פחדים פאניק אטאקעס - וואס איז זייער שורש ?

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

חכם באמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2020 11:19 pm

פחדים פאניק אטאקעס - וואס איז זייער שורש ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם באמת »

פחדים און פויביעס

לאמיר צונעמען די ענין פון פחד, צוויי מענטשען וואקען אריין און בית המדרש, אדער עני פאבליק פלאץ, איינער ווי יעדע נארמאלע מענטש וואקט ארום מיט א געמיטלעך קייט, און ווארפט אריין און זיין וועגעלע וואס ער ברויכט,
אינטען עם שפאצירט א צווייטער, שוין גלייך ביים אריינטרעטן האט ער שוין געפילט אז עפעס און דעם פלאץ איז מען נישט פארזיכערט, אבער סהאט זיך גרינג פארווישט, ער נעמט זיין וועגעלע, ער פראבירט צו מאכן שטארקע טריט האפענדיג אז סוועט ווערין רוהיגער אויפען געוויסען,
און פלוצלינג יואהש, כהאב געפילט עפעס אין מיין קאפ, ער געט אזא צי צאם דעם שטערן, האפענדיג אז די געפיל וועט פארשווינדען ווערן, אבער עפעס פילט ער ווי זיין הארץ קלאפט שטערקער ווי אלעמאל, נע נישט זיכער טרייסט ער זיך, בשעת ער לייגט צו זיין האנט אויפען לינקען זייט, זעכער צו מאכן אז אלעס איז בסדר, שוין סהאט זיך ברוהיגט, ער ווארפט ווייטער אריין זיינע געברויכען, מילעך אייער וואס נאך דארף איך,
יוהאש כהאב נאכאמאל געפילט, איך מיין סאיז געווען די זעלבע געפיל, סאיז גוט, סאיז נאר א פחד, אבער פארוואס פיל איך אזוי אנדערש, איך ציטער, ער לאנט זיך אן אויפען וועגעלע, האפענדיג אז סוועט עם צוגעבען אביסעל סעקיארעטי, האלסט אז איך גיי חלשען טראכט ער צו זיך, וואס מאכסטיך נאריש, ווער חלישט און גראסערי, האסט שוין אמאל געהערט אזא זאך, אבער אן ערפאלג הערט זיך א שטילע קול, פארוואס זאגסטו אזוי, סמאכט זיך כאטשיג איינמאל א יאר אן הצלה קאל אין גראסערי, אבער נאר איינמאל א יאר שרייט די באראהיגעגנגס שליח, סוי אפשר וועט די איינמאל א יאר יעצט פאסירען לאט ער נישט נאך,
פראבירט ער אויף אן אנדער וועג, נא סגייט מיך נישט אן, וואס וועט שוין געשען אז איך וועל חלשען, מוועט רופען הצלה און מוועט מיך דעמונטערען,
באמ..ס יואהש, כהאב זיך אזוי דעשראקען, אה, סאיז גארנישט א באטעל מילעך איז אראפגעפאלען פון די שעלף, אקעי איך וועל שוין ענדיגען די ארדער איינמאל אנדערש, אבער וואס וועל איך זאגען פאר מיין ווייב, איך וועל איר זאגען אז איך האב פארגעסען צו קויפען די פאר זאכן, אבער סאיז נאך דא אזוי סאך זאכען אויף די ליסט וואס איך האב נאכנישט געקויפט, אקעי איך וועל ענדיגען שנעלעהייט נאך אפאר זאכען,
ער לויפט ארום אנלאנעדיג זיך אויפען וועגעלע ארויסנעמענדיג די מאקסומעם סעקיארעטי וואס ער קען, ער פראבירט איינצוציען און אויסציען זיין פנים, זעכער צו מאכען אז די פריערדיגע געפיל קומט נישט צוריק,

