהייבן די גאנצע רעדל,די משפחה ארום דארף אויך פארשטיין אז דאס איז די איינציגע מהלך.

נ.ב. די אלע וואס פרובירן דיר צי זאגן אז די דארפסט זיכן עפעס העכער און זיך מקשר זיין מיט צדיקים פון אמאל, פארשטייען דיר פשוט נישט, זיי ווייסן נישט אז א אידישע נשמה קען פשוט זיין ציפרידן אויף דעם וועלט בלויז מיט טערעפי און זיין ציפרידן פון די טאג טעגליכע לעבן.
צי הרב fiena nieas איך מיין דיר נישט פערזענליך איך וויל פשוט ארויסברענגען די נקודה
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

קרעימיש קעיק האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:טערעפי איז דער ענטפער אדער מעדיצין

ג''א מצטרף.

דאס איז די איינציגע מהלך.

אפי' די זעהסט אז נאך א יאר טערעפי אז עס ארבעט נישט, איז פשוט א סימן אז די דארפסט גיין צי א אנדערע טערעפיסט, און אויב נאך א יאר ביסטי גארנישט געהאלפן געווארן. דארפסטו גיין צי א לייסענסט טערעפיסט, און ווען א לייסענסט טערעפיסט ארבעט נישט, דארפסטי אנהייבן נעמען פילן, נאך 3 יאר פון פילן און נאכן ארויפמאכן און אראפמאכן די דאזעס, און ביסט נאך אלץ נישט מסודר (עכט ביסטי אסאך בעסער די כאפסט פשוט נישט......) זאלסטו גיין צי לייסענסט טערעפיסט פאר קעש, נאכדעם איז צייט צי ליגן אפאר חדשים אין בעט, דעמאלטס וועלן אסאך עסקנים פרובירן צו טוען עפעס, און דעמאלטס זאלסטו פריש אנהייבן די גאנצע רעדל, די משפחה ארום דארף אויך פארשטיין אז דאס איז די איינציגע מהלך.

נ.ב. די אלע וואס פרובירן דיר צו זאגן אז די דארפסט זיכן עפעס העכער און זיך מקשר זיין מיט צדיקים פון אמאל, פארשטייען דיר פשוט נישט, זיי ווייסן נישט אז א אידישע נשמה קען פשוט זיין ציפרידן אויף דעם וועלט בלויז מיט טערעפי און זיין ציפרידן פון די טאג טעגליכע לעבן.

צי הרב fiena nieas איך מיין דיר נישט פערזענליך איך וויל פשוט ארויסברענגען די נקודה

:lol:
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5493
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

קרעימיש קעיק געב ארויס וואס טוט דיר וויי
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

fiena nieas האט געשריבן:קרעימיש קעיק געב ארויס וואס טוט דיר וויי

ווי האטער געזאגט "ווער ס'פארשטייט פארשטייט, און ווער נישט העט נישט פארשטיין" וש"י
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

איבערלעבער האט געשריבן:איך האב קיין צייט. אבער ההכרח לא יגונה.
עס איז באמת אינטערעסאנט צו זעהן דעם אשכול ציהט אזא אינטערעסע ביים עולם. דער עולם אינדענטעפעצירט זיך שטארק מיטן שואל און נישט אומזינסט. דער וואס האט נישט דעם שאלה פונעם שואל כאטש למחצה לשליש ולרביע אדער לפחות אחד ממאה, אוי לי, וויי איז מיר.
דער עולם איז הערליך אריינגעטוהן צו העלפן דעם אזויגערופענער פארלוירענעם.
אבער....
טייערע אידן מיר האפן איהר האט הנאה געהאט צו לאזן הערן אייער מיינונג און געדאנקן ארויסצוהעלפן.

