קינד מיט שרעקעדיגע חלומות

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

גוגל tapping technique
אין מאך אביסל ריסורטש....
דאס קען גאנץ מעגליך זיין דאס וואס די זוכסט, כ'בין אינגאנצן נישט באקאנט מיט דעם, איך זאג נאר נאך וואס כ'האב לעצטנס געהערט בנוגע אן ענליכע פראבלעם
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

בדרך אפשר
ער וויל נישט גיין אין זיין בעט? ס'עט מעגליך זיין א סעקרעפייס, אבער פאר די קומענדיגע שטיק צייט נעם אים לכתחילה אריין אין דיין אדער אין זיין מאמעס בעט, דארט ווי ער וויל גיין שלאפן, זאג אים 'דא וועט דיך קיינער נישט טשעפען' וכדו. ד.ה. קום דו אים אנטקעגן מיט ליבשאפט און ווארעמקייט ער זאל באמת שפירען ווי מ'גארד אים א גאנצע נאכט, ביז מ'וועט אים צוביסלעך צוריק לייגן אין זיין בעט, קודם אינמיטן שלאף פאר איין שעה ווילאנג ער כאפט זיך אויף, און אויב וויינט ער זאל מען אים גלייך צוריק ברענגן צו אייער שטוב. א.א.וו.
ווי ס'שיינט ברויך דיין קינד געוואונען אין זיין געוויסן זייער א שטארקע סעקיוריטי.
על מי מנוחות ינהלנו
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

eller האט געשריבן:א דאנק נאכאמאל פאר די אלע וואס טרייען צו העלפן.
מיין צדיקל האלט זיך נישט ביים אראפלייגן פאר קיין געלט נישט, עס העלפט נישט אז כ'ליג אדער שטיי נעבן אים. ער טאנצט אויף פון א שרעקליכע אינערליכע פחד.
ער איז נאך צו אינג צו פארשטיין בכלל וואס ס'מיינט א שפיטאל..
א דאנק נאכאמאל פאר די אלע וואס האבן זיך אנגערופן.
אויב איינער האט סיי וועלכע עקספעריענס מיט א נעטשרעל אדער עפעס ענליך וואס האט געהאלפן זאל מיר ביטע מודיע זיין.


נארמאל דארף די מהלך זיין אזוי ווי טייל האבן ארויסגעברענגט.

1) נישט "בארעכטיגן" זיין פחד. ווי צו זאגן: "האסט מורא פון די שפיטאל? אקעי היינט ביינאכט שלאף ביי מיר..." דאס איז נישט געזונט צו טוהן.

2) לאזן זיין פחד, און עס נישט דערשטיקן. ער "מעג" פילן דערשראקן. נישט אים געבן די הרגשה אז ער טאר נישט פילן דערשראקן.

3) אים מסביר זיין, אדער זאגן, "שלא בשעת הפחד" אז עס נישטא וואס צו מורא האבן.. אן קיין טיפע הסברים נאר אז טאטי זאגט אז עס נישטא וואס צו מורא האבן... (ער
קינד האט נישט מורא פון לאגיק נאר זיין געפיל זאגט אזוי).

4) יעצט, נאך אלע מעשיות, טוהן דארף ער נאך אלץ דאס וואס דו האלטסט פאר ריכטיג. דהיינו שלאפן אין "זיין" בעט. זאג פארן קינד רואיג, הארציג, אבער פעסט, אז מ'גייט היינט שלאפן אין דיין בעט.

קען אבער זיין אז דא איז עקסטרעם, אז עס איז שווער דאס אויסצופירן למעשה.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

