קוויק פעי און זעלל, אביסל הילף

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

קוויק פעי און זעלל, אביסל הילף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

בס"ד

א גוטן חשוב'ע אייוועלט מעמבערס. איך וויל דא זוכן אביסל הילף פאר אן ענין, און איך בעט מען זאל מיר אנטשולדיגן פאר מיין אמעראצעס.

שוין יארן וואס איך בין אויפגעסעט מיט א באנק קאנטע אין א געוויסע באנק, און עס פארט ב"ה כשורה. אבער די לעצטע יארן איז אויפגעקומען נייע זאכן וואס מאכן מיר אן אביסל קאפוויי.

יעדן דריטן טאג פרעגט מיך איינער אויב איך האב קוויק פעי. דער ענטפער איז ניין. מיין קאנטע איז נישט אין טשעיס און דעריבער האב איך עס נישט. אוי, פארוואס, עס וואלט מיר פיל גרינגער געווען צו שיקן מיט קוויק פעי. אבער איך האב נישט. א שאד, דו דארפסט עס מאכן.

לעצטענס איז דא נאך א נייע זאך, זעל, אדער זעלל אדער זעלע, איך ווייס ניטאמאל וויאזוי מען זאגט עס ארויס, אויף ענגליש שרייבט זיך עס אזוי zelle. און ווידער ווייס איך נישט בין ימיני לשמאולי.

שוין געהאט מער ווי איין מאל אז איינער שיקט מיר געלט מיט זעל(ע), (נישט אז איך האב זיי געבעטן, זיי טוען דאס אומגעבעטן) און איך טריי עס אפצונעמען אבער איך קען נישט. איך האב שוין איינמאל געספענדט די צייט און גערופן די באנק. סוף פסוק, מיין אקאונט איז נישט אויפגעסעט אזוי אז איך זאל עס קענען באקומען. טו בעד. דארף איך צו דעם מאכן א נייע אקאונט. איך ווייס נישט צו איך וויל, און אויב יא, ווייס איך נישט צו אין דעם באנק, אדער א אנדערן, אויב א אנדערע, וועלכע.

יעצט ווידער, א איד האט מיר געדארפט געבן אפאר פיאסטער, און ער געט עס מיר א שיק מיט זעל. איך באקום אן אימעיל פון זעל, דער און דער האט דיר געשיקט כך וכך מיט זעל.

איך האב שוין נישט קיין כח צו דעם קאפוויי. איז אפשר קען מיר איינער ערקלערן אין קורצע, קלארע דיבורים, וואס די זאכן זענען. וואס איז דאס קוויקפעי, האט דאס נאר טשעיס אדער אנדערע אויך, וואס איז דאס זעל, וועלכע בענק, וויאזוי ארבעטן די זאכן. אויב וויל איך קענען באקומען געלט סיי מיט זעל און סיי מיט קוויקפעי דארף איך יעצט מאכן אן אקאונט סיי ביי טשעיס און סיי ביי א באנק וואס האט זעל? און טאמער וועט מארגן א דריטע באנק מאכן אזא מין זאך וועל איך מוזן מאכן אן אקאונט דארט אויך?

בקיצור, איך ווייס נישט וואס דא טיצעך. איך האב שוין געטרייט צו זוכן אביסל אויפן געוועב, אבער איך טרעף נישט עפעס וואס זאל קורץ און קלאר ערקלערן דעם ענין.

איך וועל זייער דאנקבאר זיין אויב איינער קען מיר דא אביסל קלוגער מאכן.

