עמאשאנעל איינזאמקייט

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

עמאשאנעל איינזאמקייט

תגובהדורך בִּשְׁבִילֵי הלב » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 1:47 am

Webp.net-resizeimage0.jpg
Webp.net-resizeimage0.jpg (33.3 KiB) געזעהן 1141 מאל

איינזאמקייט
איי איי איי, איינזאמקייט
וויפיל ווייטאג קען ליגן אין די ווארט
וויפיל פעין ליגט דא
אזויפיל מענטשן דרייען זיך ארום אויף דער וועלט
מיט א געפיל פון איינזאמקייט
מיט א געפיל פון פרעמדקייט

דאס מיינט נישט אז דו קענסט עס אנזעהן פון דערויסן
אדרבה, צומאל קען מען זיין ארומגענומען מיט אסאך מענטשן
און נאכאלץ פילן פרעמד און אליין
מען קען זיין די ראש המדברים בכל מקום
און מיט דעם אלעם קען דאס איינזאמקייט עסן פון אינעווייניג

א מענטש פילט אליין ווען מ'זעהט איהם נישט
ווען מ'זעהט איהם נישט אינגאנצן
עס איז נישט גענוג אז מ'זעהט איהם כלפי חוץ
ער דארף מ'זאל איהם זעהן באמת
מ'זאל זעהן זיין מהות
זיינע רצונות און חלומות
מ'זאל זעהן אלע זיינע חלקים

מענטשן ווילן און דארפן מ'זאל זיי זעהן
מענטשן קוקן ארויס אויף דעם
אבער זיי האבן אויך שטארק מורא פון דעם
יא יא, דאס איז ריכטיג
מענטשן האבן צומאל מורא פון דאס וואס זיי דארפן און ווילן!

פון ווי שטאמט די פחד?
וואס דערשרעקט אזוי מענטשן אז מ'זעהט זיי?
שרייבט מיר א טייערע איד, בזה הלשון:
"עס איז מיר שווער צו זיין אפן,
אפילו מיט מיינע חברים
איך האב מורא אז מ'וועט זעהן
אויך מיינע שוואכע און ווייטאגליכע פלעצער
איך וויל נישט מ'זאל מיר אנקוקן ווי א רחמנות"

מענטשן וואס פילן נישט באליבט און אנגענומען
מענטשן וואס פילן נישט פארזיכערט מיט זייער פלאץ צווישן די מענטשהייט
נעמען ארום זייערע עמאשענס מיט א סוד
קיינער זאל נישט זעהן וואס זיי פילן
מ'זאל נישט זעהן זייערע פנימיות
אזוי פילן זיי מער סעיוו און פארזיכערט

די פראבלעם איז אז דווקא די סוד
מאכט זיי פילן איינזאם און דערשראקן
איינזאם, ווייל מענטשן זענען טאקע נישט צו נאנט מיט זיי
זיי לאזן דאך נישט צוקומען....
און פחד, אז די סוד זייערע זאל בלייבן א סוד
עס זאל נישט ענטפלעקט ווערן זייערע שוואכע זייט
אדער בעצם זייער יומען חלק

עס איז וויכטיג צו פארשטיין
אז די קשר צווישן מענטשן
בויעט זיך בעיקר אויף די שוואכערע חלקים פון די מענטש
דאס מיינט, מיט דעם וואס מענטשן זענען דא איינער פארן צווייטן
זיך צו העלפן, און סופארטן איינער דעם צווייטן

טראכט אריין א מינוט
מיט וועם וועסטו זיך פילן מער באקוועם?
מיט איינער וואס שטעלט זיך אהער אלס מושלם?
א כל יכול וואס דארף גארנישט פון קיינעם
אדער איינער וואס האט אויך שוואכקייטן?
איינער וואס דארף דיר האבן
און קענסט פילן באקוועם אין זיין אנוועזנהייט
אפילו מיט דיינע חסרונות?

