Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קליינע טאטע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 4:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינע טאטע »

ישוב הדעת האט געשריבן:איך זעה נישט די מהלך זאל זיין מעגליך פאר א קינדער געבענטשטע משפחה... אין טייערע געגענטער מיט טייערע שכר לימוד, אדרבה קאל אים אריין און לאז מיר וויסן פארדעם איך זאל קענען מיטהאלטן :wink:


איך האב געליינט זיין בוק,
אפאר נקודות, קודם זיין מהלך איז זייער א גיטע מהלך און סדארף און סקען ארבייטען פאר א היימישע משפחה, זיין ערשטע 3 בעבי סטעפס איז זייער פארשטענדליך און לכאורה וויכטיג.

איין זאך וואלט איך וועין געזאגט איז אנדערש פאר א איד איז די עקספענסעס פין ניסן און תשרי וואס דאס קען מען זיך נישט צו סאך אויסרעכענען אבער מען קען אויך מאכן א באדזשעט
סטעפ 5 וועיגען א קאלידש פאנד וואלט איך וועין געטאשט פאר א חתונה פאנד‎

פערפלוואל האט געשריבן:
אביגעזונט האט געשריבן:וואס איך וויל וויסן, קודם כל פלעין אויב עס זענען פארהאן היימישע אידן וואס האבן מצליח געווען מיט דעם.

אלי שמעון, ער האט געגעבן אן אינטערוויו פאר קול מבשר א צייט צוריק


ער שרייבט א קאלום אין the boro park view א יעדע וואך
לעצט פארראכטן דורך קליינע טאטע אום דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 12:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קליינע טאטע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 4:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינע טאטע »

.
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

איז דאס אויך דא אויף אידיש/עברית?
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
קליינע טאטע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 4:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינע טאטע »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:איז דאס אויך דא אויף אידיש/עברית?


ניין ער איז א גוי‎
אלי שימאן האט גיעפענט א קאמפעני, עס הייסט ‎ Rushmore Solutions
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

דער דעוו רעמסי איז פון די חסידי אומות העולם

אזוי פוהל יודן האבן הנאה פון איהם וגם אני בתוכם

איהם צו מדמה זיין וואלט איך מדמה געווען די אידישע ארג. מסילה - להבדיל בין ישראל לגוי - וואס עדווייזט אויך מיט באדזשעטינג

אין למשל ישיבה קטנה מאור יצחק איז דא איין מאל א וואך א שיעור אין באדזשעטינג ווי מען לערענט פאר ביכער וואס מסילה האט ארויס געגעבן. אגב, אויב איינער קען מיך צו ווייזען ווי מען קען באקומען זייער ביכער וואלט איך איהם שטארק דאנקבאר געווען

צוריק צו דעוו רעמזי: א חבר מיינע האט מיך קום א יאר צוריק געזאגט די פאלגענדיגע: גאלדענע וויפעל מער די וועסט צו הערן צו דעוו רעמזי וועט דיר מער גוט זיין
דא האסטו זיין זייטעל, מען קען דארט הערן זיינע שמיעסן:

https://www.daveramsey.com/show/archive ... ode=listen

אונזער רוב עולם פארשטייט צו באטדזשעטינג זילטש! עד כדי כך אז איך וויל אסאך מאל שרייען אויף טייל פון מיינע חברים מיט קולו קולות...

ס׳דא מענשטען וואס פארדינען 200k א יאר אין ניצען די געלט ווי משוגאים. ס׳האט נישט מיט וויפעל מען פארדינט ס׳האט מיט פארשטיין בודזשעטינג.

