יוסי גאלדבערגער גראפיסט "כח היחיד" קאמפיין קעגן טייערע חתונות

הילף בזמן שמחה

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

חסידישע_אינגערמאן
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 05, 2012 6:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישע_אינגערמאן »

לפנות בוקר האט געשריבן:האב איך שוין געענטפערט אויף דעם, אז אונזערע הוטן שטייען אויס או אויסטערלישע אביוז, מ'ניצט עס א גאנצע טאג /רעגן/קעלט/ און איבער אלעם אין היץ וואס היץ מיט שוויץ איז נאמבער וואן זאך וואס מאכט חרוב א הוט,
און עס איז נישט מעגליך אז א שוואכע קוואליטעט הוט זאל זיך האלטן..
נ.ב. איך האב שוין פרובירט...

איך בין געווענליך בשיטה פון קויפן עטליכע פאר ביליג, למשל קויף איך געווענליך 2-3 פאר פון ביליגע שיך פאר בערך 30$ איעדע און איך טויש גאנץ אפט, אנשטאט קויפן די 'ברענד' פאר 150$+ און טראגן פאר 2 יאר. אויב מ'קען קויפן 5 הוטן פאר די פרייז פון איינס און טוישן יעדע האלבע יאר... איז עס נאכאלץ ווערד.
קום אריין קלאר וואס דו מיינסט צו זאגן אז דו האסט עס שוין פרובירט.
הייליג
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליג »

לפנות בוקר האט געשריבן:
חסידישע_אינגערמאן האט געשריבן:ווען מ'רעדט פון פרויען קליידונג, איז דאס ווייט פון א חתונה פראבלעם.
ס'ווינדערט מיך שוין יארן, וויאזוי איז עס אז דו קענסט אין קיין גוישע געשעפט נישט טרעפן קיין קלייד פאר מען ווי $150-200 ווען אין די יודישע מארקעט קענסטו נישט טרעפן אונטער די פרייז. און אז די רעדסט פון א שבת קלייד אדער גאר 'מחותנת'טע קלייד' קענסטו נישט דינגען פאר אונטער $1500. איך ווייס נישט צו די פוירסט לעידי גייט מיט אזא טייערע קלייד.
בכלל איז א פראבלעם אין די יודישע בגדים מארקעט, אפילו א מענער הוט קאסט היינט $240 ווען די קוקסט אויף עמעזאן פאר א פעלענע הוט קאסט עס $20, איך וואלט מיט אזא הוט נישט געגאנגען, אבער פארוואס דארף עס קאסטן מער ווי 10 מאל די פרייז נאר וויבאלט עס איז א 'אידישע מלבוש'?

קודם כל דאס וואס דו זאגסט וועגן די פרויען קליידער זעמער אינז אליין שילדיג, אין בארא פארק איז דא אסאך גרויסע ביליגע פרויען קליידער געשעפטן און זיי זענען שיין מצליח.. זיי האבן געעפנט אין וויליאמסבורג א געשעפט, און קיינער איז דארט נישט אריין.. ווייל מיך פאסט נישט אריין צו גיין אין א ביליגע סטאָר... האבן זיי טאקע צוגעשפארט אין וויליאמסבורג... סאָ נישט זיין א בעל גאווה און נאכדעם וויינען אז פרייזן זענען טייער...

לגבי די היט חלק, איז מיר עס געווען אינטערסאנט ווייל איך ווייס אז רעביט פאָר איז א טייערע מאטריאל, בין איך שנעל געלאפן קוקן אויף אמעזאן אין געזען אז די האסט געמאכט א שטיקל טעות מיט א זערא די פרייז אויף אמעזאן איז בערך 200 און דאס איז אן די חסידישע ברים וואס מאכט עס טייערער...
https://www.amazon.com/Stetson-Whippet- ... 426&sr=8-7
וואס מ'קען יא טאן איז פשוט אנהייבן צו גיין מיט אנדערע מיני הוטן...

קוק די לינק
https://www.urbanoutfitters.com/shop/wi ... ype_hats_c

איך בין א חלק אלוק' - איך בין הייליג!
די עבודה איז: גלייבן דערין סיי וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרובירן צו ווערן בעסער
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3175
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

תגובה דורך לפנות בוקר »

הייליג האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:
חסידישע_אינגערמאן האט געשריבן:ווען מ'רעדט פון פרויען קליידונג,...

ס'איז נישט קיין Fur נאר וואל..
לפנות בוקר
פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובה דורך פרנס היום »

ניס קראכער האט געשריבן:
פרנס היום האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:פרנס,
האסט שוין אמאל גערעדט צו א מאדערנע איד וועגן חתונה אויסגאבן?
קוקט נישט אויס אזוי

האט גארנישט מיט די סיסטעם ווי די רופסט עס, האט מיט יעדע טאטע מאמע'ס חיוב צו מחנך זיין די קינדער אז מ'ברויך נישט אלעס באקומען וואס יענער האט
איך זע נישט וואס די בית חינוך איז אויף דעם אויך שילדיג
והבן כי 'קצרתי

שוין יארן לאנג ווען איך טרעף א איד פון א אנדערע קרייז און פארשידענע געגענטער פרעג איך אים אויס וועגן זייער לייפסטייל, רובא דרובא מאדערענע אידן מאכן נישט חתונה אין עטרת אברהם , און זיי האבן נישט קיין 12 קינדער און מען רעדט פון אידן וואס מאכן אסאך געלט א יאר , די וואס מאכן 100 אלפים א יאר מאכן ביליגערע חתונות ווי אונז, און יא, א חלק פון די זאך איז פשוט רוב פרויען ביי אלע אנדערע אידן ארבעטען(היינט צוטאגס ביי אונז ארבעט מען שוין אויך גאר אסאך צו פונדערהיים אדער גלייכענס און סאיז קלאר א חילוק ביי די פרויען) ,נומבער איינס זיי האבן נישט קיין צייט צו קויפן אזויפיל שטותים און צווייטענס זיי ווייסן וואס א דאלאר איז , און דריטענס סאיז דא יניפארמס , וואס אוטאמאטיש מאכט עס א מיידעל אויפוואקסן אן זיך אנטין פענסי, ביי אונז איז א מיידעל פון 10 יאר באהאווענט ווי די גרעסטע קעניגען אין די וועלט וויזוי זיך אויסצופיצן ווי א מאד ווען זי גייט אין סקול , לעצטענס ווערט עס ערגער און ערגער

איך האב געפרעגט אין די לעצטערע יארן זייער אסאך אידן נישט פון טשולענט טאפ וועגן חתונה מאכן און איך גלייב נישט וואס איך הער, למשל די וועג ווי אונזערע 18 יעריגע מיידעל'ס דירות ווערן אויסשטאפירט ווי א מלך איז נישדא אפילו ביי די גאר רייכע וואס מאכן 100 אלפים חתונות , די טייערע בעטגעוואנט איז א חסידישע ביזנעס, עס איז נישדא אין די וועלט און ביי קיין אנדערע קרייז אויסער וואס חסידים פרובירן עס צו פארקויפן ביי אנדערע קרייזען מען קען רעדן פאר טעג און וואכן, ביי רוב נעמט מען א פורנישט דירה אדער ממש א טיש און בענקעל און זה הא , מען שטאפירט נישט אויס די דירה ווי באראן ראטשילד א קינד מיט 3 פאר סעטס דישעס וואס מען גייט אפשר נוצן און 5 יאר ארום

אדרבה הייבטס אן פרעגן אנדערע אידן נישט פון טשולענט טאפ , סתם אידן אפילו פון בארא פארק אומגעגענט נישט פון סמעטענע , עטס וועט שטוינען און נישט גלייבען

די חלק אז א טאטע קען אויסלערנען זיינע קינדער איז איין זאך אבער ווען די מיידעל קומט אן אין סקול אין יעדע מיידעל גייט אנגעטין ווי א פרינצעסן אויסגעפיצט אדער ביי א שמחה , און די טישטער אפילו מיט די פרומסטע קאפ צודעק זעט אויס ווי א מאדעל פון פיפט עוועניו , העלפט נישט גארנישט וואס די טאטע אדער מאמע באכעט אריין

כ'באב שוין גערעדט צו מער אידן ווי די מיינסט, פון א.ג. אוט אוו די באקס קרייזן
אין איך קען דיר זאגן בפה מלא אז אונז האב מיר זוך נישט וואס צו שעמען אקעגן זיי!

כ'האב נישט יעצט אזויפיל צייט צו שרייבן אבער אזויפיל שפיר איך יא ארויסצוברענגען אז רוב פון אייער תגובה אקייגן אונזער ליוו סטייל ווס די אוט אוו די באקס איז שקר גמור!!!

איך בין מיר מיט דיר מחולק ! איך רעדט נישט דוקא פון אוט אפ טאון, איך רעדט פון קווינס ,פייו טאונס,פלעטבוש,לעיקוואד, פעסעיק, מענהעטען און אזוי ווייטער , זיי האבן איין ריזיגע עקפסענס וואס זיי וויינען אייביג און דאס איז טואישען , די שכר לימוד קאסט ביי זיי א הון תואפת , אז זיי האבן נישט מער אפילו צו ספענדען , די פאקט איז אז א פרוי וואס ארבייט שפארט דעם דאלאר, אויסער דעם וואס די כאפסט נישט אז די עווריזש ביי אידן אויסער חסידים וואס די ווייב ארבעט אויך מאכן זיי ביינאזאם בערך 200 טויזענט א יאר אן שטאטישע פראגראמען, און דאס איז נאך א פאקט וואס איך זע ממש טעגליך אפילו ביי אונזערע אינגעלייט, די וואס האבן נישט קיין שטאטישע פראגראמען לעבן אויף א קלענערע סטאנדארט אוטאמאטיקלי

סא זייער ברעקעט איז אינגאנצען אנדערש
הייליג
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליג »

לפנות בוקר האט געשריבן:
הייליג האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:
חסידישע_אינגערמאן האט געשריבן:ווען מ'רעדט פון פרויען קליידונג,...

קודם כל דאס וואס דו זאגסט וועגן די פרויען קליידער זעמער אינז אליין שילדיג, אין בארא פארק איז דא אסאך גרויסע ביליגע פרויען קליידער געשעפטן און זיי זענען שיין מצליח.. זיי האבן געעפנט אין וויליאמסבורג א געשעפט, און קיינער איז דארט נישט אריין.. ווייל מיך פאסט נישט אריין צו גיין אין א ביליגע סטאָר... האבן זיי טאקע צוגעשפארט אין וויליאמסבורג... סאָ נישט זיין א בעל גאווה און נאכדעם וויינען אז פרייזן זענען טייער...

לגבי די היט חלק, איז מיר עס געווען אינטערסאנט ווייל איך ווייס אז רעביט פאָר איז א טייערע מאטריאל, בין איך שנעל געלאפן קוקן אויף אמעזאן אין געזען אז די האסט געמאכט א שטיקל טעות מיט א זערא די פרייז אויף אמעזאן איז בערך 200 און דאס איז אן די חסידישע ברים וואס מאכט עס טייערער...
https://www.amazon.com/Stetson-Whippet- ... 426&sr=8-7
וואס מ'קען יא טאן איז פשוט אנהייבן צו גיין מיט אנדערע מיני הוטן...

קוק די לינק
https://www.urbanoutfitters.com/shop/wi ... ype_hats_c

ס'איז נישט קיין Fur נאר וואל..

ס'דאך נישט קיין חילוק די מאטריאל ווי אויבן ערווענט
די נקודה איז אז עס איז פארהאן פאר ביליגער

איך בין א חלק אלוק' - איך בין הייליג!
די עבודה איז: גלייבן דערין סיי וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרובירן צו ווערן בעסער
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

די פראבלעם פון די פרויען קליידער איז א מיר חסידישע אידן קענען נישט קויפן אין רוב גויאישע געשעפטן און ווען יא איז עס טייער
די פאר היימישע סוחרים וואס שטעלן צו פארן היימישע ציבור פארדינען שיין
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קודם א הארציגען יישר כח פאר אלע שרייבער, אינציאטארן, גראפיקער און פארשפרייטער

די היינטיגע אלגעמיינע וועלט באשטייט אויף די געדאנק פון 'כח היחיד' דאס איז די סאושעל מידיא'ס שטארקייט און דאס האט אריינגעוועלט מר. טראמפ אלס פרעדיזענט ואכמ"ל, און נאר דאס קען באמת ברעכן די נער'ישע סטיגמע פון 'נארמאל' חתונה מאכן.

איך ווייל לופטערן א געדאנק אז 'עכטע' מענטשן וואס מאכן חתונה זאלן זיין גרייט צו ערשיינען אויף עדווערטייזמענט:

איך יואל שוארץ האב נישט געמאכט קיין 'שבת באווארפן' פאר מיין זון מאיר!

איך ברוך ווייס האב נישט געקויפט קיין נייע שטריימל צו מיין זון בערל'ס חתונה!

איך גדלי' פייערווערקער האב נישט געמאכט קיין מסיבת תנאים פאר מיין טאכטער דבורה'ס שידוך שליסן!

איך זיינווייל ליפשיץ האב נישט געקויפט קיין אתרוג פושקע פאר מיין חתן דוד הירשפעלד!

וכו'
פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרנס היום »

קרייסלער האט געשריבן:די פראבלעם פון די פרויען קליידער איז א מיר חסידישע אידן קענען נישט קויפן אין רוב גויאישע געשעפטן און ווען יא איז עס טייער
די פאר היימישע סוחרים וואס שטעלן צו פארן היימישע ציבור פארדינען שיין

הוילע שטותים ! עס איז די זעלבע שקר אז מען קען נישט חתונה האבן אן גראף פאטאצקיס איטאליענער פורניטשער!
הונדערטע אדער גאר טויזענטער חסידישע פרויען גייען אנגעטין מיט קליידונג עטליעסט פאר טעגליכע באנוץ נאר פון די גויעשע געשעפטן גוטע שטארקע סחורה פאר גאר ביליג ! דאס איז א ליגענט וואס פרויען וואס שוינען נישט די מענער זאגן ! וועם עס ווייב עס זאגט די ליגענט זאל וויסן אז ער זאל ביטע אנהייבען ארבעטען אויף שלום בית באנאזאם פון אלף, וועגן זיין ווייב האט אים טיף אין בוידעם ! און מאכט דאס גענאר און שפאט פון דיר
לעצט פארראכטן דורך פרנס היום אום זונטאג דעצעמבער 08, 2019 4:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרנס היום »

מיללער האט געשריבן:קודם א הארציגען יישר כח פאר אלע שרייבער, אינציאטארן, גראפיקער און פארשפרייטער

די היינטיגע אלגעמיינע וועלט באשטייט אויף די געדאנק פון 'כח היחיד' דאס איז די סאושעל מידיא'ס שטארקייט און דאס האט אריינגעוועלט מר. טראמפ אלס פרעדיזענט ואכמ"ל, און נאר דאס קען באמת ברעכן די נער'ישע סטיגמע פון 'נארמאל' חתונה מאכן.

איך ווייל לופטערן א געדאנק אז 'עכטע' מענטשן וואס מאכן חתונה זאלן זיין גרייט צו ערשיינען אויף עדווערטייזמענט:

איך יואל שוארץ האב נישט געמאכט קיין 'שבת באווארפן' פאר מיין זון מאיר!

איך ברוך ווייס האב נישט געקויפט קיין נייע שטריימל צו מיין זון בערל'ס חתונה!

איך גדלי' פייערווערקער האב נישט געמאכט קיין מסיבת תנאים פאר מיין טאכטער דבורה'ס שידוך שליסן!

איך זיינווייל ליפשיץ האב נישט געקויפט קיין אתרוג פושקע פאר מיין חתן דוד הירשפעלד!

וכו'

גאר שטארק ! יוסי גאלדבערגער האט אויסגעפראקט זיין אייגענע דירה פאר די גאנצע וועלט אויף סאשעל מידיע אז ער ספענט וויפעל ער האט, כח לחי און דאס איז זיין ציל אויף ווייטער
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

פרנס היום האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:פרנס,
האסט שוין אמאל גערעדט צו א מאדערנע איד וועגן חתונה אויסגאבן?
קוקט נישט אויס אזוי

האט גארנישט מיט די סיסטעם ווי די רופסט עס, האט מיט יעדע טאטע מאמע'ס חיוב צו מחנך זיין די קינדער אז מ'ברויך נישט אלעס באקומען וואס יענער האט
איך זע נישט וואס די בית חינוך איז אויף דעם אויך שילדיג
והבן כי 'קצרתי

שוין יארן לאנג ווען איך טרעף א איד פון א אנדערע קרייז און פארשידענע געגענטער פרעג איך אים אויס וועגן זייער לייפסטייל, רובא דרובא מאדערענע אידן מאכן נישט חתונה אין עטרת אברהם , און זיי האבן נישט קיין 12 קינדער און מען רעדט פון אידן וואס מאכן אסאך געלט א יאר , די וואס מאכן 100 אלפים א יאר מאכן ביליגערע חתונות ווי אונז, און יא, א חלק פון די זאך איז פשוט רוב פרויען ביי אלע אנדערע אידן ארבעטען(היינט צוטאגס ביי אונז ארבעט מען שוין אויך גאר אסאך צו פונדערהיים אדער גלייכענס און סאיז קלאר א חילוק ביי די פרויען) ,נומבער איינס זיי האבן נישט קיין צייט צו קויפן אזויפיל שטותים און צווייטענס זיי ווייסן וואס א דאלאר איז , און דריטענס סאיז דא יניפארמס , וואס אוטאמאטיש מאכט עס א מיידעל אויפוואקסן אן זיך אנטין פענסי, ביי אונז איז א מיידעל פון 10 יאר באהאווענט ווי די גרעסטע קעניגען אין די וועלט וויזוי זיך אויסצופיצן ווי א מאד ווען זי גייט אין סקול , לעצטענס ווערט עס ערגער און ערגער

איך האב געפרעגט אין די לעצטערע יארן זייער אסאך אידן נישט פון טשולענט טאפ וועגן חתונה מאכן און איך גלייב נישט וואס איך הער, למשל די וועג ווי אונזערע 18 יעריגע מיידעל'ס דירות ווערן אויסשטאפירט ווי א מלך איז נישדא אפילו ביי די גאר רייכע וואס מאכן 100 אלפים חתונות , די טייערע בעטגעוואנט איז א חסידישע ביזנעס, עס איז נישדא אין די וועלט און ביי קיין אנדערע קרייז אויסער וואס חסידים פרובירן עס צו פארקויפן ביי אנדערע קרייזען מען קען רעדן פאר טעג און וואכן, ביי רוב נעמט מען א פורנישט דירה אדער ממש א טיש און בענקעל און זה הא , מען שטאפירט נישט אויס די דירה ווי באראן ראטשילד א קינד מיט 3 פאר סעטס דישעס וואס מען גייט אפשר נוצן און 5 יאר ארום

אדרבה הייבטס אן פרעגן אנדערע אידן נישט פון טשולענט טאפ , סתם אידן אפילו פון בארא פארק אומגעגענט נישט פון סמעטענע , עטס וועט שטוינען און נישט גלייבען

די חלק אז א טאטע קען אויסלערנען זיינע קינדער איז איין זאך אבער ווען די מיידעל קומט אן אין סקול אין יעדע מיידעל גייט אנגעטין ווי א פרינצעסן אויסגעפיצט אדער ביי א שמחה , און די טישטער אפילו מיט די פרומסטע קאפ צודעק זעט אויס ווי א מאדעל פון פיפט עוועניו , העלפט נישט גארנישט וואס די טאטע אדער מאמע באכעט אריין

נישט אמת, טאטע מאמע העלפט, די טיטשערס די וואס האבן א פרומע קאפ צודעק זענען מערסטנס נישט אזוי ווי דו זאגסט, די אנדערע אויך נישט. ביינונז איז יא דא יוניפארמס אבער כגלייב נישט אז דאס איז "אלעס".
די הקדמה וואס האסט געמאכט צווישן אונזערע קרייזן און אנדערע איז נישט קארעקט, ווייל דער טאטעל קאסט פון חתונה מאכן איז נישט ביליגער גיי איבער עוורידזש קעגן עווערידזש!
די מיידלעך ברענגען טאקע אריין מער געלט בדרך כלל, ולאידך גיסא קען מען זאגן אז ביי אונז (בדרך כלל) פארשווענדט מען ווייניגער געלט אויף זאכן וואס גייען אין גארבידזש, וואו ביי אנדערע קרייזן, דאס גייט נישט ארויף לשיטת אז די פארניטעשער און דישעס בעטגעוואנט איז גארביטש.
דארפסט אבער אויך געדענקען אז מיר זענען אונגארישע, נישט פוילישע רוסישע אדער ליטווישע, און כ'מיין עס אמת'דיג, גיי אין א רייכע האטעל אין בודאפעסט אדער נירעדהאז וועסטו זען דיין באבעס שטאפיר סטייל!
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

מיללער האט געשריבן:קודם א הארציגען יישר כח פאר אלע שרייבער, אינציאטארן, גראפיקער און פארשפרייטער

די היינטיגע אלגעמיינע וועלט באשטייט אויף די געדאנק פון 'כח היחיד' דאס איז די סאושעל מידיא'ס שטארקייט און דאס האט אריינגעוועלט מר. טראמפ אלס פרעדיזענט ואכמ"ל, און נאר דאס קען באמת ברעכן די נער'ישע סטיגמע פון 'נארמאל' חתונה מאכן.

איך ווייל לופטערן א געדאנק אז 'עכטע' מענטשן וואס מאכן חתונה זאלן זיין גרייט צו ערשיינען אויף עדווערטייזמענט:

איך יואל שוארץ האב נישט געמאכט קיין 'שבת באווארפן' פאר מיין זון מאיר!

איך ברוך ווייס האב נישט געקויפט קיין נייע שטריימל צו מיין זון בערל'ס חתונה!

איך גדלי' פייערווערקער האב נישט געמאכט קיין מסיבת תנאים פאר מיין טאכטער דבורה'ס שידוך שליסן!

איך זיינווייל ליפשיץ האב נישט געקויפט קיין אתרוג פושקע פאר מיין חתן דוד הירשפעלד!

וכו'

הלואי, אבער דאס קענען נאר טון מענטשן וואס האבן אדער עכט יא, אדער עכט נישט (און אויך אין פובליק נישט) געלט
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

פרנס היום האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
פרנס היום האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:
חסידישע_אינגערמאן האט געשריבן:ווען מ'רעדט פון פרויען קליידונג, איז דאס ווייט פון א חתונה פראבלעם.
ס'ווינדערט מיך שוין יארן, וויאזוי איז עס אז דו קענסט אין קיין גוישע געשעפט נישט טרעפן קיין קלייד פאר מען ווי $150-200 ווען אין די יודישע מארקעט קענסטו נישט טרעפן אונטער די פרייז. און אז די רעדסט פון א שבת קלייד אדער גאר 'מחותנת'טע קלייד' קענסטו נישט דינגען פאר אונטער $1500. איך ווייס נישט צו די פוירסט לעידי גייט מיט אזא טייערע קלייד.
בכלל איז א פראבלעם אין די יודישע בגדים מארקעט, אפילו א מענער הוט קאסט היינט $240 ווען די קוקסט אויף עמעזאן פאר א פעלענע הוט קאסט עס $20, איך וואלט מיט אזא הוט נישט געגאנגען, אבער פארוואס דארף עס קאסטן מער ווי 10 מאל די פרייז נאר וויבאלט עס איז א 'אידישע מלבוש'?

קודם כל דאס וואס דו זאגסט וועגן די פרויען קליידער זעמער אינז אליין שילדיג, אין בארא פארק איז דא אסאך גרויסע ביליגע פרויען קליידער געשעפטן און זיי זענען שיין מצליח.. זיי האבן געעפנט אין וויליאמסבורג א געשעפט, און קיינער איז דארט נישט אריין.. ווייל מיך פאסט נישט אריין צו גיין אין א ביליגע סטאָר... האבן זיי טאקע צוגעשפארט אין וויליאמסבורג... סאָ נישט זיין א בעל גאווה און נאכדעם וויינען אז פרייזן זענען טייער...

לגבי די היט חלק, איז מיר עס געווען אינטערסאנט ווייל איך ווייס אז רעביט פאָר איז א טייערע מאטריאל, בין איך שנעל געלאפן קוקן אויף אמעזאן אין געזען אז די האסט געמאכט א שטיקל טעות מיט א זערא די פרייז אויף אמעזאן איז בערך 200 און דאס איז אן די חסידישע ברים וואס מאכט עס טייערער...
https://www.amazon.com/Stetson-Whippet- ... 426&sr=8-7
וואס מ'קען יא טאן איז פשוט אנהייבן צו גיין מיט אנדערע מיני הוטן...

דא גענוג קלוגע פרויען אדער בעסער געזאגט פרויען וואס האבן הארץ און מידת רחמנות אויף זייערע מענער און קויפן אין גויעשע געשעפטן צניעות קליידער פאר פעניס ממש , ליידער פעלט ביי אונזערע פרויען מידות טובות(מכלומר'שט רופט מען זיי נשים צדקניות ,א פייג און בוידעם,א פרוי וואס ספענד טויזענטערס פאר קליידונג וועגען יענעם איז דיין אשה צדיקה נאר מידות גרועות ,דאס ספענדען ווי ביי אונז פאר קינדער שיך ,העד בענדס און נאך שאר ירקות פאר טייער געלט עקזעסטירט נישט אין די וועלט) ,שוין אריין אין שלום בית / השקפה אשכול ,און אונזערע סקולס זענען ליידער שילדיג דערויף

זייער דערביטערט דא ביזט גערעכט מיט פוינטס אבער ביזט געפארן אויף דריי הונדערט מייל א שעה. סלאוי דאון און מ'וועט צונעמען דיינע שורות

אין קורצען איז אזוי , די פראבלעם איז ווי יעדער שרייבט אז ביים חתונה מאכן און ספענדען אזוי סך אויף איינמאל ברעכט עס אויס אז מען קען עס נישט דערהייבן , אבער באמת איז די שורש הפראבלעם אונזער השקפה בימינו , אונז זעמיר היינט כאסידישע מאדערנע אידן ,נישט חסידים!וועגן דעם בין איך געפארן אזוי שנעל , איך גלייב נישט אז מען קען טוישען דעם עולם צוריק צו חסידות אבער נישט לאנג צוריק איז חסידות געמיינט פשוט פשט אז א איד וואס לעבט נישט מיט מותרות ,היינט לעב מיר אונז מיט מער מותרות ווי די מאדרענסטע איד , דאס קומט פון בעיני ראיתי ,אדרבה פרעג מאדערענע וויפעל זיי צאלן פאר מעיקאפ פאר חתונות אדער קליידער, וועסט נישט גלייבן אז נישט קיין פערטעל אדער באלד א צענטעל ווי אונז , לא יאומן כי יסופר די היי סטענדארט וואס אונזערע קינדער גייען אנגעטין, דאס איז נישט דא אין ערגעץ אין די וועלט! ניטאמאל להבדיל ביי א רייכע גוי, אז יעדע טייטס/זאקעלע מיט קלייד ,שיכעלע און העד בענד פאר א בעבי מיז מעטשען פונקטליך יעדן איינציגען טאג ווי מען גייט צו א חתונה , א בעבי גייט טעגליך אנגעטין טייערער ווי די רייכסטע גוי ! דאס איז השקפה פון אונזער סיסטעם וואס ברויך א טויש, אונזערע סקולס טיען נישט דערוועגן , אפילו מען רעדט שוין יארן דערפון,נאך יארן וואס איז דא תקנות שטריימלעך ביי די בחורים , האט מען ביי די מיידלעך גארנישט געטין כמעט ! ווייסט פארוואס ? וועגן די טיטשערס וואס לעבן פון די מענערס געהאלט גייען אנגעטין ווי קעניגען , וואס מכלומרשט זענען זיי די וועג ווייזערס פאר די מיידלעך! אוודאי רעדן זיי נישט פון שפארן געלט אדער גיין אנגעטין פענסי (גראדע שוין געווען א רעדע פון יניפארמס אין סאטמאר , איך ווייס נישט פארוואס עס איז נישט געווארן ), אנשטאט לערנען נערישע סובזשעקטס זאל מען זיי אויסלערנען אז אנטיען איז נישט דאס לעבן און ברענגט נישט קיין שמחת הנפש..עניוועי לאמיר נישט פארקריכן (לולי דמוסתפינא ווער בין איך צוזאגן איז בעסער אז אונזערע פרויען זאלן ארבעטען, די פאקט איז אז די פרויען וואס ארבעטען שפארן מער א דאלאר אפילו זיי האבן מער געלט צו ספענדען , היינט שוין דא זייער אסאך קינדער אפילו פון די חסידישעסטע שטובער, וואס האבן חתונה און זייערע מאמעס האבן געארבעט זייער גאנץ לעבן און די השקפה און שטוב האט זיך גארנישט צו שעמען פון די מכלומר'שטע נשים צדקניות וואס זיצן א גאנצע טאג אויף אלע וועבסייטס צו ארדערן קליידער )

ווי עס זעט אויס וועלן אידן האבן א וועג ארויס בקרוב מיט חתונה מאכן ביליג ווער עס וויל , א חתונה נאכט פאר מערסטענס 10 אלפים , חתונה פעקעזש פאר 7500 , און טאמער שפארט ער מיט שכל , קען ער ענדיגען אינטער 40 אלפים , און עס וועט לכאורה זיך איינגעבן צוביסלעך , אבער די עכטע טויש איז נישט דאס און די שורש הפראבלעם איז גאר טיף

למעשה תקנות איז א זאך וואס ארבעט, למשל בר מצוה תקנות און וויליאמסבורג חסידי מהר"א גייט שוין אן יארן לאנג און יעדער איז העפי , איז די גרעסטע סימן אז דער עולם וויל תקנות , אז מען וועט מאכן תקנות חתונה צו מאכן און ניצן די תקנות פעקעזשעס וועט יעדער זיך צו כאפן דערצו , א נחמה פורתא כאטשיג

פרנס, האבעך מחולק געווען מיט דיר אין אסאך תגובות אבער דו שיסט זייער זייער אסאך פוינטס אין איין תגובה,
אבער מיט א גרויס חלק וואס דו שרייבסט דא ביזטו גערעכט, ספעציעל מיט דיין הקדמה
איך פיל אבער דו נעמסט דעם אהערגעשטעלטן לאמיר זאגן וויליאמסבורגער איד און ביסט אים מדמה צום צוריק געשטאנענען מאדערענם איד, איך האנדל מיט זיי יעדן טאג, איך גיי צו זייערע שמחות, פארברענג מיט זיי, דו לעבסט אין א אנדערע וועלט
אבער ביזט נאך אלץ גערעכט מיט די יסודות וואס א נפקא מינה וואס ביי יענעם טוט זיך
אז מ'לעבט דערלעבט מען
פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרנס היום »

רבי ר' בערל סאיז שווער צו שרייבען דא וועגן אנדערע וועלן עס פארשטיין אז איך רייס אראפ די סיסטעם , פלאנץ אין סאטמאר איז אייביג געווען א פראבלעם נאך פון רביצין'ס צייטען... , אבער היינט צוטאגס ביי אלע חסידישע הויפן איז נישט די פראבלעם פלאנץ , די לעבן איז ביי א גרויס חלק ווי להבדיל די גוי און נאך אסאך מער וואס דער עולם איז אזוי פארפלאגט נאכצולויפן די סטאנדארט אז מען כאפט נישט ווי מען האלט , אבער עס איז נישט קיין סתירה אז מען זאל אויף די מינוט צושמעטערן די טייערע חתונה סטאנדארט , וואס איז זיכער איז זיכער אבער די שורש הפראבלעם איז מורא'דיג טיף

קענסט מיר מסביר זיין פארוואס חתן כלה דארפן בעט געוואנט פאר טויזענט דאלאר ? די בעט געוואנט פון וואלמארט פאר 50 דאלאר איז בעסערע קוואליטי! איך רעדט פון עקספירענס ! אמאל אויסגעקומען צו קויפן בעט געוואנט און האנטוכער ביי וואל מארט , אין איך בין איבערראשט וואספאר א גוטע קוואליטי דאכענעס ,קישענעס ,לינען און האנטיכער זענען און ווילאנג עס האלט, און גאנץ שיינע דעזיינס אויך

מען קען שרייבן און שרייבן און נישט אויפהערן שרייבען ווי ריגגד די סיסטעם איז ביי אונז

רבי ר בערל איך פרעג שוין אויס מענטשן באלד צען יאר, וויפעל געלט בערך מאכן א יאר נעט די מאדערענע אידן פון וועמען איר רעדט ? נעט די מאן און ווייב צוזאמען ?

נישט מיינענדיג אייך פערזענליך ,פאר איך פארגעס זעט אויס אז איר מאכט אויך אזא פאר מאות א יאר פון אייערע תגובות ווי איר האט שוין אסאך געשריבן אז עס איז נישדא במציאות אינגעלייט וואס מאכן ווייניגער ווי טויזענט דאלאר א וואך נעט(נישט אריינגערעכענט שטאטישע פראגראמען וואס קומט אויס נאך בערך 50 אלפים א יאר עווריזש) , סא אונז לעב מיר נישט אויפן זעלבען פעיזש הרבני הנגיד רבי ר' בערל, די פוינט אז די ברעקעטס פון וואס אונז רעדט מיר איז גאר אפגעריקט מיין איך
לעצט פארראכטן דורך פרנס היום אום זונטאג דעצעמבער 08, 2019 5:28 pm, פארראכטן געווארן 6 מאל.
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3175
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

הייליג האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:
הייליג האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:
חסידישע_אינגערמאן האט געשריבן:ווען מ'רעדט פון פרויען קליידונג,...

קודם כל דאס וואס דו זאגסט וועגן די פרויען קליידער זעמער אינז אליין שילדיג, אין בארא פארק איז דא אסאך גרויסע ביליגע פרויען קליידער געשעפטן און זיי זענען שיין מצליח.. זיי האבן געעפנט אין וויליאמסבורג א געשעפט, און קיינער איז דארט נישט אריין.. ווייל מיך פאסט נישט אריין צו גיין אין א ביליגע סטאָר... האבן זיי טאקע צוגעשפארט אין וויליאמסבורג... סאָ נישט זיין א בעל גאווה און נאכדעם וויינען אז פרייזן זענען טייער...

לגבי די היט חלק, איז מיר עס געווען אינטערסאנט ווייל איך ווייס אז רעביט פאָר איז א טייערע מאטריאל, בין איך שנעל געלאפן קוקן אויף אמעזאן אין געזען אז די האסט געמאכט א שטיקל טעות מיט א זערא די פרייז אויף אמעזאן איז בערך 200 און דאס איז אן די חסידישע ברים וואס מאכט עס טייערער...
https://www.amazon.com/Stetson-Whippet- ... 426&sr=8-7
וואס מ'קען יא טאן איז פשוט אנהייבן צו גיין מיט אנדער...roduct_type_womens_product_type_accessories_product_type_hats_c

ס'איז נישט קיין Fur נאר וואל..

ס'דאך נישט קיין חילוק די מאטריאל ווי אויבן ערווענט
די נקודה איז אז עס איז פארהאן פאר ביליגער

האבעך שוין פריער מסביר געווען אז מיט קיין ביליגע מאטריאל איז נישט מעגליך צו מאכן קיין הוטן פאר אינזער היימישע עולם.. עס האלט זיך נישט...
אין אז רעביט פאָר קומט פון א בעל חי קאסט עס אסאך..
לפנות בוקר
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

מיללער האט געשריבן:קודם א הארציגען יישר כח פאר אלע שרייבער, אינציאטארן, גראפיקער און פארשפרייטער

די היינטיגע אלגעמיינע וועלט באשטייט אויף די געדאנק פון 'כח היחיד' דאס איז די סאושעל מידיא'ס שטארקייט און דאס האט אריינגעוועלט מר. טראמפ אלס פרעדיזענט ואכמ"ל, און נאר דאס קען באמת ברעכן די נער'ישע סטיגמע פון 'נארמאל' חתונה מאכן.

איך ווייל לופטערן א געדאנק אז 'עכטע' מענטשן וואס מאכן חתונה זאלן זיין גרייט צו ערשיינען אויף עדווערטייזמענט:

איך יואל שוארץ האב נישט געמאכט קיין 'שבת באווארפן' פאר מיין זון מאיר!

איך ברוך ווייס האב נישט געקויפט קיין נייע שטריימל צו מיין זון בערל'ס חתונה!

איך גדלי' פייערווערקער האב נישט געמאכט קיין מסיבת תנאים פאר מיין טאכטער דבורה'ס שידוך שליסן!

איך זיינווייל ליפשיץ האב נישט געקויפט קיין אתרוג פושקע פאר מיין חתן דוד הירשפעלד!

וכו'

וועט אוודאי זיין גאנץ בקרוב, ס'איז דא מער און מער נצרכים, און ס'ווערט שווערער און שווערער צאמצושטעלן די מינימאלע צרכים (וואטעווער די סטאנדארט לייגט אריין אין די קאטעגאריע)
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3175
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

חסידישע_אינגערמאן האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:האב איך שוין געענטפערט אויף דעם, אז אונזערע הוטן שטייען אויס או אויסטערלישע אביוז, מ'ניצט עס א גאנצע טאג /רעגן/קעלט/ און איבער אלעם אין היץ וואס היץ מיט שוויץ איז נאמבער וואן זאך וואס מאכט חרוב א הוט,
און עס איז נישט מעגליך אז א שוואכע קוואליטעט הוט זאל זיך האלטן..
נ.ב. איך האב שוין פרובירט...

איך בין געווענליך בשיטה פון קויפן עטליכע פאר ביליג, למשל קויף איך געווענליך 2-3 פאר פון ביליגע שיך פאר בערך 30$ איעדע און איך טויש גאנץ אפט, אנשטאט קויפן די 'ברענד' פאר 150$+ און טראגן פאר 2 יאר. אויב מ'קען קויפן 5 הוטן פאר די פרייז פון איינס און טוישן יעדע האלבע יאר... איז עס נאכאלץ ווערד.
קום אריין קלאר וואס דו מיינסט צו זאגן אז דו האסט עס שוין פרובירט.

איך האב שוין געהאט א הוט געמאכט פון וואָל די מינדעסטע היץ מאַכט עס חרוב אפגערעדט פון רעגן..
לפנות בוקר
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

פרנס היום האט געשריבן:רבי ר' בערל סאיז שווער צו שרייבען דא וועגן אנדערע וועלן עס פארשטיין אז איך רייס אראפ די סיסטעם , פלאנץ אין סאטמאר איז אייביג געווען א פראבלעם נאך פון רביצין'ס צייטען... , אבער היינט צוטאגס ביי אלע חסידישע הויפן איז נישט די פראבלעם פלאנץ , די לעבן איז ביי א גרויס חלק ווי להבדיל די גוי און נאך אסאך מער וואס דער עולם איז אזוי פארפלאגט נאכצולויפן די סטאנדארט אז מען כאפט נישט ווי מען האלט , אבער עס איז נישט קיין סתירה אז מען זאל אויף די מינוט צושמעטערן די טייערע חתונה סטאנדארט , וואס איז זיכער איז זיכער אבער די שורש הפראבלעם איז מורא'דיג טיף

קענסט מיר מסביר זיין פארוואס חתן כלה דארפן בעט געוואנט פאר טויזענט דאלאר ? די בעט געוואנט פון וואלמארט פאר 50 דאלאר איז בעסערע קוואליטי! איך רעדט פון עקספירענס ! אמאל אויסגעקומען צו קויפן בעט געוואנט און האנטוכער ביי וואל מארט , אין איך בין איבערראשט וואספאר א גוטע קוואליטי דאכענעס ,קישענעס ,לינען און האנטיכער זענען און ווילאנג עס האלט, און גאנץ שיינע דעזיינס אויך

מען קען שרייבן און שרייבן און נישט אויפהערן שרייבען ווי ריגגד די סיסטעם איז ביי אונז

רבי ר בערל איך פרעג שוין אויס מענטשן באלד צען יאר, וויפעל געלט בערך מאכן א יאר נעט די מאדערענע אידן פון וועמען איר רעדט ? נעט די מאן און ווייב צוזאמען ?

נישט מיינענדיג אייך פערזענליך ,פאר איך פארגעס זעט אויס אז איר מאכט אויך אזא פאר מאות א יאר פון אייערע תגובות ווי איר האט שוין אסאך געשריבן אז עס איז נישדא במציאות אינגעלייט וואס מאכן ווייניגער ווי טויזענט דאלאר א וואך נעט(נישט אריינגערעכענט שטאטישע פראגראמען וואס קומט אויס נאך בערך 50 אלפים א יאר עווריזש) , סא אונז לעב מיר נישט אויפן זעלבען פעיזש הרבני הנגיד רבי ר' בערל, די פוינט אז די ברעקעטס פון וואס אונז רעדט מיר איז גאר אפגעריקט מיין איך

רבוש"ע אין הימל, איך האב כלל נישט גערעדט פון אינקאם דא
לאמיר נישט מישן קיין זאכן
איך וואלט געקענט נעמען דיינע תגובות און מאכן א אשכול אדער אשכולות פון יעדע שורה, אבער דו הייבסט אן אז: "אנדערע וועלן פארשטיין אז איך רייס אראפ די סיסטעם"
און דו ענדיגסט אז: "מען קען שרייבן און שרייבן און נישט אויפהערן שרייבען ווי ריגגד די סיסטעם איז ביי אונז:
למען האמת, איך פארשטיי דיך יא, און איך האב אליינס א תירוץ אויף מיין קשיא
איך וויל נאר ארויסברענגען וואו דו "פארסט שנעל"
איך וועל יא אנפאנגען צו גיין מיט דיין תגובה שורה ביי שורה.
קודם וועגן פלאנץ אין סאטמאר, מיט די רביצינ'ס צייטן. ווען איך בין עלטער געווארן בין איך געקומען צו די הכרה און אויך צו די ידיעה מפי מקורות נאמנים [און ס'איז דא א פלאץ פאר א דעבאטע אזוי גרויס און טיף וואו אייוועלט מיט די אינטערנעט צוזאמען איז] אבער נעמענדיג אין באטראכט דעם מצב הדור והציבור נאך די מלחמה איז געווען אסאך לשם שמים, און אסאך הסכמה פון רבין און עס האט אסאך משפחות געהאלטן ביי אונז בפרט און ביי אידישקייט בכלל דער מצב ואופן הנהגה פון די רביצין ע"ה ופמלייתה. פארשטייט זיך אזוי ווי אייביג ויבא גם השטן בתוכם להתייצב דער בחור איז אייביג דא צו פארדרייען די כוונה און נעמען עדווענטיזש, און צומאל ליידער געלונגט אים, דאס איז ביי יעדע זאך אזוי, בכל קהלה ובכל פרט. איך וועל נישט מאריך זיין און אויך נישט ענטפערן אויף דעם און זיכער נישט דא אין דעם אשכול. אבער אזויפיל וועל איך דיר זאגן אז דאס האב איך ערשט פארשטאנען ווען כ'בין היפש אריבער די בן ארבעים לבינה, כ'האב פאר דעםגעהאלטן פונקט וואו רוב פרומע, אבער ווי עלטער מ'ווערט און ווי מער אינפארמאציע מען באקומט קוקט מען אן זאכן מער גראד.
צו דיין נעקסטע חלק בין איך כמעט אינגאנצן מודה, ווער ס'איז נישט איינגעטונקען אין רוחניות בתורה עבודה וגמילות חסדים ווערט זייער שנעל אריין געשלעפט אין אמעריקע עולם התענוגים והלוקסוס, ויתערבו בגויים וילמדו ממעשיהם, מ'כאפט זיך נישט וואו מ'האלט און די מארקעטערס פון איין זייט און סאשעל מידיע פון די צווייטע זייט ועל ראשם דער יצר הרע ארבעטן אויף קעסל און כלים, אמת מ'האט נישט געקענט הערן אמאל חסידי'שע אידן מענטשן וואס פארפאסן נישט קיין שיעור וכדו' ליגן אין וואקאציעס און אין סטעיק מיט וויין וכו' וכו' עס גליטשט פון יאר צו יאר און פון חדש צו חדש-בפרט ביי פרויען וואו סאיז נישטא בכלל דער כח התורה והחסידות, ומה יעשה הבן או הבת ולא יחטא, כ'האף אז די מנהיגי הדור וועלן עפעס קענען טון צו דעם
כ'וויל צוקומען צו דעם וואס דו שרייסט וועגן בעט געוואנט, היינט צו טאג גייט מען ביינונז מיט די מאל, יעצט אז סאיז דא די סמארט פעקעדזש וועט צען אלפים אלעס דעקן, הלואי זאלן מיר קענען נעמען די עפארדעבל פאר 7.5 טויזענט הכל בכל מכל כל. סא ס'גייט נישט טויזענטערס פאר בעט געוואנט, אויב גייט מען אליין שאפן, האב איך שוין געהאט זייער שלעכטע און אויך זייער גוטע עקספיריענס איבעראל, מ'קען נישט רעדן פון עפעס וואס דו האסט פונקט געטראפן, ס'איז דא ווער ס'קען זייער שווער שאפן אין די גרויסע סארט געשעפטן. די מאל איז פאר די סארט א ברכה צו מאכן, און לאמיר זאגן ס'קאסט צוויי דריי טויזענט מער (כ'האב נישט די חשבונות, כ'זאג נאר לאמיר זאגן) פאר די גאנצע פעקל. קאר סערוויס אליין, מיט טעותים וכו' וואלט מיר געקאסט אסאך מער ווען די אידענע דארף ווען ארום לויפן פאר יעדע אייטעם.
אבער פאר כ'גיי ווייטער, יאסי רעדט דאך אויך פון איינעם וואס פארדינט שיין.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרנס היום »

