וויפיל קאווערעדזש דארף מען האבן על כל צרה שלא תבא

אלעס איבער רענטן און קויפן א הויז

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2877
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

וויפיל קאווערעדזש דארף מען האבן על כל צרה שלא תבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

אין ליכט פון די שרעקליכע מגיפה וואס בוזשעוועט אין די גאס און צוליב די פולע קרן יתומים קאמפיינען האט דא אויפן וועלטעל נאכאמאל אויפגעלעבט די נושא פון לייף אינשורענס טוירם ווס האויל לייף ווס ערבים,

אזוי ווי סאיז שוין אויסגשמועסט געווארן אין די אנדערע אשכולות איז נישט גענוג אז מהאט קאווערעדזש, מדארף האבן גענוג קאווערעדזש אין פאל פון א אומגליק סזאל נישט פאסירן, יעדער פארשטייט אז משפחה פון 8 קינדער איז קיין 250 אלפים נישט גענוג,

פארשטייט זיך אז אויב וויל מען האבן א האויל לייף און מקען זיך נישט ערלויבן מער ווי 250 טויזענט קאווערעדזש דארף מען האבן א טוירם אין די זייט, אז בשעת א אומגליק זאל די אלמנה מיט די יתומים קענען סורווייווען.

וויל איך דא הערן דעת הציבור וויפיל איז די מינימום קאווערעדזש וואס מדארף האבן בערך פאר א משפחה פון 5 קינדער 6 קינדער 7, 8, א.א.וו.

ביטע נישט אריין גיין אין וויכוחים פון לייף אינשורענס ווס ערבים סדא גענוג אנדערע אשכולות פאר דעם
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
yoel2124441100
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

Re: וויפיל קאווערעדזש דארף מען האבן על כל צרה שלא תבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoel2124441100 »

װענד זיך אױבּ ס׳איז דא א הויז.אינקאם וכו׳

איך װאלט געזאגט אױבּ איז דא מער פון 5 קינדער, א מעלאנע אױף ס׳װײבּ און צװײ מעלאנעס אױף זעך

פּלאס ערבים
לעצט פארראכטן דורך yoel2124441100 אום דאנערשטאג אפריל 23, 2020 1:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: וויפיל קאווערעדזש דארף מען האבן על כל צרה שלא תבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

וויפל די לעבן קאסט דיר א יאר קעש טיימס 18 ווען מען האט נאך קלענערע קינדער אין שטוב
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: וויפיל קאווערעדזש דארף מען האבן על כל צרה שלא תבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

גיי ווייס וויזוי כאב פארזעהן די אשכול...

עניוועי, עדווייס גיבט מען נישט אויף קיין פובליק פארום, פאר מער קומט אין אישי...

אבער אין קורצן... א מענטש דארף קוקן אויב ח"ו ער איז נישטא, וויפיל געלט וויל ער די שטוב זאל באקומען פער יאר - וויפיל קאסט דאס לעבן פאר די משפחה, סאו לאמער זאגן די נאמבער איז 100,000 דאללער, דארף מען זעהן וויפיל געלט מ'דארף האבן ס'זאל ברענגען 100,000 דאללער פער יאר...

לאמער זאגן אז מ'קען היינט באקומען (גאראנטירט, געווענליך וואלטן מענטשן נישט גענומען קיין ריסק אין אזא פאל) 3 - 4 פראצענט, ס'טייטש א מיליאון דאללער ברענגט 30-40 טויזענט דאללער א יאר... סאו צו האבן 100,000 דאללער דארף מען ארום 3 מיליאון דאללער, וואס דאס וועט ברענגען 90-120 טויזענט דאללער א יאר...

דאס איז די קאנצעפט, דעטאלן זאל יעדער אדורכטוהן מיט זיין עידזשענט... און נאכאמאל דיסקלעימער, איך בין א לייסענסד עידזשענט, איך טאר נישט גיבן קיין עדווייס פאר די פובליק, סאו נישט נעמען קיין עדווייס פון וואס איז שרייב דא, פאר סיי וואס פרעגט אין אישי אדער אויף אימעיל...

[email protected]
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: וויפיל קאווערעדזש דארף מען האבן על כל צרה שלא תבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

לענ״ד דארף א מענשט כאטש ציטיילן די התחיבות פון לעבן און אויב ער גייט שטארבען אין צוויי קאטעגאריעס.

