עמאשאנעל איינזאמקייט

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: חומר למחשבה...

תגובהדורך בִּשְׁבִילֵי הלב » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 10:25 am

פראמאוויטש האט געשריבן:מודה אני לפניך שטייט אויף יצחק מיט'ן נייעם פרימארגן, און ס'איז עהם עפעס נישט צום הארצן און צום טעם, אז עפעס פעלט עהם און ער ווייסט ניטאמאל וואס. האט ער בלית ברירה... געכאפט א שנעלע מקוה און זיך צוגעכאפט צו א תהילימ'ל און אפגעשעפשעט אפאר קאפיטלען אן חשק. דאן באגריסט עהם משה א פרייליכע גוט מארגן...
ולשמחה מה זו עושה – מיין חבר משה? איך ווייס דאך יא אז ס'דיר גארנישט אזוי זיס אלע מצבים – פון היינט און נעכטן. אלזא געב מיר אויך דעם גוט'ן טעם אין לעבן, וואס דו נוצט אין א בייזע גוסטע...
אין א בייזע גוסטע? זאגט משה נאך יצחק עטליכע מאל; אין א בייזע גוסטע??? פארוואס?
ס'פעלט דיר דען עפעס? עפעס מער ווי דעם אז דו ביסט פשוט נישט אין א גוטע מוהט? לאמיר דיר טאקע מגלה טפח זיין פון מיינע מחשבות – ווען 'יעך' זאג מודה אני, און דו וועסט מיר נאכער זאגן וואס דו ביסט מכוון דערביי.
יעך זאג מודה אני לפניך, איך בין אזוי דאנקבאר אז איך קען אויפשטיין, זען הערן שמעקן און רעדן, שפירן בייגן, גיין און זיין ריין. מיר פעלט דען וואס עס פעלט פאר אומצאליגע אנשים נשים וטף?
מיר האבן דאנקן גאט ב''ה קינדערלעך און באלד שוין אויף שמחות אין די רייע, און א שטוב מלא אורה, מיט א מזוזה און ספרים לרוב, און כלים נאים ומסודרים, ריינע וועש און ברויט און מילעך און פוטער פאר'ן טעגליכע געברויך.
רעכן בעסער נישט אויס, וועמען ס'פעלט א ווייב, קינדער, עלטערן צו גוטע פריינד. די ליסטע איז צו גרויס, ווער ס'האט נישט קיין סטאבילע פרנסה, קיין געהעריגע לעבן, קיין מנוחת הנפש, און ווער האט ליידער קינדער קראנקע ברוחניות, רחמנא ליצלן וואס מיר זענען ב''ה נישט אויספרובירט געווארן דערמיט. וויפיל האבן קשיות אין אמונה, און קענען נישט שפירן א חיות אין א שבת און אינעם רייע ימים טובים וואס קומען אונז אקעגן מיט פרישקייט.
וויפיל קרעכצן מיט געפרוירנקייט, אוי ווידער ראש השנה יום כיפור, אוי ווידער לאנגע דאווענען און דאס גלייכן? ב''ה איך און דו יצחק – זאגט משה – האבן נישט דעם קאלטן געפיל כאטש ווי זיי... און מיר האבן א ציל אין לעבן, מיר האבן א רבי א משפיע א חברה ערליכע חברים. אזעלכע פריינד וואס וועלן אונז העלפן אין יעדע מצב ברוחניות און גשמיות, און ליידער יאנקל זרח בערל און ברוך זענען דערמיט נישט געשאנקן... ניין זיי זענען צעהאקט און צעפיצעלט אין נשמה, און ווייסן אפילו נישט וואס זיי פעלט באמת אין א ריכטיגע לעבן.

פרעג איך דיר יצחק מיין פריינד; מעג מען זיך באקלאגן? ווילן מיר חלילה הערן דעם שטרענגן מודעה – ענליך וואס מ'הערט אויפ'ן טעלעפאן ביים איבערגעבן די פריוואטע אינפארמאציע פאר'ן שטאטישער באאמטע; דו זאלסט מאכן זיכער אז דו זאגסט דעם אמת, און יעדע דעטאל וואס דו שטעלסט פאר, איז נישט געפעלטשט בטעות צו במזיד, ווייל אויב יא קען דאס דיר אפקאסטן ביטערע קאנסעקווענצן... אויף יעדע פאלשע ווארט, סיי געלד שטראף און מעגליך ערגערס!
- אויפ'ן נישט אנערקענען די אמת אויף די פולע בענפיטן וואס מיר באקומען אלץ, קענען מיר חלילה דארפן צוריקצאלן דאפעלט וואס מיר האבן באקומען, דאס טייטש ווערן אפגעזאגט פונעם פעקל השפעות וואס ווארט דיר אפ, צו חלילה פארלירן דעם גוט קוויטל... אוי פארוואס זאלן מיר פארלירן דעם קאפ אין אזא וויכטיגע צייט, און קרעכצן און בלאזן, א בכיה של חינם?

מיר האבן נישט דעם מוהט? נו איז וואס?? מה יתאונן אדם חי... אז מ'איז זוכה יעדע רגע צו אטעמען עבודת השם, און מגדל זיין א שטוב אויפ'ן גלייכן וועג, זאל די מודה אני זיין מיט א פנים של כפוי טובה? זאל די ברוך הבא פאר'ן נייעם יאר זיין א נערוועזע פרצוף?.. דאס פארדינט זיך דער בורא עולם פאר זיינע טריליאנע חסדים אן א צאל?...