ער לויפט צום רעזישסטער פארסאפעט, זיין הארץ באמבערט, סאיז גארנישט סאיז גארנישט שרייט ער צו זיך אליין, אבער אן ערפאלג סווערט נאר ערגער, סלאזט זיך אראפ א הייסע שויער פון שווייס, ער דערזעט פאר זיך א לאנגע ליין ביים רעזישסטער, ער וואקט נאכאמאל ארום די אייעל נישט קענענדיג שטיין אויף איין פלאץ,ער טראכט אפשר איבער צו לאזען די גאנצע וואגען און אנטלויפען, אבער וואס זאל איך טון איך קען נישט איבערלאזען אן אנגעפילטע וואגען דא אינמיטען די פארקער, שרייט די אנדערע צד, א יעדער וועט זען סוועט זיין בשות, מקימט שוין באלד אן אהיים, טרייסט ער זיך, אזוי ווי פאריגע מאל איז גארנישט געשען גייט יעצט אויך גארנישט געשען, די אייבערשטער גייט העלפען פראבירט ער זיך צו בארוהיגען,

ביים ענדיגען זיין ערשטע הקפה, אה שלום עליכם וואס מאכסטו איך האב דיך שוין לאנג נישט געזען, יוהאש פונקט יעצט, טראכט ער צו זיך, ברוך השם ענפערט ער צוריק שנעל פארציטערט, פראבירענדיג מיט אלע כוחות אראפצונעמען די אנגעצויגענקייט פון זיין פנים און עס פארטוישען מיט א ברייטען שמייכעל, אבער יעצט קומט עס, וואס ביסטו אזוי בלאס קוקסט אויס זייער אנגעצויגען, פרעגט עם זיין חבר, וואס גייט פאר א איך בי...בי..ן בלאאא..ס, וואס פאלט דיך איין, אי..ךך בי..ן נישט בלאס, סגוט סאיז גארנישט איך בין אפגעמיטשעט פון א גאנצע טאג ארבעט פראבירט ער עם איבערווארפען, ער פראבירט זיך אביסעל אויפשטעלן פון זיין וואגען, פון וואס ער טוט די גאנצע צייט שעפען הויפענעס סוקיארעטי סזאל זיך נישט צאם שטעלען מיט זיין בלאסע פנים אין זיין חבר'ס מח, ער פראבירט ווי שנעלער ענדיגען די שמועס, ער איז זייער פארנומען יעצט שטיין אויפען וואך און זיך קאנטראלען צו זען אויב אלע זיינע איברים שפירען זיך אזוי ווי אייביג, זיכער צו מאכן אז ער גייט נישט חלשן,


איינער קען מיר מסביר זיין פשט פון די מענטש א מאדנע בריאה ער ציטערט אז ער גייט חלשן פארוואס ? סאיז דא א עצה פאר אזא מענטש?
און פארשטייט זיך אז איך האב נאר פראבירט אביסעל אראפצולייגען איין סארט פחד וואס מאכט זיך אפט ביי געוויסע בעלי נפש, און אפשר וואלטען געוויסע עס אנגערופען אלץ פאניק עטעק,
איז לאמיר אריינקריכען אינעם נושא אביסעל, לאמיר צונעמען דעם מענטש דא אינעם גראסערי,
די מענטש האט א פראבלעם אין מח אדער און הארץ ?


מאנכע טענען אז סאיז ניטאמאל קיין נפשיות'דיגע קראנקשאפט, סאיז עפעס געוויסע קעמעקעלס וואס זיין גוף פראדעצירט נישט געניג פון דעם,
איך הער איך גיי זיך בכלל נישט טענען מיט די חברה, איך פארשטיי נישט וואס סאיז אנדערש פון נעמען א מענטש וואס איז דיפרעסט און עם עיצענען צו ווערן א שיכור און זיך הארגענען פון דראגס, א מענטש וואס נעמט פילען האסטו דאך אויסגעלאשען זיין נפש למחצה לשליש ולרביע, ביי אינז אידען איז די נפש די עיקר, און חוץ המעשה וואס די אלע נפש פראבלעמען האט דיך די אייבערשטער געשיקט פאר א תכלית, זיך אויסצוארבעטען און ווערן א אדם השלם,
גוט, מקען אריין גיין און וויכוחים און פארשטייט זיך סאיז אלץ דא אויסנאמס,


