א פליג אויפן וואנט פונעם קליניק

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

שפכי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 05, 2015 9:44 pm

Re: א פליג אויפן וואנט פונעם קליניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפכי »

בִּשְׁבִילֵי הלב האט געשריבן:
ברכה והצלחה האט געשריבן:
בִּשְׁבִילֵי הלב האט געשריבן:איך פארשטיי פון ווי דו קומסט.
און לכאורה ארבעט עס טאקע אזוי אז ווי מער מ'לייגט זיך אריין קומט מען שנעלער אהן.
אבער נאר לכאורה...

נישט בחינם איז עס פון די קליגסטע סיפורים וואס כ'האב נאר געהערט.

אוודאי דארף זיין א רצון און משקיע זיין וכו'
אבער עס איז דא א געוויסע לעוועל וואס צו אסאך רצון מאכט באמת שטייטער.
און רוב מענטשן פאלן אין די לאך.

ווען אונזער נפש שמעקט נאר אז מ'איז נישט צופרידן
און מ'ערווארט פון איהם עפעס וואס ער קען נישט דעליווערן
וואס דאס איז - גיין שנעלער - גייט ער אויף צוריק.

"ארויסלאזן שמוציגע וואסער" איז נאר א חלק פון א ברייטערע וועג
וואס אינקלודעד אויך עקסעפטן אז וויפיל איך זאל נאר טוהן - און מ'דארף טוהן - דארף מען זיך געבן די צייט צו רייף ווערן...
אויב שטייט מען און מ'קוקט אויפן זייגער נעמט עס טאקע 20 יאהר....

מ'דארף זיך אויסלערנען הנאה צו האבן פון די וועג!
ברכה והצלחה :)

איך גלייב אז עס דארף זיין א באלינסירטע משקל
צווישען ''רצון און תשוקה'', vs. זיין צופרידען ווי אזוי ווען איז יעצט
אין עס איז דא זייער א דינע האקילע קו וואס שניידט דורך צווישן זיי

שיין געשריבן!
כ'בין מסכים מיט רוב וואס די האסט געשריבן.
די תשובה ליגט אין דיינע ערשטע דריי שורות...

מיר זעהט אויס אז מ'רעדט דא פון 2 אנדערע מינע מענטשן
בשבילי רעדט פון איינער וואס האט די רצון, נאר ער פאלט דורך מיט אווער-רצון
און ברכה והצלחה רעדט פון איינער וואס זיין דרייוו איז נישט גענוג שטארק...
שפכי כמים לבך נכח פני ה'
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: א פליג אויפן וואנט פונעם קליניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

שפכי האט געשריבן:

ריכטיג!
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: א פליג אויפן וואנט פונעם קליניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

images (2).jpg
images (2).jpg (13.85 KiB) געזען 1456 מאל
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: א פליג אויפן וואנט פונעם קליניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

images (2).jpg
images (2).jpg (13.85 KiB) געזען 1439 מאל

יעדער קינד וואס ווערט געבוירן איז אזוי ווי א גומי
ער איז עלאסטיש און פלעקסעביל
די עלטערן זיינע קענען איהם אויסציען אביסל
און ברענגען צו זיין אביסל בעסער
זיך אויפפירן אביסל אנדערש ווי ער וואלט ווען געוואלט
און נאכאלץ זאל די קינד פילן באקוועם און גוט מיט זיך
און מיט די צייט וועט ער טאקע עדאפטן די ביהעיוויער וואס מען פאדערט פון איהם
עס באדערט נישט פארן קינד צו שטארק
וויבאלד ווי געזאגט זיין נפש איז עלאסטיש און פלעקסיבל
וואס אפילו די סטרעטשט עס אביסל אויס איז ער נאך אלס אוקעי
ער האט די נפשיות'דיגע יכולת מ'זאל איהם אביסל סטרעטשן...

אזוי אויך ווען ער וואקסט אויף קען ער פארנעמען א סטרעטש
ער קען פארנעמען צו הערן פון אנדערע
ער גייט נישט ארויס פון גלייכגעוויכט ווען איינער זאגט איהם א דיעה
זיין נפש האט נישט פארלוירן זיין עלאסטישקייט

