בלאט 2 פון 5

Re: על כל צרה שלא תבוא - וויפיל קאסט צו שטארבן

געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2020 7:06 pm
דורך פאפיגיי
פארוואס טאקע קען א איד נישט האבן די לייסענס?

Re: וויפיל קאסט צו שטארבן

געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2020 7:08 pm
דורך טהור-עיניים
מים חיים האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:דערמאנסט מיר א מעשה

געצ'לס טאטע איז אוועק פון די וועלט, האט מען געפרעגט געצעלן, וואס איז געשעהן מיט דיין טאטע.
האט געצל געענטפערט, ער האט פאר א מינוט פארגעסן וויפיל געלט ס'קאסט צו שטארבן.

אויף צו שטארבן בחינם קוק דא

פאר צען יאר צוריק האט מען געקענט קויפן אין וויזשניץ בית החיים א חלקה פאר 5000, און אין מאנסי בית החיים פאר 2500 (איך האב מיטגעהאלטן, ווען מ'האט איינעם געלייגט אין מאנסי נישט צו דארפן צאלן נאך 2500)
כהיום (פון ניסן תש"פ) איז וויזשניץ בית החיים פארמאכט פאר פרעמדע, און נאר אייגענע קענען דארט קויפן (מחוסר מקום), אפי' מאנסי בית החיים איז היינט שווער צו קויפן, נאכדעם וואס געוויסע קהילות האבן שוין אויסגעקויפט פולע פלעצער פאר זיך.

די ביליגסטע איז צו ליגן אין די אייגענע קהלה ווי מ'צאלט מעמבער שיפ, און זיי געבן זיך דאס בעסטע אפ, און פאר די ביליגסטע פרייזן.

וויזשניץ קאסט 2,500 פאר א משפחה (מיין אין ווייב אין קינדער אידערהיים ה''י) אויב מקויפט בחיים, לאחר המעשה קאסט 10 אלפים each

איך האב מיטגעהאלטן נישט מער געדאכט ווען די חברים פין א יונגע אינגערמאן וואס זיין עלטסטע קינד איז אוועק פין די מחלה הידוע (די אמאליגע)
האבן געקויפט בשתיקה א חלקה פאר זיין משפחה ווען די קינד האט נאך געלעבט ער זאל נישט דארפן צאלן 10 אלפים פאר די לווי'

אין וויזשניץ 2,500? אפשר פאר א היימישער, און א אויסגעצאלטער מעמבער. איך האב שוין מיטגעהאלטן דארט מער ווי איינמאל. עס קאסט אסאאך אסאאאאאך מער פון דעם. איך רעד פון איינעם וואס איז נישט קיין וויזשניצער און נישט קיין מעמבער.

Re: וויפיל קאסט צו שטארבן

געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2020 7:09 pm
דורך שטיגליץ
פליטה גדולה האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:קרית יואל קאסט 5000 א חלקה, פאר צוויי אירע מאן אין ווייב, + מיז מען זיין א באצאלטע מעמבער, אין ניו דשורסי קען א מעמבער ליגן אימזיסט,

עס איז דא אידען וואס האבן געהעריג לייסענס, איךווייס נישט פארוואס דו זאגט אז א איד קען נישט האבן לייסענס, א שטייגער ווי דאוושענע רבי, הרב בראך

נישט ריכטיג. יצחק מרדכי האט א גוי וואס טוט עס פאר איהם און ער פארט מיט אדער שיקט ער מיט א צווייטע איד אבער די לייסענס האט דער גוי.