טייערע אידן ידיעת החולי איז חצי רפואה. ער איז שוין האלב געהיילט. מיט דעם עצם זאך אז ער האט דאס געפרעגט שטייט ער שוין גוט. ער זוכט שוין דעם וועג צום ציהל.
אך און וויי איז פאר דער וואס שפירט דאס נישט. דער וואס פרעגט נישט די שאלה. ער איז נעבעך פארבלאנדשעט פארלוירן און פארקראכן. איהם דארף מען שיקן צו טעראפי און איהם אויפוועקן. אפשר אפילו שאקן... קומו ישנים משינתכם והקיצו מתרדמתכם. מען דארף איהם אריינקוויטשען אין די אויערן די קשיא פון דעם רב החובל פון מפטיר יונה. מה לך נרדם? וועק זיך אויף. וואס זיכסטו דא? הא? פארוואס ביסטו געבוירן? צו האבן קינדער און שטארבן? און זיי? וועלן אויך האבן קינדער און שטארבן? אה איך ווייס שוין. צו האבן א גוט לעבן און א גוטע שטוב? צו עסן און טרינקען און זיין א יום זה מכובד? צו האבן געלט? צו זיין א תלמיד חכם? צו ענדיגן ש"ס?הבל הבלים הכל הבל. נישט קינדער נישט רינדער נישט געלט! גארנישט אויף דער וועלט! גארנישט לוינט זיך נישט. נישט איך בין דער מחדש דא. שלמה המלך החכם מכל האדם, רייך ווי שלמה המלך, געהאט מכל טוב וטוב בעולם זאגט דאס. פארוואס בין איך דא? את האלקים ירא ומצותיו שמור כי זה כל האדם! דעטס אלל. ביסט נישט דא צו שפירן סיפוק. ביזט נישט דא צו מצליח זיין, ביסט נישט דא צו אקאמפלישען. ביסט נישט דא צו גארנישט. נאר צו דינען דעם איינאיינציגן קל אחד.
טייערע אידן מיין הארץ גייט אויס פון רחמנות. איך וויין פאר אייך. נישט מיט אייך. ווייל איהר מיינט אז דער פארלוירענער איז דער פארלוירענער. ער איז או קעי. איך וויין פאר אייך. די אלע עצות וואס איהר גיבט דא, לערן דאס. הייל דיך ביי דעם. פרוביר יענץ. רבותי ער איז בסדר. ער איז אויף. דו שלאפסט נעבעך. דו האסט נעבעך סיפוק פון דיין לעבן. דו מיינסט אז דו טוסט וואס די ברויכסט. אוי מיין הארץ גייט אויס....

די עצה איז נישט צו טרעפן דעם וועג צו סיפוק. די עצה איז טרעפן דעם וועג וואס דער לאך אין סיפוק רופט דעם מענטש צו גיין אין אים. א מענטש וואס גייט אויפ'ן גוטן וועג, האט סיפוק. די נקודה איז צו טרעפן דעם ריכטיגן וועג. די הרגשה פון חוסר סיפוק איז דער רוף פון דעם נפש, צו טרעפן איר אמת'ע נקודה.

עס איז נישט קיין חסרון צו האבן סיפוק אין לעבן. עס איז אויך קיין חסרון צו שפירן גוט אז מען גייט אויפ'ן ריכטיגן וועג.
לעצט פארראכטן דורך מח בקדקדו אום דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 12:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

פארלוירענער האט געשריבן:איך בין לעצטנס אין זייער א אנגעזעצטע מצב וויל איך רעדן אמת'דיג פון הארץ, קום איך צו אייך מיינע ברודער מיט מיינע יעצטיגע ווערטער גלייך ארויס פון שפת הלב.

איך בין א 25 יעריגע אינגערמאן, ב''ה גוט חתונה געהאט, פרנסה מסודר, קינדער און שלום בית, אלעס קלאפט בערך, מ'קען זיך בכלל נישט אפרעדן.
מיין אידישקייט איז רעגולער, נישט אנדערש ווי יעדעם לכאורה, דאווענען און לערנען, צדקה, אלעס אביסל וויפיל ס'קומט אויס.