אויב אבער איז מען געווען צו שטרענג מיט איהם
אויב האט מען געצויגן און געצויגן דעם גומי צו שטארק
אויב האט מען געפאדערט פון איהם צו זיין אינגאנצן א אנדערע מענטש פון וואס ער איז
דעמאלס וואס געשעהט איז אז דער גומי צורייסט זיך....
און דעמאלס קענסטו איהם שוין נישט סטרעטשן בכלל
עס איז שוין אן אנדערע מעשה
דעמאלס פארלירט ער זיין נאטורליכע פלעקסעביליטי
און עס הייבט זיך אהן א פרישע מעשה
מען קען איהם שוין נישט זאגן גארנישט
ער ווערט זייער דערשראקן פון יעדע אוטארעטי
ער באקומט צומאל א אינערליכע פיינטשאפט צו די סיסטעם
און צו יעדער וואס רעפרעזענט עס

ער טראסט שוין נישט אזוי שנעל קיין מענטשן
ער פארלאזט זיך באמת נאר אויף זיך
און דאס ברענט איהם אסאך שוועריקייטן
ווייל עס איז שווער צו לעבן אזוי
פון איין זייט פילט ער גוט און ספעשל
ער פילט ביי זיך אז ער פארשטייט בעסער פון יעדעם
ער לאזט זיך נישט פון יעדעם
ער טוט נאר וואס ער פארשטייט וכדו'
אבסער באמת אינעווייניג האט ער אסאך אסאך ווייטאג און סטרעס
ווייל א מענטש איז געבוירן צו זיין אביסל פלעקסעביל
צו קענען הערן פון אנדערע
זיך קענען אנלאנען אמאל אויף א צווייטע
צו קענען האבן הכנעה פאר איינער וואס איז גרעסער פון איהם
אבער ער קען נישט
ער איז נישט מסוגל
עס איז שוין דערנאך
ער דארף אלעס אליין מחליט זיין
און זיך בעצם פאלאזן נאר אויף זיך
מען האט איבערגעצויגן די שטריק מיט איהם - פשוטו כמשמעו
ער האט עס נעבעך יונגערהייט פארלוירן....
נישט אין זיין שולד...

אין די קומענדיגע ארטיקל
וועל איך בעז''ה מרחיב זיין איבער די וועג עס צו טוישן

די Awareness אליין איז שוין א גוטע זאך...

*************************
נ.ב. קענסט נאך זיין א חלק פון די נייע קבוצה
וואס גייט ארויס מיט מיר אויפן וועג אי''ה ה' תולדות
"טוישן דירעקשאן אין לעבן אין 8 וואכן"
(מיט א Guarantee פון 14 טעג Money back)

אויב האסטו שאלות אדער ספיקות
קענסטו מיר קאנטעקטן
און כ'וועל זיך פרייען צו זעהן
צו די תוכן איז צוגעפאסט פאר דיין מצב
און צו איך קען העלפן בנוגע די פרייז.
ברכה והצלחה
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:03 pm

Re: א פליג אויפן וואנט פונעם קליניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכה והצלחה »

הערליך!! רייך!! שיין!!
לייג נאך ביטע!!!!!!!!!!!
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: א פליג אויפן וואנט פונעם קליניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

יישר כח!
איך בין מורא'דיג ביזי יעצט מיט די נייע קורס
כ'פרוביר אריינצושטופן דא און דארט אן ארטיקל
אפשר מארגן...
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: א פליג אויפן וואנט פונעם קליניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

בִּשְׁבִילֵי הלב האט געשריבן:יישר כח!
איך בין מורא'דיג ביזי יעצט מיט די נייע קורס
כ'פרוביר אריינצושטופן דא און דארט אן ארטיקל
אפשר מארגן...

איך מיין אז איר דארפט טוישן דיירעקציע אין לעבן; זייט נישט אזוי ביזי! :P :lol:
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: א פליג אויפן וואנט פונעם קליניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

אהרן הלוי האט געשריבן:
בִּשְׁבִילֵי הלב האט געשריבן:יישר כח!
איך בין מורא'דיג ביזי יעצט מיט די נייע קורס
כ'פרוביר אריינצושטופן דא און דארט אן ארטיקל
אפשר מארגן...

איך מיין אז איר דארפט טוישן דיירעקציע אין לעבן; זייט נישט אזוי ביזי! :P :lol:

יא, אדער זאלסטו טוישן דיירעקציע און אויך ווערן ביזי :lol: :lol: :lol:
ער איז עס
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 10:23 pm

Re: א פליג אויפן וואנט פונעם קליניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ער איז עס »

גאלד!
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: א פליג אויפן וואנט פונעם קליניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

ער איז עס האט געשריבן:גאלד!

ייש''כ און welcome צו אייוועלט...
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

האדם עץ השדה - 1 פון 3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

download.jpg
download.jpg (10.04 KiB) געזען 735 מאל

נייע סעריע מאמרים - האדם עץ השדה
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”