בלאט 1 פון 1

טייערע חברים, צייגט ארויס הכרת הטוב!

געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2020 7:30 pm
דורך זאג א גוטס
בס"ד

טייערע חברים, צייגט ארויס הכרת הטוב!

לאמיר צוגיין גלייך צום פוינט.

מיר אלע וועלכע דרייען זיך דא אין קרעטשמע, צי אלס איינגעשריבענער אדער אלס גאסט; צי מען קאכט אין פאליטישע אשכולות אדער מען פארברענגט היימיש און געשמאק; צי מען ליינט דא נייעס אדער מען דעבאטירט השקפה; צי מען איז קונה ידיעות התורה אדער גוטע טיפס אין ביזנעס; וכו' וכו' וכו'.
מיט יאאאאאארן צוריק איז געווען א איד, אונטערן נאמען 'קרעמער', וועלכע האט אריינגעלייגט צייט, כח, מח, הארץ און געפיל, און מסתם אויך געלט, אאהערצושטעלן דעם וועלטל, פון וואס מיר אלע האבן דא אזא הנאה ב"ה אויף א העכסט כשר'ן און געשמאקן אופן.
אצינד איז ער ארויסגעקומען מיט א רוף צו אונז, מיר זאלן אים ארויסהעלפן.
ניין. ער דארף נישט מ'זאל קויפן ביינעם א געוויסע פראדוקט, ניטאמאל אז מ'זאל נוצן זיין לינק איינצוהאנדלען עפעס... סך הכל בעט ער מען זאל העלפן זיין חבר צו העלפן דעם מוסד הק' 'רינועל', צו קענען ווייטער העלפן אידן זאלן קענען מקיים זיין דעם 'וכל קרב וכליות יזמרו לשמיך', צו קענען דינען דעם אויבערשטן מיט געזונטע נירן.

רבותי! עס איז צייט פאר הכרת הטוב!

עס נעמט סך הכל 2-3 מינוט און אפאר דאלער...

גייט דא און סווייפט כפי היכולת, און ווער עס קען זאל געבן אפילו יותר מכפי יכולתם.

וזכות הצדקה יגן בעדכם צו געבענטשט ווערן מיט אלע ברכות, וכל החולים יתרפאו והבריאים לא יחלו, ונזכה לביגו"צ בב"א.

פאר מער - דא

Re: טייערע חברים, צייגט ארויס הכרת הטוב!

געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2020 9:11 pm
דורך קרעמער
באמת א שיינע זאך פון דיר, א ניק פון קוים 2 יאר צוריק זאל האבן אזא הכרת הטוב.
(געלט האב איך נישט אינוועסטירט, אבער אסאך צייט וואס = געלט..)

Re: טייערע חברים, צייגט ארויס הכרת הטוב!

געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2020 10:59 pm
דורך זאג א גוטס
קרעמער האט געשריבן:באמת א שיינע זאך פון דיר, א ניק פון קוים 2 יאר צוריק זאל האבן אזא הכרת הטוב.
(געלט האב איך נישט אינוועסטירט, אבער אסאך צייט וואס = געלט..)


ווי פרעגט יענער, קענסט אלע מיינע ניקס?.. :wink:
לאמיתו של דבר בינעך געווען א גאסט היבש לאנג בעפארן זיך איינשרייבן.
---
(אינטערעסאנט כ'האב קיינמאל געזען אינעם 'צענזור אשכול' זיך וואונדערן אויף יונגע ניקים'ס קריטיק...)