אקעי לאמיר מיטטיילען מיין סוקסעס סטארי.. (אז אנדערע אין די שיך זאלן וויסן דערפון.)
געלויבט דער אויבערשטער (THANK YOU HASHEM בלע"ז...) אז נאכדעם וואס כ'האב געטרייט אפאר נעטרול מענטשן און ס'האט גארנישט געהאלפן.
בין איך אנגעקומען צו ר'קאפל שעהנברוין פון קרית יואל וואס האט מיט צוויי לעסענס אים אינגאנצען אוועקגענומען די פחדים (די נאכט פאר די צווייטע האט ער נאך בשום אין אופן געוואלט שלאפן אין זיין בעט, און זיך אויפגעוועקט יעדע פאר שעה. די נאכט נאכן לעססען האט ער שוין געשלאפן רואיגערהייט ווי כאילו ס'איז גארנישט געווען די לעצטע צוויי חדשים.
געלויבט דער אויבערשטער פארן מיך צושיקן די גוטע שליח.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יישר כח פארן מיטטיילן. וואספארא סארט טעראפי מאכט ער?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

ברוך השם! יישר כח פארן מיטטיילן די גוטע ענדע.

אפשר וואלט איר געוואלט מיטטיילן מיט אונז וואס איז בערך דער מהלך פון הרב שעהנברוין? כנא שכל ועוד לקרא, נישט באמערקט אז ער האט אריינגעהאקט.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

ער מאכט ענערדזשי.
ביי מיר האט ער עס געטון אווער די פאון.
פרעגט מיר נישט וויאזוי, ווייל כ'פרעג די זעלבע זאך.
וויאזוי קען ער מאכן ענערדזשי ווען ער וואוינט אין קרית יואל אין איך אין די סיטי ???? וויאזוי העקט ער אריין אין מיר ? (גערעדט צו איינער וואס טוט אויך אין דעם, זאגט ער מיר מ'קען אריינהעקן אין א צווייטען און וויסן פונקטליך וואס ס'גייט פאר ביי יענעם, אלע מחשבות אין פילינגס..)
אבער למעשה ב"ה ס'האט געהאלפן.
און איך ווייס פון נאך אנדערע מענטשן וואס ער האט געהלפן, בעיקר ווען ס'קומט צו עמאשעינאל..
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

פאון נאמבער פליז
פייערקרעקערס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערקרעקערס »

eller האט געשריבן:ער מאכט ענערדזשי.
ביי מיר האט ער עס געטון אווער די פאון.
פרעגט מיר נישט וויאזוי, ווייל כ'פרעג די זעלבע זאך.
וויאזוי קען ער מאכן ענערדזשי ווען ער וואוינט אין קרית יואל אין איך אין די סיטי ???? וויאזוי העקט ער אריין אין מיר ? (גערעדט צו איינער וואס טוט אויך אין דעם, זאגט ער מיר מ'קען אריינהעקן אין א צווייטען און וויסן פונקטליך וואס ס'גייט פאר ביי יענעם, אלע מחשבות אין פילינגס..)
אבער למעשה ב"ה ס'האט געהאלפן.
און איך ווייס פון נאך אנדערע מענטשן וואס ער האט געהלפן, בעיקר ווען ס'קומט צו עמאשעינאל..

איז ער א לייסענס טערעפיסט?
וואס איז זיין ספעשעלטי?
בערך וויאזוי ארבעט א סעסיע?
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

דר'עולם קאן נישט ר' קאפל? בדרך כלל וועט ער דאווענען די לעצטע מנין וואס ס'איז פארהאנען, זייער א זיסער אידל, דער פאטער פון די שעהנברוינס.

דאכט זיך מיר ער איז א תלמיד פון הגה"צ ר' אברהם לייטנער זצ"ל ממאנטעווידעא, ער פלעגט זיך דארט דרייען.

די לעצטערע יארן ביי די 60 יאר האט ער אנגעהויבן מיט די ענערדזשי ביזנעס, ס'איז דא מענטשן וואס האלטן שטארק פון אים, אבער זייט געווארנט עס קודם דורכצורעדן מיט אייער מורה הוראה, ואכמ"ל.