יישר כח למפרע
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
תתחדש
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 3:54 pm

Re: קוויק פעי און זעלל, אביסל הילף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תתחדש »

אגוטן

פין וועלכע באנק איז די רעדע
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: קוויק פעי און זעלל, אביסל הילף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

אין קורצע ווערטער. קוויקפעי אין זילא זענען א וועג צו שיקן געלט לעקטעראניקלי פון איין אקאונט צום צווייטן אינערהאלב אמעריקע.
יעצט טשעיס אין קוויקפעי איז איינס. אין זילא ניצן אסאך בענק, אין דא איז דא א לינק צו די ליסטע פון בענק וואס נוצען עס, https://www.finder.com/zelle-payments
מען דארף עפענען אן אקאונט צו באקומען אדער שיקן געלט,
אין מען קען באקומען אין שיקן פון קוויקפעי צו זילא אין צוריק,
דאס איז בקיצור אויב האסטי נאך שאלות. שרייב עס!
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

Re: קוויק פעי און זעלל, אביסל הילף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

תתחדש האט געשריבן:אגוטן

פין וועלכע באנק איז די רעדע


פון וועלכע באנק איז די רעדע אז וואס?

איך האב אן אקאונט אין וועלס פארגאו. זיי האבן זעל (אפשר קען מיר שוין איינער מגלה סוד זיין וויאזוי מען זאגט ארויס דעם ווארט), אבער מיין אקאונט ארבעט נישט מיט דעם, און פאר עפעס א סיבה קען עס נישט ארבעטן. כדי צו קענען נהנה זיין פון זעל וועל איך מוזן מאכן א נייעם אקאונט, וואס איך בין נישט זיכער אז איך וויל טון. און אויב איך גיי עס יא טון, ווייס איך נישט צו איך וויל אין דעם באנק.

איך בין נאך נישט זיכער אין וועלכע באנק יא, אבער איין באנק אויף וועלכע מען האט מיר געזאגט אז זיי זענען גוט, זעה איך שוין אז זיי האבן נישט זעל (עס איז נישט אויף זייער ליסט פון בענק). למעשה זיץ איך דא מיט אן אימעיל פון זעל אז זיי האבן פאר מיר געלט. אויב איך גיי צוריק צו יענעם ער זאל עס מיר געבן אויף אן אנדערן אופן, ווייס איך נישט צו איך וועל עס אמאל באקומען. שטיי איך (אמאל זיץ איך אויך) און איך טראכט וואס צו טון דא.

אפשר זאל איך פלעין גיין און מאכן אן אקאונט אין טשעיס (צו קענען באקומען קוויק פעי), און נאך איינס אין א באנק וואס האט זעל (צו קענען באקומען זעל), און נוצן די אקאונטס נאר פאר די צוויי זאכן.

איז דאס בכלל א נארמאלער חשבון?

איז דא אן אנדערע עצה?

איז דא נאך עפעס אויסער זעל וואס אנדערע בענק נוצן?
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

Re: קוויק פעי און זעלל, אביסל הילף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

אביסל טיפער האט געשריבן:אין קורצע ווערטער. קוויקפעי אין זילא זענען א וועג צו שיקן געלט לעקטעראניקלי פון איין אקאונט צום צווייטן אינערהאלב אמעריקע.
יעצט טשעיס אין קוויקפעי איז איינס. אין זילא ניצן אסאך בענק, אין דא איז דא א לינק צו די ליסטע פון בענק וואס נוצען עס, https://www.finder.com/zelle-payments
מען דארף עפענען אן אקאונט צו באקומען אדער שיקן געלט,
אין מען קען באקומען אין שיקן פון קוויקפעי צו זילא אין צוריק,
דאס איז בקיצור אויב האסטי נאך שאלות. שרייב עס!


אקעי, סאו איין שאלה פון מיין פריעדיגן פאוסט האסטו מיר שוין פארענטפערט, אז מ'קען שיקן פון קוויק פעי צו זעל און צוריק, סאו איך דארף נישט מאכן צוויי, אויב מאך איך איינס איז אויך גוט.

אבער זאל דאס זיין אין טשעיס, אדער ערגעץ אנדערש וואס האט זעל?
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

Re: קוויק פעי און זעלל, אביסל הילף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

טשעיס איז לכאורה די בעסטע באנק, אבער שטרענג.

