יוסי גאלדבערגער גראפיסט "כח היחיד" קאמפיין קעגן טייערע חתונות

הילף בזמן שמחה

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

איינזייטיג האט געשריבן:אלס אויף די וועלט וואס איינער טוט האט א סיבה, גארנישט געשענט נישט אליין קיינער טוט נישט זאכן פאר גארנישט, ווען איינער מאכט א קאמפיין וויל ער עפעס, יעדער פארשטייט אזוי למשל ווען איך שרייב דריי מאל דא אויף יידיש וועלט פארשטייט יעדער איינער איז איך האב א אגענדע פאר וואס ווען איינער מאכט א קאמפיין פרינט צעטליך פארוואס ווילסטו נישט פאר שטיין וואס די כח היחיד וויל, ווען די קאמפיין זאגט און פאקט גארנישט נאר מולענט וואסער?!

אט האסטו פונקטליך ארויסגעשריבן זייער אגענד!
IMG-20191222-WA0006.jpg
IMG-20191222-WA0006.jpg (151.92 KiB) געזען 1727 מאל
IMG-20191222-WA0002.jpg
IMG-20191222-WA0002.jpg (263.07 KiB) געזען 1727 מאל
IMG-20191222-WA0007.jpg
IMG-20191222-WA0007.jpg (260.3 KiB) געזען 1727 מאל
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

IMG-20191222-WA0005.jpg
IMG-20191222-WA0005.jpg (232.06 KiB) געזען 1726 מאל
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

איך בין אריין צו א שטריימעל מאכער אין מאנסי מיט מיין זיין זוהן א חתן. ער האט איהם געזאגט, מיין budget איז $1,500. (איך האב איהם געזאגט צוויי טויזענט). אלעס צוזאמען האבן מיהר געזעהן בערך 4 שטריימליך. אויף יעדע שטריימעל האבן מיהר געזאגט וואס עס געפעלט יא (למשל קאליר) און וואס נישט (למשל די שפיצן). האט ער געוויסט וואס צו ווייזן. בקיצור, מיהר האבן איהם נישט משוגע גאמאכט אין די וועלט אריין. מיהר זענען געוועהן אינדרויסן אין ווייניגער ווי 15 מינוט.

דער חתן האט פארציילט שבת און ביהמ"ד אז ער האט געקויפט א שטריימל. איעדער פרעגט איהם וויפיהל האט דיין טאטע געצאהלט? זאגט ער $1,500. און מען זאגט איהם אלע "כה לחי", "wow" ועוד. און דער חתן פארשטייט אפילו נישט אז ער איז א hero! ער האט באקומען א הערליכע שטריימל...

שוין... ביים חנוכה פארטי, האבן אלע יענטעס, מיין ווייבס שוועגערינס און שוועסטערס, איהר מסביר געוועהן וואס פאן אן עוולה מיהר האבן געטוהן!!! מען מוז היינט געבען פאר די חתנים וואס זייערע חברים דארפן!!! האב איך דאן פארשטאנען גאר קלאהר וואס דאס מיין גמליאלטעס!!!

אחוץ איין שוועסטער האט זיך יא אהנגענומען פאר מיין ווייב. אבער אלע אנדערע האבן איהר געזאגט אז "מען טוט נישט אזוי!"

וואס מיינט איהר???? איינע פון זיי האבן געקויפט א שטריימל פאר זעקס טויזענט דולר וואס נישט ער האט באצאלט ודי, א צווייטער איז שולדיג א מיליאן דולר פארן....

It's gets better....
איך פארדין (עמטליך - וואס איז נישט עמטליך ווייס איך נישט) מער פון זיי אלע.
די איין שוועסטער וואס האט זיך אהנגענומען פאר מיין ווייב, איהר מאן ארבייט אויך אויף אן עמטליכע פאזיציע, וואס ער פארדינט גאר שוין, אבער ווי מיהר, גייט פארשטייט זיך אראפ בעך 30 אלפים א יאהר פאר פערטער שמואל, 24 אלפים פאר health insurance, וכו'. און אפשר פארדעהם הערן מיהר נישט אויס די אלע משוגענע גמילא'ל'טעס!

