אין אדם שומע לי ומפסיד: אויפגעגעבן די job וועגען אינטערנעט און געטראפן בעסער

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4279
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

אין אדם שומע לי ומפסיד: אויפגעגעבן די job וועגען אינטערנעט און געטראפן בעסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

א ווייבל האט באקומען א job ווי זי האט זיך קלאר אויסגענומען וועגען די קאמפיוטער פילטער און ווי שטארק עס מוז זיין געפילטערעט. זי האט זייער ליעב געהאט איר ארבייט, די סביבה, וכו'. אבער צוביסלעך איז די פילטער גאווארען שוואכער. עס זענען געקומען פרישע שותפים וואס האבן צוביסלעך פארגעסן פונעם ארגינאלע צוזאג, און עס איז געקומען א מצב וואס מען האט אינגאנצען אראפגענומען דעם פילטער, אדער געמאכט גאר שטרענג און אלעס געבלאקט אז זי האט נישט געקענט טוהן איר ארבייט. מען האט איר געגעבן די געפיל אז מען וויל זיך מער נישט רעכענען מיט איר. זי האט געהאט מסירות נפש און אויפגעגעבן איר ארבייט. אפילו זי האט געוויסט אז א אינגע פרוי אפאר חדשים נאך די חתונה קען זייער שווער טרעפן אן ארבייט. זי איז געקומען אויף נאכטמאל און געוויינט צו די מאמע אז זי איז ממש טראמאטייזט. די מאמע האט איר געזאגט דאס איז נישט טראמא. דאס איז מסירות נפש פאר וואס מען גלייבט און עס קומען עפעס בעסער. זי האט געמאכט 20 דאלאר א שעה. ביז צוויי טעג האט זי געהאט א נייע פאסטען, כמעט די זעלבע ארבייט פאר $28 דאלאר א שעה און זי איז זייער שטארק צופרידן מיט די נייע ארבייט.

אין אדם שומע לי ומפסיד.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

שטארק! און יישר פארן באריכטן.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4866
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: אין אדם שומע לי ומפסיד: אויפגעגעבן די job וועגען אינטערנעט און געטראפן בעסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

זייער שיין. ס'איז א גרויסע נסיון און מ'דארף וויסן וויאזוי זיך צו שטארקן נאך פאר מ'זעט די ישועה.
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

קנאפער ידען האט געשריבן:שטארק! און יישר פארן באריכטן.
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: אין אדם שומע לי ומפסיד: אויפגעגעבן די job וועגען אינטערנעט און געטראפן בעסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

ממה נפשך האט געשריבן:זייער שיין. ס'איז א גרויסע נסיון און מ'דארף וויסן וויאזוי זיך צו שטארקן נאך פאר מ'זעט די ישועה.

אמת
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
ריעל עסטעיט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3530
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 27, 2020 8:23 am
לאקאציע: ביים באנק אקואנט

Re: אין אדם שומע לי ומפסיד: אויפגעגעבן די job וועגען אינטערנעט און געטראפן בעסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל עסטעיט »

Kosher Travel האט געשריבן:א ווייבל האט באקומען א job ווי זי האט זיך קלאר אויסגענומען וועגען די קאמפיוטער פילטער און ווי שטארק עס מוז זיין געפילטערעט. זי האט זייער ליעב געהאט איר ארבייט, די סביבה, וכו'. אבער צוביסלעך איז די פילטער גאווארען שוואכער. עס זענען געקומען פרישע שותפים וואס האבן צוביסלעך פארגעסן פונעם ארגינאלע צוזאג, און עס איז געקומען א מצב וואס מען האט אינגאנצען אראפגענומען דעם פילטער, אדער געמאכט גאר שטרענג און אלעס געבלאקט אז זי האט נישט געקענט טוהן איר ארבייט. מען האט איר געגעבן די געפיל אז מען וויל זיך מער נישט רעכענען מיט איר. זי האט געהאט מסירות נפש און אויפגעגעבן איר ארבייט. אפילו זי האט געוויסט אז א אינגע פרוי אפאר חדשים נאך די חתונה קען זייער שווער טרעפן אן ארבייט. זי איז געקומען אויף נאכטמאל און געוויינט צו די מאמע אז זי איז ממש טראמאטייזט. די מאמע האט איר געזאגט דאס איז נישט טראמא. דאס איז מסירות נפש פאר וואס מען גלייבט און עס קומען עפעס בעסער. זי האט געמאכט 20 דאלאר א שעה. ביז צוויי טעג האט זי געהאט א נייע פאסטען, כמעט די זעלבע ארבייט פאר $28 דאלאר א שעה און זי איז זייער שטארק צופרידן מיט די נייע ארבייט.