דאס איז די עיצה ארויסצוגיין פון איינזאמקייט
אוועקנעמען די סוד פון ארום די עמאשענס
לאזן דיינע נאנטע דיר זעהן
לאזן צוקומען צו דיר
קענען באשטיין אויך צו זיין שוואך
זיך לאזן אמאל נעמען סופארט
זיין דיר אליין, זיין יומען

מיאמאל וועסטו געוואר ווערן
אז נישט נאר מען שטופט דיר נישט אוועק
נישט נאר מ'קוקט דיר נישט אהן אלס רחמנות
נאר אדרבה, מ'האט מער הנאה צו זיין מיט דיר
מ'פילט מער באקוועם אין דיין געגנווארט
ווען די וועסט דאס פילן
וועסטו וויסן אז עס האט זיך געלוינט!

אוועטאר
לעקישבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2020 6:29 am

Re: עמאשאנעל איינזאמקייט

תגובהדורך לעקישבער » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 7:07 am

סאיז מיר א וואונדער אז אזא טיפע שיינע שטיקל ליגט דא אזוי איינזאם

אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: עמאשאנעל איינזאמקייט

תגובהדורך בִּשְׁבִילֵי הלב » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 9:27 am

לעקישבער האט געשריבן:סאיז מיר א וואונדער אז אזא טיפע שיינע שטיקל ליגט דא אזוי איינזאם

:grin:

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: עמאשאנעל איינזאמקייט

תגובהדורך פרוביר אויך » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 9:37 am

זייער שיין
אז יענער קען קענסטו אויך

שפכי
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 05, 2015 9:44 pm

Re: עמאשאנעל איינזאמקייט

תגובהדורך שפכי » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 12:06 pm

לעקישבער האט געשריבן:סאיז מיר א וואונדער אז אזא טיפע שיינע שטיקל ליגט דא אזוי איינזאם

אל תסתכל בתגובות, אלא כמה views יש בו...
איך בין זיך מחיה מיט יעדעס ווארט, אפילו אהן קאמענטירן.
שפכי כמים לבך נכח פני ה'

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: עמאשאנעל איינזאמקייט

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 12:34 pm

Wow דאס איז עפעס מוראדיג, ווי זאגט מען אין ענגליש: יו היט מי!

מ'דארף זיך אויסארבייטן צו זיין די פערפעקט מענטש נישט צו דארפן זיין פערפעקט.
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
לעקישבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2020 6:29 am

Re: עמאשאנעל איינזאמקייט

תגובהדורך לעקישבער » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 1:02 pm

שפכי האט געשריבן:
לעקישבער האט געשריבן:סאיז מיר א וואונדער אז אזא טיפע שיינע שטיקל ליגט דא אזוי איינזאם

אל תסתכל בתגובות, אלא כמה views יש בו...
איך בין זיך מחיה מיט יעדעס ווארט, אפילו אהן קאמענטירן.

פאר דרייי סיבות איז כדאי איבערצולאזן אפי' א פשוט'ע שכח,

1. וויוס מיינט נישט אז אלע האבן הנאה געהאט, און מטבע הדברים וויל די כותב הערן פידבעק

2. גוטע פידבעק איז די גאזאלין פאר שרייבן, אויב ווילסטו ער זאל שרייבן נאך, פארצייל אים ווי שטארק דו האסט הנאה געהאט.

3.אויב ס'קומט נישט צו קיין תגובות קומט עס זייער שנעל אן אין קעלער, אויב האסטו הנאה געהאט זיי מזכה אנדערע דורכן עס האלטן אויבן, זע נאר וויפיל סהאט זיך געריקט היינט אליין פון 120 וויוס ווען איך האב צוגעשריבן און יעצט האט עס 250 מער פון דאפלט, די ערשטע 120 איטז גקומען אין אפאר טעג און די צווייטע 130 אין א האלבע טאג.

שאץ נישט אונטער די ווערד פון דיין תגובהלע

שפכי
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 05, 2015 9:44 pm

Re: עמאשאנעל איינזאמקייט

תגובהדורך שפכי » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 1:23 pm

לעקישבער האט געשריבן:

ביסט גערעכט!
שפכי כמים לבך נכח פני ה'

אוועטאר
לעקישבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2020 6:29 am

Re: עמאשאנעל איינזאמקייט

תגובהדורך לעקישבער » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 1:24 pm

שפכי האט געשריבן:ביסט גערעכט!

כווייס, הלוואי זאל עס זיין זעלבסט פארשטענדליך.

