סמאוק דעטעקטאר/פייער אלארם

קאנסטראקשן, פלאמבינג און עלעקטריק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Of course
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

סמאוק דעטעקטאר/פייער אלארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Of course »

ווייס איך נישט װי דאס קומט, העמיר דא אנפרעגן און אויב מ'דארף עס מופן וועט מיך בכלל נישט באדערן.

איך האב געקויפט פייער אלארם און סמאוק דעטעקטאר, צוויי שטיק פון צוויי באזונדערע קאמפאניעס, און איך זע אז עס קלינגט נישט. איך האב אנגעצינדן א הבדלה און געהאלטן פאר פינף מינוט ממש לעבן דעם, און עס האט נאכאלץ נישט געפיפן.
האב איך עס אויסגעבלאזן אז עס זאל קומען סמאוק. איין מאל און נאכאמאל. דאס קינד איז אבער געבליבן שלאפן. די בעטערי ארבייט פיין, די טעסט ארבעט, דער מאשין איז טייער, אבער דער בחור קלינגט נישט.

איינער ווייסט וואס מען ברויך צו טאן? קויפן נאך איינס? די וואס איך האב געקויפט האט טויזנטער גוטע ריוויאס אויף עמעזאן. פונקט מיינס ארבייט נישט?
ירנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:52 pm

תגובה דורך ירנן »

עס דארף נישט פייפען אין אזא צייט נאר ווען עפעס ברענט צו אדער אסאך סמאק
Of course
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Of course »

ירנן האט געשריבן:עס דארף נישט פייפען אין אזא צייט נאר ווען עפעס ברענט צו אדער אסאך סמאק

חס ושלום ס'זאל זיך נישט מאכן, אבער אויב הייבט אן ברענען א פייער ווי לאנג דארף נעמען עס זאל אנהייבן קלינגען? און איך האב שוין געזען אין אסאך אנדערע שטובער אז ביי הבדלה קלינגט עס, דא רעד איך פון ארויסבלאזן די הבדלה אפאר מאל ביז די לופט איז שטארק שווארץ, ממש א נאפל און די הויז שטינקט, אבער ער קלינגט נישט.ַ ווען דארף עס קלינגען, ווען אלעס ברענט ח"ו?
ירנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירנן »

ס'קלינגט נאר ווען עסן ברענט צו (אז די ווילסט עס טעסטן איז דא ספעישל ספרעי https://www.amazon.com/CRC-2105-Liquid- ... B001B3BL0S) זעה דא https://www.protectamerica.com/home-sec ... ence_20021
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

פרוביר צו פארברענען פעיפער אדער האלץ.

לאז אונז וויסן די רעזאלטס
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

צ/ק

איך האב אינדערהיים Firex 120-1072B AC Smoke Alarm with Battery Back-up סמאוק דיטעקטארס (דארט פון ווען דער הויז איז געבויעט געווארן אזא גוטע 20 יאר צוריק). איינס פון זיי האט אנגעהויבן צו פיין יעדע וויילע נאך א בעטערי טויש און עס זעט אויס ווי עפעס ארבעט נישט דערמיט, סאו איך וועל עס מסתם ברויכן טוישן.

איינער קען זיך אויס וואס איז גוט צו לייגן אנשטאט (און וועלכע אדאפטערס מען דארף)?
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
בסד
שר האלפיים
תגובות: 2975
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

קנאפער ידען האט געשריבן:צ/ק

איך האב אינדערהיים Firex 120-1072B AC Smoke Alarm with Battery Back-up סמאוק דיטעקטארס (דארט פון ווען דער הויז איז געבויעט געווארן אזא גוטע 20 יאר צוריק). איינס פון זיי האט אנגעהויבן צו פיין יעדע וויילע נאך א בעטערי טויש און עס זעט אויס ווי עפעס ארבעט נישט דערמיט, סאו איך וועל עס מסתם ברויכן טוישן.

איינער קען זיך אויס וואס איז גוט צו לייגן אנשטאט (און וועלכע אדאפטערס מען דארף)?

געמיינט דו ווייסט אלעס.