וויפעל מענטשען לייגן אוועק כאטש 15 פערצענט פון זייער אינקאם ס׳זאל זיין פאר שפעטער? דאס איז נאר איינע פון רעמזי׳ס יסודות! לייג עס אין מעיטשעל פאנדס די בעסטע! אדער כאטש אין א סידי באנק account! אבער ווי אונזער עולם מעשיגע געווארן? און נאכדעם א ווינדער אז מ׳וויינט אז מען קען נישט חתונה מאכן? ווי ביסטו געווען ביי די 20 יאר אלט? ווי ביסטו געווען ווען דיין ערשטע קינד איז געבוירען! הייבט ער זיך טענה׳ן מיט מיר אז ער מיז האבן א דירה אזוי און אזוי גרויס מיט כך וכך שלאף צימערען און ער מיז פארן וויקעשען דארט און דארט וכו׳ וכו׳. און ער איז נאך גערעכט ווייל ער האט די געלט אין זיין באנק account! קומט רעמזי מיט א פשטות אין זאגט די לייגסט אוועק 15 פערצענט פון דיין אינקאם? פרעג דער חכם צוריק? אבער איך מיז דען? יא די מיזט! קוק אין תשבות הרב וואזנער חלק ג׳ תשובה א׳, יא די מיזט! די ביזט מחייב אוועק צו לייגן פאר חתונה מאכן דיינע קינדער אין ריטייערמענט! הייבט ער אן טענה׳ן אבער מיין ווייב איז נישט מסכים! די ווייסט פארוואס זי איז נישט מסכים? ווייל די ביזט אויכעט נישט ריספאנסיבעל מיט וואס די ווילסט קויפן! און די האסט דיך נאך קיינמאל נישט אוועק געזעצט מיט איר אויסרעכענען דיין אינקאם און פלאנען צוזאמען מיט איר פאר די צייט פון חתונה מאכן די קינדער! יא ווייל דיר איז גרינגער צו לעבן אן אחריות! נוי שריי ווייטער אז דיין ווייב איז נישט מסכים! סך הכול טוסטו נאר דיך אליינס אפ!

עניוועי צוריק צו דעוו רעמזי:

אונזערע יונגעלייטליך זענען א גרויס חלק פארנימען מיט ריעל עסטעיט און מיט סינגעל סטאקס. א יעדע צווייטע שמויגער האלט זיך פאר א מבין און טייטעלט אויף גביר פלוני און גביר אלמוני אז ער גייט האבן ריעל עסטעיט פונקט ווי זיי.

איך גיי נישט יעצט אריין גיין אין דעם שמיעס פון ריסקס וואס יונגעלייט נעמען זיך אינטער מיט טוהן מעשיגענע זאכן, און דאנט געיט מי ראהנג ס׳דא עשירים וואס זענען אזוי נתעשר געווארן. די ווייסט פארוואס? די גמרא ענפערט די קשיא: רבא זאגט שוין מזוני איז תליא אין מזל. רבי משה פיינשטיין שרייבט שוין אין א תשובה איז איבער די ממרא פון רבא שטייט צוויי זאכן: איינס אז ס׳דא מענשטען וואס וועלן נאר מצליח זיין מיט ארבייטן שווער. און צוויי אז תפילה שטייט איבער אלעס. אבער עכ״פ ס׳דא עשירים איך גיי נישט דא שרייבן קיין נעמען, אבער איך ווייס ערשט האנטיג וואס זיי האבן געטוהן אין די יונגע יארן, און ווי אימאחריות׳דיג זיי זענען געווען אויף זייער משפחה מיט די ריסקס וואס זיי האבן גענימען און מיט געלט וואס זיי האבן זיך צוזאם געבארגט! און חס ושלום צו טוהן ווי זיי!

יעצט אפי׳ די וואס נעמען נישט קיין ריסקס ווי די פריעדיגע קען איך געניג אין נאך וואס האבן גע׳ארבייט אויף א פיקס אין פליפ א גאנצע יאר אין קום ארויס מיטן קרן... וכמעט שלא נשחט... און די חברה זענען נאך שטאלץ מיט זיך און זאגן פאר א יעדעם מיט א שמייכעל פון אויער צו אויער אז ער איז אין ריעל עסטעיט! וואט א דזשאק!

יעצט די צווייטע כת, די וואס זענען מבינים אין סינגעל סטאק! איז ווייטער די זעלבע זאך ס׳דא וואס האבן פארדינט אבער רובו דרובו נישט, און גרויסע חלק פון די נישט זענען קום ארויס מיט די הויזן...

אנשטאט די אלע פרא׳ס ווי זיי טרייען זיך צו געפעלן פאר א יעדעם. רעדט דעוו רעמזי כסדר פון מעיאטשעל פאנדס. אנדערש ווי ביי ריעל עסטעיט אין סינגעל סטאק איז די ריסק אסאך אסאך קלענער ועוד איז מען דארף נישט א יעדען טאג זיין ביזי מיט דעם. אריין געלייגט די געלט דארט און לאז איהם וואקסן.

