אבינו אב הרחמן.... רחמנות? האב רחמנות אויף.....

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
שמאלציג
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 2:52 pm

אבינו אב הרחמן.... רחמנות? האב רחמנות אויף.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאלציג »

אין געציילטע טעג גיי מיר ווייען אינטערן טלית (אוי... ניין... נישט די נעקסטע אינטערן... ווער ווייסט?...... ) אבינו אב הרחמן...
אוי טאטע האב רחמנות.... אוי המרחם רחם עלינו..... אוי,
איין מינוט, במדה שאדם מודד מודדין לו
אין חסידישע ספרים איז מבואר אז די מדות וואס דער אייבערשטער האט איינגעפלאנצט אין מענטשן איז געמאכט אז דורכ'ן זיך פירן דערמיט צום גיטן איז מען מעורר אויבן אין הימל אראפצוברענגען די דאזיגע מדה פאר טובת עם ישראל

האסטו רחמנות?

ווען די קומסט אהיים פון אן 'אויסגעמיטשעטע' טאג, האסטו רחמנות אויף א פארביטערטע ארימע פרוי וואס איז געווען אינדערהיים א גאנצן טאג מיט 10 קינדער וואס האבן איר אויסגעדראשן ביז'ן לעצטן טראפ?
זאגסטו איר א גוט ווארט? געבסטו אכטונג איר נישט ווי צו טוען? אפפערסטו איר צו העלפן אביסל?
זאג א גוט ווארט, ער ווערט גארנישט פארמינערן פון דיר, וועסטו מעורר זיין רחמנות אין הימל אויף דיר

האסטו רחמנות אויף דיינער קינדער וואס לעכצן נאך א גוט ווארט? זיי באקומען דאס נישט פון דעם מלמד/טיטשער, זיי ווארטן דאס צו באקומען פון דיר.

אזוי אויך אויף דיי ארבייטער, יא, מען דארף רחמנות האבן אויף אן עמפלויאי אויך, לא תרדה בו בפרך.

וכהנה וכהנה, יש ויש,
זיי מעורר די מדת הרחמנות פון וואס ליגט באהאלטן אין דיר וועט דער אייבערשטער אויסהערן דיי תפלה פאר רחמנות

האטץ מיר אלע א לעכטיגן יו''ט שבועות.

וועטער אויסקוק פאר די קומענדיגע טעג. גענומען דינסטאג צופרי
אטעטשמענטס
ברוקלין וועטער.PNG
ברוקלין וועטער.PNG (21.39 KiB) געזען 437 מאל
מאנרא וועטער.PNG
מאנרא וועטער.PNG (21.4 KiB) געזען 437 מאל
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14544
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: אבינו אב הרחמן.... רחמנות? האב רחמנות אויף.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

וואס האט די וועטער מיט רחמנות?
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4094
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: אבינו אב הרחמן.... רחמנות? האב רחמנות אויף.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:וואס האט די וועטער מיט רחמנות?
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6407
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: אבינו אב הרחמן.... רחמנות? האב רחמנות אויף.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:וואס האט די וועטער מיט רחמנות?

אסאך מאל באקט די זון אן רחמנות, די יו"ט וועט עס זיין מיט רחמנות..................
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14544
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: אבינו אב הרחמן.... רחמנות? האב רחמנות אויף.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:וואס האט די וועטער מיט רחמנות?

אסאך מאל באקט די זון אן רחמנות, די יו"ט וועט עס זיין מיט רחמנות..................
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”