ישר כח פארן כח היחיד קאמפיין!

איהר ווייסט וואס נאך איך גיי נישט טוהן? ארויסשיקן אינוויטעישענס אויף די פאסט. א חוץ פאר די באבאס און מומעס. איך בין funny? קען זיין.
דאס איז מיין כח היחיד. גענוג די אי-מעילס מיט טעקס!
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

יישר כח קאושר פארן מיטטיילן אייגענע עקספיריענס.

לך בכחך זה והושעת את ישראל
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
מימוני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מימוני »

Kosher Travel האט געשריבן:דער חתן האט פארציילט שבת און ביהמ"ד אז ער האט געקויפט א שטריימל. איעדער פרעגט איהם וויפיהל האט דיין טאטע געצאהלט? זאגט ער $1,500. און מען זאגט איהם אלע "כה לחי", "wow" ועוד. און דער חתן פארשטייט אפילו נישט אז ער איז א hero! ער האט באקומען א הערליכע שטריימל...
!

הרב קאושער מיר זענען זייער אימפרעסט פין אייער גבורת הנפש, מוח שליט על הלב, ספעציעל פין די גיטע חינוך וואס איר לייגט אריין אין אייער קינדער.
יואלי קאכט
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 7:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואלי קאכט »

ממנו ילמדו

יוסי גאלדבערגערס פלאן איז אז מענטשן מיט נעמען זאלן זיך מיט די צייט לאזן פובליצירן אין פובליק בדידי הוא עובדא
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

Kosher Travel האט געשריבן:איך בין אריין צו א שטריימעל מאכער אין מאנסי מיט מיין זיין זוהן א חתן. ער האט איהם געזאגט, מיין budget איז $1,500. (איך האב איהם געזאגט צוויי טויזענט). אלעס צוזאמען האבן מיהר געזעהן בערך 4 שטריימליך. אויף יעדע שטריימעל האבן מיהר געזאגט וואס עס געפעלט יא (למשל קאליר) און וואס נישט (למשל די שפיצן). האט ער געוויסט וואס צו ווייזן. בקיצור, מיהר האבן איהם נישט משוגע גאמאכט אין די וועלט אריין. מיהר זענען געוועהן אינדרויסן אין ווייניגער ווי 15 מינוט.

דער חתן האט פארציילט שבת און ביהמ"ד אז ער האט געקויפט א שטריימל. איעדער פרעגט איהם וויפיהל האט דיין טאטע געצאהלט? זאגט ער $1,500. און מען זאגט איהם אלע "כה לחי", "wow" ועוד. און דער חתן פארשטייט אפילו נישט אז ער איז א hero! ער האט באקומען א הערליכע שטריימל...

שוין... ביים חנוכה פארטי, האבן אלע יענטעס, מיין ווייבס שוועגערינס און שוועסטערס, איהר מסביר געוועהן וואס פאן אן עוולה מיהר האבן געטוהן!!! מען מוז היינט געבען פאר די חתנים וואס זייערע חברים דארפן!!! האב איך דאן פארשטאנען גאר קלאהר וואס דאס מיין גמליאלטעס!!!

דזשאסט נישט צו לאזן עס איינזייטיג...

מיין שווער מיינט מסתם אויך אז זיין איידעם זאגט אזוי אויף זיין $1400 "הערליכע" שטריימעל... און מסתם בפניו האב איך טאקע אזוי געזאגט.... דער פראבלעם פאנגט זיך נאר אן (פערזענדליכע אמת'ע מעשה) ווען עס פאלן שטיקער פונעם שטריימעל נישט לאנג נאכן חתונה און דער ווייב און די אנדערע משפחה מיטגלידער זענען ביזי משוגע מאכן דער אינגערמאן אז דער שטריימל איז נישט גענוג שיין און עטליכע יאר נאכן חתונה אז ער מוז קויפן א נייע (ווען ער איז נאך א כולל אינגערמאן און האט אויך גארנישט... למעשה האב איך נישט געקויפט...)