אבער עפעס פיל איך אזא ליידיגקייט און פוסטקייט און פארלוירענקייט, און די מצב ווערט נאר ערגער פון טאג צו טאג אז איך פיל לעצטנס ווי ממש באו מים עד נפש.
די זאך איז אז איך פיל ווי איך האב פשוט נישט קיין שום סיבה פארוואס אנצוגיין. איך זע נישט קיין נארמאלע ציל אין מיין לעבן, עולם הזה האב איך דאך נישט, איך בין א איד און דאס איז עס (נישט אז דער גוי האט יא עפעס, אבער אפילו דאס אויך נישט), רוחניות האב איך דאך אויך נישט עפעס ספעשל, פיין, איך לערן אביסל און דאוון, אבער איך גיי שוין נישט זיין דער גרויסער תלמוד חכם און צדיק לכאורה, איך זע נישט ערגעץ ספעשל ווי איך גיי גרייכן אז דאס זאל מיר געבן א ציל און חיות.

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך גיי דיר ענטפערן, אבער ס'מוז נישט זיין אז ס'גייט רעדן צו דיר.

איך זעה אז מ'האט דיך שוין געענטפערט. עס קומט מיר ארויף אין געדאנק: אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו. 'נשמה' רעד נישט ווייל דו ווייסט נישט. דו ווייסט נישט וואס דער מענטש פיהלט אינעווייניג, לאז עס פאר די וואס ווייסן. דו גייסט אים ענטפערן זאכן וואס ער אליין ווייסט שוין. איבעראל שטייט עס. וואס האסטו פון ענטפערן? און דער אמת קען זיין אז איך קען דיך נישט ענטפערן. אבער איך ענטפער דאך.

מיין הארץ שטורעמט אין מיר ווען איך זעה ווי א 25 יעריגער אינגערמאן - בבחינת 'איש', אשרי איש שלא ישכחך - זאל זאגן אזעלכע דיבורים. איך הער פון מיין 'קריטיקירער' וואס זאגט מיר: קען זיין אז דו גייסט אים יעצט זאגן זאכן וואס אויב וואלסטו נאר אביסל געפיהלט וואס ער גייט אדורך וואלסטו נישט אזוי גערעדט. אבער איך וויל דיר דאך זאגן.

איך וויל דיר זאגן אז די ווערטער וואס דו זאגסט: עולם הזה האב איך נישט, איך בין א יוד און דאס איז עס. דאס איז גרויליגע דיבורים. סארי פאר'ן זיין שארף, און עס שטעלט זיך מיר פאר ווי די בית דין של מעלה פסק'נט שוין אויף מיר אפ אזעלכע שווערע נסיונות, ווי צו זאגן: לאמיר זעהן צי דו וועסט נישט אזוי רעדן.

אבער איך זאג דיר דאך: אזעלכע דיבורים זענען עקלדיג. וואלסט געדארפט שרייבן אזוי: איך פיהל אז עולם הזה האב איך נישט. איך פיהל אז איך בין א יוד און דאס איז עס. יודן טייערע, וואס קען איך טון צו פיהלן אז עס לוינט זיך צו זיין א יוד, איך ווייס אז עס לוינט, אבער וויאזוי קען איך דאס מרגיש זיין?

זאלסט וויסן, אז אויב דו לעבסט אז עולם הזה האסטו נישט, האסטו נישט גוט חתונה געהאט, דיין פרנסה איז נישט מסודר, נישט קינדער און נישט שלום בית. און גארנישט האט נאכנישט אנגעהויבן צו קלאפן. און דיין אידישקייט איז נישט נאר נישט רעגולער, נאר עס האט זיך נאך בכלל נישט אנגעהויבן אין א געוויסן זין.

דיין טעות איז אז דו מיינסט אז דאס וואס דו פיהלסט אינעווייניג, דאס איז וואס יעדער פיהלט. ס'איז נישט אזוי.

ממילא בין איך אין א מצב וואס איך פיל עכט נישט קיין נארמאלע שטופ צו אריינלייגן עפעס עפארט און כוחות אין עולם הזה אדער רוחניות, איך פיל ווי איך האב עכט גארנישט, אזא טרוקענקייט און ליידיגקייט וואס מען קען גארנישט מסביר זיין, נישט אויבן נישט אינטן,

יא, ווייסט פארוואס? ווייל סיפוק קומט פון עכט באגרייפן אז אונזער לעבן האט א אין סוף וועליו.