איז געגאנגען ווייטער וואס איז די פראבלעם פון אזא מענטש, בעסער געזאגט ווי איז די פראבלעם און מח אדער און הארץ מדארף עם טוישען און גדאנקען גאנג, מדארף עם אויפקלערן אז ער האט ערגעץ א טעות, אדער איז עס א געפילישע פראבלעם און ער דארף א הארץ אפעראציע השם ירחם,
איז סאיז דא זייער אזא אנגענומונע געדאנק, און על פי רוב ווערט עס אזוי ארויסגעברענגט, מיט די לשון, פון די מוירידיגע ווינדער און נאך א פלאץ ווי מען קען זען די חסדי הבורא און די גוטס פונעם אייבערשטען, אז די אייבערשטער האט אריינגעלייגט אזא סארט טבע אין א מענטש, אז ווען ער דערזעט זיך אין א סכנה וועקט זיך אויף א געוויסע רעאקציע כח זיך צו באווארענען און שטיין אויפען וואך, און צו דעם גיט עס אויך אריין איבערמענטשליכע כוחות, ווי באוויסט אז בשעת א מענטש איז און א עת סכנה קען ער טוהן זאכן וואס ער וואלט ווען קיינמאל נישט געהאט די כוחות צו טוהן,
איז שטעלט זיך די שאלה וועלעכע מצב איניעם לעבען הייסט א שעת סכנה אז די רעאקציע כח זאל אנצונדען זיין מאטאר, ווער לערנט עם עס אויס די כללים, איז סאיז דא מצבים וואס סליגט בטבע אינעם מענטש, און סאיז דא וואס ער לערנט זיך אויף די אייגענע ביינער ווי א ברי וכדומה, און סאיז דא וואס די מאמע לערנט אויס, מיט איר קוויטש מוישי וואטש ווי די גייסט,
און די קראנקשאפט פון די מענטש איז, אז זיין רעאקציע כח האט אריינגענומען אינעם ליסטע פון א לייב און א בער, גיין אין א פאבליק פלאץ און בפרטיות ביי אינזער פאל, אז אין פאבליק איז דא א סכנה פון חלשן, און מען דארף שטיין אויף די וואך,


לפי זה, זיי עם מסביר אז א פאבליק פלאץ איז נישט קיין פלאץ וואס מאכט חלשן, יא יא, קענסט עם עס מסביר זיין הונדרעט און איין מאל, סגייט אבער גארנישט העלפען, וואס פשט?
וואס איך גיי יעצט זאגן ווייסטו שוין מן הסתם, סאיז דא די אויפען באוויסטזיין און די אינטערען באוויסטזיין, איך האף איך זאג עס גוט ארויס, און א זאך וואס גייט אריין אינעם אינטערען באוויסטזיין, גייט נישט ארויס אזוי איינס צווי פונעם מענטש, און מען קען עס נישט אזוי גרינג טוישען,


איז קודם א קליינע הארה, סקיקט עפעס אויס אז די אינטערען באוויסטזיין איז אויך א חלק פונעם מח, אבער סאיז א גרויסע טעות, ווייל א זאך וואס איז אין מח איז נישט קיין שווערע זאך צו טוישען, ווייל דארפסט עם סך הכל מסביר זיין זיין טעות, אין מח איז נאר פארהאנען קאלטע געדאנקען, נאר וואס דען, א יעדע הרגשה האט אויתוית, דע אויתיות זענען אין מח, די זעלבע זאך דא, ער האט א געפיל אז אין א פאבליק פלאץ חלשט מען, די אויתוית פון די געפיל שפילט זיך אויס און מח, און דעס איז די עכטע אפטייטש פון אינטערען באוויסטזיין,
איז קודם האבין מיר איין יסוד, אז דאס איז אן הארץ פראבלעם, איז וויאזוי גיט מען זיך אן עצה מיט א הארץ קראנקהייט, איז לאמיר מאכן דא א שטיקעלע הארץ סערטשערי,