צו זיין א לייסענסד פיונעראל דירעקטאר מוז מען דורכגיין צוויי יאר קאלעדזש ווי מען לערנט אלעס ארום פיונעראלס אינקלאדינג ביאלאגיע און די עמבאלמינג פראצעדור (פרעזערווירן א מת) און א יאר שימוש

Re: וויפיל קאסט צו שטארבן

געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2020 10:58 pm
דורך עדינו העצני
צדיק בן צדיק האט געשריבן:די גאנצע שטארבען איז א געהעריגע ביזנעס אינדוסטרי, אסאך מאכן פרנסה און אויך איז דא אזעלכע וואס זענען שיין נתעשר געווארן פון דעם. בשעת מתו מוטל לפניו קען מען קיין סאך זיך נישט דינגן און אלעס דארף באשלוסען ווערן אין גאר א קורצע צייט. אונזער זיידע אברהם׳נען וואס האט געהאט דעם באשעפערס הבטחה פון לך אתננה ולזרעך, האט נאך באצאהלט פאר עפרון, דעם ״אמור הרבה ועשה מעט״ניק גאר א טייערען פרייז און האט קיין טענות צו קיינעם געהאט, אפשר ברויך אזוי אויכעט זיין ביי אונז דעם מנהג אבותינו און באצאלען די פולען פרייז אן קיין טענות ומענות...

דער זיידע אברהם האט כאטש באקומען דערפאר דעם מערת המכפלה...

אבער צוריק צום ענין. די אלע פרייזן דא פארשטיי איך אז מען רעדט פון געהעריגע באצאלטע מעמבערס. איך רעד פון אזעלכע וואס זענען נישט.

Re: על כל צרה שלא תבוא - וויפיל קאסט צו שטארבן

געשריבן: דאנערשטאג מאי 14, 2020 11:56 pm
דורך צדיק בן צדיק
דערצו רופט מען די חברה, גחש״א. אויף חסד של אמת טייטשט רש״י ״ואינו מצפה לתשלום גמול״, מ׳רעכענט די הויזן, און די אינגעלייט ארבייטען שלא על מנת... :lol: :lol:

Re: על כל צרה שלא תבוא - וויפיל קאסט צו שטארבן

געשריבן: פרייטאג מאי 15, 2020 1:32 am
דורך shalsheles
אז מען רעדט שוין, וויפיל קאסט א חלקה אין ארץ ישראל ? אין דאס ארויף פירן פון חו״ל ?

Re: וויפיל קאסט צו שטארבן

געשריבן: זונטאג מאי 17, 2020 11:00 am
דורך דוקטור
מים חיים האט געשריבן:וויזשניץ קאסט 2,500 פאר א משפחה (מיין אין ווייב אין קינדער אידערהיים ה''י) אויב מקויפט בחיים, לאחר המעשה קאסט 10 אלפים each

איך האב מיטגעהאלטן נישט מער געדאכט ווען די חברים פין א יונגע אינגערמאן וואס זיין עלטסטע קינד איז אוועק פין די מחלה הידוע (די אמאליגע)
האבן געקויפט בשתיקה א חלקה פאר זיין משפחה ווען די קינד האט נאך געלעבט ער זאל נישט דארפן צאלן 10 אלפים פאר די לווי'

ער וואלט געהאט די ברירה צו קויפן פאר זיך, און אטאמאטיש וואלט ער באקומען א חלקה אויך פאר זיין זון

(ברוח הדף היומי פון די יעצטיגע טעג)

Re: על כל צרה שלא תבוא - וויפיל קאסט צו שטארבן

געשריבן: זונטאג מאי 17, 2020 11:09 am
דורך שרייב-פעדער
shalsheles האט געשריבן:אז מען רעדט שוין, וויפיל קאסט א חלקה אין ארץ ישראל ? אין דאס ארויף פירן פון חו״ל ?

דאס ארויפפירן ווייסעך נישט, אבער א חלקה אין א"י פאר א חוץ לארץ'דיגן איד, קאסט א פארמעגן מיט געלט.
אויב קויפסטו נאך ביים לעבן, ווען דו האסט צייט און געדולד, קען עס זיין אביסל ביליגער, אבער אויב קויפט מען בשעה שמתו מוטל לפניו, דאן באצאלט מען טבין ותקילין.
האביך מיטגעהאלטן ביי א משפחה מיינער, וואס האבן געצאלט 25 אלפים פער חלקה, ד"ה 50 פאר צוויי חלקות, וויבאלד זיי האבן געקויפט שוין נאך די פטירה, און ס'נישט געווען קיין צייט צו האנדלן.
אבי מ'זאגט אז די ישראלים טוען גארנישט פאר פרנסה.