איר זענט גערעכט אז כאב צאמגעשאסן מיין בויך וויי אויפן שפיץ גאפעל פון אסאך טעמעס ,אבער עס איז איין שורש די גאנצע פראבלעם , אבער אונז קען מיר נישט פיקסען די וועלט, און וועגן דעם פעלט אויס תקנות אז עס גייט מיט געוואלד , אבער פארט שעמען זיך מענטשן צו גיין מיט תקנות ,סא מיט ליצנות מיט מארקעטינג אפצושפעטען באנאזאם וועט האפענטליך בעזר השם עפעס ווערן!
#בשם השם נעשה ונצליח

ווי מען האט אונז געלערענט אז מען דארף טין און טין און נישט אויפטין (פארשטייט זיך אז מען טוט העלפט דער אייבערשטער)

אבער בעיקר רבי ר' בערל מען קען נישט קאמפערן עפל צו ארענזשאס קיינמאל , מיין ריסערטש פון 10 יאר ווייזט אז על פי רוב עני איד פון יעדע סארט נישט פון די טשולענט טאפ סטייל חסיד , וואס מאן און ווייב באנאזאם מאכן נישט לכל הפחות נעט קיין 150 אלפים א יאר , לעבן ארעם און געשפארט און מאכן נישט קיין טייערע חתונות ! דאס איז געווען מיין גאנצע פוינט ,ווען די זאגסט דיינע מאדערענע ידידים מאכן חתונות וואס קאסט זיי 100 אלפים הכל בכל מכל, איז א גרויסע חילוק וויפעל זיי מאכן ! און פרעג זיי וויפעל זיי ספענדען פאר שבע ברכות? אדער אויסשטאפירן דירות, די אלגעמיינע עולם איז עס נישט אזוי, מיין פוינט איז ארויסצוברענגען אז אונז שנארערעס לעבן ווי קעניגען אין שיינע פאלאצאן ,לשבר את האוזן צו קוקן אויף אנדערע אידן אביסעל צו פארשטיין די חילוק, נישט אז זיי נאכצוטין , יוסי גאלדבערגער קומט פון א אנדערע ענגעל רעווערס סקאליזשי צו רעדן פון דער וואס האט געלט...וועגן יעדער וועט זאגן ,איך? די מיינסט מיך ? איך האב דיך געלט......יא יא טאקע די מיט דיין געלט מיינט מען......(בלשון סגי נהור), אז איר האט דאס נישט אויפגעכאפט ...זעען מיר איז זענט גאר א גרויסע פארדינער קעגן רוב ציבור און איר לעבט א שפארזאמע לעבן קעגן די שנארערס....אבער באמת איז אז דער וואס מאכט נעט 200 א יאר ביי אונז קען אויך נישט עפפארדען קיין 80 אלפים חתונה מאכן, כח היחיד איז אז די האסט ספענד וויפעל די האסט , די רייכער אז ער וויל קען אויך ספענדען אז ער וויל , עניוועי רבי ר' בערל איר קענט נישט די מציאות פון היינט , אזוי זעט עס אויס , איר לעבט אין א אנדערע ברעקעט און אונז רעדט מיר פון הודו ביז כוש , אבער די פוינט פון דיינע מאדערענע ביטע ענטפער אויב עס איז נישט שווער , אין אישי איז אויך גוט
לעצט פארראכטן דורך פרנס היום אום זונטאג דעצעמבער 08, 2019 6:45 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

ס'איז גוט און וויכטיג צו זאגן הערות. אבער מאנכע וועלן אייביג האבן טענות, און ווען מ'פרעגט זיי וואס פונקטלעך מ'דארף יא טון, בלייבן זיי שטיל. ווייל זיי ווייסן נישט. איז גוט צו געדענקן אז:
positive.jpg
positive.jpg (168.53 KiB) געזען 1164 מאל

כ'רעד באמת נישט צו קיינעם. כ'האב גראדע נאכנישט געליינט די לעצטע פאר תגובות.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

פרנס היום האט געשריבן:איר זענט גערעכט אז כאב צאמגעשאסן מיין בויך וויי אויפן שפיץ גאפעל פון אסאך טעמעס ,אבער עס איז איין שורש די גאנצע פראבלעם , אבער אונז קען מיר נישט פיקסען די וועלט, און וועגן דעם פעלט אויס תקנות אז עס גייט מיט געוואלד , אבער פארט שעמען זיך מענטשן צו גיין מיט תקנות ,סא מיט ליצנות מיט מארקעטינג אפצושפעטען באנאזאם וועט האפענטליך בעזר השם עפעס ווערן!
#בשם השם נעשה ונצליח

ווי מען האט אונז געלערענט אז מען דארף טין און טין און נישט אויפטין (פארשטייט זיך אז מען טוט העלפט דער אייבערשטער)

אבער בעיקר רבי ר' בערל מען קען נישט קאמפערן עפל צו ארענזשאס קיינמאל , מיין ריסערטש פון 10 יאר ווייזט אז על פי רוב עני איד פון יעדע סארט נישט פון די טשולענט טאפ סטייל חסיד , וואס מאן און ווייב באנאזאם מאכן נישט לכל הפחות נעט קיין 150 אלפים א יאר , לעבן ארעם און געשפארט און מאכן נישט קיין טייערע חתונות ! דאס איז געווען מיין גאנצע פוינט ,ווען די זאגסט דיינע מאדערענע ידידים מאכן חתונות וואס קאסט זיי 100 אלפים הכל בכל מכל, איז א גרויסע חילוק וויפעל זיי מאכן ! און פרעג זיי וויפעל זיי ספענדען פאר שבע ברכות? אדער אויסשטאפירן דירות, די אלגעמיינע עולם איז עס נישט אזוי, מיין פוינט איז ארויסצוברענגען אז אונז שנארערעס לעבן ווי קעניגען אין שיינע פאלאצאן ,לשבר את האוזן צו קוקן אויף אנדערע אידן אביסעל צו פארשטיין די חילוק, נישט אז זיי נאכצוטין , יוסי גאלדבערגער קומט פון א אנדערע ענגעל רעווערס סקאליזשי צו רעדן פון דער וואס האט געלט...וועגן יעדער וועט זאגן ,איך? די מיינסט מיך ? איך האב דיך געלט......יא יא טאקע די מיט דיין געלט מיינט מען......(בלשון סגי נהור), אז איר האט דאס נישט אויפגעכאפט ...זעען מיר איז זענט גאר א גרויסע פארדינער קעגן רוב ציבור און איר לעבט א שפארזאמע לעבן קעגן די שנארערס....אבער באמת איז אז דער וואס מאכט נעט 200 א יאר ביי אונז קען אויך נישט עפפארדען קיין 80 אלפים חתונה מאכן, כח היחיד איז אז די האסט ספענד וויפעל די האסט , די רייכער אז ער וויל קען אויך ספענדען אז ער וויל , עניוועי רבי ר' בערל איר קענט נישט די מציאות פון היינט , אזוי זעט עס אויס , איר לעבט אין א אנדערע ברעקעט און אונז רעדט מיר פון הודו ביז כוש , אבער די פוינט פון דיינע מאדערענע ביטע ענטפער אויב עס איז נישט שווער , אין אישי איז אויך גוט