דאס הייסט אזוי, אייב ער גייט לעבן גייט ער אי״ה חתונה מאכן קינדער און ריטייערען? דארף ער פאר דעם אוועק לייגן.

אין די זעלבע צייט איז דא נאך א התחיבות פון אויב ער גייט שטארבען, און פאר דעם מאכט אויך סענס אוועק צי לייגן. רבי משה פיינשטיין זצ״ל האא א באקאנטע תשובה איבער דעם ואכמ״ל.

סא לאמיר מאכן א משל, לאמיר זאגן אז א מענט קען נאר אוועק לייגן 100 דאלער א חודש, זאל ער כאטש 50$ אוועק לייגן פאר חתונה מאכן זיינע קינדער און $50 פאר אויב ער גייט שטארבען.

איי אויב ער גייט שטארבן גייט ער דארפן אסאך מער פון וויפעל די $50 קען איהם ברענגען?

אמת אבער ער גייט בלייבן לעבן צי חתונה מאכן זיינע קינדער אי״ה בשעה טובה, גייט ער אויך דארפן אסאך מער פון וויפעל די $50 קען איהם ברענגען.

מען קען אויך מסברה אריין גיין אסאך טיפער און למשל קלעימין אז א מענשט פאר ער האט צוויי קינדער דארף בכלל נישט קיין אינשארענס, צוליב וואס מיט צוויי קינדער זענען זייער קליין די טשאנסען אז אויב ער גייט שטארבן גייען זיין ווייב און קינדער זיך מיטשענען, אויב די ווייב און קינדער זענען געזינט, גייען זיי אויב ער שטארבט אדער גיין וואוינען ביי די עלטערען, אדער פאר ביליג רענט און הויזינג און שנעל חתונה האבן נאכאמאל, לאמיר זאגן ביז יאר צוויי.

נאך איין נקידה, מסברה איז מסתבר נאכן רעכענען און אוועק לייגן כאטש 50 פערצענט פון וואס ס׳בלייבט א מענטש איבער פער חודש פאר חתונה מאכן די קינדער און ריטייערמענט, אוועק צי לייגן אויך מיט א חשבון, למשל ביי דריי קינדער לכאורה איז געניג אוועק צי לייגן למשל קויפען א טורם אינשארענס פאר איין געוויסע סכום און ביי 7 קינדער א אנדערע סכום, נישט ווי די אגענטן מאכן מעשיגע א פרישע יונגערמאן אז ער מיז שוין האבן אוועק געלייגט 1 מיליון אדער בעסער 2 מיליון גלייך תיקף ומיד.. מסברה ווייל ווי געשמיעסט, ווי קלענערער די משפחה, זענען גרעסער די טשאנסען פון נאכאמאל חתונה האבן שנעל און גרינגערהייט אי״ה אין פאל פון א טראגעדיע השם ירחם וואס איז אויך געווענליך א חשש רחוק. און ווי אויך דאס אליינס אז ווי גרעסער די משפחה איז דארף מען האבן מער אינשארענס אין פאל פון א טראגעדיע ביי די מאן.

איך האב נאך פארשידענע חלוקים, אין סברות לכאן ולכאן, איך מיין אבער אז וואס איך האב געשריבען ביז אהער איז דברים ברורים, נאר ליידער אינשארענס אגענטן האבן נגיעות נישט אויס צי שמיעסן די זאכן מיט די אמת, אבער דאס איז געניג ליתן פתח למחשבה להתבונן. די חורבן איז, אז די לייף אינשארענס אגענטן פראבירען פארקויפן דארט ווי זיי מאכן די מערסטע געלט, און פארדרייען די מענשט א קאפ צי אויס מישען וואס איז וויכטיג און וואס ס׳איז נישט. אוודאי אויב מען הרט געניג עלו אוועק געלייגט אויף צי חתונה צי מאכן, און מען וויל קויפען גלייך שוין האבן 2 מיליון קאוורעדזש אין פאל אויב צען שטארבט, כל הכבוד! דא רעדט מען ווען מען האט נישט.

ווי צי אינוועסטירען די אוועק געלייגטע געלט? גיי מיר נישט דא רעדן. ס׳דא נאך צענדליגע אשכולות דא אויף די אידישע וועלט וואס רעדן וועגן דעם.