אין אדם שומע לי ומפסיד.

wow this is something more
לעצט פאראכטן דורך ריעל עסטעיט אום מאנטאג ינואר 10, 2022 4:00 pm, מאל פאראכטן געווארן 999 סך הכל.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: אין אדם שומע לי ומפסיד: אויפגעגעבן די job וועגען אינטערנעט און געטראפן בעסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

שטארקע מעשה

דאס דארף געבן חיזוק, פאר די פולע מאלן, וואס די מעשה ענדיגט זיך, אז מען איז געבליבן אן ארבעט וכדו', און דאך ווייסט מען אז מען האט געטון וואס ס'איז ריכטיג.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
Ozd
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 26, 2017 12:17 pm
פארבינד זיך:

Re: אין אדם שומע לי ומפסיד: אויפגעגעבן די job וועגען אינטערנעט און געטראפן בעסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ozd »

א שענערע מעשה איז געווען די וואך אין א גיליון בשם הרב שפיצער שליט"א, איבער א איד וואס האט אויפגעגעבן זיין פאזיציע צוליב שמירת עינים שוועריקייטן, און האט דערווייל נישט געטראפן א נייע פאזיציע.
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2822
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: אין אדם שומע לי ומפסיד: אויפגעגעבן די job וועגען אינטערנעט און געטראפן בעסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

וכן אני מעיד. מיט א שיינע פאר יאר צוריק האב איך אויפגעגעבן א גוט באצאלנדע דזשאב צוליב די אפענע אינטערנעט און אפילו נאך וואס איך
האב געמאכט א פילטער בין איך געווען די סאמע איינציגסטע אין אפיס צו האבן א פילטער און די איבריגע האבן מיר געמאכט שפירן ווי איך בין א נאר און אן אפגעריסענער. חוץ פון דעם איז דארט געווען א מצב פון פריצות.

איך בין בסך הכל דארט געווון עטליכע וואכן אבער איך האב עס נישט אויסגעהאלטן און איין טאג האב איך גענומען די דרייסט אים באשלאסן קאלטע אינדיג זיך אפצוזאגן.

וואס זאל איך אייך זאגן? סאיז נישט אדורך עטליכע וואכן ביז ווען איך האב געטראפן א בעסערע דזשאב, און אן אמתן ערליכע סביבה. גוט באצאלט און איך בין דארט געווען פאר א שיינע פאר יאר.

וואס יא? להוי ידוע אז זאכן וואס איך האב ליידער אומוועלנדיג געזען און געהערט אין די קורצע צייט ווען איך בין דארט געווען ליגט אין מיין מח איינגעקריצט. און איך דאווען יעדן טאג אז דער רבוש״ע זאל עס אוועקנעמען פון מיר.

ומכאן הקריאה יוצאת: אויב סיי ווער עס האט אזא נסיון און ער ליינט דאס זאל ער וויסן קודם איינס אז ער איז ווייט פון די איינציגסטע וואס מאכט אדורך דעם סיטואציע. מען קען עס באווייזן. און מען דארף עס באווייזן. אויב דו האסט די מינדעסטע ספק אז דיין אידישקייט ווערט געשעדיגט פון דיין ארבעטט פלאץ זאלסטו דיך אפפוצן פון דארט תיכף ומיד. ווארט נישט קיין איין איבריגע מינוט.

דו זאלסט אייביג געדענקן דאס: דער אייבערשטער דארף נישט צו קומען צו אן אומ׳כשר׳ע פלאץ דיר צו געבן פרנסה אפילו דו מאכסט אסאך געלט דארט.

דערנאך, זאלסטו געדענקן דעם אייזערנעם כלל: עס נישט מעגליך בעולם בעולם בעולם קיין שום מציאות אז מען זאל פארלירן פון טון עפעס פארן אייבערשטען. קיינמאל. דעריבער אפילו על צד ספק אפשר וואלט דער אייבערשטער מער הנאה געהאט אויב איך טו עס זאלסטו עס נאכאלץ טון.