לאמיר אייך פרעגען א שאלה, ווען סאיז אויסגעגאסען אביסיל קאווע און א איגערגעפילטע קאווע שטיבעל, וועלעכע סארט אידל שטימט אריין אינעם מצב, אז ער זאל זיך יעצט אויסגליטשען בפני כל עם ועדה, מאלטיבעל טשויס איך געב אייך צוויי אפשענס, איינס איינער א געבויטע מענטש, א שטארקע כאראקטער, א געלוגנער ביסנעסמאן מיט א טרי קארער רעקל און א שטאפענעם היט, אינגאנצען אויסגעפיצט, צוויי אזא חאיאקעשע דארע כוולל אנגערמאן, צוויי יאר נאכען חתונה, לעבט פון טעקס ריטערן, זטשאסט איינגעגעבן פאר אנעמפלוימענט, און ער ווייסט נישט פארוואסט די רעגירונג מאכט פראבלעמען,
איך מיין אז די אויסגעגליטשאכס שטומט מער פארן כולל אינגערמאן, וואס האלטסטו?
איז בעצם אז די מאכסט א חשבון אין מח, קען די ביזנעסמאן זיך פונקט אזוי אויסגליטשען, נאר די הארץ פארשטייט און פילט עפעס אנדערש, און א געפיל דארף נישט שטימען און חשבון ווי פארשטענדליך,


על כל פנים, אז א מענטש וועט אויפקומען מיט א פויביע אריינצוגיין און א קאווע שטיבעל, ווייל ער ציטערט אז ער גייט זיך אויסגליטשען, האב איך א שטיקעל הסבר אין די פחד, די מענטש האט א געפיל און זיין הארץ אז ער איז עפעס די שלימזל'דיגע כולל אינגערמאן וואס לעבט אויף פאד סטעמס און וויק, ער איז די פאסיגע אינגערמאן, פאר עם מאכט מוירידיג סענס זיך אויסצוגליטשען, במילא האט ער א פחד, נאך טיפער וואס מיינט דאס אז ער פילט אז ער איז די כולל אינגערמאן, אז ער פילט אז ער איז פון די סעקענט קלעס, וואס מקען עס אנרופען אין קורצין, ער פילט זיך ווייניגער פון א צווייטען, ער האט א געפיל אז ער איז עפעס א שמאטע, סאיז נישט אייביג אפען, אבער סליגט באהאלטען, סאיז אין זיין אינטערען באוויסטזיין ווי פריער דערמאנט,
איז סך הכל קומען מער דא צו, אז די אינגערמאן מיט דעם פחד, האט א געפיל אז ער איז ווייניגער פון א צווייטען, און די געפיל קומט ארויס מיט א פחד פון זיך אויסגליטשען,


השתא דאתית להכי, לאמיר צוריקגיין צו אינזער אידעלע אינעם גראסערי, ער האט א געפיל און זיך וואס גיט עם צו שפירען אז ער איז ווייניגער פון א צווייטען , די געפיל קומט ארויס מיט א פחד פון חלשן, ווער חלשט, בעסער געזאגט וואס זאגט דיין געפיל, ווער חלשט אזוי און פאבליק און יעדער קען אזוי מיטהאלטען ווי מען טראגט עם ארויס אויפען הצלה בעטעל, אומבאהאלפען, די נעבעך, די צווייטע קלאס אינגערמאן,


איז פארוואס פינקט אין פאבליק קומט עם ארויף די פחד, זייער פשוט, ווייל און פאבליק ווערט א מענטש געמאסטען, און ער פרעגט זיך ווי פון זיך אליינס וואס בין איך, וואס איז מיין ווערד, און פארשטייט זיך אליינס וואס די רוזעלטאטען זענין,


איז וועסטו מיך יעצט פרעגען א מוירידיגע קשיא, האסט מסבער געווען א מוירעדיגע סברה, אבער מיין הארץ פארשטייט דאס נישט, איז די תירוץ אויך זייער א פשוטער, אין די הייליגע תניא איז מבאר דעם ענין, אז סאיז דא דריי ענינים חכמה בינה מיט דעת, איז אנע אריינגיין בארוכית, איז חכמה בינה אין די פאזע פון פארשטיין און דורך טוהן די ענין און זען צו סאיז ריכטיג, ווי נמשל דא, דורכטוהן צו אלעס וואס איך האב דא מסביר געווען איז ריכטיג, אדער הוילע שתותים, און אויב ביסט צוגעקומען אז סאיז ריכטיג, פאנגט זיך יעצט אן די פאזע פון דעת, וואס איז אריבערברענגען די ענין ממח אל הלב וויאזוי?
פשוט, דורך חזרה.