עוד רגע אדבר, די סיבה פארוואס ס׳דא אסאך מער awareness פאר אוועק צי לייגן אין פאל פון א טראגעדיע און פון חתונה מאכן אין ריטייערמענט רעדט מען נישט געניג, איז וועגן עטליכע סיבות, איך וויל מאכן א עקסטערע אשכול איבער דעם אי״ה בל״נ אין א געלעגענהייט.

אבער פאר יעצט לאמיר אויס שמיעסן אפאר סיבות.

1. מענשטן וואס זענען אין חובות ביים חתונה מאכן די קינדער מאכן פונקט אזאלכע אויפראסערישע חתונות ווי מענשטן וואס האבן עכט די געלט, פון קרעדיט קארדס און פון עקוועטי פון די הויז און פון הלוואות און שנארען פון משפחה ועוד מאכן מערסטענס מענשטן היינט צי טאג חתונה, און ממילא כאפן נישט מענשטן ווי עכט די חורבן פון נישט אוועק לייגן געניג פאר צי חתונה מאכן די קינדער איז, ביז ס׳קומט די צייט אליינס צי דארפן חתונה מאכן, און דעמאלטס, אוי ווי מען כאפט, אבער ס׳איז שוין צי שפעט כלפי וואס מען האט ווען געקענט ווען אפשר טוהן פון די 20 ביז די 40 יאר, vs די אלמנות און יתומים קרנות איז דא טעגליך ליידער השם ירחם ווייסן מענשטן אסאך צער ווי עכט די פראבלעם איז.

2. בנוסף לזה מענשטן וואס קענען נישט חתונה מאכן זאגן נישט פאר זייערע קינדער, א חוץ אויב א קינד איז פארמעגליך וואס דעמאלטס וועלן די קינדער יא וויסן ווייל די טאטע אדער שליח פונעם טאטען.. וועט איהם מעלדן אז די טאטע דארף זיין הילף.. ממילא איז די גאנצע זאך א שפיל ווען יעדער שפילט שיינע יוד, און די קינדער זענען קיינמאל נישט נתחנך געווארן דורך זייערע עלטערן אז מען דארף אוועק לייגן געלט אויב מעגליך צי חתונה מאכן די קינדער, וויל די טאטע שעמן זיך צי זאגן אז זיי בארגען און שנארען וכדו׳ זיי צי חתונה מאכן...

3. מענשטן פארשטייען נישט וואס ס׳מיינט לעבן אין חובות פון עטליכע הינדרעט טויזענט דאלער אויף קרעדיט קארדס אדער ביזנעס לאונס וכדו׳ איינער וואס איז שוין אדורך אין זיין לעבן זיין אין חובות, פון אפי׳ נאר עטליכע צענדליגע טויזענטע דאלערס פארשטייט יא אביסעל, אין ממילא טראכט א מענשט אז אין די worst case גייט ער זיך שוין אויף עפעס א וועג זיך א עצה געבן אזוי ווי עק מיינט אז יעדער געבט זיך א עצה, וואלט די מענשט אפי׳ נאר פאר איין וואך געפוהלט די פילינג פון זיין לאמיר זאגן אפי׳ נאר הינדרעט טויזענט דאלער אין חובות, וואלט ער קיינמאל נישט געגאנגען אויף קיין וויקעשען, איך זאג נישט מען דארף יא גיין מיט די משפחה א עקסטערע שמיעס בעסער פאר ביליג טאקע ווענט זיך פון וואספארע שטוב די ווייב קומט פון ואכמ״ל. איך זאג נאר אז מען וואלט נישט געוואלט גיין, אויך נישט אין קאנטרי, און די מענשט וואלט געזעהן אויף טויזענטע וועגן ווי אזוי צי פראבירען צי העכערען זיןן אינקאם אויב מעגליך, סייד דזשאב וכדו׳ וכדו׳ און שניידען די טעגליכע עקספענסעס ווי למשל לעבן מיט 7 קינדער אין א 2 בעדרום דירה אדער ארויס מויפן צי די ביליגע נייע געגענטער און קויפן עפעס פאר ביליג, די מענשט וואלט ווען אנדערש געקוקט אויף זאכן, ליידער זענען רוב מענשטן בעביס לגבי פיינענשעלס, נישט כאפענדיג וואס זיי טוהן ביז די תקופה פון חתונה מאכן די קינדער הייבט זיך אן.