די פרעזידענט טראמפ ירום הודו איז ביזי כסדר מיט 401 k און פאר סאם ריזען זענען אונזערע שמאקעס אלע ענדערש פארנימען מיט ריעל עסטעיט און סינגעל סטאק. און פארגעסן צו מאכן 401k און ira’s ווייל ס׳הערט זיך בעסער אז ער פליפט! פיקס ענד פליפ רעד איך פון. און אז ער איז א מבין אויף די סטאק מארקעט! נאאאאא נישט נאר א מבין, נאר די גרעסטע מבין!

איך האב נאר אנגערירט אפאר נקידות פון רעמזי ס׳דא אזוי פוהל צו רעדן. ס׳איז צום האפן צום אייבערשטען אז יודן זאלן מצליח זיין מיט אלעס וואס זיי טוהן.

און אגב איך מאך נישט אוועק ריעל עסטעיט אבער איך מאך יא קלאר אוועק די וואס טוהן עס אזוי אין די זייט. דאס איז נאך די ערגסטע. און אפי׳ די אנדערע רעקעגמענד איך עס אויך נישט. א חוץ איינער וואס האט אסאך געלט מין מקום אחר, אבער אמת׳ע געלט נישט הארד מאני און אלע אנדערע נערישקייטן. אוודאי א זוהן פון א עושר וואס זיין טאטע באגלייט איהם איז ווייטער אנדערש. אבער די מעין סטרים מאוומענט ביי אונז איז קראנק! ארבייט און פארדין אין לייג אוועק כאטש 15 פערצענט אין מעיאטשעל פאנדס!

מען דארף נאך מרחיב זיין מער די דיבור אבער געניג פאר יעצט.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

גאלדענע wow!
דו קומסט אריין גאר שטארק!
שניידסט אריין אינעם סאמע שורש ממש, אין פינטעל אריין, פון (פילע אין אונזער) סאסייעטי'ס פראבלעמען.
---
קליינע טאטע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 4:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינע טאטע »

;l;p- ;l;p-

גאלדענע פעדער האט געשריבן:

אין למשל ישיבה קטנה מאור יצחק איז דא איין מאל א וואך א שיעור אין באדזשעטינג ווי מען לערענט פאר ביכער וואס מסילה האט ארויס געגעבן.



איך האב קיינמאל געהערט פון די ארגענעזאציע, זיי גייען די זעלבע מהלך ווי רעמזי?‎
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

קליינע טאטע האט געשריבן:;l;p- ;l;p-

גאלדענע פעדער האט געשריבן:

אין למשל ישיבה קטנה מאור יצחק איז דא איין מאל א וואך א שיעור אין באדזשעטינג ווי מען לערענט פאר ביכער וואס מסילה האט ארויס געגעבן.



איך האב קיינמאל געהערט פון די ארגענעזאציע, זיי גייען די זעלבע מהלך ווי רעמזי?‎

דאס איז דער בוך וואס מסילה האט ארויסגעגעבן.
Your Money and Your Life
https://www.amazon.com/dp/B00WXK7DY6
https://yiddishemarket.com/products/you ... -your-life
אטעטשמענטס
71ytUxBBMmL.jpg
71ytUxBBMmL.jpg (211.31 KiB) געזען 1310 מאל
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

פארשער האט געשריבן:
קליינע טאטע האט געשריבן:;l;p- ;l;p-

גאלדענע פעדער האט געשריבן:

אין למשל ישיבה קטנה מאור יצחק איז דא איין מאל א וואך א שיעור אין באדזשעטינג ווי מען לערענט פאר ביכער וואס מסילה האט ארויס געגעבן.



איך האב קיינמאל געהערט פון די ארגענעזאציע, זיי גייען די זעלבע מהלך ווי רעמזי?‎

דאס איז דער בוך וואס מסילה האט ארויסגעגעבן.
Your Money and Your Life
https://www.amazon.com/dp/B00WXK7DY6
https://yiddishemarket.com/products/you ... -your-life

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

א דאנק!

גיימער עס קויפן אי''ה!
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

גאלדענע ווי אייביג, ברענגט ארויס די פוינטס מיט א שטארקייט!

;l;p-
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

קען א איד באדטזשעטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

לענ״ד די סיבה פ״וו היימישע אידן גייען נישט מיט די אלע אלגעמיינע באדטזשעטינג מהלכים, פשוט, ס׳איז נישט מעגליך.