חזק ואמץ כי ה׳ טוב ומטיב.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: אין אדם שומע לי ומפסיד: אויפגעגעבן די job וועגען אינטערנעט און געטראפן בעסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ממש אזוי האט געשריבן:וכן אני מעיד. מיט א שיינע פאר יאר צוריק האב איך אויפגעגעבן א גוט באצאלנדע דזשאב צוליב די אפענע אינטערנעט און אפילו נאך וואס איך
האב געמאכט א פילטער בין איך געווען די סאמע איינציגסטע אין אפיס צו האבן א פילטער און די איבריגע האבן מיר געמאכט שפירן ווי איך בין א נאר און אן אפגעריסענער. חוץ פון דעם איז דארט געווען א מצב פון פריצות.

איך בין בסך הכל דארט געווון עטליכע וואכן אבער איך האב עס נישט אויסגעהאלטן און איין טאג האב איך גענומען די דרייסט אים באשלאסן קאלטע אינדיג זיך אפצוזאגן.

וואס זאל איך אייך זאגן? סאיז נישט אדורך עטליכע וואכן ביז ווען איך האב געטראפן א בעסערע דזשאב, און אן אמתן ערליכע סביבה. גוט באצאלט און איך בין דארט געווען פאר א שיינע פאר יאר.

וואס יא? להוי ידוע אז זאכן וואס איך האב ליידער אומוועלנדיג געזען און געהערט אין די קורצע צייט ווען איך בין דארט געווען ליגט אין מיין מח איינגעקריצט. און איך דאווען יעדן טאג אז דער רבוש״ע זאל עס אוועקנעמען פון מיר.

ומכאן הקריאה יוצאת: אויב סיי ווער עס האט אזא נסיון און ער ליינט דאס זאל ער וויסן קודם איינס אז ער איז ווייט פון די איינציגסטע וואס מאכט אדורך דעם סיטואציע. מען קען עס באווייזן. און מען דארף עס באווייזן. אויב דו האסט די מינדעסטע ספק אז דיין אידישקייט ווערט געשעדיגט פון דיין ארבעטט פלאץ זאלסטו דיך אפפוצן פון דארט תיכף ומיד. ווארט נישט קיין איין איבריגע מינוט.

דו זאלסט אייביג געדענקן דאס: דער אייבערשטער דארף נישט צו קומען צו אן אומ׳כשר׳ע פלאץ דיר צו געבן פרנסה אפילו דו מאכסט אסאך געלט דארט.

דערנאך, זאלסטו געדענקן דעם אייזערנעם כלל: עס נישט מעגליך בעולם בעולם בעולם קיין שום מציאות אז מען זאל פארלירן פון טון עפעס פארן אייבערשטען. קיינמאל. דעריבער אפילו על צד ספק אפשר וואלט דער אייבערשטער מער הנאה געהאט אויב איך טו עס זאלסטו עס נאכאלץ טון.

חזק ואמץ כי ה׳ טוב ומטיב.

;l;p- ;l;p- ;l;p-
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: אין אדם שומע לי ומפסיד: אויפגעגעבן די job וועגען אינטערנעט און געטראפן בעסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

אוודאי איז מעגליך. א מענטש דארף זיין גרייט אוועק צו געבן כל לבבו נפשו ומאודו פארן אייבערשטן, און עס פארלירן אויף אן אמת. מען מעג סובקאנטשעסלי זיך שטארקן מיט דעם אז מען וועט באקומען שכר אויף יענער וועלט דערפאר, אז עס וועט זיך האבן אויסגעצאלט די עגמת נפש און דער פארלוסט, אבער געדענקען דעם אל תהיו כעבדים על מנת לקבל פרס.

עס איז דא אויף געציילטע זאכן א הבטחה, ווי שמיטה (דאורייתא) און מעשר אז מען וועט קלאר זעהן עס האט זיך געלוינט. אויך אויף צדקה פסקנ'ט דער מחבר אז אין אדם מיעני מן הצדקה.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
בשעה טובה
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 12:17 am

Re: אין אדם שומע לי ומפסיד: אויפגעגעבן די job וועגען אינטערנעט און געטראפן בעסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה טובה »

איך האב געהאט גאר א ענדליכע מעשה מיט א היימישע קאמפעני וואס די מצב דארט איז געווען ממש נישט אויסגעהאלטן און נאך אפאר וואכן אריין אין די דשאב האב איך זיך אפגעזאגט און מיינע חברים און נאענט האבן געהאלטן אז איך בין אראפ פון זינען (היות עס איז א היימישע קאמפעני און די בעלי בתים דאוונען צוזאמען מיט מיר און איין בית מדרש האב איך נישט געקענט דערציילן אלעס וואס איז פארגעגאנגען דארט ודי) למעשה האב איך געטראפן א סאך א בעסערע דשאב וואס מען צאלט פונקט דאפעלט ווי מיין ערשטע דשאב ממש שלא על פי דרך הטבע
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2872
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: אין אדם שומע לי ומפסיד: אויפגעגעבן די job וועגען אינטערנעט און געטראפן בעסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