זייטס מיר געזונט און שטארק !
לעצט פארראכטן דורך חכם באמת אום דינסטאג יולי 28, 2020 5:32 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
חכם באמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2020 11:19 pm

Re: פחדים פאניק אטאקעס - וואס איז זייער שורש ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם באמת »

פארשטייט זיך אז סאיז נאר אויף ארויסצוברענגען די קאנצעפט און אויף א יעדע פאל דארף מען עקסטער קענען צוגלייכן די פרט צום שורש
אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

Re: פחדים פאניק אטאקעס - וואס איז זייער שורש ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש׳ל »

מ'האמיר זיך אנגעהאנדעלט אן ערענסט'ן חכם דא,

זייער גוט און קלאר געשריבן, ישר כח,

איין קליינע הערה, אויב שייך ביטע צושפרייט דיין שרייבעריי און מערערע פערעגרעפן,
אויב ס'איז געשריבן אין איין גרויסע שטיק, איז דאס אביסל שווער פארן אויג,
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: פחדים פאניק אטאקעס - וואס איז זייער שורש ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה ונחת »

@חכם באמת
זייער א שיינע און דעטאלירטע ארטיקל, יישר כח!
איך וועל נאר צולייגן א וויכטיגע פרט וואס די זאגסט נישט און דאס איז א תשובה צו פראגעס וואס די פרעגסט אינעם ארטיקל.

די פרעגסט פארוואס האט פונקט די מענטש א פחד, וואס פונקטליך מאכט אים אריינגיין אין פאניק, וואס די שורש איז.
די תירוץ אויף זייער אסאך פעלער פון פאניק אטאקעס - איז א געוויסע טראומא וואס די מענטש איז אמאל אדורך.
דאס קען אבער זיין גאר א קליינע מידערוויכטיגע טראומא, וואס די מענטש איז אפילו נישט aware פון דעם.
צום ביישפיל, ער האט אמאל געזעהן איינעם חלישן, ער האט אמאל געהערט א מעשה אז איינער האט געחלישט, אין זיין מוח האט עס אויגענומען מיט א געוויסע פחד, און די פחד בלייבט דארט.
עס קען זיין אסאך קלענערע זאכן וואס א מענטשט וועט קיינמאל נישט כאפן וויאזוי און ווען ס'איז געשען.
האסט נאר געניצט די מעשה פון חלישן - זאג איך דאס. אבער באמת קען פאניק אטאקעס זיין אויף פיל אנדעדע מינע אופנים, לאו דווקא חלישן.
אסאך מאל איז עס א פאניק פון א געוויסע "זאך" ווי למשל חלישן. אסאך מאל איז עס פון א געוויסע "פלאץ" ווי ביהמ"ד וכדומה. אסאך מאל איז עס א געוויסע "זמן" אדער א געוויסע "מצב" ועוד ועוד.
אלעס ווענד זיך אינעם שורש וויאזוי און ווען די טראומא איז אריין אין די מוח (בלא יודעים).

ויש להאריך עוד.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: פחדים פאניק אטאקעס - וואס איז זייער שורש ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

צום קעפל.

מן יימר אז אלעס האט א שורש?
בפשיטות
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: פחדים פאניק אטאקעס - וואס איז זייער שורש ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בפשיטות »

די שרייבסט ווי א אמת'ע חכם!
געוואלדיג, קלאר, אין צום פוינט!

א גרויסן ישר כח
בפשיטות
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: פחדים פאניק אטאקעס - וואס איז זייער שורש ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בפשיטות »

שיעלע בהמה האט געשריבן:צום קעפל.

מן יימר אז אלעס האט א שורש?

אדער?

