פאראויס האט געשריבן:@נשמה, די חלק אומקאנצעטראציע פון א.ד.ד. ווייסעך נישט אויב אויפגעבן יכולת קען דיירעקט העלפן, אבער אז ער זאל זיך נישט פארלירן ווען ער זעהט פאר זיך דריי זאכן אויפאמאל אויפצוטוען, און ער הייבט אן שוויצן, צו ווען עפעס א נושא וואס רעדט צו עם וויל עם אויפשטורמען עס צו נעמען אויף אן עקסטרעמע לעוועל אזש אז ער זאל פארגעסן צו עסן א גאנצן טאג, זיך פארלירן כל כולו אין 'זיין' פראיעקט, אויף דעם קען עס גוט שטימען אז ס'זאל שטארק העלפן. אנערקענען אז דער אייבירשטער טוט אלע פעולות און ער איז זערע בעל בית דא. די היץ לאזט נאך און ער פרייט זיך צו 'מקבל' זיין פון אייבירשטען מיט זיינע פשוט'ע פעולות.
נישט אז 'ער' טוט און ער מאכט און ער 'מוז' דאס ערלעדיגן. ('יעצט!').
בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ
זייער אינטערעסאנט מיט א.ד.ד.
לויט מיין עקספיריענס מיט מיך אליין דארף א מענטש האבן א געוויסע מאס פון אנגערייצטקייט (סטימיולעשאן) אז ער זאל וועלן גיין ווייטער און ס'דא נאך סיבות וואס איך קלער פארוואס עס איז אזוי וויכטיג פאר א מענטש צו האבן סטימיולעשאן.
זיי רופן עס 'סטימיולעשאן'. דאס איז אזא סארט דערמאנונג פאר די נפש הזכרון פון אלע דרויסנדיגע זאכן וואס שפילן זיך אפ.
אסאך סטימיולעשאן מיינט ווען מ'קומט אריין אין א ריזן סופערמארקעט, מוזיק ארבעט, און ס'וועקט די טיפסטע סטרינעס פון נפש, דערמאנט די מערסט געפילישע זכרונות, אלעס אינעווייניג לעבט. און ווייניג סטימיולעשאן מיינט א ליידיגן ביהמ"ד וואס לעקטער האלב אויסגעלאשן, אלעס וויל איינזינקען אין א טיפע גארנישט תהום חלילה.
איז סטימיולעשאן וויכטיג פאר די געזונט אנהאלטונג פון די פונקציאנירונגען פון מח? איך קלער אז סטימיולעשאן איז וויכטיג פאר'ן מח, ווייל דער מח דערמאנט זיך כסדר פון זיך אליין. אויב אבער מ'נעמט אוועק סטימיולעשאן
קען זיין אז מ'נעמט אוועק א חלק וואס השי"ת האט באשאפן פאר די אנהאלטונג פון די געזונט פון די מח.
איז אפשר איז די סיבה פארוואס א א.ד.ד. זוכט אזוי שטארק סטימיולעשאן, און ער ווערט דורכדעם דיסטרעקטעד, קען זיין און איך זאג
קען זיין, איז ווייל ער ווייסט (השי"ת געט אים די שטופ דערצו) אז אזוי בלייבט ער פריש מיט זיין זכרון, און ער בלייבט געזונט מיט נאך פונקציעס.
אויפגעבן יכולת מיינט אויסדרוקליך נישט אויפגעבן פיזישע יכולת, אדער גייסטישע יכולת, נאר ס'מיינט אז טראץ דעם וואס מ'גייט אן אין לעבן
מיט 'יכולת' זאל מען וויסן ווער עס געט עס. אבער אנהאלטן יכולת דארף מען בעזרת השי"ת. וזכור זאת היטב.
ס'איז אזוי ווי דו וועסט זאגן פאר א מענטש זאל אנהאלטן זיין יכולת פון קענען גיין, אבער וויסן - נפשיות'דיג - ווער עס געט עס אים. אבער נישט אז ער זאל אויפגעבן זיין קענטעניס פון גיין, ווייל דער מענטש טוט דאך גארנישט. דאס מיינט אז טראנספארמירן יכולת האט גארנישט קיין שום השפעה אויף די פיזישע אדער גייסטישע יכולת פונעם נפש. ס'האט נאר א השפעה אויף די וועג וויאזוי א מענטש פארשטייט ווער עס געט אים יכולת.
צו זאגן אז כדי זיך א עצה געבן מיט א.ד.ד. וועל איך זיך אפהאקן פון האבן קשר מיט מענטשן, כדי איך זאל נישט ווערן דיסטרעקטעד. דאס איז נישט ריכטיג.
איי האסט דורכדעם א מלחמת היצר, נו, זיי בוחר דעם שביל הזהב. שלאג דיך דערמיט. געדעך א עצה, און געדענק ווער עס געט דיך די עצה.
איך קלער אז זאלסט אביסל אויפהערן צו זיין אזוי ברוגז אויף דיינע דיסטרעקשאנס, וואס ווייסטו, אפשר פעלהט עס אויס פאר דיר. אפשר פעהלט אויס פאר דיר זאלסטעך פלאגן מיט דיינע דיסטרעקשאנס. אזוי אז דיין מח זאל בלייבן געזונט. אפשר פעהלט דיר אויס זאלסט פיהלן 'לאנגווייליג' כדאי זאלסט וועלן האבן א ביסל מער סטימיולעשאן.
שוין והשם הטוב יעזור מיר זאלן זיין געזונט און שטארק.