עס קען זיין אז אעפ"כ דארף מען קויפן טאקע דאס, אבער עס מאכן ווי עס איז נישט קיין חילוק איז מיינעך נישט ריכטיג. איך פערזענדליך וועל שוין היינט האבן א הארד טיים צו שפארן אויפן שטריימל פאר מיינע קינדער בעת ווען איך האב באקומען פאר ביליג א גארבידזש פיעס (כאטש מיר פערזענדליך גייט בכלל נישט אן צו גיין מיט דעם.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

קנאפער ידען האט געשריבן:

אויב א שיין שטריימל איז א פריאריטי בעלאנגט מען נישט אין כולל אפאר יאר נאך די חתונה!
ביינונז די וואס לערנען גייט סיי פאר די מאן און סיי פאר די פרוי אן די שטריימל וכדו' א מכה.
אויב לערנען אפאר יאר נאך די חתונה, כך הוא דרכה של תורה...
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ע
lebediger berel האט געשריבן:אויב א שיין שטריימל איז א פריאריטי בעלאנגט מען נישט אין כולל אפאר יאר נאך די חתונה!

איר קענט איבערליינען מיין פאוסט... איך האב קלאר געשריבן דער אישו איז נישט נאר שיינקייט נאר אז עס איז גארבידזש (די ביליגע שטריימלעך - עטליעסט וואס דער סוחר האט פאר'נער'ט מיין שווער צו נעמען... - איז געקלעבט פון קליינטישע שטיקלעך) און עס פאלן שטיקער פון דעם (קוקענדיג פון אויבן איז דא פולע לעכער אריבער וואו עס פעלט שטיקלעך.) איך האב אויך געשריבן אז פאר מיר גייט עס בעצם בכלל נישט אן וויאזוי עס קוקט אויס (נאך היינט ווען איך ארבעט שוין...)

וואס עס גייט מיר יא אן איז אז זינט מיין חתונה ביז היינט ברויך איך הערן פון יעדער מויל מאכער מיט א האלבע-שנאבל אז מיין שטריימעל איז נישט שיין און איך מוז אליינס קויפן א נייע ASAP. און וואס עס קען מיר אפשר אויך אנגיין אז איך בין געווען דער כפרה - וואס ברויך האבן דער שטריימעל וואס יעדער זאגט כנ"ל - ווייל איך בין געווען א וואוילער און נישט געוואוסט וואס צו זאגן (פונקט ביי מיר איז דאס געווען "דער נארם שטריימעל, וואס יעדער נעמט"... מיינע ברודער און שוואגער האבן סאמהאו אלע שטריימלעך וואס באקומען נישט די קאממענטס....)

און עגעין, איך זאג קלאר נישט אז דאס איז א סיבה יא צו קויפן די טייערערע שטריימלעך! וואס איך זאג יא אז מען זאל עס נישט מאכן אזוי טריוויעל און מען זאל נישט זאגן אז "עס איז נישט דא קיין נארמאלע סיבה צו קויפן טייערער ווי דעם" (און איך רעד נישט פון $6000, נאר פון עפעס אינצווישן וואס איז נאך גענוג נארמאל נישט צו באקומען די קאממענטס ווי מיינער.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שווארטץ »

איך האב אונטערגעשריבן אויף דעם דרייוו 13-14 יאר צוריק אז איך גיי נעמען נאר א $1,200 שטריימל. כ׳האב חתונה געהאט 12 יאר צוריק און כ׳האב טאקע גענומען אזא שטריימל. און איך גיי נאך יעצט דערמיט, אפילו מענטשן זאגן מיר אז איך דארף א נייע ASAP.

פון מיינס, און ענליכע וואס איך ווייס, פאלן נישט קיין שטיקער. ווידער ווייס איך איינער וואס האט יא באקומען א טייערע שטריימל און פון יענס איז געפאלן שטיקער.
סך הכל: עטס ביידע, און מסתם נאך מענטשן פון ביידע זייטן מטבע, זענט אריינגעפאלן מיט א דעפעקטיווע פראדוקט...

סא זאגסטו אינגאנצן אז דער גמליאליזם ארום דיר איז אויף א הויכן פארנעם. (ארום מיר אויך...). און דא שטיי מיר טאקע...
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

קנאפער ידען האט געשריבן:מען זאל נישט זאגן אז "עס איז נישט דא קיין נארמאלע סיבה צו קויפן טייערער ווי דעם״

איך וואלט געפיקסט אביסל
"עס איז נישט דא קיין נארמאלע סיבה צו קויפן טייערער ווי דעם״
אבער סאיז נישטא קיין נארמאלע סיבה פארוואס עס איז טאקע אזוי טייער

רעדנדיג מיט א שטריימל מאכער פרעג ריך איהם: וואס פשט פון די פרייזן? פארוואס פלעגט זיין ביליגער און פארוואס וואקסט דאס אזוי.
איך האב געהאלן אז זיי מאכן 80 90 פראצענט אויף א שטריימל, זאגט ער מיר אז סאיז נישט ממש אזוי, א ביליגערע שטרייל איז פון קעלענערע שפיצן און סאיז ביליגער און א טייערערע איז פון טייערערע שפיצן, און אז די פריייזן פון די שפיצן גייט ארןיף יעדעס יאר מוזן זיי אויך ארויף גיין.

אבער דאס האט ער מודה געווען אז סאיז קלאר אז גאר טייערע שטריימלעך איז די פרייז געשאסן מער ווי די זאך אליין, יא סאיז געמאכט פון די בעסטע האר און זיי געבן זיך אפ מיטן שטריימל וכו׳ וכו׳ אבער די פרייז מיטן מציאות איז זייער ווייט.
צו זיי מעגן דאס טוען? יא זיכער אז מצאלט איהם פארוואס זאל ער זיין די נאר און נישט נעמען?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים שטוב »

יואלי קאכט האט געשריבן:ממנו ילמדו

יוסי גאלדבערגערס פלאן איז אז מענטשן מיט נעמען זאלן זיך מיט די צייט לאזן פובליצירן אין פובליק בדידי הוא עובדא

;l;p- ;l;p- ;l;p- דעיס וועט הויפטזיכליך זיין די שטערקסטע זאך!

דא וועט מען שוין אבער דארפן אריינברענגען dart media אינעם בילד צו דעליווערן א גוטס...

#ווייל ער איז א "כח היחיד" איד!
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
ריטשמאנדער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטשמאנדער איד »

וואס איז שלעכט אזאן שטריימיל?
אטעטשמענטס
Hirschprung_005.jpg
Hirschprung_005.jpg (101.32 KiB) געזען 1357 מאל
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

Kosher Travel האט געשריבן:איך בין אריין צו א שטריימעל מאכער אין מאנסי מיט מיין זיין זוהן א חתן. ער האט איהם געזאגט, מיין budget איז $1,500. (איך האב איהם געזאגט צוויי טויזענט). אלעס צוזאמען האבן מיהר געזעהן בערך 4 שטריימליך. אויף יעדע שטריימעל האבן מיהר געזאגט וואס עס געפעלט יא (למשל קאליר) און וואס נישט (למשל די שפיצן). האט ער געוויסט וואס צו ווייזן. בקיצור, מיהר האבן איהם נישט משוגע גאמאכט אין די וועלט אריין. מיהר זענען געוועהן אינדרויסן אין ווייניגער ווי 15 מינוט.

דער חתן האט פארציילט שבת און ביהמ"ד אז ער האט געקויפט א שטריימל. איעדער פרעגט איהם וויפיהל האט דיין טאטע געצאהלט? זאגט ער $1,500. און מען זאגט איהם אלע "כה לחי", "wow" ועוד. און דער חתן פארשטייט אפילו נישט אז ער איז א hero! ער האט באקומען א הערליכע שטריימל...

שוין... ביים חנוכה פארטי, האבן אלע יענטעס, מיין ווייבס שוועגערינס און שוועסטערס, איהר מסביר געוועהן וואס פאן אן עוולה מיהר האבן געטוהן!!! מען מוז היינט געבען פאר די חתנים וואס זייערע חברים דארפן!!! האב איך דאן פארשטאנען גאר קלאהר וואס דאס מיין גמליאלטעס!!!