אוועטאר
פעטער משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 03, 2020 12:21 pm

Re: עמאשאנעל איינזאמקייט

תגובהדורך פעטער משה » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 1:58 pm

לכבוד @לעקישבער
איך האב זייער הנאה געהאט מירברויכען נאך אזאנע ארטיקלען

שפכי
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 05, 2015 9:44 pm

Re: עמאשאנעל איינזאמקייט

תגובהדורך שפכי » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 4:36 pm

פעטער משה האט געשריבן:לכבוד @לעקישבער
איך האב זייער הנאה געהאט מירברויכען נאך אזאנע ארטיקלען

נאר זיכער צו מאכן. הרב בשבילי הלב האט עס געשריבן..
שפכי כמים לבך נכח פני ה'

שפכי
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 05, 2015 9:44 pm

Re: עמאשאנעל איינזאמקייט

תגובהדורך שפכי » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 4:37 pm

לעקישבער האט געשריבן:
שפכי האט געשריבן:ביסט גערעכט!

כווייס, הלוואי זאל עס זיין זעלבסט פארשטענדליך.

אגב, פארוואס איז נישט דא קיין לייק סיסטעם
עס וואלט געמאכט אסאך גרינגער.
שפכי כמים לבך נכח פני ה'

אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

Re: עמאשאנעל איינזאמקייט

תגובהדורך Graphic24 » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 4:54 pm

ממה נפשך האט געשריבן:Wow דאס איז עפעס מוראדיג, ווי זאגט מען אין ענגליש: יו היט מי!

מ'דארף זיך אויסארבייטן צו זיין די פערפעקט מענטש נישט צו דארפן זיין פערפעקט.

און אפילו ווען מ׳איז נאכנישט אויסגעארבייט איז אויך מסודר...

אוועטאר
פעטער משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 03, 2020 12:21 pm

Re: עמאשאנעל איינזאמקייט

תגובהדורך פעטער משה » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 8:25 pm

שפכי האט געשריבן:
פעטער משה האט געשריבן:לכבוד @לעקישבער
איך האב זייער הנאה געהאט מירברויכען נאך אזאנע ארטיקלען

נאר זיכער צו מאכן. הרב בשבילי הלב האט עס געשריבן..

יאפס פארגעסען צו שרייבען (געווען זעלבסט פארשטענדליך). נאר געשריבען די דאנק ווערטער לכבוד לעקיש'ס אויפמערקזאם מאכען

יודיש בלעטל
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: עמאשאנעל איינזאמקייט

תגובהדורך יודיש בלעטל » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 8:51 pm

שיין

אוועטאר
לעקישבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2020 6:29 am

Re: עמאשאנעל איינזאמקייט

תגובהדורך לעקישבער » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 9:02 am

פעטער משה האט געשריבן:
שפכי האט געשריבן:
פעטער משה האט געשריבן:לכבוד @לעקישבער
איך האב זייער הנאה געהאט מירברויכען נאך אזאנע ארטיקלען

נאר זיכער צו מאכן. הרב בשבילי הלב האט עס געשריבן..

יאפס פארגעסען צו שרייבען (געווען זעלבסט פארשטענדליך). נאר געשריבען די דאנק ווערטער לכבוד לעקיש'ס אויפמערקזאם מאכען

שכוח.

אוועטאר
לעקישבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2020 6:29 am

Re: עמאשאנעל איינזאמקייט

תגובהדורך לעקישבער » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 9:03 am

שפכי האט געשריבן:
לעקישבער האט געשריבן:
שפכי האט געשריבן:ביסט גערעכט!

כווייס, הלוואי זאל עס זיין זעלבסט פארשטענדליך.

אגב, פארוואס איז נישט דא קיין לייק סיסטעם
עס וואלט געמאכט אסאך גרינגער.

א לייק וועט אבער נישט האלטן הויעך די אשכולות וואס די עולם האט מער הנאה געהאט.

אפשר וואלטן די מנהלים געקענט אויסשטעלן אז א אשכול מיט אסאך לייקס זאל בלייבן העכער.

שפכי
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 05, 2015 9:44 pm

Re: עמאשאנעל איינזאמקייט

תגובהדורך שפכי » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 11:28 am

לעקישבער האט געשריבן:
שפכי האט געשריבן:
לעקישבער האט געשריבן:
שפכי האט געשריבן:ביסט גערעכט!

כווייס, הלוואי זאל עס זיין זעלבסט פארשטענדליך.

