פארטרייב דיין פליג! (בענין ענדזשוי לייף טו די מעקס!)

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

פארטרייב דיין פליג! (בענין ענדזשוי לייף טו די מעקס!)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

אהה! באדינער, שנעל ברענג אהער דעם געפרעגעלטע שוויין, מאך זיכער ער טובל'ט זיך און שמאלץ כדבעי, אז אפי' נאז זאל זיך נישט ארויסשטעקן, ערלעדיגט?
צום באפעל!
קום אהער, כ'וויל דיר עפעס זאגן שטיל 'זאג נישט אויס פארן קעכער, אבער שמוגעל מיר אריין קעטשאפ אויך.'
ערלעדיגט. דער שוויין ליגט שוין אין טאץ, די שמעק גייט עד לב השמים, דער קעטשאפ באטעל ליגט פארשטעקט ציווישן דעם פערפעלוואל טישטיך און דעם גאלדענעם טיש, אבער טיטוס קען זיך נישט ברענגן צו געבן א ביס.

וואסיז? עפעס דזשומעט אין אויער, און לאזט אים נישט קאנצעטרירן אויפן עסן! א שרעק! דער פליג לאזט נישט נאך! וויזוי קען מען עסן אזוי?!!
בלייבן הינגעריג אידאך אויך נישט קיין אפשען, מיט א רציחה כאפט ער אראפ א שטיקעל שוויין, לייגט עס צו צו די ליפן אין קייט ווי געצווינגן. ער שמעקט נישט דעם נארהאפטיגן גראך, ער שפירט נישט דעם געשמאקן טעם, זיין גאנצער מח איז קאנצעטרירט אויף די זשומען פון דעם נארישן פליג! א שרעק!

שוין, געענדיגט דעם געפייניגטן סעודניו, מען גייט פאפן כדרכו בקאטשעניו. די בעט איז ווייעך, איבערגעצויגן מיט חור כרפס ותחלת, נארמאל וואלט ער אנטשלאפן נאך פאר זיין פארגרעבטן מעלאונע קומט אהן צום קישן, אבער נישט דאס מאל. די פליג לאזט נישט נאך! ער פילט נישט דעם קישן, ער פילט נישט דעם דאכענע, זיין גאנצער מח איז געהיידזשעקט דורך דעם נארישן פליג! ווי קען מען אזוי לעבן?!?! מען שפירט נישט קיין טעם אין גארנישט!? א שרעק ענד עי העף!

דער גרויסער טיטוס, מיט אן ערעגענס וואס וואלט געלייגט טראמפ'ן צו שאנד, איז געפאלן א קרבן צו דעם קליינעם פליג וואס האט געהיידשעקט זיין מח. א פאסיגן שטראף פאר דעם מאנסטער. כן יאבדו כל אויבך ה'