נאכאמאל: איך האב יעצט נישט געזאגט קיין סתם דיבורים וואס איז אזא סארט טעגליכע אינספיראציע. ניין. דאס איז די עצם חיות אונזערע. סאו איך גיי עס איבערזאגן: די סיבה פארוואס מיר קענען זיך - חלילה - פיהלן אין אזא ליידיגקייט, פארבלאנדשעט אין אזא ציהל-לאזער וואלד, קומט ווען מיר באגרייפן נישט די אין סופ'דיגע וועליו פון יעדע רגע וואס מיר לעבן.

און איך האב זייער מורא אז דו ווילסט שוין ליינען ווייטער וואס איך גיי שרייבן. אבער דו מאכסט א טעות, ווייל דו האסט נישט וואס צו ליינען ווייטער. נעם די ווערטער און ארבעט דערויף. באגרייף אז דיין לעבן האט א אין סופ'דיגער וועליו. די מציאות פון יעדע רגע אונזערע האט א אין סופ'דיגער וועליו. דאס איז וואס מיר דארפן עכט באגרייפן און עס עכט פיהלן, כדי נישט צו פיהלן וואס דו פיהלסט.

יעצט קומט אונזער שאלה. וויאזוי קענען מיר דאס באגרייפן? עס קען זיין אז מיר ווייסן עס אין אונזער שכל אלץ א טרוקענען ידיעה, אבער פיהלן פיהלט זיך עס נישט. וויאזוי קענען מיר דאס מרגיש זיין? און א תירוץ אויף דעם וועל איך דיר אפשר באלד ענטפערן. און השי"ת זאל העלפן איך זאל שוין תשובה טון אויף וואס איך דארף תשובה טון.

מיר דארפן זיך פרעגן צי מיר פיהלן אמונה? מיר גלייבן אז ס'דא א באשעפער אויף די וועלט, אבער מיר דארפן זיך פרעגן צו מיר פיהלן עס? צי אלעס אין אונז איז טאקע מסכים אז ס'דא א באשעפער אויף די וועלט, און צי אלעס אין אונז איז טאקע מסכים אז די תורה וואס מיר האבן היינט האט משה רבינו מקבל געווען ביים בארג סיני. און צי אלעס אין אונז איז מסכים אז מיר זענען א חלק פון דעם פאלק ישראל וואס האט געהערט אז דער באשעפער וואס מיר האבן פריער געשמועסט אז ער עקזיסטירט, צי אלעס אין אונז איז מסכים אז מיר זענען א חלק פון דעם כלל ישראל וואס האט מקבל אויף זיך די תורה. דהיינו: צי איז אמת ביי אונז - אין געפיהל - אז דאס איז די מציאות

צי איז אמת ביי אונז אז א מצווה קומט פון באשעפער און אז עס האט מיט אונז.

וויאזוי קענען מיר צוקומען צו דעם איינפאכן דרגא, צו פיהלן אז דאס איז טאקע דער אמת מיט אונזער עקזיסטענץ?

דאס איז דורך אסאך תשובה טון מעומק הלב, און אסאך רעדן צום אייבערשטן אז ער זאל אויסוואשן אונזערע הערצער, און אונז דערנענטערן צו אים.

ביז אונזער חלק אלוק ממעל וועט זיך אין אונז אויפפלאקערן, און מיר וועלן פיהלן אז אזוי איז דער אמת. נישט אז מיר זאלן לערנען חקירה זיך צו איבערצייגן דעם אמת דערפון, ווייל דער יצר איז וואס מיר דארפן מעביר זיין פון אונזערע הערצער, עס זאל זיין ומל ה' אלוקיך את לבבך. אז מיר זאלן פיהלן און מרגיש זיין יעדע רגע וואס מיר לעבן אז מיר זענען א חלק פון עפעס וואס איז אין סוף.

זייער מעגליך אז איך האב נישט גערעדט וואס איז נוגע דיין נפש.