מען דארף ווען אויך מאריך זיין אויך איבער ריטייערמענט, אי״ה עוד חזון.
לעצט פארראכטן דורך גאלדענע פעדער אום זונטאג דעצעמבער 06, 2020 10:55 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4279
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: וויפיל קאווערעדזש דארף מען האבן על כל צרה שלא תבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

איך וועל נישט מאריך זיין, ווייל איך בין נישט קיין financial advisor. אבער איך מיין, און דאס איז אזאך וואס איעדער קען, אז מען דארף האבן:
ערבים - מען קען עס נעמען פון מעשר. עס קומט אויס אונטער $30 א חודש
א טערם לייפ אונשורענס פאליסי - עס קאסט בערך הונדערט דאלאר א חודש פאר צוויי מיליאן coverage. און דאס מוז מען האבן, פונקט ווי מען האט פייער אונשוראנס על כל צרה שלא תבא.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: וויפיל קאווערעדזש דארף מען האבן על כל צרה שלא תבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:גיי ווייס וויזוי כאב פארזעהן די אשכול...

עניוועי, עדווייס גיבט מען נישט אויף קיין פובליק פארום, פאר מער קומט אין אישי...

אבער אין קורצן... א מענטש דארף קוקן אויב ח"ו ער איז נישטא, וויפיל געלט וויל ער די שטוב זאל באקומען פער יאר - וויפיל קאסט דאס לעבן פאר די משפחה, סאו לאמער זאגן די נאמבער איז 100,000 דאללער, דארף מען זעהן וויפיל געלט מ'דארף האבן ס'זאל ברענגען 100,000 דאללער פער יאר...

לאמער זאגן אז מ'קען היינט באקומען (גאראנטירט, געווענליך וואלטן מענטשן נישט גענומען קיין ריסק אין אזא פאל) 3 - 4 פראצענט, ס'טייטש א מיליאון דאללער ברענגט 30-40 טויזענט דאללער א יאר... סאו צו האבן 100,000 דאללער דארף מען ארום 3 מיליאון דאללער, וואס דאס וועט ברענגען 90-120 טויזענט דאללער א יאר...

דאס איז די קאנצעפט, דעטאלן זאל יעדער אדורכטוהן מיט זיין עידזשענט... און נאכאמאל דיסקלעימער, איך בין א לייסענסד עידזשענט, איך טאר נישט גיבן קיין עדווייס פאר די פובליק, סאו נישט נעמען קיין עדווייס פון וואס איז שרייב דא, פאר סיי וואס פרעגט אין אישי אדער אויף אימעיל...

[email protected]

;l;p-
קורץ און שארף צום פוינט!
אבער אויך דארף מען ערבים פאר חתונה מאכן ווי קאושער זאגט.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: וויפיל קאווערעדזש דארף מען האבן על כל צרה שלא תבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

Kosher Travel האט געשריבן:איך וועל נישט מאריך זיין, ווייל איך בין נישט קיין financial advisor. אבער איך מיין, און דאס איז אזאך וואס איעדער קען, אז מען דארף האבן:
ערבים - מען קען עס נעמען פון מעשר. עס קומט אויס אונטער $30 א חודש
א טערם לייפ אונשורענס פאליסי - עס קאסט בערך הונדערט דאלאר א חודש פאר צוויי מיליאן coverage. און דאס מוז מען האבן, פונקט ווי מען האט פייער אונשוראנס על כל צרה שלא תבא.

זייט ווען מעג מען נישט זאגן קיין מיינונג אויב מען איז נישט קיין פיינענשעל עדווייזער?

די זאגסט נאך וואס צענדליגע אגענטן וואס זענען מיר נאך געלאפן פאר יארן האבן מיר געזאגט, האסט אמאל געטרייט אליינס צי טראכטען און ניצן קאמען סענס, אדער די זאגסט סתם נאך וואס זיי האבן דיר געזאגט?

אגב מעשר איז נישט קיין חיוב נאר מנהג טוב לויט רוב היינטיגע פוסקים. און פון מעשר מעג מען לויט הרב בלוי זצ״ל אוועק לייגן אויך אויף צי חתונה מאכן די קינדער. ואכמ״ל.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: וויפיל קאווערעדזש דארף מען האבן על כל צרה שלא תבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

לעת עתה האט קאראנע געוויזן אז די ביסט נישט פארזיכערט אויף דעם פרייז.