אוי באשעפער!
קוק אראפ פון הימל און זע וואס טוט זיך דא אויף דעם וועל"ט.
אידן רייסן דאס לעצט ביסל ברויט פון מויל מיט געוואלדיגע גבורות הנפש אן קיין דאגות המחר פאר דיינעט וועגן!
מיר ווילן זיין הייליג, מיר ווילן זיין גוט, מיר ווילן זיין ערליך, מיר ווילן סך הכל טוט דין רצון, דיין בקשה, דיין תורה ומצוות.
אה! מי כעמך ישראל!!!!! גוי אחד בארץ!!!!
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 929
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

א גרויסן יישר כח פאר ארויסברענגען די דברי חיזוק.
איך פערזענליך האט געהאט אזא ענדליכע מעשה, און איך ווייס פון א נאך א נאענטן ידיד וואס האט אוועקגעווארפן טמא'נע כלים, און די פרנסה איז געווארן 'אסאך' בעסער, ממש נישט צום פארגלייכן צו פארדעם.
הגם מען דארף נישט קיין מעשיות פון היינטיגע מענטשן, נאר צוליב די גרויסע הסתרה'דיגע וועלט איז יא כדאי ארויסצוברענגען אז מען וועט גוט קוקן וועט מען דאס זייער קלאר זען.

בדרך אגב, איז כדאי טאקע אראפצוברענגען דעם לשון המדרש אויף ראה אנכי נותן לפניכם ברכה וקללה, אמר הקב"ה, שמעו לי, שאין אדם שומע לי ומפסיד.
זייער קלארע הייליגע דיבורים, דער אויבערשטער זאגט, הערטס מיך אויס! ס'איז נישטא א מענטש וואס הערט מיך צו אין ער דערלייגט!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4279
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: אין אדם שומע לי ומפסיד: אויפגעגעבן די job וועגען אינטערנעט און געטראפן בעסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

ישר כח פאר אלע וואס האבן גענומען חיזוק פון די מעשה.
איך וויל צולייגן. מען רעדט נישט דא פון א ווייבל וואס קומט פון א רבישע הייליגע משפחה.
דירקעט א משפחה פון פשוטער עמך אידן, ארבייטער בעל בתיש געשטימט.
די עיקר וואס מען דארף זיך לערנען פון די מעשה איז, אז מען דארף האבן מסירות נפש. אפילו מען ווייסט נאך נישט וואס וועט זיין. און נישט אייביג ענדיגט זיך די מעשה גלייך אזוי גוט.
זאל איעדער האבן פרנסה בריווח.
בנחת ולא בצער.
בהיתר ולא באיסור.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: אין אדם שומע לי ומפסיד: אויפגעגעבן די job וועגען אינטערנעט און געטראפן בעסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

מי כעמך ישראל!!!

---------------
Programming האט געשריבן:אוודאי איז מעגליך. א מענטש דארף זיין גרייט אוועק צו געבן כל לבבו נפשו ומאודו פארן אייבערשטן, און עס פארלירן אויף אן אמת. מען מעג סובקאנטשעסלי זיך שטארקן מיט דעם אז מען וועט באקומען שכר אויף יענער וועלט דערפאר, אז עס וועט זיך האבן אויסגעצאלט די עגמת נפש און דער פארלוסט, אבער געדענקען דעם אל תהיו כעבדים על מנת לקבל פרס.

עס איז דא אויף געציילטע זאכן א הבטחה, ווי שמיטה (דאורייתא) און מעשר אז מען וועט קלאר זעהן עס האט זיך געלוינט. אויך אויף צדקה פסקנ'ט דער מחבר אז אין אדם מיעני מן הצדקה.