אויב ווילסטו זיך ארומשפילן מיט טשעריטי/טירד פארטי טשעקס וכדו', גיי ענדערש צו סיטי אדער א צווייטן.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

Re: קוויק פעי און זעלל, אביסל הילף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

א גוטן.
וועלס-פארגאו איז איינער פון די ערשטע בענק צו נוצן זעלל. (גראמט מיט קעלט)
אז דו האסט "מאוביל בענקינג" אדער אנליין בענקינג מיט וועלס פארגאו גלייב איך אז דו דארפסט צו קענען אויפסעטן זעלל. קלעטער ארום אין דיין קאנטע וועסטו לכאורה זעהן די אפציע. קענסט פרובירן צו "שיקן" א פעני פאר סיי וועמען, און דו וועסט - לכאורה - ווערן מכובד צו אויפסעטן זעלל.

קוויקפעי פון טשעיס ארבעט אינאיינעם מיט זעלל. מ'קען שיקן פון/צו קוויקפעי/זעלל.

אז דו האסט פראבלעמען מיטן אויפסעטן קענסטו פרובירן צו שפרעכן מיט די באנק און געוואר ווערן "פארוואס" דו קענסט עס נישט אויפסעטן.

אפט געפרעגטע פראגען
https://www.wellsfargo.com/help/online- ... elle-faqs/

איך באנק ביי טשעיס, דעריבער קען איך דיר נישט געבן די ספעסיפיקס פון וועלס פארגאו. דו פרעגסט אבער וועגן עפענען א פרישע קאנטע, זיי וויסן אז טשעיס קאסט אפיציעל $12 א חודש (אויסער אויב מען האט דירעקט דיפאזיט אדער - דאכצעך - א מינימום פון עפעס געלט אין די קאנטע)
...
veltsman
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

Re: קוויק פעי און זעלל, אביסל הילף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך veltsman »

טשעיס קוויקפעי ארבעט דורך זעלל, טשעיס רופט דאס קוויקפעי, און זיי זענען געווען פון די ערשטע וואס האבן דאס געהאט ממילא רופט עס דער עולם קוויקפעי אפילו ווען מ׳נוצט אן אנדערע באנק וואס ארבעט אויך מיט זעלל
איך פארשטיי נישט פארוואס די ספעסיפיק אקאונט זאל נישט ארבייטען, אפשר דארף מען טשעינשען א סעטטינג עס זאל ארבייטען, גיי אריין אין באנק און טשעק מיט די חברה דארט וואס צו טאן עס זאל גיין
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

Re: קוויק פעי און זעלל, אביסל הילף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

אויב איז עס א ביזנעס אקאונט קען אפשר זיין ביי געוויסע בענק וואס לאזן נישט זיך באנוצן מיט זעלל
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

Re: קוויק פעי און זעלל, אביסל הילף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אויב איז עס א ביזנעס אקאונט קען אפשר זיין ביי געוויסע בענק וואס לאזן נישט זיך באנוצן מיט זעלל


עס איז עפעס אזאנס, והמבין...

איינמאל האב איך געטרייט אויפן טעלעפאן האבן זיי מיר געזאגט אז די עקאונט קען נישט ארבעטן מיט זעל. כ'ווייס נישט פארוואס. עלעך טרייען נאכאמאל.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

Re: קוויק פעי און זעלל, אביסל הילף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

שוין געהאט מיט אנדערע וואס האבן נישט געקענט האבן זעלל מיט וועלס פארגא.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31262
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

טהור-עיניים האט געשריבן:איך בין נאך נישט זיכער אין וועלכע באנק יא, אבער איין באנק אויף וועלכע מען האט מיר געזאגט אז זיי זענען גוט, זעה איך שוין אז זיי האבן נישט זעל (עס איז נישט אויף זייער ליסט פון בענק). למעשה זיץ איך דא מיט אן אימעיל פון זעל אז זיי האבן פאר מיר געלט. אויב איך גיי צוריק צו יענעם ער זאל עס מיר געבן אויף אן אנדערן אופן, ווייס איך נישט צו איך וועל עס אמאל באקומען. שטיי איך (אמאל זיץ איך אויך) און איך טראכט וואס צו טון דא.