בעסער, וואס מיינט א שורש?
בפשיטות
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: פחדים פאניק אטאקעס - וואס איז זייער שורש ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בפשיטות »

שמחה ונחת האט געשריבן:די פרעגסט פארוואס האט פונקט די מענטש א פחד, וואס פונקטליך מאכט אים אריינגיין אין פאניק, וואס די שורש איז.
די תירוץ אויף זייער אסאך פעלער פון פאניק אטאקעס - איז א געוויסע טראומא וואס די מענטש איז אמאל אדורך.
דאס קען אבער זיין גאר א קליינע מידערוויכטיגע טראומא, וואס די מענטש איז אפילו נישט aware פון דעם.
צום ביישפיל, ער האט אמאל געזעהן איינעם חלישן, ער האט אמאל געהערט א מעשה אז איינער האט געחלישט, אין זיין מוח האט עס אויגענומען מיט א געוויסע פחד, און די פחד בלייבט דארט.
עס קען זיין אסאך קלענערע זאכן וואס א מענטשט וועט קיינמאל נישט כאפן וויאזוי און ווען ס'איז געשען.

אמת אז די טראומא איז א גורם צו די פחד אין פאניק אטאקס, אבער עס ווערט נאכנישט די שורש צו די הרגשת הפחד וואס די מענטש פארמאגט אין זיין הארץ.

דהיינו, למשל א מענטש וואס פילט זיך ווי א גארנישט האט אין זיך בשורש א פילינג אז ער איז א גארנישט, אין געוויסע סינעריאס קענען ארויסברענגען אדער אויפשפילען דעם געפיל פון זיך פילען ווי א גארנישט, וואס דאס ברענגט אים צו צו זיין שווערע מצבים.

די זעלבע ביי די ענין פון פחד, דער מענטש האט בשורש א פראבלעם פון מורא האבן! מורא האבן אז ער גייט זיין א דורכפאל.. מורא האבן אז זאכן גייען זיך נישט אויסארבעטען.. ער איז א מענטש וואס זיין הארץ האט מורא, יעצט נישט אייביג האט ער מורא, ס'איז דא געוויסע זאכן וואס שפילען אויף זיין פחד, למשל אז ער האט אמאל בייגעוואוינט א עקסידענט האט ער מורא פון א קאר, אדער אפילו אן עפעס בייגעוואוינען, למשל אז ער וויל מאכן זיין ווייב צופרידן ממילא וויל ער די גראסערי ארדער זאל זיך גוט אויסארבעטען, האט ער מורא אז קויפט נישט די גוטע קאמפעני, די זעלבע קען ער מורא האבן פון מענטשן, וויבאלד ער וויל עפעס פון זיי, זיי זאלן אים ארויפקוקן.

קומט אויס אז בשורש ליידט ער אויף א פילינג פון פחד, אין די טראומא איז נאר א גורם אויפצושפילען זיין שורש.

מ'קען אין דעם גאר אסאך מאריך זיין, כמעט יעדער מענטש איז עס מיט א קנייטש אנדערש, קען אפילו זיין אז די הרגש פון פחד האט א טיפערע הרגש וואס יענץ ברענגט אים צו זיין פחד, ואכמע"ל.
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: פחדים פאניק אטאקעס - וואס איז זייער שורש ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה ונחת »

@בפשיטות
איר זאגט דברים של טעם, מאכט אסאך סענס.
כ'מיין נאכאלץ אז דאס וואס איר זאגט קען האבן צומאל א יוצא מן הכלל, אז די עצם טראומא זאל ריקן א סוויטש אינעם מוח.

ויש לחלוק..
אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

Re: פחדים פאניק אטאקעס - וואס איז זייער שורש ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש׳ל »

שמחה ונחת האט געשריבן:@בפשיטות
איר זאגט דברים של טעם, מאכט אסאך סענס.
כ'מיין נאכאלץ אז דאס וואס איר זאגט קען האבן צומאל א יוצא מן הכלל, אז די עצם טראומא זאל ריקן א סוויטש אינעם מוח.

ויש לחלוק..