עקסעמפל: אינגערמאן 28 יאר אלט, פינף קינדער, פארדינדט $75,000 א יאר.

ס׳איז הערליכע אינקאם, א גוי פארדינט $40,000 א יאר.
לאמיר זען צו ער קען אוועקלייגען 15% $11,250.


עקספענסעס א יאר:
דירה -$28,000 (אינקלודיג יוטיליטיס) קען נישט זיין ביליגער
שכ״ל- $10,000
עסן/גרעסערי- $18,500
קאר- $9,500

בלייבט ער מיט $9,000! דעס איז פאר קליידער, און אויב א קינד דארף עקסטער הילף וכו׳ וכו׳. כ׳רעדט שוין נישט פון מיסעלענויס עקספענסעס, ווי למשל דענדיסט קען קאסטן א פאר טויזנט דאלער...

לאמיר נישט רעדן ווען מ׳דארף שוין באצאלן ישיבה שכ״ל.

א גוי ביי די 28 האט נישט קיין פאמיליע, וואוינט מיט אנדערע...

סך הכל: די אלע באדזשעטינג זענען גוט פאר מענטשען וואס שטעלן אויס זייער לעבן צום דאלער, מיר דארפן צושטעלן דעם דאלער צום לעבן.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

פארשער האט געשריבן:
קליינע טאטע האט געשריבן:;l;p- ;l;p-

גאלדענע פעדער האט געשריבן:

אין למשל ישיבה קטנה מאור יצחק איז דא איין מאל א וואך א שיעור אין באדזשעטינג ווי מען לערענט פאר ביכער וואס מסילה האט ארויס געגעבן.



איך האב קיינמאל געהערט פון די ארגענעזאציע, זיי גייען די זעלבע מהלך ווי רעמזי?‎

דאס איז דער בוך וואס מסילה האט ארויסגעגעבן.
Your Money and Your Life
https://www.amazon.com/dp/B00WXK7DY6
https://yiddishemarket.com/products/you ... -your-life



די אמעזאן לינק דא האט עס שוין נישט און סטאק.

אבער עס איז דא און סטאק אדער ביליגער אויף קינדעל Amazon
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

לב בשר האט געשריבן:לענ״ד די סיבה פ״וו היימישע אידן גייען נישט מיט די אלע אלגעמיינע באדטזשעטינג מהלכים, פשוט, ס׳איז נישט מעגליך.

עקסעמפל: אינגערמאן 28 יאר אלט, פינף קינדער, פארדינדט $75,000 א יאר.

ס׳איז הערליכע אינקאם, א גוי פארדינט $40,000 א יאר.
לאמיר זען צו ער קען אוועקלייגען 15% $11,250.


עקספענסעס א יאר:
דירה -$28,000 (אינקלודיג יוטיליטיס) קען נישט זיין ביליגער
שכ״ל- $10,000
עסן/גרעסערי- $18,500
קאר- $9,500

בלייבט ער מיט $9,000! דעס איז פאר קליידער, און אויב א קינד דארף עקסטער הילף וכו׳ וכו׳. כ׳רעדט שוין נישט פון מיסעלענויס עקספענסעס, ווי למשל דענדיסט קען קאסטן א פאר טויזנט דאלער...

לאמיר נישט רעדן ווען מ׳דארף שוין באצאלן ישיבה שכ״ל.

א גוי ביי די 28 האט נישט קיין פאמיליע, וואוינט מיט אנדערע...

סך הכל: די אלע באדזשעטינג זענען גוט פאר מענטשען וואס שטעלן אויס זייער לעבן צום דאלער, מיר דארפן צושטעלן דעם דאלער צום לעבן.

איך לייג אוועק די תגובה פאר מיר צו ענטפערן אי״ה בל״נ within the next week לויט ווי די אייבערשטער האט מיך געגעבן טאלאנטן אין יכולות, ווען איך וועל האבן א מינוט אי״ה.
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

לב בשר האט געשריבן:לענ״ד די סיבה פ״וו היימישע אידן גייען נישט מיט די אלע אלגעמיינע באדטזשעטינג מהלכים, פשוט, ס׳איז נישט מעגליך.

עקסעמפל: אינגערמאן 28 יאר אלט, פינף קינדער, פארדינדט $75,000 א יאר.

ס׳איז הערליכע אינקאם, א גוי פארדינט $40,000 א יאר.
לאמיר זען צו ער קען אוועקלייגען 15% $11,250.