אפשר זאל איך פלעין גיין און מאכן אן אקאונט אין טשעיס (צו קענען באקומען קוויק פעי), און נאך איינס אין א באנק וואס האט זעל (צו קענען באקומען זעל), און נוצן די אקאונטס נאר פאר די צוויי זאכן.

טשעיס, ווי אנדערע האבן שוין געזאגט, איז שטרענג אין אסאך זאכן און אן אקאונט קאסט געלט (אחוץ מיט תנאים, ווי האלטן א גרויסע מיניומום אמאואנט אדער אפשר דיירעקט דיפאזיט).

איך האב זעלל מיט א קעפיטעל וואן 360 אקאונט, עס איז א פרי אקאונט און היבש א באקוועמע באנק צו נוצן (מאוביל טשעק דיפאזיט און א פיינע עפפ און סייט): https://www.capitalone.com/bank/checkin ... g-account/
איז דא נאך עפעס אויסער זעל וואס אנדערע בענק נוצן?

גוגל פעי אדער פעי פאל קען מען נוצן פון יעדע באנק טעכניקלי. צו נוצן גוגל פעי קענסטו שיקן און ריקוועסטן געלט גראד פון דער דזשימעיל פעידזש. דריק דארט דער געלט סימבאל ערגעץ אין די געגנט פונעם אטעטשמענט קנעפל.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

Re: קוויק פעי און זעלל, אביסל הילף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

איך נוץ אסאך פעי פאל, אבער אסאך מענטשן האבן מיר שוין געקרומט מיט די נאז אויף דעם און געזאגט אז א שאד איך האב נישט קוויק פעי.

היינט האב איך געזעהן א נייע זאך. פעי פעל האט מיר געאפערט אויפצוסעטן א דיירעקט לינק צו קענען געבן געלט גראד פאר מיר, אנשטאט נוצן דעם אימעיל אדרעס. איך האב עס טאקע אויפגעסעט, אבער איז דאס טאקע בעסער ווי ביז היינט? מאכט עס טאקע גרינגער?

מיינט דאס אז יעצט וועט שוין זיין גרינגער פאר די אלע מענטשן וואס האבן ביז היינט געוואלט געבן מיט קוויק פעי וועט עס זיי יעצט זיין גרינגער?
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31262
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

טהור-עיניים האט געשריבן:איך נוץ אסאך פעי פאל, אבער אסאך מענטשן האבן מיר שוין געקרומט מיט די נאז אויף דעם און געזאגט אז א שאד איך האב נישט קוויק פעי.

היינט האב איך געזעהן א נייע זאך. פעי פעל האט מיר געאפערט אויפצוסעטן א דיירעקט לינק צו קענען געבן געלט גראד פאר מיר, אנשטאט נוצן דעם אימעיל אדרעס. איך האב עס טאקע אויפגעסעט, אבער איז דאס טאקע בעסער ווי ביז היינט? מאכט עס טאקע גרינגער?

מיינט דאס אז יעצט וועט שוין זיין גרינגער פאר די אלע מענטשן וואס האבן ביז היינט געוואלט געבן מיט קוויק פעי וועט עס זיי יעצט זיין גרינגער?

מאכט נישט אסאך גרינגער מיינעך.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: קוויק פעי און זעלל, אביסל הילף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

די קעש עפפ איז זייער גוט..
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3775
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: קוויק פעי און זעלל, אביסל הילף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

אויב יענער שיקט עס צו דיין אימעיל דארפסטו זיכער מאכן אז ס'איז לינקט צו דיין אקאונט.
שמעתי אז אויב די ניצט די zelle mobile app קענסטו עס ניצען מיט א יעדע באנק,דורך די דעביט קארד.
הצלחה
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

Re: קוויק פעי און זעלל, אביסל הילף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

היינט האב איך אנגערופן זעל אליינס און גערעדט מיט זיי. זאגן זיי מיר אז אויב איך האב אן אקאונט, סיי ווי, קען איך עס אריבערפירן אהין, אפילו אויב די באנק איז נישט דירעקט אפיליאירט מיט זיי. אבער אויב איך האב נישט קיין אקאונט אויף מיין נאמען, איז א פראבלעם.