Re: על כל צרה שלא תבוא - וויפיל קאסט צו שטארבן

געשריבן: זונטאג מאי 17, 2020 11:31 am
דורך j718
?אפשרטאקע האט געשריבן:האב איך לעצטנס געהערט א גבאי חברה קדישא מעורר זיין אז יעדע מענטש דארף זיין א מעמבער ערגעץ, נאכדעם וואס ער האט צוגעזעהן די עגמת נפש וואס געוויסע האבן דורך געמאכט אין די יעצטיגע תקופה ווען זיי האבן זיך פלוצלינג געטראפן מיט מתו מוטל לפניו, און געדארפט זוכן א אחוזת קרקען

אז מען צאלט די זעלבע געלט פון זיין א מעמבער פאר א לייוו אישארענס האט מען פאר דעם און מען בלייבט מיט איבריג געלד

Re: על כל צרה שלא תבוא - וויפיל קאסט צו שטארבן

געשריבן: זונטאג מאי 17, 2020 1:58 pm
דורך שמערלער
דאכטצוך אז סאיז דא א לעגאלע טעקס אויף צו באגראבן

Re: וויפיל קאסט צו שטארבן

געשריבן: מאנטאג מאי 18, 2020 9:25 am
דורך אפטרופס
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:לגבי די ליסטע וואס קאסט, געדענק איך נישט די נאמבער'ס יעצט געהעריג, אבער רעדינדיג אמאל מיט ח"ק וועל איך שרייבן זאכן וואס קאסט כפי זכרוני

טראגן דעם נפטר (פון מקום הפטירה, ביז טהרה שטיבל, לויה, און קבורה)
טהרה
תכריכים
ארון
קבר
נוסח מציבה
מציבה

דאס מיין איך איז די מינימום וואס מ'דארף האבן פאר יעדן נפטר, און ע"פ רוב קאסט דאס געלט

לעכט באקס

Re: על כל צרה שלא תבוא - וויפיל קאסט צו שטארבן

געשריבן: מאנטאג מאי 18, 2020 9:34 am
דורך טראק דרייווער
א לייף אינשורענס פאליסי באצאלט די גאנצע הוצאה פון שטארבען.

Re: על כל צרה שלא תבוא - וויפיל קאסט צו שטארבן

געשריבן: דינסטאג מאי 19, 2020 2:53 pm
דורך maybeeynot
טראק דרייווער האט געשריבן:א לייף אינשורענס פאליסי באצאלט די גאנצע הוצאה פון שטארבען.

ביטע קום אריין קלאר
האל לייף אדער אויך טערם גייט עס אראפ פון די דעד בענעפיט ?

Re: על כל צרה שלא תבוא - וויפיל קאסט צו שטארבן

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2020 1:58 am
דורך גלאזער
צדיק בן צדיק האט געשריבן:דערצו רופט מען די חברה, גחש״א. אויף חסד של אמת טייטשט רש״י ״ואינו מצפה לתשלום גמול״, מ׳רעכענט די הויזן, און די אינגעלייט ארבייטען שלא על מנת... :lol: :lol:

אמאל האט די חבורה געהייסן, חברה קדישא גמילות חסדים, ווייל דאס איז עס געווען.
ס'האט אבער געקאסט צו זיין א חבר להחברה, ביים ווערן האט מען עפעס געגעבן לויט וויפיל די חברה האט מעריך געווען לפי הכסף, און מ'האט איינגעטיילט צווישן יעדן ווער זאל טון וואס, די אינגע נייע חברים האבן געארבעט די שווערסטע.
הקב"ה מקשט כלות וקובר מתים אף אתה וכו'

Re: על כל צרה שלא תבוא - וויפיל קאסט צו שטארבן

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2020 3:03 am
דורך פארווייטאגט
כ'געדענק זעהן אמאל א רעקלאמע ( פון א גוי'שע געשעפט) דער ביליגסטער לוי' קאסט 10 אלפים, און דער טייערסטע סמאוק אלארם קאסט נאר פופציג, קומט און קויפט ווילאנג עס איז נאך דא.......