אריבערגיין א טראמא קען ברענגען אז דער מענטש'ן פריערדיגע פחד זאל ארויסקומען צום פראנט קאנטשעס,

א מענטש וואס האט נישט געהאט די פחד פארדעם, (ס'בכלל דא אזא מענטש?) געשעהט גארנישט ווען ס'שפילט זיך אפ א טראמא,
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים
בפשיטות
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: פחדים פאניק אטאקעס - וואס איז זייער שורש ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בפשיטות »

שמחה ונחת האט געשריבן:@בפשיטות
איר זאגט דברים של טעם, מאכט אסאך סענס.
כ'מיין נאכאלץ אז דאס וואס איר זאגט קען האבן צומאל א יוצא מן הכלל, אז די עצם טראומא זאל ריקן א סוויטש אינעם מוח.

ויש לחלוק..

יש"כ.

ס'איז א לענגערע טיפערע נושא, איך מיין אז מ'דארף דן זיין יעדע מענטש כשלעצמו אין מ'קען נישט עכט זאגן כללים אין דעם, אבער אויב יא באופן כללי איז עס ווי איך האב געזאגט...
חכם באמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2020 11:19 pm

Re: פחדים פאניק אטאקעס - וואס איז זייער שורש ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם באמת »

@ נפש׳ל
@שמחה ונחת
@בפשיטות
א גרויסען שכח פאר אלע אייערע קאמפלימענטען
און ווי פארשטייט זיך אז איך האב נאר געוואלט מסביר זיין בכללוית די שורש פון די אלע ענינים, און אזוי ווי @בפשיטות האט ארויסגעברענגט אז די סארט מהלך טענט אז די אלע טרוימעס זענען נאר א לבוש און וואס די הרגשה פון שפירען ווייניגער פון א צווייטען איז זיך מלבש אין,

און די לבושים קענען זיין פון אלע סארט צו חלשן,הארץ אטאקעס,און אזוי אלע סארט גופניות'דיגע פחדים, און די זעלבע זאך סתם סוישעל פחדים, וואס סאיז דא פון דא פון דעם אן א שיעור,
נאר מיין עיקר פוינט איז נאר געווען צ/ק וואס איז זייער שורש,

און יא די מהלך וועט האלטען אז א מענטש וואס האט פלוצלונג אנגעהויבען ליידין פון פחדים אפילו ער איז ביז יעצט געווען א געזונטע מענטש בנפש און קיינמאל נישט געוויסט פון קיין נפשוית'דיגע פראבלעמען איז על כרחך אז ער האט שוין מתחילה ערגעץ געהאט און זיך א שורש פון שפירען וויינעגער פון א צווייטען, און שפירען ווייניגער פון א צווייטען האט אסאך מיני אויסדריקען וויאזוי מען קען עס ארויסזאגען און ארויסברענגען,

והא ראי אז סוועלען זיין צוויי מענטשען וואס וועלן צוזאמען דורך גיין די זעלבע טרוימע ווי נמשל א קאר עקסידענט און איינער וועט אריינפאלען אין פחדים און ציטערען אריינצוגיין און א קאר און די אנדערע צוגלייך וועט זיך בארוהיגען מיט א טאג א וואך און שוין,
איז דעס איז נאר ווייל ביי איינעם איז דא צוגעגרייט און זיין הארץ א כלי אנגעפילט מיט שמן און א קנויט אויסגעשטרעקט גרייט פאר יעדע פינק וואס וועט נאר דורך גיין זיך אנצוכאפען, וואס ביי אינזער פאל איז עס די הרגשה פון שפירען ווייניגער פון א צווייטען, מיט די פחד פון פארען מיט א קאר, משא"כ די אנדערע איד איז די גאנצע פחד נישט אנדערש ווי די צינדסט אן א קנויט אן א שמן, וואס וועט זיך טאקע אנצונדען אויפען מינוט, אבער צוגלייך אויך זיך אויסלעשען ביז א מינוט, וואס ביי אינזער פאל איז עס די פחד פון פארען מיט א קאר וואס וועט אויסוועפען זייער שנעל פשוט ווייל סהאט נישט קיין שורש פון ווי צו שעפען חיות
בפשיטות
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: פחדים פאניק אטאקעס - וואס איז זייער שורש ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בפשיטות »

חכם באמת האט געשריבן:.

;l;p- ;l;p- די ברענגסט עס ארויס מורע'דיג!! זייער קלאר!
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2931
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: פחדים פאניק אטאקעס - וואס איז זייער שורש ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

זייער שיין.
שמחה ונחת האט געשריבן:ויש להאריך עוד.

