וואס צו טון אין פאל פון א עקסידענט

אינפארמאציע און הילף פארן דרייווער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

וואס צו טון אין פאל פון א עקסידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

לאור די שרעקליכע מעשה וואס האט פאסירט דעם צום גדלי' נעבן מאנסי האב איך געקלערט אז סוואלט געווען ראטזאם צו אויסשמוסן די אפציעס וואס א מענטש האט, אין פאל מ'טרעפט זיך געטרעפט אין א צומזיקטע קאר נאך אן עקסידענט.
מדארף פארשטיין אז א קליינע קנייטש אין א קאר איז גענוג צו פארקנאקן א טיר און/אדער צישמידן די פיס צום קאר (ביי די פיס איז עס די מערסטע שמאל)

דאס איז דאך זעלבסטפארשטענדליך אז הוא לבדו עשה עושה ויעשה לכל המעשים ואין עצה ואין תבינה נגד השם, אבער אכ"ז איז ראטזאם אויסצושמוסן אפאר קורצע נקודות וואס קען מעגליך אמאל בייהילפיג זיין אין קריטישע מאמענטן.

ערשטנס, נישט פאניקן (כמיין וואס דען האסטו געמיינט)
צווייטנס, די מינוט די קאר קומט צו אן אפשטעל לעש עס אויס, דו ווילסט נישט סזאל זיין א פינק וואס קען מעגליך פאראורזאכן א שריפה
דריטנס, קוק דיך ארום אויב דו קענסט ארויסגיין, אויב יא, קודם זעה דיך ארויס פונעם וויהיקל, דו ווייסט נישט אויב דו ביסט אויף א סעיף פלאץ און אויב די קאר אליינס איז סעיף, רוף הילף און לאז דיך אריינטראגן אין שפיטאל פאר אן אינטערזיכונג.
אויב ביסטו געטרעפט קוק דיך ארום אויף דיינע אפציעס, אפשר קענסטו רוקן דיין זיץ אויף צוריק און אזוי ברייטער מאכן אין פארנט פון דיר, אפשר קענסטו פאראויסריקן אדער ארויפריקן די סטירינג-וויל, אפשר קענסטו אראפרוקן די פלאץ ווי די סיט בעלט קאנעקט זיך פון אויבן און אזוי ארום מאכן לויזער די סיט בעלטס עס צו קענען עפענען.
סאיז וויכטיג צו וויסן אז די קאפ אנלאנער'ס (העד רעסט בלע"ז) פון די זיצן זענען בדוקא געמאכט אויף א וועג עס צו קענען אפטיילן פון די זיצן, כדי עס צו קענען ניצן אלץ א טול צו אויסהאקן די פענסטער על כל צרה שלא תבא
אמאל קען זיך יא לוינען צו אנצינדן די קאר בלויז בכדי צו קענען עפענען די פענסטער און זיך ארויסזעהן פון דארט, אבער בדרך כלל ווען די קאר איז צימזיקט און קעמיקאלן פליסן לרחצה איז עס ווייט נישט געאייגנט..


-----

איך האב בלויז געשריבן פון מיין אייגן דמיון, ויבא הקהל ויכתוב
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: וואס צו טון אין פאל פון א עקסידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

די בעסטע און גרינגסטע איז נישט צו מאכן אן עקסידענט
שרייב תגובה

צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”