נישטא אזא זאך אז א מענטש זאל באקומען עפעס וואס קומט אין נישט "ווייל" ער האט עובר געווען אן איסור

אין מדרש רבה ווערט געברענגט אמר הקב"ה שמעו לי שאין אדם שומע לי ומפסיד. עס קען נישט זיין אז מ'זאל דערלייגן פון פאלגן דעם באשעפער

איי וועסטו פרעגן, מ'זעהט דאך אז יענער זיצט נאך אן א דזשאב. איז די ענטפער זייער פשוט. ער דערלייגט נישט קיין געלט אדער הנאה נאר ער וועט עס באקומען אויף אן אנדערע וועג

אדער איז אים סייווי באשערט צו האבן דעם שאדן און יעצט האט ער אריינגעכאפט שכר ווי די מעשה מיט ר' יוחנן און זיינע נעפיוס
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
זיי אמתדיג
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:12 pm

Re: אין אדם שומע לי ומפסיד: אויפגעגעבן די job וועגען אינטערנעט און געטראפן בעסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיי אמתדיג »

מי כעמך ישראל!!!
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 929
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

הענדימען האט געשריבן:מי כעמך ישראל!!!

---------------
Programming האט געשריבן:אוודאי איז מעגליך. א מענטש דארף זיין גרייט אוועק צו געבן כל לבבו נפשו ומאודו פארן אייבערשטן, און עס פארלירן אויף אן אמת. מען מעג סובקאנטשעסלי זיך שטארקן מיט דעם אז מען וועט באקומען שכר אויף יענער וועלט דערפאר, אז עס וועט זיך האבן אויסגעצאלט די עגמת נפש און דער פארלוסט, אבער געדענקען דעם אל תהיו כעבדים על מנת לקבל פרס.

עס איז דא אויף געציילטע זאכן א הבטחה, ווי שמיטה (דאורייתא) און מעשר אז מען וועט קלאר זעהן עס האט זיך געלוינט. אויך אויף צדקה פסקנ'ט דער מחבר אז אין אדם מיעני מן הצדקה.

נישטא אזא זאך אז א מענטש זאל באקומען עפעס וואס קומט אים נישט "ווייל" ער האט עובר געווען אן איסור

אין מדרש רבה ווערט געברענגט אמר הקב"ה שמעו לי שאין אדם שומע לי ומפסיד. עס קען נישט זיין אז מ'זאל דערלייגן פון פאלגן דעם באשעפער

איי וועסטו פרעגן, מ'זעהט דאך אז יענער זיצט נאך אן א דזשאב. איז די ענטפער זייער פשוט. ער דערלייגט נישט קיין געלט אדער הנאה נאר ער וועט עס באקומען אויף אן אנדערע וועג

אדער איז אים סייווי באשערט צו האבן דעם שאדן און יעצט האט ער אריינגעכאפט שכר ווי די מעשה מיט ר' יוחנן און זיינע נעפיוס



זייער ריכטיג!

איך וויל צולייגן א נקודה, איינס פון די י"ג עקרים איז שכר ועונש. אז דער אויבערשטער באצאלט גוטס פאר ווער עס טוט מצות, און ער באצאלט שלעכסט לעוברי רצונו.
אין אמעריקא איז דא אן עבודה זרה וואס הייסט "געלט", דאס הייסט מען דארף געלט סתם פאר די געלט. באמת איז געלט א טראנספארטאציע מיטל, צו טראגן א מענטש ער זאל אנקומען צו וואס ער דארף אדער וויל האבן, א הויז, א קאר, אנדערע חפצים, כבוד און שררה וכו'.
אבער ס'איז דא זאכן וואס געלט קען נישט קויפן דאס מוז מען באקומען פון אויבערשטן אליין, ס'איז דא אזויפיל זאכן וואס געלט קען נישט קויפן, אנגעהויבן ביי געזונט, גוטע קינדער, שלום בית, אמת'ע גוטע חברים, ס'איז דא אסאך וויכטיגע זאכן אין לעבן וואס די גרעסטע עשירים וואלט זיך געלאזט קאסטן כל הון דעלמא און דאס געלט העלפט זיי נישט.

דער אויבערשטער באצאלט "שכר" עס שטייט נישט "געלט", עס שטייט אין פסוק "את הברכה אשר תשמעו אל מצות ה' אלקיכם",
ווען א מענטש איז עומד בנסיון באקומט ער "ברכה" פונעם אויבערשטן ס'איז א קלארער פסוק, און משה אמת ותורתו אמת!