(כ'ווייס פון איינעם וואס האט זיך געמוטשעט מיט עפעס און ר' קאפל איז אים נאכגעלאפן אז ער וויל אים העלפן פאר אומזינסט, אבער דער אינגערמאן א בר אוריין האט בשום אופן נישט געוואלט, ברוב הימים איז דער פראבלעם במילא געלעזט געווארן ב"ה.)
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

א גראם מיט טעם האט געשריבן:פאון נאמבער פליז
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

א גראם מיט טעם האט געשריבן:
א גראם מיט טעם האט געשריבן:פאון נאמבער פליז

קלארמאכונג! איך בין נישט קיין פען פאר אים, נאר היות כ'האב אריינגעמישט דעם ציבור ווען כ'האב געזוכט העלפ, האב איך געשריבן וויזאוי כ'בין געווארן געהאלפן
זיין נומבער איז 8457835069, הגם מ'זאל זיין גערישט אז ער הייבט נישט אויף, מ'דארף אפאר מאל קאלן ביז מען קען אים כאפן.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
milech fried
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am
לאקאציע: checkmate in 1
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך milech fried »

היימישער הייקער האט געשריבן:האלטעך יעצט ממש אינמיטן די זעלבע פרשה מיט מיין קליינער. ער חלום'ט פון חיות. די שרעק גייט אזוי ווייט אז אפילו ווען ער איז אויף ציטערט ער דערפון מיט ממש פיזישע סימפאטמען.

קודם האבעך אים פראבירט צו מסביר זיין אז עס איז נאר א חלום. אסאך אויפגעטוהן...

איינער האט מיר מסביר געווען אז דאס קען אים נאך מער דערשעקן, וויבאלד ער פילט אז ער האט ניטאמאל ווער עס זאל אים באשיצן פון דעם מיסטריעזע חיה, וויבאלד קיינע זעהט עס נישט אויסער אים. מעיקס סענס טא מי!

לעצטענס ארבעט איך מיט מיט אים, איך שטעל אהן א פנים ווי איך גלייב אים אויפן ווארט אז עס איז טאקע געקומען א חי', איך פרעג אים אויס ווי אזוי עס האט אויסגעזעהן, וועלכע קאליר, ווי איז ער געקומען, ווי האט ער אים געביסן, אה! ב"ה איך זעה אז עס האט זיך שוין אויסגעהיילט. נעקסט טיים ווען די חי' קומט, רוף מיך שנעל, איך וויל אים אויך זעהן, וכו' וכו'. ב"ה נאך אפאר טעג האט זיך די שרעק היבש פארמינערט. ער קען שוין מיטשמייכלען ווען מען רעדט פון די חי'.

אויב דו פראבירסט עס אויס, לעט מי קנאו.

ישר כח
גיימער פרובירן
וויאזוי צו שפילן שאך

שלעכטע נייעס פאר ביידן! סאיז דערנאך מיט טראמפ... צייט פאר א קריסטי אדמיניסטראציע!
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

דאכצעך ער האט אויך א אפיס אין ברוקלין.

געהערט פון א איד וואס הרה"ק מ'טאהש זי"ע האט גע'עצה'ט פאר פחדים צו חזר'ן דעם פסוק הודאי שמו כן תהלתו.
שפעטער געזען אין מחזור המפורש (פיוט וכל מאמינים) אז דאס איז מסוגל נגד רוחות רעות.
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3942
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

eller האט געשריבן:ער מאכט ענערדזשי.
ביי מיר האט ער עס געטון אווער די פאון.
פרעגט מיר נישט וויאזוי, ווייל כ'פרעג די זעלבע זאך.
וויאזוי קען ער מאכן ענערדזשי ווען ער וואוינט אין קרית יואל אין איך אין די סיטי ???? וויאזוי העקט ער אריין אין מיר ? (גערעדט צו איינער וואס טוט אויך אין דעם, זאגט ער מיר מ'קען אריינהעקן אין א צווייטען און וויסן פונקטליך וואס ס'גייט פאר ביי יענעם, אלע מחשבות אין פילינגס..)
אבער למעשה ב"ה ס'האט געהאלפן.
און איך ווייס פון נאך אנדערע מענטשן וואס ער האט געהלפן, בעיקר ווען ס'קומט צו עמאשעינאל..


סאיז מיר זייער אינטרעסאנט וואס ער טוט. איינער ווייסט אפשר מער פין דעם? האט ער לייסענס? אדער אן המלצה פין דיינים\רבנים?
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”