יעצט קאסט עס דאפלט א חודש צי דעקן די פלייץ. (וואס הגם דאס איז אייביג געווען די קשיא אויף זיי, ווי אזוי זיי וועלן דעקן א קריזיס, יעצט איז נתגלה למפרע אז די לאסט פאלט אויף די מעמעבערס )

לדעתי האבן זיי געמאכט א טעות אנשטאט צי פאנדרעעזן די געלט נעמן זיי עס פון די מעמבער'ס וואס לייגט אריין און א דילעמע אויב שפילט זיך (חס מלהזכיר) איבער א טראגעדיע , מיינט עס אז פון היינט און ווייטער צאלט מען דריי מאל 27 א חודש?
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4279
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: וויפיל קאווערעדזש דארף מען האבן על כל צרה שלא תבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:איך וועל נישט מאריך זיין, ווייל איך בין נישט קיין financial advisor. אבער איך מיין, און דאס איז אזאך וואס איעדער קען, אז מען דארף האבן:
ערבים - מען קען עס נעמען פון מעשר. עס קומט אויס אונטער $30 א חודש
א טערם לייפ אונשורענס פאליסי - עס קאסט בערך הונדערט דאלאר א חודש פאר צוויי מיליאן coverage. און דאס מוז מען האבן, פונקט ווי מען האט פייער אונשוראנס על כל צרה שלא תבא.

זייט ווען מעג מען נישט זאגן קיין מיינונג אויב מען איז נישט קיין פיינענשעל עדווייזער?

די זאגסט נאך וואס צענדליגע אגענטן וואס זענען מיר נאך געלאפן פאר יארן האבן מיר געזאגט, האסט אמאל געטרייט אליינס צי טראכטען און ניצן קאמען סענס, אדער די זאגסט סתם נאך וואס זיי האבן דיר געזאגט?

אגב מעשר איז נישט קיין חיוב נאר מנהג טוב לויט רוב היינטיגע פוסקים. און פון מעשר מעג מען לויט הרב בלוי זצ״ל אוועק לייגן אויך אויף צי חתונה מאכן די קינדער. ואכמ״ל.

איך זאג גארנישט נאך וואס אגענטען האבן מיך געזאגט. רוב אגענטן האבן מיך געזאגט אלע יארן צו קויפן whole life פאליסיס. איך האב געהאט צוויי whole life פאליסיס וואס האבן טאקע געלעפסט נאכן איינצאלען יארן. איין אגענט האט מיך געזאגט צו קויפן טערם, און דאס האב איך געטוהן, און איך האב שוין די פאליסי פאר מער ווי צוואנציג יאר. לכתחילה איז עס געווען א פאליסי גאראנטירט (די פרייז) פאר צוואנציג יאר. אבער נאך צען יאר האב איך עס renewed פאר נאך צוואנציג יאר (מיט אפאר פרוטות מער א חודש) צו האלטן די פרייז גאראנטירט.

איך ווייס נישט פארוואס האסט געפיהלט אז די מוזט מיך מעורר זיין אויף מיין טראכטן.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: וויפיל קאווערעדזש דארף מען האבן על כל צרה שלא תבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

shimon7323 האט געשריבן:
יעצט קאסט עס דאפלט א חודש צי דעקן די פלייץ. (וואס הגם דאס איז אייביג געווען די קשיא אויף זיי, ווי אזוי זיי וועלן דעקן א קריזיס, יעצט איז נתגלה למפרע אז די לאסט פאלט אויף די מעמעבערס )

זיי האבן נישט געדארפט דעקן א קריזיס ווי עס שטייט קלאר אין די טערמס אף קאנדישאנס, נאך א וואויט צווישן די מעמבערס האט זיך ארויסגעשטעלט אז רוב זענען מסכים צו באצאלן (איך האב אויך אזוי געשטומט).
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: וויפיל קאווערעדזש דארף מען האבן על כל צרה שלא תבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

און האבן עס ארויף געלייגט אויף יעדם צי טוהן (טאקע מיט א אפציע אויב די ווילסט קענסטו אריינרופן און אויס ארבעטן א אנדער פלאן).
שרייב תגובה

צוריק צו “דירת קבע”