Re: על כל צרה שלא תבוא - וויפיל קאסט צו שטארבן

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2020 5:39 am
דורך nmi
;l;p-
פארווייטאגט האט געשריבן:כ'געדענק זעהן אמאל א רעקלאמע ( פון א גוי'שע געשעפט) דער ביליגסטער לוי' קאסט 10 אלפים, און דער טייערסטע סמאוק אלארם קאסט נאר פופציג, קומט און קויפט ווילאנג עס איז נאך דא.......

Re: על כל צרה שלא תבוא - וויפיל קאסט צו שטארבן

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2020 7:01 am
דורך איישישאק
אין איין קהלה ווייס איך אז די קבורה איז אומזיסט, ביז עס קומט צו שטעלן א מצבה. דעמאלס קוקן זיי אויף די קינדער פון דער נפטר און טאמער איינער האט געלט, שטייגט די פרייז אויף א ריזיגע פארנעם. און די ארימער ברידער דארפן אויך צוצאלן, סיידענס אז זיי ווילן שנאדרן פון זייער ברודער.

איינער האט דארט געמאכט א מחאה און געלאזט די קבר אן א מציבה א לאנגע צייט, אבער צום סוף האט ער זיך געבראכן.

Re: על כל צרה שלא תבוא - וויפיל קאסט צו שטארבן

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2020 3:30 pm
דורך shalsheles
שרייב-פעדער האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:אז מען רעדט שוין, וויפיל קאסט א חלקה אין ארץ ישראל ? אין דאס ארויף פירן פון חו״ל ?

דאס ארויפפירן ווייסעך נישט, אבער א חלקה אין א"י פאר א חוץ לארץ'דיגן איד, קאסט א פארמעגן מיט געלט.
אויב קויפסטו נאך ביים לעבן, ווען דו האסט צייט און געדולד, קען עס זיין אביסל ביליגער, אבער אויב קויפט מען בשעה שמתו מוטל לפניו, דאן באצאלט מען טבין ותקילין.
האביך מיטגעהאלטן ביי א משפחה מיינער, וואס האבן געצאלט 25 אלפים פער חלקה, ד"ה 50 פאר צוויי חלקות, וויבאלד זיי האבן געקויפט שוין נאך די פטירה, און ס'נישט געווען קיין צייט צו האנדלן.
אבי מ'זאגט אז די ישראלים טוען גארנישט פאר פרנסה.

איך מיין אז א חלקה אין הר המנוחות אדער הר הזיתים קאסט פיל פיל מער ווי 25 אלפים.

Re: על כל צרה שלא תבוא - וויפיל קאסט צו שטארבן

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2020 10:19 pm
דורך שרייב-פעדער
shalsheles האט געשריבן:
שרייב-פעדער האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:אז מען רעדט שוין, וויפיל קאסט א חלקה אין ארץ ישראל ? אין דאס ארויף פירן פון חו״ל ?

דאס ארויפפירן ווייסעך נישט, אבער א חלקה אין א"י פאר א חוץ לארץ'דיגן איד, קאסט א פארמעגן מיט געלט.
אויב קויפסטו נאך ביים לעבן, ווען דו האסט צייט און געדולד, קען עס זיין אביסל ביליגער, אבער אויב קויפט מען בשעה שמתו מוטל לפניו, דאן באצאלט מען טבין ותקילין.
האביך מיטגעהאלטן ביי א משפחה מיינער, וואס האבן געצאלט 25 אלפים פער חלקה, ד"ה 50 פאר צוויי חלקות, וויבאלד זיי האבן געקויפט שוין נאך די פטירה, און ס'נישט געווען קיין צייט צו האנדלן.
אבי מ'זאגט אז די ישראלים טוען גארנישט פאר פרנסה.

איך מיין אז א חלקה אין הר המנוחות אדער הר הזיתים קאסט פיל פיל מער ווי 25 אלפים.

ווענדט זיך וואו, נעבן בעלזא רב אין הר המנוחות אדער נעבן ר' שלמה'קע זעוויהלער אין הר הזיתים, קאסט אוודאי מער. אבער איך רעד פון א חלקה וואס בשעתו איז עס נישט געווען עפעס ספעציעל, [היינט איז שוין געוואקסן די פרייז צוליב א שכנות'דיגע קבר וועלכע איז צוגעקומען שפעטער, איך קען נישט מער שרייבן צוליב גילוי...], דעמאלטס האט עס געקאסט 25 אלפים.