אחוץ איין שוועסטער האט זיך יא אהנגענומען פאר מיין ווייב. אבער אלע אנדערע האבן איהר געזאגט אז "מען טוט נישט אזוי!"

וואס מיינט איהר???? איינע פון זיי האבן געקויפט א שטריימל פאר זעקס טויזענט דולר וואס נישט ער האט באצאלט ודי, א צווייטער איז שולדיג א מיליאן דולר פארן....

It's gets better....
איך פארדין (עמטליך - וואס איז נישט עמטליך ווייס איך נישט) מער פון זיי אלע.
די איין שוועסטער וואס האט זיך אהנגענומען פאר מיין ווייב, איהר מאן ארבייט אויך אויף אן עמטליכע פאזיציע, וואס ער פארדינט גאר שוין, אבער ווי מיהר, גייט פארשטייט זיך אראפ בעך 30 אלפים א יאהר פאר פערטער שמואל, 24 אלפים פאר health insurance, וכו'. און אפשר פארדעהם הערן מיהר נישט אויס די אלע משוגענע גמילא'ל'טעס!

ישר כח פארן כח היחיד קאמפיין!

איהר ווייסט וואס נאך איך גיי נישט טוהן? ארויסשיקן אינוויטעישענס אויף די פאסט. א חוץ פאר די באבאס און מומעס. איך בין funny? קען זיין.
דאס איז מיין כח היחיד. גענוג די אי-מעילס מיט טעקס!

א געלונגענע גראפיקער און מארקעטער זאל מאכן פון די מעשה די ערשטע פון די סעריע פון 'בדידי הוי עובדא'.

הוא אשר דיברתי די סלאגן איז ''איך פארדין ב''ה שיין און 'דעריבער' וויל איך נישט גיין מיט די
'80K 'STANDARD,
ווייל
איך איך פלאן בעז"ה צו חתונה מאכן מיט מיין אייגן געלט ב"ה און 'נישט' דארפן צוקומען צו מענטשן!!!

די המון עם (לאפוקי ממש עשירים) וואס גייען מיט די סטענדערד, דאס זאגט זייער קלאר פון וועמענס געלט זייער 'בעל בתיש'ע חתונה איז אהערגעשטעלט.
ס'ליצנות נעבעך איז דאך אין לשער טייערע גמליאל.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

יואל שווארטץ האט געשריבן:איך האב אונטערגעשריבן אויף דעם דרייוו 13-14 יאר צוריק אז איך גיי נעמען נאר א $1,200 שטריימל. כ׳האב חתונה געהאט 12 יאר צוריק און כ׳האב טאקע גענומען אזא שטריימל. און איך גיי נאך יעצט דערמיט, אפילו מענטשן זאגן מיר אז איך דארף א נייע ASAP.

פון מיינס, און ענליכע וואס איך ווייס, פאלן נישט קיין שטיקער. ווידער ווייס איך איינער וואס האט יא באקומען א טייערע שטריימל און פון יענס איז געפאלן שטיקער.
סך הכל: עטס ביידע, און מסתם נאך מענטשן פון ביידע זייטן מטבע, זענט אריינגעפאלן מיט א דעפעקטיווע פראדוקט...

סא זאגסטו אינגאנצן אז דער גמליאליזם ארום דיר איז אויף א הויכן פארנעם. (ארום מיר אויך...). און דא שטיי מיר טאקע...

איך הער, און גוט פאר דיר (אזוי אויך פאר נאך איינער וואס האט מיר געשריבן ענדליך אין אישי). איך האף אז איך בין טאקע דער אויסנאם.

קען זיין דער סוחר האט סתם גענומען עדווענטידזש פון אונז, אבער מיינע שוואגער חתונה געהאט א שיינע ביסל יארן פאר מיר איז זייער שטריימלעך שענער ווי מיינער.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

קנאפער ידען האט געשריבן:ע
lebediger berel האט געשריבן:אויב א שיין שטריימל איז א פריאריטי בעלאנגט מען נישט אין כולל אפאר יאר נאך די חתונה!
ביינונז די וואס לערנען גייט סיי פאר די מאן און סיי פאר די פרוי אן די שטריימל וכדו' א מכה.
אויב לערנען אפאר יאר נאך די חתונה, כך הוא דרכה של תורה...