סאו, די אקאונט וואס איך האב איז נישט דירעקט אויף מיין נאמען, און ממילא קען איך גארנישט טון. מוז איך גיין מאכן אן אקאונט אין די קומענדיגע פאר טעג.

וועלכע באנק אינעם אומגעגענט פון מאנסי איז גוט פאר די מאוסט סיפמל טשעקינג אקאונט. אבער ס'זאל זיין בחינם, מיט די ווייניגסטע קאפוויי.

און אז מען רעדט שוין, זענען די בענק בכלל אפן יעצט. ס'קוקט מיר אויס אז זיי זענען אלע פארמאכט און מען קען ניטאמאל אריינגיין מאכן אן אקאונט. וואס קען איך טון?
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31262
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ווי דערמאנט אויבן, קעפיטעל וואן 360 איז א גרינגע באנק און בחינם. מען מוז נישט אריינגיין (נארמאל) אין א ברענטש צו עפענען אן אקאונט.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1541
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

Re: קוויק פעי און זעלל, אביסל הילף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

טהור-עיניים האט געשריבן:היינט האב איך אנגערופן זעל אליינס און גערעדט מיט זיי. זאגן זיי מיר אז אויב איך האב אן אקאונט, סיי ווי, קען איך עס אריבערפירן אהין, אפילו אויב די באנק איז נישט דירעקט אפיליאירט מיט זיי. אבער אויב איך האב נישט קיין אקאונט אויף מיין נאמען, איז א פראבלעם.

סאו, די אקאונט וואס איך האב איז נישט דירעקט אויף מיין נאמען, און ממילא קען איך גארנישט טון. מוז איך גיין מאכן אן אקאונט אין די קומענדיגע פאר טעג.

וועלכע באנק אינעם אומגעגענט פון מאנסי איז גוט פאר די מאוסט סיפמל טשעקינג אקאונט. אבער ס'זאל זיין בחינם, מיט די ווייניגסטע קאפוויי.

און אז מען רעדט שוין, זענען די בענק בכלל אפן יעצט. ס'קוקט מיר אויס אז זיי זענען אלע פארמאכט און מען קען ניטאמאל אריינגיין מאכן אן אקאונט. וואס קען איך טון?


קענסט עפענען א דיסקאווער באנק אקאונט אונליין, עס איז בחינם און עס האט זעלל.
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

קנאפער ידען האט געשריבן:ווי דערמאנט אויבן, קעפיטעל וואן 360 איז א גרינגע באנק און בחינם. מען מוז נישט אריינגיין (נארמאל) אין א ברענטש צו עפענען אן אקאונט.


פערדס מיניסטער האט געשריבן:
קענסט עפענען א דיסקאווער באנק אקאונט אונליין, עס איז בחינם און עס האט זעלל.


האב איך געוואלט שרייבן אז קעפיטל וואן האט נישט א בראנזשע אין מאנסי, זאגט ער מיר אז מען מוז נישט אריינגיין אין באנק.

שוין, ווער איך יעצט געוואר פון א נייעם מושג, אז מען קען עפענען א באנק קאנטע אן אריינגיין אינעם באנק. (פליז, לאכט מיך נישט אויס אויב יעדער ווייסט דאס) אויב אזוי קען איך דאך עפענען סיי ווי אימער.

אבער עכט, איך האב באמת נישט קיין השגה. איך האב נישט געעפענט אזויפיל באנק קאנטעס אין מיין לעבן און ווען יא בין איך אלעמאל אראפ אינעם באנק. איך האב ניטאמאל געוויסט אז דיסקאווער איז א באנק ווי מען קען האבן א קאנטע. איך האב געוויסט אז דיסקאווער איז א קרעדיקט קארד פראוויידער.