האלאוי. מ'מוז אים העלפן.
ירנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירנן »

קנאפער ידען האט געשריבן:צ/ק

איך האב אינדערהיים Firex 120-1072B AC Smoke Alarm with Battery Back-up סמאוק דיטעקטארס (דארט פון ווען דער הויז איז געבויעט געווארן אזא גוטע 20 יאר צוריק). איינס פון זיי האט אנגעהויבן צו פיין יעדע וויילע נאך א בעטערי טויש און עס זעט אויס ווי עפעס ארבעט נישט דערמיט, סאו איך וועל עס מסתם ברויכן טוישן.

איינער קען זיך אויס וואס איז גוט צו לייגן אנשטאט (און וועלכע אדאפטערס מען דארף)?

טויש עס צו א קארבאן מאנאקסייד קאמבא
די אדאפטער קומט מיט,
אז די ווילסטוך שפארן אויסלעשן די ברעקער און צאמדרייען די ווייערס קויף די זעלבע ברענד https://www.amazon.com/Kidde-KN-COSM-IB ... B00PC5RQPA
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

בסד האט געשריבן:געמיינט דו ווייסט אלעס.

:roll:! הלוואי...
ירנן האט געשריבן:די אדאפטער קומט מיט,
אז די ווילסטוך שפארן אויסלעשן די ברעקער און צאמדרייען די ווייערס קויף די זעלבע ברענד https://www.amazon.com/Kidde-KN-COSM-IB ... B00PC5RQPA

טענקס מאטש! געקויפט.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ירנן האט געשריבן:טויש עס צו א קארבאן מאנאקסייד קאמבא
די אדאפטער קומט מיט,
אז די ווילסטוך שפארן אויסלעשן די ברעקער און צאמדרייען די ווייערס קויף די זעלבע ברענד https://www.amazon.com/Kidde-KN-COSM-IB ... B00PC5RQPA

למעשה זעט אויס אז עס קומט נישט מיט אן אדאפטער (זע בילדער פון מיין דאך קאננעקשאן און די קאנעקשאנס וואס איך האב אינעם נייעם.)

איך דארף בלויז אזא אדאפטער וזהו? https://www.amazon.com/Kidde-Quick-Conv ... WNV5J&th=1
אטעטשמענטס
IMG_20200223_002158972.jpg
IMG_20200223_002158972.jpg (231.45 KiB) געזען 1053 מאל
IMG_20200223_002411053.jpg
IMG_20200223_002411053.jpg (517.24 KiB) געזען 1053 מאל
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

טעסטן א סמאוק דיטעקטאר איז דורכ'ן פרעססן די טעסטינג באטטן. פרעסס אין האלט פאר אפאר גוטע סעקונדן.
געוויסע סמ"ד ווערט בלויז אקטיוויזירט נאכן אריינהוקן אין זיין פרעים.
על מי מנוחות ינהלנו
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: סמאוק דעטעקטאר/פייער אלארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

שוין געהאט אזאנס פאראיאר, און יעצט ווידער אמאל.

מיין סמאוק דעטעקטער האט אנגעהויבן ארויסשרייען "לאו בעטערי" כ'האב אים תמימות'דיגערהייט געגלייבט, און אים געפיטערט מיט א נייע בעטערי. למעשה האט ער ווייטער פארפירט "לאו בעטערי", כ'האב געדרוקט וואס כ'האב נאר געקענט, אויסגעפלאגט און צוריק קאנעקטעד די ווייערס, און ס'האט גארנישט געהאלפן. ער האלט זיך ביים זייניגן און שרייעט ווייטער.

ס'איז געווען זייער נערווירנד. צום סוף האב איך געכאפט אז דער דעטעקטער איז פראבלעמאטיש, די מאשינקעלע איז פשוט אראפ פון זינען, און וויל מיר מיטנעמען...

כ'האב ארויסגענומען די בעטערי, און מצידי איז ער שוין געווען א טויטער. אבער... ער האט נישט אויפגעגעבן אויף זיין וויי-געשריי! זעט אויס אז פאר 'זיכערהייט' סיבות האט דער מאניופעקטשורער עס געמוזט מאכן שרייען אפילו בעטערילאזעדיגערהייט (וואלט ער דאך עס שוין געקענט מאכן געהעריג 'ארבעטן' אן קיין בעטערי?).