והשם הטוב יעזור.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מאנטאג סעפטעמבער 20, 2021 9:07 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

נשמה האט געשריבן:וואלסט געדארפט שרייבן אזוי: איך פיהל אז עולם הזה האב איך נישט. איך פיהל אז איך בין א יוד און דאס איז עס. יודן וואס קען איך טון צו פיהלן אז עס לוינט זיך צו זיין א יוד, איך ווייס אז עס לוינט, אבער וויאזוי קען איך דאס מרגיש זיין?

זאלסט וויסן, אז אויב דו לעבסט אז עולם הזה האסטו נישט, האסטו נישט גוט חתונה געהאט, דיין פרנסה איז נישט מסודר, נישט קינדער און נישט שלום בית. און גארנישט האט נאכנישט אנגעהויבן צו קלאפן. און דיין אידישקייט איז נישט נאר נישט רעגולער, נאר עס האט זיך נאך בכלל נישט אנגעהויבן אין א געוויסן זין.

נשמה האט געשריבן:איך וואונדער מיך צי דו פיהלסט אמונה? זייער מעגליך אז דו גלייבסט אז ס'דא א באשעפער אויף די וועלט, אבער איך וואונדער מיך צי דו פיהלסט עס? צי אלעס אין דיר איז טאקע מסכים אז ס'דא א באשעפער אויף די וועלט, און צי אלעס אין דיר איז טאקע מסכים אז משה רבינו האט מקבל געווען די תורה וואס מיר האבן היינט ביים בארג סיני. און צי אלעס אין דיר איז מסכים אז דו ביסט א חלק פון דעם פאלק ישראל וואס האט געהערט דער באשעפער וואס מיר האבן פריער געשמועסט אז ער עקזיסטירט, צי אלעס אין דיר איז מסכים אז דו ביסט א חלק פון דעם כלל ישראל וואס האט מקבל אויף זיך די תורה. דהיינו: צי איז אמת ביי דיר - אין געפיהל - אז דאס איז די מציאות

אייזן גוט געשריבן!!

נישטא וואס מוסיף צו זיין, זהו!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
עטרת תפארת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 18, 2021 3:15 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עטרת תפארת »

בן טוב האט געשריבן:אוי ביסטו אויפן גיטן ריכטונג, טאקע ווען ס'האט מיר אנגעהויבן צו קראצן, קינדער זיסע ב"ה, פרנסה ארבעט מען שווער און מ'האפט פאר שיינע רווחים, די שלום בית איז שוין מער ווייניגער מסודר, און וואס נישט, אבער איך זעה מיך עפעס נישט אין קיין שלימות, נישט דאס האב איך געוואלט פילן אלס טאטע, עפעס פלעין נארמאל? כדארף אביסל רעקעגנישן אין מיר אליין, ס'איז מיר אבער אינטערגעקומען א מעשה אין יענע תקיפה, וואס האט מיך געמאכט טראכטן גאר אנדערש, האט זיך געמאכט ביי מיר אין שטוב יום הקדוש ס'איז פארן בעלהבית'טע גאר שלעכט געווארן און זי האט געמוזט אויספאסטן אזוי ארום זעקסע נאכמיטאג, און זי איז געווען זייער צובראכן, האמיר געברויכט דעמאלטס רחמי שמים און ס'האט איר וויי געטוהן אז זי האט די ערשטע מאהל געמוזט עסן יום הקדוש, און דא איז אואדאי די יצר הרע אריינגעקומען אפשר האסטו נישט געמעגט עסן, איי ס'געווען שרעקליך אבער דער יצר איז אויך שרעקליך, כ'האב דאך נישט געקענט בלייבן שטיל, האב איך איר א זאג געגעבן אז ס'שטייט נישט און ערגעץ אז מ'דארף פאסטן גאנץ יו"כ, ס'שטייט פלעין אז יו"כ טאר מען נישט עסן, דאס טייטשט אז יעדע רגע פון טאג טאר מען נישט עסן מברויך בכלל נישט ענדיגן דעם תענית, ני ודאי פאסט מען אגאנצן טאג ווייל מען טאר נישט עסן, אבער און פאל וואס אינזערע חכמים האבן געזאגט זאלסט נישט נעמען קיין שאנסן, האט די תורה געהייסן אז יעצט מיזטו עסן, ס'מאכט גארנישט שוואכער דיין תענית ביז יעצט, ביסטע מקיים א מצוה דאורייתא פון ונשמרתם, כאב אליין נישט געגלייבט וואס מיין מויל האט געזאגט, אבער ס'איז מיר אריין ביז די נשמה,
יעדע ווארט און שמונה עשרה וואס די האסט יא אינזין געהאט איז עולמות, איי רוב דאווענען אפגעחלמט, ווי שטייט אז מברויך אינזין האבן דאס גאנצע, מ'דארף אינזין האבן דאס דאווענען איז דאך יעדעס ווארט חשוב און טייער
א קוק אוועק אויפן גאס נישט צו זעהן א דבר אסור, די דארפסט רעדן אמאהל מיט א פרוי און די קוקסט איר נישט און פנים אריין, פארוואס ווייל די ווילסט פאלגן דיין באשעפער, די האסט אן אהנונג וואסארא שמחה דאס ברענגט פארן בוכ"ע, איי נעכטן האסטו יא געקוקט, נעמט דאס נישט אוועק בכלל וואס די האסט היינט דעליווערד, יעדעס מאהל איז די ציווי עקסטער חל, און נישט נאר יעדעס מאהל נאר אויך יעדע רגע,
אזוי זיי פרייליך יעדעס מאהל די קענסט דיין טאטען מאכן שמייכלען, און די וועסט אויך שמייכלען