עקספענסעס א יאר:
דירה -$28,000 (אינקלודיג יוטיליטיס) קען נישט זיין ביליגער
שכ״ל- $10,000
עסן/גרעסערי- $18,500
קאר- $9,500

בלייבט ער מיט $9,000! דעס איז פאר קליידער, און אויב א קינד דארף עקסטער הילף וכו׳ וכו׳. כ׳רעדט שוין נישט פון מיסעלענויס עקספענסעס, ווי למשל דענדיסט קען קאסטן א פאר טויזנט דאלער...

לאמיר נישט רעדן ווען מ׳דארף שוין באצאלן ישיבה שכ״ל.

א גוי ביי די 28 האט נישט קיין פאמיליע, וואוינט מיט אנדערע...

סך הכל: די אלע באדזשעטינג זענען גוט פאר מענטשען וואס שטעלן אויס זייער לעבן צום דאלער, מיר דארפן צושטעלן דעם דאלער צום לעבן.


א רילידשעס עקזעמפשאן פאר שאטס האב איך שוין געהערט, אבער נישט א עקזעמפשאן פאר רעכענען...

ווי אזוי טאקע דארף מען עס מאכן ארבעטן?
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אביגעזונט
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 23, 2015 3:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביגעזונט »

קליינע טאטע האט געשריבן:איך האב געליינט זיין בוק,
אפאר נקודות, קודם זיין מהלך איז זייער א גיטע מהלך און סדארף און סקען ארבייטען פאר א היימישע משפחה, זיין ערשטע 3 בעבי סטעפס איז זייער פארשטענדליך און לכאורה וויכטיג.

איין זאך וואלט איך וועין געזאגט איז אנדערש פאר א איד איז די עקספענסעס פין ניסן און תשרי וואס דאס קען מען זיך נישט צו סאך אויסרעכענען אבער מען קען אויך מאכן א באדזשעט
סטעפ 5 וועיגען א קאלידש פאנד וואלט איך וועין געטאשט פאר א חתונה פאנד‎


די ערשטע 3 איז טאקע פשוט, אז יעדער וואלט אזוי געדארפט לעבן.
די שאלה איז וואס טוט זיך מיט 4-5-6. פארשטיי אויך אז קאלידש רעדט מען 1-2 קינדער נישט 6-14 קינדער.
אוועקלייגן 15% פון די אינקאם פאר ריטייערמענט נאכן אוועקגעבן 10% פאר מעשר, מיינט אז איך דארף מאכן מיט 25% מער א חודש ווי די טאטעל עקספענסעס. קארעקט?

פארוואס זאגסטו אז מ'קען נישט אויסרעכענען ניסן און תשרי? מ'קוקט פון פאראיאר און מ'מאכט א חשבון בערך. מ'דארף נאר אוועקלייגן געלט יעדע חודש פאר דעם (אויב ס'פעלט אויס).
אביגעזונט
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 23, 2015 3:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביגעזונט »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:אין למשל ישיבה קטנה מאור יצחק איז דא איין מאל א וואך א שיעור אין באדזשעטינג ווי מען לערענט פאר ביכער וואס מסילה האט ארויס געגעבן. אגב, אויב איינער קען מיך צו ווייזען ווי מען קען באקומען זייער ביכער וואלט איך איהם שטארק דאנקבאר געווען


קוק דא
אביגעזונט
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 23, 2015 3:35 pm

Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביגעזונט »

לב בשר האט געשריבן:לענ״ד די סיבה פ״וו היימישע אידן גייען נישט מיט די אלע אלגעמיינע באדטזשעטינג מהלכים, פשוט, ס׳איז נישט מעגליך.

עקסעמפל: אינגערמאן 28 יאר אלט, פינף קינדער, פארדינדט $75,000 א יאר.

ס׳איז הערליכע אינקאם, א גוי פארדינט $40,000 א יאר.
לאמיר זען צו ער קען אוועקלייגען 15% $11,250.


עקספענסעס א יאר:
דירה -$28,000 (אינקלודיג יוטיליטיס) קען נישט זיין ביליגער
שכ״ל- $10,000
עסן/גרעסערי- $18,500
קאר- $9,500

בלייבט ער מיט $9,000! דעס איז פאר קליידער, און אויב א קינד דארף עקסטער הילף וכו׳ וכו׳. כ׳רעדט שוין נישט פון מיסעלענויס עקספענסעס, ווי למשל דענדיסט קען קאסטן א פאר טויזנט דאלער...