Re: על כל צרה שלא תבוא - וויפיל קאסט צו שטארבן

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2020 10:42 pm
דורך צו געזונט
וויפיל קאסט נעבן שלמה קארליבאך?

Re: על כל צרה שלא תבוא - וויפיל קאסט צו שטארבן

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2020 10:50 pm
דורך ישיבה בחור
כ'מיין אז ס'איז וויכטיג צו באטאנען אז ווען מ'רעדט פון חברה קדישא מאכן געלט, רעדט מען פון די וואס שטייען ממש ביים שפּיץ, אדער די קהלות, די פאקטישע חברה קדישא לייט וואס מאכן די טהרה זענען ריין וואלונטירן, באמת חסד של אמת ואינם מצפים לתשלום גמול

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 8:03 pm
דורך חלה
לא לנו האט געשריבן:די חברה קדישא האט געמאלדן אז דער פרייז פון א חלקה איז ארויף פון 5,000 צו 7,500, ווייל מ'גייט בויען א נייע טהרה שטיבל, און אויך קאסט אסאך געלט די מענטענענס פון ביה"ח
ביז ר"ח טבת איז נאך די אלטע ביליגע פרייז, מ'קען זיך ווענדן אין וומסב צו ר' שלמה שמש, און ק"י צו ר' יואל קויפמאן
סגולה לאריכות ימים
(כ"ז תוכן המודעה שנתפרסם)

ווי לאנג ר' מאיר זעליג האט געלעבט האט ער נישט געלאזט ארויף גיין די פרייז, מען קען נאכאמאל זאגען אזא ראש הקהל ווי עים איז נאכנישט געווען

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 8:06 pm
דורך פופציגער
חלה האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:די חברה קדישא האט געמאלדן אז דער פרייז פון א חלקה איז ארויף פון 5,000 צו 7,500, ווייל מ'גייט בויען א נייע טהרה שטיבל, און אויך קאסט אסאך געלט די מענטענענס פון ביה"ח
ביז ר"ח טבת איז נאך די אלטע ביליגע פרייז, מ'קען זיך ווענדן אין וומסב צו ר' שלמה שמש, און ק"י צו ר' יואל קויפמאן
סגולה לאריכות ימים
(כ"ז תוכן המודעה שנתפרסם)

ווי לאנג ר' מאיר זעליג האט געלעבט האט ער נישט געלאזט ארויף גיין די פרייז, מען קען נאכאמאל זאגען אזא ראש הקהל ווי עים איז נאכנישט געווען

יאפ,
מיר האבן דאס אלעס פארגעזען...

ווילאמג מאיר זעליג האט געלעבט האט נישט אויסגעפעלט די אלע פלוצלינגדיגעשפרינגען אין פרייזן, און מען הטא געקענט אפקויפן א ביהמ"ד אין וויליאמסבורג אן מחייב זיין דעם גאנצן ציבור מיט גרויסע געלטער

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 8:10 pm
דורך מי יודע
לא לנו האט געשריבן:די חברה קדישא האט געמאלדן אז דער פרייז פון א חלקה איז ארויף פון 5,000 צו 7,500, ווייל מ'גייט בויען א נייע טהרה שטיבל, און אויך קאסט אסאך געלט די מענטענענס פון ביה"ח
ביז ר"ח טבת איז נאך די אלטע ביליגע פרייז, מ'קען זיך ווענדן אין וומסב צו ר' שלמה שמש, און ק"י צו ר' יואל קויפמאן
סגולה לאריכות ימים
(כ"ז תוכן המודעה שנתפרסם)

מן הסתם צו דעקן די הוצאות פון די לעכט....
איך בין נישט אזוי באזארגט אויף די הוצאות, די טהרה שטיבל גייט האבן א נדבן אויב נישט עטליכע, מיט א שם הבנין און שם השער וכו' וכו'

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 8:15 pm
דורך פופציגער
מי יודע האט געשריבן: