בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ
אויך אויב עס האט עפעס א מראה מקום אין די פראפעשינעל וועלט פון אדהד.
איך האב געטראפן
דא א דאקומענט עס הייסט: Neurocognitive mechanisms underlying working memory encoding and retrieval in Attention-Deficit/Hyperactivity Disorder
כאטש איך פארשטיי נישט געהעריג דעם דאקומענט, אבער איך קען דיר ווייזן וואס איך זאג שטומט מיט וואס זיי זאגן. נאך דערצו די טעאריע פון:
dynamic developmental behavioral theory
מיין שרייבן איז נישט אזוי קלאר, איך קען מיך שווער מסדר זיין. אבער עפעס קען מען - האפנטליךל - ארויסנעמען.
יעצט, זיי הייבן אן אז Working Memory איז געווארן רעפארטעד אז ס'ארבעט נישט אזוי גוט ביי ADHD, אבער זיי ווילן מער אריינגיין
וועלכע חלק אין 'ווארקינג מעמארי' עס ארבעט נישט אזוי גוט.
וואס איך זאג, רעד איך פון 'ווארקינג מעמארי'.
איך זאג אז עס ווערט נישט ארויפגעברענגט אין די מעמארי צו ווערן דערמאנט אלעס וואס מ'האט זיך שוין אויסגעלערנט בנוגע דעם יעצטיגן "פשוט'ן פליכט" וואס מ'האט צו טון. עפעס דארף ווערן ארויף געברענגט אין די 'מעמארי' און עס ווערט נישט ארויפגעברענגט. דער ADHD דערמאנט זיך נישט געהעריג. און דאס איז אויך א טעם פארוואס ער לערנט זיך נישט אויס. ווייל כדי זיך אויסצולערנען דארף מען זיך קלאר דערמאנען אין די ווארקינג מעמארי
די אלטע און עס אפדעטן
מיט די נייע. נאר אזוי בויט זיך א נפש וואס טוט צום זאך.
און אויך אגאנצן צייט דארף זיך האלטן אין די ווארקינג מעמארי דאס וואס מ'האט זיך אויסגעלערנט. און וויבאלד מ'לערנט זיך נישט אויס געהעריג, וואס זאל זיך האלטן דערין?
דאס איז וואס איך זאג. יעצט לאמיר זעהן וואס זיי זאגן.
קודם לאמיר זעהן וואס ס'מיינט: ווארקינג מעמארי.
א קליינעם זוך אין גוגל שפייט אויס: Working memory is the small amount of information that can be held in mind and used in the execution of cognitive tasks, in contrast with long-term memory, the vast amount of information saved in one's life. Working memory is one of the most widely-used terms in psychology
יעצט, איך זאג אז די אינפארמאציע וואס דארף ווערן ארויפגעברענגט און געהאלטן אין די 'מיינד' כדי צו וויסן וואס צו טון, קומט בכלל נישט אן - געהעריג - צום 'מיינד' פון א ADHD. זיין 'מיינד' דערהערט עס נישט ווי עס דארף צו זיין. זיין CEO דערהערט עס נישט.
און זיי שרייבן: Moreover, WM training seems to have a limited beneficial impact on ADHD, even when a significant improvement in WM performance is achieved
דאס מיינט אז אפילו אויב מ'וועט ארבעטן צו פארשטארקערן די 'ווארקינג מעמארי' וועט נאך אלץ זיין ADHD, ווייל עס האט נישט מיט די ווארקינג מעמארי אליין, עס האט מיט די שארפקייט פון די אינפארמאציע וואס דארף ארויפגעברענגט ווערן אין די 'ווארקינג מעמארי' פון די לאנג-טערמיניגער זכרון. און ביי א ADHD - קוקט מיר אויס - אז ס'ווערט נישט אזוי גוט ארויפגעברענגט.
אקעי, יעצט לאמיר גיין ווייטער מיט דעם דאקומענט.