__
האסטע גוט פארשטאנען טיטוס'נס שטראף? האטעס באקומען א פרישן משמעות? פיין, אבער ווי קומט אריין טיטוס אינמיטן טבת?
א גוטער קשיא, און דער תירוץ איז, אז אין א דערנעבענדיגער אשכול דיסקוסירט מען די גרעסטע געשעענישן פון דעם דעקעיד. כ'אב נישט געוואלט דארטן אריין רעדן, ווייל דארט איז ארויפגעברענגט געווארן מער ווייניגער פאזעטיוויע אנטוויקלונגען, וואס איז ב"ה דא אסאך, איז פארוואזשע דעפרעסן דעם אשכול? אבער ביי מיר אין וויינגארטן קענעך דאך טוהן וואס איך וויל.
עפשער רעד איך נאר צו זיך, אבער זאג נאר, וואס האסטע געגעסן היינט פאר פרישטאג? מיט וואס איז דיין מח געווען געהיידזשעקט דעמאלס? האסטע געשפירט א טעם אין דיין עסן? אויב האסטע געגעסן ברויט, האסטע באמערקט ווי די ברויט ווערט זיסער און זיסער ווי לענגער דו קייסט עס? האסטע געקלערט מיט דיין דזשעלי א שכח פארן בורא? (יא, די ענזיימס אין די שפייעכס דרייט איבער די סטארטשעס אויף ציקער, כדי די ברויט זאל דיר זיין געשמאק! מה רבו!)
לאמיר גיין פערזענליך, דו ליינסט יעצט דעם ארטיקל, דו ביסט דערביי אדער האסטע טויזענט אנדערע דאגות וואס היידזשעקן דיין מח? אויב איז דא אנדער זאכן וואס דו דארפסט יעצט טוהן, זיי מוחל און דרוק דעם X אויבן אויף די רעכטע ווינקעל! אויב האסטע יעצט א ברעיק, ליין עס מיטן פולען געשמאק! עד מתי אתם פוסחים על שתי הסעיפים?! אויב דו טיסט עס שוין עניוועי, טוה עס פולי! ענדזשוי דעם טעם, שפיר דעם גרויך הער דעם קול, זיי דערין!
מיין וויו אויף די לעצטע דעקעיד, איז אז מען איז געווארן אסאך מער פארנומען מיט אינסטענט קאמיוניקעישן און גרעטיפיקעישן, אזש מאנכע ווייסן נאר ווי זייער פיס איז, דורכדעם וואס זיי שטעלן זיך פאר אז עס איז ערגעץ אונטער זיי! איך רעדט שוין נישט פון די וואס זענען עדיקטעד צו זייער פאון, און טשעקען יעדע פאר סקונדעס צו עס איז שוין דא נאך עפעס זיי צו דיסטרעקטן, איך רעד סתם פון עמך יודן!


אבער עס איז נישט דערנאך, ווען מען אנערקענט דעם פראבלעם איז שוין א שטיקל ישועה. הייב אהן צו עקשולי טראכן פון דיין ווייב ווען דו רעדסט צו איר, האב הנאה פון דיין זעמעל ווען דו עסט עס, און קוק נישט און דיין פאון וכדו', ווען דו לייגסט זיך, באטראכט דיינע איברים ווי עס ליגט און ווי געשמאק עס פונקציענירט ב"ה, און זאג טענק יו השם (נדן...) פאר די חסדים.
ביי הרה"ק מטאהש זצ"ל איז געווען אמאל וואס ער האט מיט אלע כוחות זיך פארלייגט צו קאנטאקטן א געוויסע לויער פאר א שתדלנות. שעות האט ער פארברענגט דערויף. נאכן נישט אנקומען אין ערגעץ, איז ער ענדליך אריין געקומען צום ראש חודש טיש. נישט לאנג נאכן זיך זעצען, קומט א גבאי צו לויפן צום רבי'ן, עס מען האט יעצט געפאקט דעם לויער און ער איז אויפן טעלעפאון! די רבי האט זיך פארקלערט אויף אפאר סקונדעס, און געזאגט פארן גבאי'ן, אז יעצט איזעס נישט אינטערסאנט, יעצט פירט ער טיש. זי"ע.
זאלן מיר אלע זוכה זיין, צו זיין פולי אין יעדע זאך וואס מען טוט.



דרך אגב, די געדאנק איז געבויט אויף שיערים פון ר' אביגדור מילער און אויף וואס איך האב געהערט פון הרה"צ ר' הערשל פיש שליט"א, דאכצעך די מעשה פון טאהש'ע רבי, האבעך אויך געהערט פון אים.
לעצט פארראכטן דורך היימישער הייקער אום דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 9:05 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

זייער זייער שיין יש׳כ גדול
יאסל קעניג
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 05, 2020 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל קעניג »

;l;p- ;l;p- געוואלדיג שכח!
מלך שהשלום שלו
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

אה! א מאמר פון אונזער היימישן הייקער!
מיר זענען אלעמאל גרייט דערויף, מיר וועלן אים שטעלן אויף זיין חזקה אז ער זאגט גוט און רעדט צו דער זאך.