ביטע
חכם באמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2020 11:19 pm

Re: פחדים פאניק אטאקעס - וואס איז זייער שורש ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם באמת »

שיעלע בהמה האט געשריבן:צום קעפל.

מן יימר אז אלעס האט א שורש?

איך וועל דיר זאגען נאך מער דעס אז די פרעגסט אזא שאלה האט אויך א געוואלדיגע שורש
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

Re: פחדים פאניק אטאקעס - וואס איז זייער שורש ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

זייער שיין געשריבען, גוטע געדאנק גאר גוט ארויסגעברענגט!

רייב אויס דיין פעדער, האסט אסאך פאטענציאל, פיינע כח הדמיון!
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: פחדים פאניק אטאקעס - וואס איז זייער שורש ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

חכם באמת האט געשריבן:!

זייער שיין, יעצט וואס פונקט דארף מען חזר'ן, ווי אזוי חזר'ט מען דאס, און וויאזוי און וי שנעל העלפט דאס?
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: פחדים פאניק אטאקעס - וואס איז זייער שורש ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

@חכם באמת זייער שיין ארויס געברענגט,
און איין שורה איז די שורש זיין אייביגע אינערליכע פחד וואס איז יעצט געווארן ארויף געברענגט צום אויבערפלאך,
יעצט קענסטו צולייגן ווייטער ווי אזוי צו האנדלען מיט אט די פחד
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
חכם באמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2020 11:19 pm

Re: פחדים פאניק אטאקעס - וואס איז זייער שורש ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם באמת »

אי"ה וועט נאך פאלגען אן המשכה און די נעקסטע פאר טעג
סוואלט מיך ארויסגעהאלפין אויב איינער קען ארויסברענגען מיט שאלות וואס סאיז נישט קלאר און איך וועל זיך באצוען אויף דעם
א גרויסען שכח פאר אלע קאמפלימענטס
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: פחדים פאניק אטאקעס - וואס איז זייער שורש ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

שיעלע בהמה האט געשריבן:צום קעפל.

מן יימר אז אלעס האט א שורש?

איר ווייסט צו זאגן פון סיי וועלעכע זאך אין די בריאה וועלעכע האט נישט קיין שורש?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: פחדים פאניק אטאקעס - וואס איז זייער שורש ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

נשמת השכל האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:צום קעפל.

מן יימר אז אלעס האט א שורש?

איר ווייסט צו זאגן פון סיי וועלעכע זאך אין די בריאה וועלעכע האט נישט קיין שורש?

כמיהן ופטריות מאכט מען שהכל ווייל ס'האט נישט קיין שורש, סוואקסט פון די לופט
The Divided States Of America
אוועטאר
יעקל אלטמאן
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 10:01 pm

Re: פחדים פאניק אטאקעס - וואס איז זייער שורש ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקל אלטמאן »

עס האט נישט קיין שורש פון דער ערד, זיין שורש איז די לופט.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: פחדים פאניק אטאקעס - וואס איז זייער שורש ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

יש בו האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:צום קעפל.

מן יימר אז אלעס האט א שורש?

איר ווייסט צו זאגן פון סיי וועלעכע זאך אין די בריאה וועלעכע האט נישט קיין שורש?

כמיהן ופטריות מאכט מען שהכל ווייל ס'האט נישט קיין שורש, סוואקסט פון די לופט

ווי אזוי ווערן זיי א מציאות?

די ענטפער אויף דיזן פראגע - איז דער שורש פון די כמהין ופטריות.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: פחדים פאניק אטאקעס - וואס איז זייער שורש ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

איך ווייס נישט וואס, אבער דו האסט זיכער געכאפט,

שיעלע מעג טשעלענזשן,
האט דען נישט אונזער חכם געבעטן מ'זאל פרעגן?
The Divided States Of America
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: פחדים פאניק אטאקעס - וואס איז זייער שורש ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

די מיינונג פונעם פותח האשכול איבער מעדיצין איז אין מיינע אויגן פאלטש און נישט ריכטיג.
זעה דא
viewtopic.php?p=2164466#p2164466
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”