כ'בין געווארן אזוי ברוגז אויף דעם כלי, אז כ'האב עס ארויסגעווארפן בשן ועין אין מיסט! און ווי מיר ווייסן אז רשעים אפי' בפתחה של גיהנם אינם חוזרים בתשובה, און ממעמקי הזבלים, עד זיבולא בתרייתא, האט ער געקוויטשעט. כ'בין געליבן מיט א זכר לחורבן אויפן דאך, היות ס'פעלט דארט א סמאוק דעטעקטער.

==

תכלית, איך האב יעצט איינס אזא מאשין וואס פארפירט "לאו בעטערי" אפי' נאכן טוישן די בעטערי. האם אין לו תקנה עולמית??
ווארעמע מעלאנע
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 5:02 pm

Re: סמאוק דעטעקטאר/פייער אלארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארעמע מעלאנע »

קוקט אויב די סירקוט ברעיקער פון הויז האט זיך אויסגעלאשן און צינד עס צוריק אן. (דעם סמויק דעטעקטאר סוויטש)
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

עס זאגט ממש "לאו בעטערי" אדער מאכט בלויז ביפעס?
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

קנאפער ידען האט געשריבן:עס זאגט ממש "לאו בעטערי" אדער מאכט בלויז ביפעס?

עס זאגט ארויס: "לאו בעטערי!". ס'איז לכאורה געשען דורך די ווייערס, נאך די לעקטער האט געבליצלט ביי מיר פונעם שטורעם.

עס איז א סמאוק דעטעקטער וואס קען רעדן ווי בלעם'ס אייזל. עס קען אויך שרייען: "עמערדזשענסי! פייער!"
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14506
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: סמאוק דעטעקטאר/פייער אלארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

א Smoke and Carbon Monoxide Detector מוז ווערן געטוישט יעדע צעהן יאהר
דא האט איר איינס פאר סעיל, פאר אפאר דאללער קען מען ראטעווען די לעבן פון מענטשען

First Alert Powered Alarm SCO5CN Combination Smoke and Carbon Monoxide Detector, Battery Operated, 1 Pack, White
To apply for section 8 Click Here
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
lazy
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: סמאוק דעטעקטאר/פייער אלארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lazy »

Of course האט געשריבן:
ווייס איך נישט װי דאס קומט, העמיר דא אנפרעגן און אויב מ'דארף עס מופן וועט מיך בכלל נישט באדערן.

איך האב געקויפט פייער אלארם און סמאוק דעטעקטאר, צוויי שטיק פון צוויי באזונדערע קאמפאניעס, און איך זע אז עס קלינגט נישט. איך האב אנגעצינדן א הבדלה און געהאלטן פאר פינף מינוט ממש לעבן דעם, און עס האט נאכאלץ נישט געפיפן.
האב איך עס אויסגעבלאזן אז עס זאל קומען סמאוק. איין מאל און נאכאמאל. דאס קינד איז אבער געבליבן שלאפן. די בעטערי ארבייט פיין, די טעסט ארבעט, דער מאשין איז טייער, אבער דער בחור קלינגט נישט.

איינער ווייסט וואס מען ברויך צו טאן? קויפן נאך איינס? די וואס איך האב געקויפט האט טויזנטער גוטע ריוויאס אויף עמעזאן. פונקט מיינס ארבייט נישט?
געוויסע האבן א i סימבאל. און געוויסע א p סימבאל. אלע צינדען זיך אן עווענטועל, אבער יעדע איז סענסיטיוו און אלארמירט שנעלער פון אנדערע מיני פייערס.
קוק אויב ביידע האבן די זעלבע סימבאל און קויף איינס פון די אנדערע מין.
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14506
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: סמאוק דעטעקטאר/פייער אלארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

איך האב מיט געהאלטען ווען די איז איז געגאנגען ביי איינעם אינדערהיים, בשעת ווען איינער איז געשלאפען, פונקט האט א שכן געשמעקט גאז און אלעס איז ברוך השם דורך בשלום, די דיטעקטאר האט נישט געארבייט ווייל עס איז אלט מער פון צעהן יאהר
To apply for section 8 Click Here
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14506
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: סמאוק דעטעקטאר/פייער אלארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

First Alert Fire Safety Products
https://amzn.to/3OgpV4r
אטעטשמענטס
2022-11-17.png
2022-11-17.png (230.69 KiB) געזען 488 מאל
To apply for section 8 Click Here
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
שרייב תגובה

צוריק צו “קאנסטראקשן”