אגב, פארוואס איז נישט דא קיין לייק סיסטעם
עס וואלט געמאכט אסאך גרינגער.

א לייק וועט אבער נישט האלטן הויעך די אשכולות וואס די עולם האט מער הנאה געהאט.

אפשר וואלטן די מנהלים געקענט אויסשטעלן אז א אשכול מיט אסאך לייקס זאל בלייבן העכער.

יא, און אפילו אויב נישט פאר די חלק פון פידבעק איז לייק'ס גאנץ א גוטע מיטל.
עניוועי איך האב הנאה צו זעהן אז עס איז דא איבער 450 views.. און נעכטן האט עס געהאלטן ביי 120
אינטערסאנט ווי דאס ארבעט.
שפכי כמים לבך נכח פני ה'

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2181
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: עמאשאנעל איינזאמקייט

תגובהדורך וואס עפעס? » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 12:04 pm

איינער קען מזכה זיין ביטע א PDF ?
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

בימי קורונה, געדענקט צו האלטן די קאפ גראד!!
ווערט נישט פארשלעפט פון געפילן

צו פארשטיין די צוגאנג פון מנהיגי ישראל ליינט דא:
https://mobile.kikar.co.il/abroad/article/375894

אוועטאר
ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: עמאשאנעל איינזאמקייט

תגובהדורך ממש אזוי » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 12:22 pm

מוסיף צו זיין אויפן פותח האשכול געוואלדיגע דיבורים ווייל איך ברענגן א פאום וואס איך האב געשריבן א לאנגע צייט צוריק אויף איינזאמקייט:

ערגעץ אין די וועלטס שפאלטן
טיף איך בין באהאלטן
דו מיינסט אפשר אז איך בין נישט פאראן
אבער איך בין יא, און אוי ווי איך וויל זיין

איך בין דא פון דיר נישט ווייט
איך בין דא אויף יענע זייט
איך בין דא נעבן דיר
איך בין דא אויף די אנדערע זייט טיר

דו מיינסט צומאל אז מיר קען מען געבן אזא שאר
ווייל איך בין דאך סייווי א נאר
עס גיבט זיך דיר זאגאר א דאכט
אז איך בין פון געפיל נישט געמאכט

איז דעריבער וויל איך דערציילן
מיינע געפילן דיר מיטטיילן
קום אריין אין מיין וועלט
וועסטו זען וואס עס פארשטעלט

מענטשן ארום מיר מיינע אויגן דערכאפן
אבער עפעס א ווייטקייט פון זיי טוט זיך שאפן
איך פרוביר צו עפענען מיין הארץ, מויל און אויער
אבער עס איז אומזיסט, קיינער הערט נישט, צו מיין באדויער

א טרער און נאך איינס
גליטשען דעם פנים מיינ'ס
עס רייסט מיין הארץ, עס שטעכט
איך פרוביר דערגיין צי בין איך עכט

מענטשן קומען און מענטשן גייען
צומאל מען קריגט מיט רייבערייען
זיי לאכן זיי וויינען
זיי טונקלען און זיי שיינען

און איך, וואו בין איך
איך בין דא, איך בין אין מיין שיך
אבער ניין, נישט דאס איז מיר א שטער
עפעס טיפער, עפעס מער

צי וועל איך אמאל אפשר היינט
טרעפן א חבר טרעפן א פריינד
איך וויל אויך רעדן און זאגן
איבער מיין לעבן, נעכט און טאגן

אזויווי אלע איך וויל זיין
איך גלוסט צו האבן א נאנטן כאטש איין
וואס זאל מיר פארשטיין
מיינע ליידן און מיין פיין

איך בין נישט געפאסט
איך בין אלעמענס לאסט
צו יעדן איך קוק
אבער קיינער קוקט נישט צוריק

מענטשן'ס הערצער זענען צו מיר ווי שטיין
קיין געפיל פון זיי קיין
איך וויל אזוי שטארק, הלואי
שמועסן מיט איינעם פון זיי

צי דאס באדייט זיין איינזאם וויל איך פארשטיין
ווייל אין געשיכטעס פיל מאל איך ליין
איבער מענטשן וואס זענען אליין
זיי האבן קיין פריינט ניין