אפשר מיינט דאס די משנה אין אבות. לא עליך המלאכה לגמור..
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5493
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

קרעימיש קעיק האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:טערעפי איז דער ענטפער אדער מעדיצין

ג''א מצטרף
דאס איז די איינציגע מהלך, אפי' די זעהסט אז נאך א יאר טערעפי אז עס ארבעט נישט, איז פשוט א סימן אז די דארפסט גיין צי א אנדערע טערעפיסט, און אויב נאך א יאר ביסטי גארנישט געהאלפן געווארן, דארפסטי גיין צי א לייסענסט טערעפיסט, און ווען א לייסענסט טערעפיסט ארבעט נישט, דארפסטי אנהייבן נעמען פילן, נאך 3 יאר פון פילן און נאכן ארויפמאכן און אראפמאכן די דאזעס, און ביסט נאך אלץ נישט מסודר (עכט ביסטי אסאך בעסער די כאפסט פשוט נישט......) זאלסטי גיין צי לייסענסט טערעפיסט פאר קעש, נאכדעם איז צייט צי ליגן אפאר חדשים אין בעט, דעמאלטס וועלן אסאך עסקנים פרובירן צי טוען עפעס, און דעמאלטס זאלסטי פריש אנהייבן די גאנצע רעדל,די משפחה ארום דארף אויך פארשטיין אז דאס איז די איינציגע מהלך.

נ.ב. די אלע וואס פרובירן דיר צי זאגן אז די דארפסט זיכן עפעס העכער און זיך מקשר זיין מיט צדיקים פון אמאל, פארשטייען דיר פשוט נישט, זיי ווייסן נישט אז א אידישע נשמה קען פשוט זיין ציפרידן אויף דעם וועלט בלויז מיט טערעפי און זיין ציפרידן פון די טאג טעגליכע לעבן.
צי הרב fiena nieas איך מיין דיר נישט פערזענליך איך וויל פשוט ארויסברענגען די נקודה

איך קען מאכן די זעלבע וויץ אויף אנדערע זאכן ודו"ק. זאגסט נישט גארנישט
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

fiena nieas האט געשריבן:

זיין עיקר פונקט ליגט אין די נ.ב.

אז איר פארשטייט נישט, פרעגט.
לייקוס
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2020 10:45 pm
לאקאציע: לעיקוואד

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייקוס »

סאיז שווער צו געבען אזא מאך אוועק טעראפיסטען בשעת איך קען אזויפיל יודען וואס זענען געהאלפען געווארען דורך גוטע טעראפיסטען.