שרייבן זיי אז: These results suggest that while binding processes seem to be intact in ADHD, attention-related encoding and retrieval processes are compromised, resulting in a failure in the prioritization of relevant information
'ביינדינג פראסעס' מיינט אז א מענטש זעהט נאר
שטיקלעך פון זאכן אבער ער זעהט נישט די גאנצע זאך אויף איינמאל, און זיין דמיון שטעלט צאם דערפון א בילד, א אביעקט. נישט אלעמאל זעהט א מענטש אלע אינפארמאציע וואס פון דעם פארשטייט ער וואס די נושא איז. דאס זאגן זיי איז נישט אפעקטירט אין ADHD. דאס מיינט אז איינמאל א ADHD באקומט אלע אינפארמאציע געהעריג, שטעלט ער צאם דאס בילד אזוי ווי ביי א "נארמאלער" מענטש.
דהיינו: 'ביינדינג פראסעס' איז נישט א פראבלעם. עכ"פ נישט אין יענע שטודיע.
'רעטריוואל פראסעס' מיינט: Memory retrieval is the process of
remembering information stored in long-term memory. ... In recall, the information must be
retrieved from memories. In recognition, the presentation of a familiar outside stimulus provides
a cue that the information has been seen
before.
און מיר קוקט אויס אז זיי זאגן וואס איך בין מסביר. אז א ADHD דערמאנט זיך נישט געהעריג פון זיין לאנג טערמיניגער זכרון וויכטיגע - נפשיות'דיגע - אינפארמאציע וואס ער האט דארט אוועקגעלייגט בנוגע דעם יעצטיגען סיטועשאן.
זייער שטודיע דארט איז נישט געמאכט געווארן צו טעסטן דאס ארויפברענגען פון די לאנג-טערמיניגער זכרון. אבער זייער שטודיע האט יא געטעסט וויאזוי א ADHD דערמאנט זיך א זכרון. ווי איך שרייב שפעטער.
שפעטער שרייבן זיי: WM is defined as a limited-capacity system responsible for encoding, retaining or maintaining, and manipulating cognitive representations of stimuli.
סטימיולי איז נישט דוקא וואס ווערט מושג מיט די חושים, נאר יעדע זאך וואס רירט ארום דעם נפש און דער זכרון קען דאס געדענקען הייסט לגבי אונזער ענין 'סטימיולי'. רצונות וואס דער מענטש וויל הייסט 'סטימיולי', ווייל דער מענטש געדענקט אז ער האט געוואלט. דער מענטש פארשטייט די וועלט נאר דורך 'סטימיולי'. א קאנצעקווענץ הייסט 'סטימיולי'.
דאס מיינט אז די 'ווארקינג מעמארי' דארף פארשטיין אינפארמאציע, אוועקלייגן אינפארמאציע, און אנהאלטן אינפארמאציע. אינפארמאציע מיינט: וויאזוי די מח פארשטייט די וועלט דורך די חושים.
יעצט, איך זאג אז ווען א ADHD זעהט אז ער דארף טון 'פשוט'ע מעשים' קומט נישט - געהעריג - ארויף אין זיין 'ווארקינג מעמארי' א רעפרעזענטעשאן פון דעם וואס ליגט אוועקגעלייגט אין זיין לאנג טערמיניגן זכרון.
צום ביישפיהל: א ADHD שמועסט געמיטלעך מיט א רואיגקייט ווען ער דארף כאפן א באס אין א פינף און פופציג מינוט, און עס קומט אים אריין א 'מח מעסעדש', א געפיהל, פון זיין
זכרון וואס אויב איך זאל דער געפיל מאכן פאר ווערטער וועט עס זיין: געדענקסט נאך ווען דו האסט דעמאלטס און דעמאלסט געשמועסט און דו האסט פארשפעטיגט? אבער דער ADHD הערט עס זייער שוואך. ס'בארירט אים קוים.
געדענק! דאס איז נישט ווערטער, דאס איז אזא סארט געפיל, א מח שפראך. די
זכרון פון א מענטש רעדט נישט נאר ווערטער, ער דערמאנט אזא סארט געפיל. טראכט אריין וואס איך זאג דיר.
וואס מיינט: executive function?
דא האסטו ווייטער פון גוגל: Executive function is a set of mental skills that include working memory, flexible thinking, and self-control. We use these skills every day to learn, work, and manage daily life. Trouble with executive function can make it hard to focus, follow directions, and handle emotions, among other things
איינע פון די זאכן איז: Adaptive Thinking
ווייטער: Adaptive Thinking involves the ability to recognize unexpected situations, quickly consider various possible responses, and decide on the best one. When this principle is applied to a workplace dynamic, it signifies an employee's ability to adapt to changing work conditions
יעצט, די ווערטער: quickly consider various possible responses, and decide on the best one, איז שווער פאר א ADHD צו טון.
פארוואס?
ווייל כדי צו קענען באטראכטן פארשידענע מעגליכע ריספאנסעס, דארף מען זיך
דערמאנען וואס מ'האט זיך אלץ אויסגעלערנט וועגן דעם, און אויב עס קומט נישט ארויף אין די 'ווארקינג מעמארי' האסטו נישט מיט וואס צו מאכן דעם חשבון.
זיי שרייבן אזוי: It has been suggested that attention is necessary for encoding, updating and retrieval but has a limited role during retention
וואס מיינט 'ריטענשאן'? the fact of keeping something in one's memory
שפעטער שרייבן אזוי: However, this study evaluated only up to the retention period and not later stages where the subject must contrast the target with the memory representation and generate a response
דאס מיינט אז א געוויסע שטודיע האט נישט שטודירט וויאזוי ADHD זעהט א "ראה מעשה ונזכר הלכה".
זיי ווילן - אונטערשטע שורה - פארשלאגן א טעאריע אז דער עיקר פראבלעם פאר א ADHD איז אז ער זעהט נישט געהעריג אז די יעצטיגע מציאות איז אנדערש פון וואס ער האט אין קאפ. ער רוקט זיך נישט צו די יעצטיגע מציאות.
ער אפדעט זיך נישט געהעריג מיט די נייע יעצטיגע מציאות. ער אפדעט נישט זיין 'ווארקינג מעמארי' מיט די נייע מציאות ווי א נישט-ADHD. אזוי ווי א CEO וואס האט "פאריגע וואכעדיגע" אינפארמאציע וועגן די ביזנעס און ער הערט נישט נייע אינפארמאציע. און פארוואס טאקע אפדעט ער נישט צו די נייע אינפארמאציע וואס קומט יעצט פאר פאר זיינע אויגן?
"איך האב דיך שוין פינף מאל געזאגט אז ער האט געמופט, פארוואס געדענקסטו נישט וואס איך זאג דיר?" פארוואס טאקע? ווייל ווען ער האט באקומען די אינפארמאציע אז יענער האט געמופט, האט ער עס קוים דערהערט. ער רוקט זיך נישט אהין. ער רוקט זיך נישט צו די נייע מציאות.
זיי ווילן פארשלאגן אז א ADHD איז פשוט א קאמפיוטער וואס אפדעט זיך נישט צו די נייע אינפארמאציע וואס ווערט צוגעשטעלט. און פארוואס טאקע ווערט ער נישט אפדעטעד? ווייל כדי אז א זאך זאלן ווערן אפדעטעד,
דארף ארויפקומען פון די לאנג טערמיניגער זכרון די אלטע אינפארמאציע מיט א שטארקייט, און ס'דארף ווערן אפגעפרעגט מיט די נייע אינפארמאציע. אבער אויב עס קומט נישט ארויף געהעריג, ווערט עס נישט אפגעפרעגט. און דער מענטש בלייבט ביים אלטן.
און בכלל דארף א מענטש זיך דערמאנען ביי יעדע סיטואציע וואס ער האט זיך אויסגעלערנט דערוועגן.
און ביז דערווייל וויל איך ענדערש זאגן אז די פראבלעם איז ענדערש אז עס קומט נישט ארויף אין זיין זכרון, אין זיין ווארקינג מעמארי, קומט נישט ארויף די זכרון מיט א שארפקייט, ווי איידער צו זאגן אז ס'קומט יא ארויף נאר ער וויל נישט מודה זיין אז די מציאות איז אנדערש ווי דאס וואס ער האט אין קאפ. ווי כאילו א ADHD איז א עקשן וואס האלט זיך נישט ביים רירן פון זיין צוגעוואוינטע מהלך.
זיי שרייבן אזוי: Change detection tasks (CDT) have proved to be a successful paradigm to specifically explore attention and WM
יעצט, וואס מיינט 'CDT' ? דאס מיינט אז דער מענטש דארף אויפכאפן "די זאך וואס איך זעה איז נישט די זעלבע וואס איך האב אין מיין מיינד". און דאס ביי זאכן וואס ער זעהט. נישט ער הערט. זיי האבן געטעסט די זאכן
וואס מ'זעהט. צי מ'זעהט אז ס'איז נישט די זעלבע וואס מ'האט אין די מיינד. און זיי שרייבן טאקע אז ס'האט זיך ארויסגעוויזן אז א ADHD כאפט ווייניגער אז ס'איז נישט די זעלבע וואס ער האט אין די מיינד.
איז די גאנצע זאך וויאזוי זיי פיהרן דורך די טעסט איז אז דער ADHD דארף זיך
דערמאנען וואס ער האט פריער געזעהן און זעהן צי דאס וואס ער זעהט יעצט, צי דאס איז די זעלבע. אבער דערמאנען דארף ער זיך. און אזוי ווי אלעמאל, דערמאנט ער זיך נישט געהעריג. עס קומט אים ארויף בלורי.
זיי שרייבן: Regarding reaction times (RTs), the ADHD group showed
slower responses than the non-ADHD group in all conditions
שפעטער שרייבן זיי: In the present study, we found a poorer overall performance and larger
RTs in ADHD versus non-ADHD participants
וואס מיינט 'ריעקשאן טיים' ? 'ריעקשאן טיים' מיינט ווילאנג עס געדויערט פאר א מענטש פון ווען ער זעהט די זאך וואס ערוועקט זיין מח, - די סטימיולי - ביז ער ריספאנדעד.
גוגל: Reaction time may be defined simply as the time between a stimulus and a response.
און פארוואס טאקע דויערט עס פאר ADHD לענגער? ווייל א ריאקציע צו א קלאפ פונעם האמערל ביי די קני - מיינעך - אז ס'דויערט נישט לענגער, נאר די לענגער איז ווילאנג ער דערמאנט זיך וואס מ'דארף דא טון.
זיי שרייבן: which
must be kept in memory (retention period) until the presentation of a test stimuli array (S2), where the subject must respond whether the test stimuli is the same or different (Trial Type)
און וואס מיינט אז מ'האט עס געהאלטן אין מעמארי? מיר דאכט זיך אז ווען א מענטש פרובירט צו האלטן אין מעמארי עפעס, דארף עס איבערפרישן און זיך דערמאנען דערפון. און ביי ADHD ווערט עס בלורי.
שפעטער שרייבן זיי: The idea of a deficient filtering in ADHD causing an overload of working memory and resources depletion has been disputed. Previous studies from our group, point in a different direction
אין יודיש: אז די איידיע אז א ADHD מח פילטערט נישט געהעריג אינפארמאציע וואס קומט אריינצופליסן, און דאס שאפט צופיל ארבעט פאר די 'ווארקינג מעמארי' און דערפאר קען ער נישט קאנצענטרירן, דאס איז געווארן אוועקגעמאכט.
ווייטער: Furthermore, several studies have proven that
specific attention deficits in ADHD could be elusive
אז ס'דא וואס האבן באשטעטיגט אז 'ספעציפיש אטענשאן' איז די דעפיציט.
'ספעציפיש אטענשאן' מיינט: אז מ'זאל קענען פאוקוסירן אויף איין זאך, און נישט אויף אנדערע אומוויכטיגע זאכן.
אבער לויט ווי איך האב געזאגט איז די סיבה פארוואס א ADHD קען שווער פאוקוסירן אויף איין זאך איז ווייל די 'וויכטיגע' זאך, דערהערט זיך אים נישט געהעריג. וואס דערפאר האט ביי אים אלעס כמעט די זעלבע וועליו.
ווייטער: The most consistent finding points to a dysfunction in executive attention, as part of a more general executive functions impairment that also include WM
'עקזעקיוטיוו אטענשאן' מיינט: ווען דו דארפסט דאס מאל
אפלאזן וואס דו ביסט צוגעוואוינט צו טון, אפלאזן די מהלך וואס דו ביסט צוגעוואוינט צו טון, און דו דארפסט אויס'חשבונ'ן וואסערע טריט צו נעמען.
צום ביישפיהל: סתם אזוי דאווענסטו אין א סדר פון אנהייב ביז'ן סוף, אבער היינט דארפסטו אויס'חשבונ'ן וואס דו זאלסט אויסלאזן כדי צו כאפן חצות. אט דער חשבון איז א ביישפיהל פון : 'עקזעקיוטיוו אטענשאן'.
דאס קען אויך שטומען מיט וואס איך זאג, נעמליך אז עס געדויערט לענגער פאר א ADHD זיך צו דערמאנען פון זיין זכרון וואס ער האט שוין דארט אוועקגעלייגט וואסערע שטיקלעך איז לענגער וכו'.
ווייטער: In this line, the decreased P3 amplitude in ADHD would point to a deficient WM
encoding process. This way of interpreting P3 amplitude falls within the frame of the “context updating theory” proposed by Donchin and Coles which suggested that P3 amplitude reflects the effort to continuously update new relevant information to the representation held in WM.
קודם וואס מיינט: 'ענקאודינג'
4.1 Encoding, Storage, and Retrieval
Memory involves three main processes: encoding (the process by which information is put into memory), storage (the process by which information is maintained in memory), and retrieval (the process by which information is recovered from memory).
יעצט, זיי שרייבן דא אז ס'דא א דעפיציט אין די וועג וויאזוי א ADHD אפדעט די אינפארמאציע וואס זיין CEO ווייסט.
דאס שטומט אויך מיט וואס איך זאג אז א ADHD הערט שוואך זיך אליין. א CEO וואס קוקט נישט געהעריג די אפדעטס פון די קאמפאני.
ווייטער שרייבן זיי: Another view (non-necessarily opposite) suggests that P3 amplitude reflects the allocation of attentional resources necessary to categorize stimuli for encoding and to discriminate its relevance in the retrieval stage
'קאטאגארייזן סטימיולי' מיינט דא אז כדי ריכטיג אוועקצולייגן 'סטימיולי', און סטימיולי איז יעדע זאך וואס זאגט פאר'ן נפש א געוויסע מציאות, כדי דאס ריכטיג אוועקלייגן, דארף מען קענען
קאטאגארייזן סטימיולי, דאס מיינט: אריילייגן אלע סטימיולעשאן וואס מ'באקומט אין קאטאגאריעס.
און כדי צו קענען קאטאגארייזן סטימיולי דארף מען באקומען א גוטן בליק פון די זאך. אזוי ווי ווען א מענטש וויל מסדר זיין ספרים, דארף ער ארויסהאבן יעדן ספר וואס דאס איז, און ס'איז נישט גענוג אויב ער האט נאר ארויס די קאליר און די אותיות פון די ספרים, די זעלבע ווען מ'דארף קאטאגארייזן סטימיולי, דארף מען אויפכאפן דעם ריכטיגן אספעקט פון די סטימיולי, און צו פארשטיין ווען עס וועט זיין שייך, און ווען נישט.
קודם לאמיר פארשטיין וואס דאס מיינט: 'אטענשענאל ריסארסעס'.
Human information processing is limited by attentional resources. That is, via attentional mechanisms, humans select a limited amount of sensory input to process while other sensory input is neglected
דאס מיינט אז יעדער מענטש נעמט אריין אין זיין 'מעמארי' נאר א באגרעניצטער מאס פון וואס זיינע חושים כאפן אויף. אבער וואס מ'כאפט אויף, דארף מען גוט אויפכאפן.
יעצט, אפילו ווען א ADHD כאפט אויף סטימיולי, כאפט ער עס נישט אויף געהעריג. ער כאפט עס אויף אויף אזא אופן אז ער באקומט נישט א קלארער בילד וואס זאל געהעריג אפדעטן זיין מציאות פון מינוט צו מינוט. און דאס שטומט מיט וואס איך זאג.
ער באקומט נישט א געהעריגער בילד פון די זאך.
די שאלה איז פארוואס? פארוואס ווען ער זעהט סטימיולי באקומט ער נישט א גענוג גוטן בילד צו קענען קאטאגארייזן? קען מען ווייטער זאגן אז דאס איז אזוי ווי איך זאג, אז ADHD איז אזא סארט אינערליכע אויפכאפן דעפיציט.
ווייטער: WM representations are flexible and can be modulated dynamically
according to changing goals and expectations, and such process requires dynamic allocation of attention and representation updating which modulates P3 amplitude.
דאס מיינט אז די 'ווארקינג מעמארי' איז פלעקסיבל און ס'דארף זיך האלטן אין איין אפדעטן, און דאס פאדערט אז מ'זאל גוט אויפכאפן די וועלט ארום.
מיר קוקט דאס ווייטער אויס די זעלבע וואס איך זאג: אז א ADHD הערט שוואך די אינערליכע מעסעדשעס.
און אויב דו וועסט פרובירן זאגן אז ער הערט שוואך נייע אינפארמאציע וואס ס'טוט זיך ארום אים, אז דו וועסט גוט קוקן וועסטו - מיינעך - באמערקן אז ס'איז מער אז ער דערמאנט זיך נישט וואס ער האט געלערנט. ווייל א מענטש וואס טוט ריכטיג אין די וועלט איז עס נאר ווייל ער האט זיך אויסגעלערנט זאכן. דו קענסט אבער זאגן אז די נייע אינפארמאציע דערמאנען אים נישט זאכן וואס ער האט זיך שוין אויסגעלערנט.
מיט דעם קען מען אויך פארשטיין פארוואס ADHD קען זיין א גורם צו 'אבסעסיעס', ווייל ער גייט נישט אריבער צו דיינע אינפארמאציע. קען זיין.
בקיצור: איך פיהל - ביזדערווייל - (געבויט נאר אויף מיין אייגענע עקספיריענס פון מיר אליין) אז די מערסטע שורש פון אלעם איז אז עס ווערט נישט אויסגעלערנט פאר'ן מח - אויף מח שפראך - וויאזוי פונקטליך עס לוינט פאר'ן ADHD צו טון. און די ווארט 'עס לוינט' מיין איך צו זאגן, צו דערגרייכן בענעפיט. אז די שורש איז אז די מח טרעפט נישט א קלארער וועג אין וואס צו לויפן, און די סיבה איז ווייל דער ADHD לערנט זיך נישט די וועלט געהעריג אויף א קלארן אופן. און די סיבה פארוואס ער לערנט זיך נישט די וועלט אויף א קלארן אופן איז ווייל זאכן וואס ער האט זיך שוין אויסגעלערנט ווערן אים נישט געהעריג ארויפגעברענגט.
והשם הטוב יעזור אז מיר זאלן זוכה זיין צו פארשטיין ווער עס געט אלעס.