איר קענט איבערליינען מיין פאוסט... איך האב קלאר געשריבן דער אישו איז נישט נאר שיינקייט נאר אז עס איז גארבידזש (די ביליגע שטריימלעך - עטליעסט וואס דער סוחר האט פאר'נער'ט מיין שווער צו נעמען... - איז געקלעבט פון קליינטישע שטיקלעך) און עס פאלן שטיקער פון דעם (קוקענדיג פון אויבן איז דא פולע לעכער אריבער וואו עס פעלט שטיקלעך.) איך האב אויך געשריבן אז פאר מיר גייט עס בעצם בכלל נישט אן וויאזוי עס קוקט אויס (נאך היינט ווען איך ארבעט שוין...)

וואס עס גייט מיר יא אן איז אז זינט מיין חתונה ביז היינט ברויך איך הערן פון יעדער מויל מאכער מיט א האלבע-שנאבל אז מיין שטריימעל איז נישט שיין און איך מוז אליינס קויפן א נייע ASAP. און וואס עס קען מיר אפשר אויך אנגיין אז איך בין געווען דער כפרה - וואס ברויך האבן דער שטריימעל וואס יעדער זאגט כנ"ל - ווייל איך בין געווען א וואוילער און נישט געוואוסט וואס צו זאגן (פונקט ביי מיר איז דאס געווען "דער נארם שטריימעל, וואס יעדער נעמט"... מיינע ברודער און שוואגער האבן סאמהאו אלע שטריימלעך וואס באקומען נישט די קאממענטס....)

און עגעין, איך זאג קלאר נישט אז דאס איז א סיבה יא צו קויפן די טייערערע שטריימלעך! וואס איך זאג יא אז מען זאל עס נישט מאכן אזוי טריוויעל און מען זאל נישט זאגן אז "עס איז נישט דא קיין נארמאלע סיבה צו קויפן טייערער ווי דעם" (און איך רעד נישט פון $6000, נאר פון עפעס אינצווישן וואס איז נאך גענוג נארמאל נישט צו באקומען די קאממענטס ווי מיינער.)

וויפיל האט דיין שווער געצאלט?

און אפשר טאקע איז יענע סוחר נישט ארנטליך (אדער ווייסט נישט וויאזוי מ'קלעבט א שטריימל..).

פאר 1500 געבט 'חתן שטריימל' אין וומס"ב שיינע (פארמאכטע) 'חתן' שטריימלעך וואס האלטן זיך.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

שפע רב האט געשריבן:וויפיל האט דיין שווער געצאלט?

און אפשר טאקע איז יענע סוחר נישט ארנטליך (אדער ווייסט נישט וויאזוי מ'קלעבט א שטריימל..).

פאר 1500 געבט 'חתן שטריימל' אין וומס"ב שיינע (פארמאכטע) 'חתן' שטריימלעך וואס האלטן זיך.

ווי געשריבן, $1400. איינער פון די באקאנטע ברענדס.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:וואס איז שלעכט אזאן שטריימיל?

אזא שטריימל איז היינט ווערט אסאך געלט!
עס איז גאנצע שפיצן, נישט געקלעבט
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו

צוויי 'גמליאל'ס מעגן זיך משדך זיין?, סי'ז צוויי מחותנים מיט די זעלבע נעמען.....

איך האב חתונה געמאכט צוויי זון, ביי ביידע האבעך געקויפט דעם ביליגע שטריימל ביי חתן שטריימל, איינס איז א געלונגענע שטריימל, די צווייטע א דורכפאל..
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
ריטשמאנדער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטשמאנדער איד »

אביונה האט געשריבן:
ריטשמאנדער איד האט געשריבן:וואס איז שלעכט אזאן שטריימיל?

אזא שטריימל איז היינט ווערט אסאך געלט!
עס איז גאנצע שפיצן, נישט געקלעבט

פון וויפיעל רעדט מען, איבער $2000?
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:
ריטשמאנדער איד האט געשריבן:וואס איז שלעכט אזאן שטריימיל?