לאמיר נישט רעדן ווען מ׳דארף שוין באצאלן ישיבה שכ״ל.

א גוי ביי די 28 האט נישט קיין פאמיליע, וואוינט מיט אנדערע...

סך הכל: די אלע באדזשעטינג זענען גוט פאר מענטשען וואס שטעלן אויס זייער לעבן צום דאלער, מיר דארפן צושטעלן דעם דאלער צום לעבן.


נישט פארשטאנען דיין סך הכל... מ'זאל נישט באדזשעטן?
און בד"וו, נעם אראפ די $9500 פאר דיין flease און לייג אנשטאט דעם $3000 וועט דיר איבערבלייבן $15500 פאר קליידער און דעניסט.
אביגעזונט
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 23, 2015 3:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביגעזונט »

דזשאסט להערה בעלמא.
אין דעיוו רעמסי'ס מהלך איז בודשעטינג ניטאמאל איינער פון די בעבי סטעפס.
מ'קען נישט אנהייבן פאר מ'האט א בודשעט וואס יעדע דאלער וואס מ'פארדינט האט א דזשאב צו טוהן. צו ס'איז פאר עקספענסעס, צו פאר באצאלן חובות, צו פאר סעיווינגס אא"וו. יעדע דאלער האט אן אדרעס פון פאראויס ווי ער זאל גיין.

א גוטע סטעיטמענט וואס ער ברענגט דארט פון א צווייטן:
"A budget is people telling their money what to do, instead of wondering where it went"

דערנאך קען מען אנהייבן די בעיבי סטעפס.
אלס פותח האשכול איז מיין שאלה נישט געווען אויף באדזשעטינג נאר מער אויף די ווייטערדיגע חלקים.
נאכאמל, להערה בעלמא..
אביגעזונט
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 23, 2015 3:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביגעזונט »

yankyperl האט געשריבן:https://collive.com/i-followed-dave-ramseys-rules/


ש'כח פאר די לינק.
טאקע א וויכטיגע נקודה וואס ער שרייבט צום סוף:
Note: Mr. Ramsey, the architect of the above personal finance method, adheres to a religion not shared by us, so please exercise discretion while listening to him and reading his books to sort his beneficial finance advice from his personal religious theologies.

די פראבלעם וואס אסאך פון אונז האבן איז אז אפילו מ'זאל ארבעטן פון מצאת החמה ועד צאת הנשמה, איז אויך שווער צו דעקן די חודש. (@לב בשר רעכנט 10,000 א יאר פאר שכ"ל. איי געס ער האט 2-3 קינדער, נישט 6-7 אדער מער) אלי שימון איז נישט קיין גוטע ראי' ווייל אויב איך געדענק גוט האט דארט געזאגט אז ער איז 24-25.
נו אז מ'האט נאך צו דעם 30-40 אלפים חובות וויאזוי געט מען זיך אן עצה?
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

אביגעזונט האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:לענ״ד די סיבה פ״וו היימישע אידן גייען נישט מיט די אלע אלגעמיינע באדטזשעטינג מהלכים, פשוט, ס׳איז נישט מעגליך.

עקסעמפל: אינגערמאן 28 יאר אלט, פינף קינדער, פארדינדט $75,000 א יאר.

ס׳איז הערליכע אינקאם, א גוי פארדינט $40,000 א יאר.
לאמיר זען צו ער קען אוועקלייגען 15% $11,250.


עקספענסעס א יאר:
דירה -$28,000 (אינקלודיג יוטיליטיס) קען נישט זיין ביליגער
שכ״ל- $10,000
עסן/גרעסערי- $18,500
קאר- $9,500

בלייבט ער מיט $9,000! דעס איז פאר קליידער, און אויב א קינד דארף עקסטער הילף וכו׳ וכו׳. כ׳רעדט שוין נישט פון מיסעלענויס עקספענסעס, ווי למשל דענדיסט קען קאסטן א פאר טויזנט דאלער...

לאמיר נישט רעדן ווען מ׳דארף שוין באצאלן ישיבה שכ״ל.

א גוי ביי די 28 האט נישט קיין פאמיליע, וואוינט מיט אנדערע...