יאפס! ער האט אונז נישט אנטוישט!
א גאר שטארקע נקודה אינעם היינטיגן אזוי געיאגטער און שנעל לויפענדע וועלט, ווי אלץ טראכט מען נאר אדער פונעם עבר, וואס האב איך אלץ פארפאסט?, אדער פונעם עתיד, וואס גיי איך באלד פארפאסן?, אבער מ'פארגעסט זיך צו פארטיפן אינעם הוה, זיך מעמיק זיין אינעם יעצטיגן הוה, ווי ביסטו יעצט? וואס איז יעצט דיין מציאות?

שטעל דיך אפ פאר עטליכע מינוט און זיי באוואוסטזיניג וויפיל גוטס דו פארמאגסט ממש יעצט אין דיר אליינס און ארום דיר, און נעם עס אריין אינגאנצן.
Smell the cake and enjoy it tobthe last piece
---
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

זייער גוט אראפגעלייגט......

אין איין ווארט!!!
Mindfulness

viewtopic.php?p=1572458#p1572458
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

יאסל קעניג האט געשריבן:;l;p- ;l;p- געוואלדיג שכח!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

אזוי אריינצורייסן אין הארץ אריין..... אוטש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

הערליך שיין, אויסטערליש געוואלדיגע נקודה!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

א שטארקע נקודה!
און גוט אראפגעלייגט!

רש״י אויפן פסוק וואס דו האסט געברענגט עד מתי אתם פוסחים על שני הסיעיפים שרייבט זייער שטארק די נקודה

"שתי הסעפים" - שתי המחשבות שאינכם מבינים להכריע
"ולא ענו העם אותו דבר" - שלא היו יודעין להבחין

(אנדערש ווי מצודות וואס טייטשט אז זיי טאנצן ארום, אדער דער מלבי״ם וואס טייטש ולא ענו אז זיי האבן נישט געוואסט ווער איז אמת)
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 2:40 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3975
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

הערליש שיין אראפגעלייגט, אין זייער א וויכטיגע נקודה פארן לעבן, דאס איז וואס מיינדפולנעס מעדיטעישאן טוט וואס מענטשן זאגן אז זיי דערקענען זיך נישט נאכן עס טוען פאר א שטיקל צייט
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

בא שבת בא מנוחה האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:
יאסל קעניג האט געשריבן:


הכלל, דניאל אויערבאך האט געטרינקן מים חיים, און געזאגט אז עס איז איינס אין דער וועלט, קומט א צווייטער און זאגט פעיק נוז! נו גוט שוין, איך הייס יאסל קעניג, בשבילי נברא העולם עניוועי, עס קומט דאך שוין באלד שבת, בא שבת בא מנוחה.

שקויעך אייך אלע! אן עקסטערע שקויעך פאר דניאל'ן פארן לינק צום מיינדפולנעס אשכול.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

הלוואי ווען איך קען אזוי גרינג פארטרייבן די פליג.

אבער איך ארבעט דערויף, עס איז א ריכטיגע נקודה עד לאחת, אבער נישט אלע נאטורן זענען אייניג, פארהאן מענטשן וואס זענען בטבע געזעצט און מיושב בדעתם, איך בין נישט פון די אידן, נאכנישט.

שכח הייקער פאר די שיינע תגובה.
זקן מלא רחמים.
אברהם בן ארי'
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם בן ארי' »

די נקודה איז געוואלדיג, און נאך ווי דו לייגסט עס אראפ!

יישר כח.
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

יישר כח הייקער, זייער שיין

(פון מיין פליגל קענעך נישט פטור ווערן...)
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3975
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

הרב הייקער מיר ווארטן אויף נאך
יישר כח
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”