לאמיר עהם איבערבעטן און דאנקן על העבר ועל העתיד, תפילה וצדקה ירבה אולי מיסורין יחבא...

יצחק טוישט קאלירן און שטארקט זיך מיט תשובה מאהבה; משה האסט מיר געשאנקן א נייע נשמה; איי לאמיר עס יעצט איבערזאגן ריכטיג כלפי מעלה.

מודה אני לפניך, מלך חי וקים, שהחזרת בי נשמתי בחמלה, רבה אמונתך...

שיין געשריבן!
איך האב פרובירט צו זעהן א קאנעקשן צו די נושא פון איינזאמקייט.

אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: חומר למחשבה...

תגובהדורך בִּשְׁבִילֵי הלב » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 10:26 am

בִּשְׁבִילֵי הלב האט געשריבן:
פראמאוויטש האט געשריבן:מודה אני לפניך שטייט אויף יצחק מיט'ן נייעם פרימארגן, און ס'איז עהם עפעס נישט צום הארצן און צום טעם, אז עפעס פעלט עהם און ער ווייסט ניטאמאל וואס. האט ער בלית ברירה... געכאפט א שנעלע מקוה און זיך צוגעכאפט צו א תהילימ'ל און אפגעשעפשעט אפאר קאפיטלען אן חשק. דאן באגריסט עהם משה א פרייליכע גוט מארגן...
ולשמחה מה זו עושה – מיין חבר משה? איך ווייס דאך יא אז ס'דיר גארנישט אזוי זיס אלע מצבים – פון היינט און נעכטן. אלזא געב מיר אויך דעם גוט'ן טעם אין לעבן, וואס דו נוצט אין א בייזע גוסטע...
אין א בייזע גוסטע? זאגט משה נאך יצחק עטליכע מאל; אין א בייזע גוסטע??? פארוואס?
ס'פעלט דיר דען עפעס? עפעס מער ווי דעם אז דו ביסט פשוט נישט אין א גוטע מוהט? לאמיר דיר טאקע מגלה טפח זיין פון מיינע מחשבות – ווען 'יעך' זאג מודה אני, און דו...................................... וכו'

מודה אני לפניך, מלך חי וקים, שהחזרת בי נשמתי בחמלה, רבה אמונתך...

שיין געשריבן!

אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: חומר למחשבה...

תגובהדורך בִּשְׁבִילֵי הלב » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 10:37 am

בִּשְׁבִילֵי הלב האט געשריבן:
פראמאוויטש האט געשריבן:מודה אני לפניך שטייט אויף יצחק מיט'ן נייעם פרימארגן, און ס'איז עהם עפעס נישט צום הארצן און צום טעם, אז עפעס פעלט עהם און ער ווייסט ניטאמאל וואס. האט ער בלית ברירה... געכאפט א שנעלע מקוה און זיך צוגעכאפט צו א תהילימ'ל און אפגעשעפשעט אפאר קאפיטלען אן חשק. דאן באגריסט עהם משה א פרייליכע גוט מארגן...
ולשמחה מה זו עושה – מיין חבר משה? איך ווייס דאך יא אז ס'דיר גארנישט אזוי זיס אלע מצבים – פון היינט און נעכטן. אלזא געב מיר אויך דעם גוט'ן טעם אין לעבן, וואס דו נוצט אין א בייזע גוסטע...


מודה אני לפניך, מלך חי וקים, שהחזרת בי נשמתי בחמלה, רבה אמונתך...

שיין געשריבן!

נטה
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 2:54 pm

Re: עמאשאנעל איינזאמקייט

תגובהדורך נטה » זונטאג אוקטובער 25, 2020 3:15 am

זייער שיין

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2703
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: עמאשאנעל איינזאמקייט

תגובהדורך shimon7323 » זונטאג אוקטובער 25, 2020 8:09 am

צי אלע שרייבערס בפרט די פותח האשכול.

זייער שיין און הארציג.
פעיק ניוז האט געשריבן:עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדזשיוקעטעד חכם ווי אן עדזשיוקעטעד טיפש.


שטיצט א איד ווען איר קויפט אויף אמעזאן

Haklal
שר האלף
תגובות: 1612
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: עמאשאנעל איינזאמקייט

תגובהדורך Haklal » זונטאג אוקטובער 25, 2020 8:29 am

איך האב הערשט יעצט געזעהן די אשכול, איך האב יעצט נאר געליינט פינעם פותח האשכול
סאיז ניכרים דברי אמת, זייער שיין ארויסגעברענגט

אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: עמאשאנעל איינזאמקייט

תגובהדורך בִּשְׁבִילֵי הלב » זונטאג אוקטובער 25, 2020 11:52 am

נטה האט געשריבן:זייער שיין

יישר כח!

אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: עמאשאנעל איינזאמקייט

תגובהדורך בִּשְׁבִילֵי הלב » זונטאג אוקטובער 25, 2020 11:52 am

Haklal האט געשריבן:איך האב הערשט יעצט געזעהן די אשכול, איך האב יעצט נאר געליינט פינעם פותח האשכול
סאיז ניכרים דברי אמת, זייער שיין ארויסגעברענגט

ישר כח!!!...

אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: עמאשאנעל איינזאמקייט

תגובהדורך בִּשְׁבִילֵי הלב » זונטאג אוקטובער 25, 2020 11:53 am

shimon7323 האט געשריבן:צי אלע שרייבערס בפרט די פותח האשכול.

זייער שיין און הארציג.

יישר כח פאר די גוטע פידבעק!


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Whiz און 4 געסט