אבער, איך טו זיי אזוי שטארק פארשטיין
זיי קענען קומען צו מיר צו גיין
מיט ווארעמע ארעמעס וועל איך זיי נעמען
שטענדיג האלטן לעבן מיר און פארשטיין זייערע קלעמען

און יעצט אז דו האסט אן אויער גענייגט
און מיין וועלט איך האב דיר געצייגט
האף איך אז דו האסט הארץ געלייגט
און דיין מיינונג געבייגט

ווייל פארוואס בין איך ווייניגער
דער באשעפער האט מיך דאך אויך באשאפן
איך בין דאך מיט דיר אן אייניגער
דעריבער א שמייכעל פון דיר איך טו האפן

איך לעב אויף און איך שפיר גוט
עס טוישט מיר מיין גאנצע מוט
ביז דא איז מיין געשיכטע
טאקע א קורצע אבער אויך א געדיכטע
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 600 אינספערעישענעל quotes.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

אוועטאר
לעקישבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2020 6:29 am

Re: עמאשאנעל איינזאמקייט

תגובהדורך לעקישבער » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 1:23 pm

קוקטס ווי די עולם באלעקט זיך יעצט, ממש אנעביירע נישט צו בא'שכוח'ן.

אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: עמאשאנעל איינזאמקייט

תגובהדורך בִּשְׁבִילֵי הלב » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 3:34 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:איינער קען מזכה זיין ביטע א PDF ?
צוגעלייגטע
איינזאמקייט.pdf
(136.86 KiB) דאונלאודעד 19 מאל

אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: עמאשאנעל איינזאמקייט

תגובהדורך בִּשְׁבִילֵי הלב » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 3:35 pm

ממש אזוי האט געשריבן:מוסיף צו זיין אויפן פותח האשכול געוואלדיגע דיבורים ווייל איך ברענגן א פאום וואס איך האב געשריבן א לאנגע צייט צוריק אויף איינזאמקייט:

wow! עס ליגט דא אסאך טעלענט
נישט געקענט בעסער עס ארויסברענגען!

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2181
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: עמאשאנעל איינזאמקייט

תגובהדורך וואס עפעס? » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 6:06 pm

בִּשְׁבִילֵי הלב האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:איינער קען מזכה זיין ביטע א PDF ?

שכוח
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

בימי קורונה, געדענקט צו האלטן די קאפ גראד!!
ווערט נישט פארשלעפט פון געפילן

צו פארשטיין די צוגאנג פון מנהיגי ישראל ליינט דא:
https://mobile.kikar.co.il/abroad/article/375894

פראמאוויטש
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 28, 2020 12:32 am

חומר למחשבה...

תגובהדורך פראמאוויטש » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 6:43 pm