א יעדע מענטש איז א וועלט און אוודאי דארף מען סייעתא דשמיא סזאל זיין א שידוך די קראנקער מיט די דאקטאר.

סאיז מעגליך אז די שרייבער די יונגערמאן איז שטארק דעפרעסד, סקען זיין אז ער האט אויפגעגעבען זיינע שאיפות החיים מחמת געוויסע דורכגאנגען און סיבות וואס נעמען עם ארום,
ווען א מענטש קומט צו יאוש און געט אויף זיינע שאיפות פאלט ער געווענדליך אריין און א שווערע דעפרעסיע און אביסעל אנטי דעפרעשין מיט א גוטע טעראפיסט און די זייט קען עם אויסלייזען זיין מח ער זאל נאכאמאל אויפפרישען זיינע שאיפות און זיינע געדאנקען, ער זאל נאכאמאל אנפאנגען צו פילען א טעם און לעבן.
סקען זיין א טעראפיסט קען עם העלפען טרעפן און אויפדעקען זיינע אינערלכקייט און ער וועט צו ביסלעך טרעפן זיין לעכטיגקייט און לעבן.

הנותן בים דרך,
יעדער מענטש האט זיין וועג און זיין מהלך און זיינע תכונות, צו זאגען אז זה וזה וועט העלפען דען יונגערמאן וזה וזה לא איז נעריש,
אויב איינער האט געוויסע זאכען וואס האט עם געהאלפען זאל ער מיטטיילען.

אבער גיין מאכען א הנחה טעראפי ענדיגט זיך מיט גארנישט איז שטותים, אוודאי איז דא אזאנע פעלער, סאיז אבער דא פעלער וואו מענטשען האבען פיין מצליח געווען מיט טעראפי און מיט פילען.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5493
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: איך בין אנגעזעצט - הילף געזוכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
קרעימיש קעיק האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:טערעפי איז דער ענטפער אדער מעדיצין

ג''א מצטרף
דאס איז די איינציגע מהלך, אפי' די זעהסט אז נאך א יאר טערעפי אז עס ארבעט נישט, איז פשוט א סימן אז די דארפסט גיין צי א אנדערע טערעפיסט, און אויב נאך א יאר ביסטי גארנישט געהאלפן געווארן, דארפסטי גיין צי א לייסענסט טערעפיסט, און ווען א לייסענסט טערעפיסט ארבעט נישט, דארפסטי אנהייבן נעמען פילן, נאך 3 יאר פון פילן און נאכן ארויפמאכן און אראפמאכן די דאזעס, און ביסט נאך אלץ נישט מסודר (עכט ביסטי אסאך בעסער די כאפסט פשוט נישט......) זאלסטי גיין צי לייסענסט טערעפיסט פאר קעש, נאכדעם איז צייט צי ליגן אפאר חדשים אין בעט, דעמאלטס וועלן אסאך עסקנים פרובירן צי טוען עפעס, און דעמאלטס זאלסטי פריש אנהייבן די גאנצע רעדל,די משפחה ארום דארף אויך פארשטיין אז דאס איז די איינציגע מהלך.

נ.ב. די אלע וואס פרובירן דיר צי זאגן אז די דארפסט זיכן עפעס העכער און זיך מקשר זיין מיט צדיקים פון אמאל, פארשטייען דיר פשוט נישט, זיי ווייסן נישט אז א אידישע נשמה קען פשוט זיין ציפרידן אויף דעם וועלט בלויז מיט טערעפי און זיין ציפרידן פון די טאג טעגליכע לעבן.
צי הרב fiena nieas איך מיין דיר נישט פערזענליך איך וויל פשוט ארויסברענגען די נקודה

איך קען מאכן די זעלבע וויץ אויף אנדערע זאכן ודו"ק. זאגסט נישט גארנישט

זיין עיקר פונקט ליגט אין די נ.ב.

אז איר פארשטייט נישט, פרעגט.

און מיין עיקר נקודה ליגט אין די ודו"ק
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”