נאכאמאל, פליז זייט מיר מוחל מיין אומוויסנהייט, איך וועל אפרישיעיטן יעדעס ביסל אינפארמעישאן און העלפ. איך האב אפאר טאג צו עפענען ערגעץ וואו אן אקאונט, אז נישט שיקן זיי צוריק דאס געלט. יישר כח למפרע.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31262
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

טהור-עיניים האט געשריבן:האב איך געוואלט שרייבן אז קעפיטל וואן האט נישט א בראנזשע אין מאנסי, זאגט ער מיר אז מען מוז נישט אריינגיין אין באנק.

שוין, ווער איך יעצט געוואר פון א נייעם מושג, אז מען קען עפענען א באנק קאנטע אן אריינגיין אינעם באנק. (פליז, לאכט מיך נישט אויס אויב יעדער ווייסט דאס) אויב אזוי קען איך דאך עפענען סיי ווי אימער.

רוב געווענדליכע בענק דארף מען נאך טאקע אריינגיין, נאר דער סארט קעפיטאל וואן 360 אקאונט (און מסתם דער דיסקאווער אויך, כ'בין אבער נישט באקאנט) איז ספעציעל געצילט צו זיין א מעינלי אנליין באנק אקאונט.

סיין זיך ארויף ביי https://www.capitalone.com/bank/checkin ... ng-account און וועסט זען ווי גרינג עס איז.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

Re: קוויק פעי און זעלל, אביסל הילף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

א גרויסן יישר כח. איך מיין איך וועל מיך טאקע באנוצן מיט איינעם פון די בענק.

אבער נאך איין קשיא. צווישן די צוויי, קעפיטל וואן און דיסקאווער, וועלכע איז בעסער, וועלכע געט מיר מער?

אויב איינער ווייסט, וועל איך עס עפרישיעיטן.

יישר כח.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: קוויק פעי און זעלל, אביסל הילף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

טהור-עיניים האט געשריבן:א גרויסן יישר כח. איך מיין איך וועל מיך טאקע באנוצן מיט איינעם פון די בענק.

אבער נאך איין קשיא. צווישן די צוויי, קעפיטל וואן און דיסקאווער, וועלכע איז בעסער, וועלכע געט מיר מער?

אויב איינער ווייסט, וועל איך עס עפרישיעיטן.

יישר כח.

איך וואלט געגאנגען ענדערש מיט קעפיטעל וואן, ווייל נאך אלעם זענען זיי דאך א געהעריגע לאקאלע בענק אויך, אויב ס'פעלט אמאל אויס צו אראפגיין פערזענליך עפעס ערלעדיגן.
---
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: קוויק פעי און זעלל, אביסל הילף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

בשבילי נברא האט געשריבן:
טהור-עיניים האט געשריבן:א גרויסן יישר כח. איך מיין איך וועל מיך טאקע באנוצן מיט איינעם פון די בענק.

אבער נאך איין קשיא. צווישן די צוויי, קעפיטל וואן און דיסקאווער, וועלכע איז בעסער, וועלכע געט מיר מער?

אויב איינער ווייסט, וועל איך עס עפרישיעיטן.

יישר כח.

איך וואלט געגאנגען ענדערש מיט קעפיטעל וואן, ווייל נאך אלעם זענען זיי דאך א געהעריגע לאקאלע בענק אויך, אויב ס'פעלט אמאל אויס צו אראפגיין פערזענליך עפעס ערלעדיגן.

איך מיין אז דיסקאווער געט 1% קעשבעק!
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

Re: קוויק פעי און זעלל, אביסל הילף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

איים סארי, איך האב נאך א קשיא.

אויב למשל איך עפן ביי ביידע. איך האב געקוקט דעם לינק וואס קנאפער ידען האט געלייגט און איך זעה אז זיי זאגן אז מען דארף נישט קיין שום באלאנס צו האלטן דעם אקאונט אפן, מען דארף אפילו נישט אריינלייגן געלט אויף צו עפענען. אויב אזוי, אויב עפן איך ביי ביידע, ביי דיסקאווער און ביי קעפיטאל וואן, און איינער שיקט מיר געלט מיט זעל, צו וועלכע אקאונט וועט עס גיין. ווען עס נישט צומישן דעם סיסטעם?
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”