יא עס איז דא היינט א גרויסע הסתרה, מען זעט נישט אפען אויף די מינוט וכו', און אויסערדעם פארשטייט מען נישט די הנהגה פון השי"ת, אבער ווען איינער איז עומד בנסיון, ספעציעל ווען עס קומט אן ביטער שווער, מיט מסירות נפש, איז זוכה צו געפינען חן בעיני אלקים, און מען קען דאס שוין איינמאל שפירן.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: אין אדם שומע לי ומפסיד: אויפגעגעבן די job וועגען אינטערנעט און געטראפן בעסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

כשר טרעוול, מגלגלין זכות ע"י זכאי!
ס'איז באמת א זכי' דיין גיין פתיחה פאר אזא טייערע אשכול, וואס האט צוגעברענגט דער עולם זאל אריינקומען זיך לאזן הערן מיט אזעלכע הארציגע אידישע דיבורים
---
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: אין אדם שומע לי ומפסיד: אויפגעגעבן די job וועגען אינטערנעט און געטראפן בעסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

גליטשעדיג האט געשריבן:זייער ריכטיג!

יישר כח

גליטשעדיג האט געשריבן:איך וויל צולייגן א נקודה, איינס פון די י"ג עקרים איז שכר ועונש. אז דער אויבערשטער באצאלט גוטס פאר ווער עס טוט מצות, און ער באצאלט שלעכסט לעוברי רצונו.

אבער דאס איז אויף יענע וועלט. שכר מצוה בהאי עלמא ליכא

אן אריינגיין אין אלע פשטים און ענינים וואס זענען דא דערביי איז עס נישט פון די אני מאמין'ס
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: אין אדם שומע לי ומפסיד: אויפגעגעבן די job וועגען אינטערנעט און געטראפן בעסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

זייער שיינע חיזוק. שכח פאר אלע שרייבער.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: אין אדם שומע לי ומפסיד: אויפגעגעבן די job וועגען אינטערנעט און געטראפן בעסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

שטומפיג האט געשריבן:זייער שיינע חיזוק. שכח פאר אלע שרייבער.
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: אין אדם שומע לי ומפסיד: אויפגעגעבן די job וועגען אינטערנעט און געטראפן בעסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

שטומפיג האט געשריבן:זייער שיינע חיזוק. שכח פאר אלע שרייבער.

גא״מ
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: אין אדם שומע לי ומפסיד: אויפגעגעבן די job וועגען אינטערנעט און געטראפן בעסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

Kosher Travel האט געשריבן: זי איז געקומען אויף נאכטמאל און געוויינט צו די מאמע אז זי איז ממש טראמאטייזט. די מאמע האט איר געזאגט דאס איז נישט טראמא. דאס איז מסירות נפש פאר וואס מען גלייבט און עס קומען עפעס בעסער.

זייער א וויכטיגע חלק איז די סופפארט וואס מען באקומט פון די ארומיגע, די מאמע וואלט געקענט אויך געבן א מאך מיט די הענט ”ווען די פרעגסט ווען פארדעם... נעקסט טיים ווארט ביז די טרעפסט א נייע דזשאב.” אבער די מאמע האט דירעקט יא מחזק געווען...

און.. יא.... די מעשה הייבט זיך אן ווען מען בויט אן אטמאספער פון מסירות נפש און שטוב, און חינוך פארשטייט זיך הייבט זיך אן ביי זיך זעלבסט. און מען דארף נישט זיין רביש פאר דעם.
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4279
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: אין אדם שומע לי ומפסיד: אויפגעגעבן די job וועגען אינטערנעט און געטראפן בעסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

קאנסאלטענט האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן: זי איז געקומען אויף נאכטמאל און געוויינט צו די מאמע אז זי איז ממש טראמאטייזט. די מאמע האט איר געזאגט דאס איז נישט טראמא. דאס איז מסירות נפש פאר וואס מען גלייבט און עס קומען עפעס בעסער.

זייער א וויכטיגע חלק איז די סופפארט וואס מען באקומט פון די ארומיגע, די מאמע וואלט געקענט אויך געבן א מאך מיט די הענט ”ווען די פרעגסט ווען פארדעם... נעקסט טיים ווארט ביז די טרעפסט א נייע דזשאב.” אבער די מאמע האט דירעקט יא מחזק געווען...

און.. יא.... די מעשה הייבט זיך אן ווען מען בויט אן אטמאספער פון מסירות נפש און שטוב, און חינוך פארשטייט זיך הייבט זיך אן ביי זיך זעלבסט. און מען דארף נישט זיין רביש פאר דעם.

אמת. איך וויל נאכאמאל ארויסברענגן אז מען רעדט דא פון א פשוטער משפחה. נישט קיין רבישע אדער פארפרומטע מענטשען.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”