מודה אני לפניך שטייט אויף יצחק מיט'ן נייעם פרימארגן, און ס'איז עהם עפעס נישט צום הארצן און צום טעם, אז עפעס פעלט עהם און ער ווייסט ניטאמאל וואס. האט ער בלית ברירה... געכאפט א שנעלע מקוה און זיך צוגעכאפט צו א תהילימ'ל און אפגעשעפשעט אפאר קאפיטלען אן חשק. דאן באגריסט עהם משה א פרייליכע גוט מארגן...
ולשמחה מה זו עושה – מיין חבר משה? איך ווייס דאך יא אז ס'דיר גארנישט אזוי זיס אלע מצבים – פון היינט און נעכטן. אלזא געב מיר אויך דעם גוט'ן טעם אין לעבן, וואס דו נוצט אין א בייזע גוסטע...
אין א בייזע גוסטע? זאגט משה נאך יצחק עטליכע מאל; אין א בייזע גוסטע??? פארוואס?
ס'פעלט דיר דען עפעס? עפעס מער ווי דעם אז דו ביסט פשוט נישט אין א גוטע מוהט? לאמיר דיר טאקע מגלה טפח זיין פון מיינע מחשבות – ווען 'יעך' זאג מודה אני, און דו וועסט מיר נאכער זאגן וואס דו ביסט מכוון דערביי.
יעך זאג מודה אני לפניך, איך בין אזוי דאנקבאר אז איך קען אויפשטיין, זען הערן שמעקן און רעדן, שפירן בייגן, גיין און זיין ריין. מיר פעלט דען וואס עס פעלט פאר אומצאליגע אנשים נשים וטף?
מיר האבן דאנקן גאט ב''ה קינדערלעך און באלד שוין אויף שמחות אין די רייע, און א שטוב מלא אורה, מיט א מזוזה און ספרים לרוב, און כלים נאים ומסודרים, ריינע וועש און ברויט און מילעך און פוטער פאר'ן טעגליכע געברויך.
רעכן בעסער נישט אויס, וועמען ס'פעלט א ווייב, קינדער, עלטערן צו גוטע פריינד. די ליסטע איז צו גרויס, ווער ס'האט נישט קיין סטאבילע פרנסה, קיין געהעריגע לעבן, קיין מנוחת הנפש, און ווער האט ליידער קינדער קראנקע ברוחניות, רחמנא ליצלן וואס מיר זענען ב''ה נישט אויספרובירט געווארן דערמיט. וויפיל האבן קשיות אין אמונה, און קענען נישט שפירן א חיות אין א שבת און אינעם רייע ימים טובים וואס קומען אונז אקעגן מיט פרישקייט.
וויפיל קרעכצן מיט געפרוירנקייט, אוי ווידער ראש השנה יום כיפור, אוי ווידער לאנגע דאווענען און דאס גלייכן? ב''ה איך און דו יצחק – זאגט משה – האבן נישט דעם קאלטן געפיל כאטש ווי זיי... און מיר האבן א ציל אין לעבן, מיר האבן א רבי א משפיע א חברה ערליכע חברים. אזעלכע פריינד וואס וועלן אונז העלפן אין יעדע מצב ברוחניות און גשמיות, און ליידער יאנקל זרח בערל און ברוך זענען דערמיט נישט געשאנקן... ניין זיי זענען צעהאקט און צעפיצעלט אין נשמה, און ווייסן אפילו נישט וואס זיי פעלט באמת אין א ריכטיגע לעבן.

פרעג איך דיר יצחק מיין פריינד; מעג מען זיך באקלאגן? ווילן מיר חלילה הערן דעם שטרענגן מודעה – ענליך וואס מ'הערט אויפ'ן טעלעפאן ביים איבערגעבן די פריוואטע אינפארמאציע פאר'ן שטאטישער באאמטע; דו זאלסט מאכן זיכער אז דו זאגסט דעם אמת, און יעדע דעטאל וואס דו שטעלסט פאר, איז נישט געפעלטשט בטעות צו במזיד, ווייל אויב יא קען דאס דיר אפקאסטן ביטערע קאנסעקווענצן... אויף יעדע פאלשע ווארט, סיי געלד שטראף און מעגליך ערגערס!
- אויפ'ן נישט אנערקענען די אמת אויף די פולע בענפיטן וואס מיר באקומען אלץ, קענען מיר חלילה דארפן צוריקצאלן דאפעלט וואס מיר האבן באקומען, דאס טייטש ווערן אפגעזאגט פונעם פעקל השפעות וואס ווארט דיר אפ, צו חלילה פארלירן דעם גוט קוויטל... אוי פארוואס זאלן מיר פארלירן דעם קאפ אין אזא וויכטיגע צייט, און קרעכצן און בלאזן, א בכיה של חינם?

מיר האבן נישט דעם מוהט? נו איז וואס?? מה יתאונן אדם חי... אז מ'איז זוכה יעדע רגע צו אטעמען עבודת השם, און מגדל זיין א שטוב אויפ'ן גלייכן וועג, זאל די מודה אני זיין מיט א פנים של כפוי טובה? זאל די ברוך הבא פאר'ן נייעם יאר זיין א נערוועזע פרצוף?.. דאס פארדינט זיך דער בורא עולם פאר זיינע טריליאנע חסדים אן א צאל?...

לאמיר עהם איבערבעטן און דאנקן על העבר ועל העתיד, תפילה וצדקה ירבה אולי מיסורין יחבא...

יצחק טוישט קאלירן און שטארקט זיך מיט תשובה מאהבה; משה האסט מיר געשאנקן א נייע נשמה; איי לאמיר עס יעצט איבערזאגן ריכטיג כלפי מעלה.

מודה אני לפניך, מלך חי וקים, שהחזרת בי נשמתי בחמלה, רבה אמונתך...

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יישר כח און 8 געסט