אזא שטריימל איז היינט ווערט אסאך געלט!
עס איז גאנצע שפיצן, נישט געקלעבט

פון וויפיעל רעדט מען, איבער $2000?

יא
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

קודם מיינע צוויי צענט כ'האף כהאב גוט פארשטאנען דעם כח היחיד קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

לויט ווי איך פארשטיי פון הערן אביסל רעבלעזערן, דא דארט אביסל דעם דרעזדנער'ן און פון ליינען דא:
יעך מיין אז זיי צילן צו דאס פאלגענדע כאטשיק זיי אלע זענען עס נישט גענוג מסביר. וזהו:
נישט קיין חילוק ווי גערעכט עס איז, נישט קיין חילוק ווי אויסגעהאלטן ס'איז, איז צו זיין אנדערש ווי יעדן נישט נארמאל, עס איז נישט גוט, עס איז נישט אויסגעהאלטן (חוץ ווען מ'רעדט פון בפירוש'ע הלכות אין שולחן ערוך, אדער אפשר יסודות'דיגע מנהגי ישראל) אבער ביז אהין, דארף מען זיך פירן כמנהגו של עולם, זיין א נארמאלער מענטש צווישן מענטשן מיט אלע כוחות.
יעצט, וואס וויל דער קאמפיין, צו איינשטעלן א נארמאלער סדר, אז יעדער מאכט חתונה לויט וויאזוי ער קען נישט וויאזוי זיין שכנס פרענדס טענעסטע שמעקט.
כנלע"ד.
און יעצט אז דאס וועט ווערן נארמאל ווייל אזוי דארף באמת צו זיין - וועט מען פארדינען ביידע, הן אז דער וואס וועט טון ווי סדארף צו זיין וועט זיין "נארמאל" און הן אז דער וואס וועט ספענדן אין די וועלט אריין וועט זיין דער נישט "נארמאלער" אויב קען ער עס נישט באמת ערלויבן.
והבן כי קצרתי
כ'האף אז איינזייטיג וועט איצט האבן א ענטפער
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

@זיידי בערעלע, די קענסט מסביר זיין פאר איינעם אזאך וואס ער פארשטייט,

קודם דארפסטו וויסן וואס ער פארשטייט נישט, נאכדעם קענסטו פראבירן דאס צו מסביר זיין פאר אים,

וויפיל איך האב פראבירט צו פרעגן דעם אייזייטיגער במשרין ובעקיפין, ענטפערט ער נישט, אלץ מיט איין אנדערן תירוץ, עפעס אנדערש באדערט אים, ער האט מורא צו זאגן,
The Divided States Of America
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

ארבעט לכאורה אין איינע פון די אינדוסטעריס ווי די לוקסעס חתונות האבן איבערגעלאזט אפאר אלפים.
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

איך טראכט יעצט אפשר איז ער פון די סופלייערס/געשעפט אייגענטטימער וואס האט געהאט טענות רעב לעיזערן בשעתו,
נאר דעמאלטס האבן זיי געקענט פינפוינטן רעב לעיזערן אז ער רייסט זיי פערזענליך אראפ, וואס ס'האט געהאט א שטיקל אמת אין זיך, הגם ער האט במחשבה, קלאר געמיינט דעם כח היחיד, כ'מיין אז ער האט דאס אויך געזאגט, אבער די גאס האט דאס אנגעקוקט פאר א לעגיטימע טענה פון די סופלייערס,

אבער יעצט ווען די כח היחיד קאמפיין האט ארויסגעלאזט פון בילד די אלע געשעפטן, און זענען געגאנגען גראד צו די מענטשן,
ווערן די געשעפט אייגענטימער ווילד,
און די ערגסטע איז נאך אז קענען נישט ארויס ברענגען זייער טענה, ווייל דאס גיבט צו לעגעטימיטי צו די כח היחיד קאמפיין,

---

שפע האקט ענליך
The Divided States Of America
שרייב תגובה

צוריק צו “שמחות”