סך הכל: די אלע באדזשעטינג זענען גוט פאר מענטשען וואס שטעלן אויס זייער לעבן צום דאלער, מיר דארפן צושטעלן דעם דאלער צום לעבן.


נישט פארשטאנען דיין סך הכל... מ'זאל נישט באדזשעטן?
און בד"וו, נעם אראפ די $9500 פאר דיין flease און לייג אנשטאט דעם $3000 וועט דיר איבערבלייבן $15500 פאר קליידער און דעניסט.

די איגערמאן דארף א קאר צו פארן צו די ארבעט. אויב ארבעט ער לאקעל מאכט ער $70,000 א יאר.. איה״נ ער קען נעמען א ביליגערע ליעס, יענע געלט וועט ער נוצן פאר׳ן סעלפאון אין מקוה געלט...

יוא געט די פוינט, מ׳קען נישט אוועקלייגן 15%

סך הכל זאג איך נישט מ׳זאל נישט שפארן וויפיל מ׳קען.

כ׳זאג נאר אז די אלע א.ג. ׳באדזשעטינג פלענס׳ איז געמאכט פאר א גוי וואס שטעלט אוס זיין לעבן אקארדינגלי. איינער וואס האט חתונה פאר ער האט א דזשאב, האט קינדער אן א פינאציעלע חשבון איז אן אטעם באמבע אקעגן די באדזשעטינג פלענס... נאכדעם ווי די האלטס אינמיטן לעבן א לעבן ווא הייבט נישט אן צו שטימן מיט די עיקר כללים, קענסטו נישט נאכגיין די פרטים...
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

דירה 28 אינקלודינג יוטעליטיס? שכר לימוד 10? הלוואי. א משפחה מיט 5 קינדער צאלט פיל פיל מער.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

נישט קיין חילוק וויפיל געלט דו מאכסט און וויפיל דיין לעבן קאסט, אויב האסטו נישט קיין חשבון ווי דיין געלט גייט ביסטו ראנג! די מציאות איז אז איינמאל ווייסט ווי יעדע דאלער גייט קען מען טרעפן וועגן צו שפארן, רעד נישט אויב האסטו נאכנישט פרובירט

למשל וויפיל קאסט בוטשער א וואך?
אפשר אויב קויפסטו א פעמילי פעק פון טשיקן באדעמס קענסטו שפארן 3 דאללער א וואך, 12 דאלליר א חודש און 144 א יאר? נע סאיז קליין געלט איא? אבער סאיז האלב פון דיין רענטערס אינשורענס פריומום

נעקסט: וויפיל קאסט די פלאנקען פאר די טשולענט א וואך? מינומום $20
אפשר פרוביר פאר איין יאר צו מאכן א טשיקן טשולענט וועסטו שפארן קרוב צו אלפל!

אזוי גיי דורך יעדע עקספענס און זעה ווי דע קענסט שניידן, וועסט נישט גלייבן וויפיל די קענסט שפארן
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

און דיין ווייב זעהט ווי די מיינסט עס ערנסט וועט זי אויך אנהייבן שפארן, זי וועט קויפן ביי אלד נעווי פאר ביליג ווי אין וואפיס וכו׳

און א אינטערסאנט איז אז דייקא די זאך פון ספענדען איז גורם שלום בית פראבלעמען און די מהלך פון שפארן איז מרבה אהבה און שלום
סאיז פאקט
אין די גויאישע וועלט איז דא א פראזן וואס פארבינדן שלום בית מיט געלט און סאיז א פאקט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

קרייסלער האט געשריבן:
אין די גויאישע וועלט איז דא א פראזן וואס פארבינדן שלום בית מיט געלט און סאיז א פאקט



אז מ'רעדט שוין:

די גמרא זאגט "אוקירו נשייכו כדי דתתעתרו"
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

קרייסלער האט געשריבן:און דיין ווייב זעהט ווי די מיינסט עס ערנסט וועט זי אויך אנהייבן שפארן, זי וועט קויפן ביי אלד נעווי פאר ביליג ווי אין וואפיס וכו׳

און א אינטערסאנט איז אז דייקא די זאך פון ספענדען איז גורם שלום בית פראבלעמען און די מהלך פון שפארן איז מרבה אהבה און שלום
סאיז פאקט
אין די גויאישע וועלט איז דא א פראזן וואס פארבינדן שלום בית מיט געלט און סאיז א פאקט

Please explain
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”