ר' פרנס כ'פארליר מיין געדולד
אבער, קוק וואס דו שרייבסט
"עני איד פון יעדע סארט נישט פון די טשולענט טאפ סטייל חסיד , וואס מאן און ווייב באנאזאם מאכן נישט לכל הפחות נעט קיין 150 אלפים א יאר , לעבן ארעם און געשפארט"
יעצט
מענטשן וואס ביידע זענען געגאנגען אין קאלידזש (אדער האבן געקענט האבן געווען) און געבויעט א אמעריקאנע שטוב און ביים חתונה מאכן קינדער מאכן נאכנישט קיין 150 אלפים דאס מיינט 75 איטש, זענען באמת עניים ואביונים, אויב זענען זיי ישיבה לייט, טא שטעל עס צוזאם צו אונזערע כולל אינגעלייט, (כ'רעד וואס לערנען באמת אגאנצן טאג) סאיז דא אין בארא פארק אפאר אזעלכע, מען האט זיי צוזאם געשטעלט, איך אליין בין געגאנגען נאך געלט אמאל פאר אזא אינגערמאן, אבער ער וואלט ווען חתונה געמאכט אין בעסמעדרעש, מיר זיינע ידידים ומעריצים האבן געוואלט פאר כבוד התורה וכבוד אבותיו הק' זאל ער כאטש חתונה מאכן ווי א פשוט'ער ארבעטער, און אזוי איז געווען.
אויב ארבעטן ביידע אלע יארן און האלטן נאך דארט איז עפעס א קאטאסטראפאלער פאל נישט דער דורכשניטליכע פאל
במילא איך שטעל צוזאם דעם בעל בתי'ששן מיטן בעל בתישן עושר מיט עושר וכו' וכ'ו
אז מ'לעבט דערלעבט מען
פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרנס היום »

איך האב אנגעכאפט א נידריגע נומבער ספעציעל נישט הויעך

ביי אונז מאכן נישט 90 פארצענט קיין 150 אלפים א יאר קלין נעט(אינקלודינג שטאטישע פראגראמען) ! און מען לעבט ווי פריצים ! און מען מאכט חתונות פאר 80 אלפים ! דאס איז דאך מיין פוינט ! איך זע אז איר דערהייבט נישט וואס גייט פאר ביי אונז וואסאפאר א באבעל עס איז! רבי ר' בערל איר הייבט נישט אן וויסן וואס די גייט פאר במציאות , עס איז אסאך ערגער ווי איר מיינט, אונז זעמיר אביונים ועניים און לעבן ווי פריצים

וועגן דעם שרייט מען אז 95 פארצענט קענען נישט עפפארדען מער די חתונות אפילו פאר 50 אלפים
לעצט פארראכטן דורך פרנס היום אום זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

פרנס היום האט געשריבן:איך האב אנגעכאפט א נידריגע נומבער ספעציעל נישט הויעך

ביי אונז מאכן נישט 90 פארצענט קיין 150 אלפים א יאר נעט ! און מען לעבט ווי פריצים ! און מען מאכט חתונות פאר 80 אלפים ! דאס איז דאך מיין פוינט ! איך זע אז איר דערהייבט נישט וואס גייט פאר ביי אונז וואסאפאר א באבעל עס איז!

אמת ויציב כ'האב קיינמאל אויף דעם ניקסט מחולק געווען פאר דעם איז דאך יאסי דא! מיט איינעם סעם הועווער ער איז!
אז מ'לעבט דערלעבט מען
פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרנס היום »

lebediger berel האט געשריבן:
פרנס היום האט געשריבן:איך האב אנגעכאפט א נידריגע נומבער ספעציעל נישט הויעך

ביי אונז מאכן נישט 90 פארצענט קיין 150 אלפים א יאר נעט ! און מען לעבט ווי פריצים ! און מען מאכט חתונות פאר 80 אלפים ! דאס איז דאך מיין פוינט ! איך זע אז איר דערהייבט נישט וואס גייט פאר ביי אונז וואסאפאר א באבעל עס איז!

אמת ויציב כ'האב קיינמאל אויף דעם ניקסט מחולק געווען פאר דעם איז דאך יאסי דא! מיט איינעם סעם הועווער ער איז!

די פארגלייך פון נישט חסידים ברענג איך ארויס די לשבר את האוזן חלק, זיך צו קוקן אין שפיגעל ביי אנדערע מקומות צו פארשטיין ווי משיגע די סטאנדארט איז ביי אונז

על פי רוב די וואס האבן 3 אדער 4 קינדער און ספענדען הכל בכל מכל א מאךה אלף פאר א חתונה מאכן על פי רוב א שיינע פאר מאות א יאר ! און זיי האבן און באנק ליגן געלט ,יא זיי וויינען צו דיר און כאב שוין זיי געהערט וויינען אויך וועגן דעם , וועגן ביי זיי אן האבן נאך אפאר מאות אוועקגעלייגט וואלטן זיי אין לעבן נישט געספענט אזויפיל פאר א חתונה, און דארט ספענדען זיי בעיקר פאר די חתונה נאכט , נישט קליידער, דירות,תנאים,שטאפיר ,שבע ברכות קאסטן וואס ביי אונז , זיי מיט די טייערע חתונה נאכט ענדיגן ביליגער הכל בכל מכל שוין פון ריזיגע פארדינערס , זיי האבן נישט די השגות, איך רעדט נישט פון מיליאנערן וואס צולאזן זיך , די זאך איז אז אונזער עולם קען עטרת חיה און עטרת אברהם חתונות פון די מאדערנע און מיינען אז דאס איז די סטענדארט ביי זיי , דאס איז געווענליך מיליאנערן און גאר אסאך זענען חסידים למחצה שליש ורביע אדער אפשטאמיגע, אבער דאס איז נישט די סטאנדארט פאר מיטל קלאס אדער אפגערעדט פון נידריגע קלאס פארדינער
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

מיללער האט געשריבן:קודם א הארציגען יישר כח פאר אלע שרייבער, אינציאטארן, גראפיקער און פארשפרייטער

די היינטיגע אלגעמיינע וועלט באשטייט אויף די געדאנק פון 'כח היחיד' דאס איז די סאושעל מידיא'ס שטארקייט און דאס האט אריינגעוועלט מר. טראמפ אלס פרעדיזענט ואכמ"ל, און נאר דאס קען באמת ברעכן די נער'ישע סטיגמע פון 'נארמאל' חתונה מאכן.

איך ווייל לופטערן א געדאנק אז 'עכטע' מענטשן וואס מאכן חתונה זאלן זיין גרייט צו ערשיינען אויף עדווערטייזמענט:

איך יואל שוארץ האב נישט געמאכט קיין 'שבת באווארפן' פאר מיין זון מאיר!

איך ברוך ווייס האב נישט געקויפט קיין נייע שטריימל צו מיין זון בערל'ס חתונה!

איך גדלי' פייערווערקער האב נישט געמאכט קיין מסיבת תנאים פאר מיין טאכטער דבורה'ס שידוך שליסן!

איך זיינווייל ליפשיץ האב נישט געקויפט קיין אתרוג פושקע פאר מיין חתן דוד הירשפעלד!

וכו'

ענדערש זאלן מענטשן ארויף קומען מיט בילדער, איך האב געקויפט דעיע בעטן פאר דעיע פרייז, דעיע מנורה פאר דעיע פרייז דעיע ספרים שאפע פאר דעיע פרייז, און שרייבן ביי די זייט וויפיל עס קאסט די היינטיגע סטיילס.

מענטשן זאלן זעהן אז ס'איז טאקע דא שיינע זאכן פאר ביליגער.

גראדע די היינטיגע סטיילס זענען פשוטע ביליגע מעבל לעדערנע שווארע בענקלעך, א שווארצע טיש, די שיינע מעהאגעני מעבל איז שוין לאנג נישט אין סטייל.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

אפשר זאל מען אויפמאכן א אשכול ווי מען וועט קענען ברענגען לינקס און בילדער פון ביליגע שיינע מעבל, זייגערס, דזולערי פאר א חתן כלה
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
שרייב תגובה

צוריק צו “שמחות”