אן עקסטערער אשכול איז שוין געגרינדעט געווארן אויף די נושא, אבער היות ס'איז היפש פארקראכן פון די עצם נושא שרייב איך דא די עיקר הנוגע צו דעם ענין (און נישט צו די פאליטיק ארום).
נאך וואס ניו יארק האט אנגענומען א נייע פאליסי נישט צו שעירן געוויסע אינפארמאציע מיט די פעדעראלע רעגירונג (די פאליסי איז אין רעזולטאט פון זייער נייע פאליסי צו געבן לייסענס פאר אומלעגאלע אימיגראנטן) האבן די פעדעראלע האומלענד סעקיורעטי דעפארטמענט (DHS) און קאסטומס דעפארטמענט (CBP) געמאלדן אז זיי וועלן שוין נישט אננעמען קיין ניו יארק'ע איינוואוינער צו געוויסע "טראסטעד טרעוולער פראגראמען", ווי אויך וועלן זיי נישט renew'ן די מעמבערשיפ פון ניו יארקער אין די פראגראמען.
די אפעקטירטע פראגראמען זענען: גלאובעל ענטרי, סענטרי, נעקסוס און פעסט (Global entry, Sentry, Nexus & Fast).
די ban אפעקטירט
נישט די TSA Precheck פראגרעם.
די אנגעגעבענע סיבה צו די ban איז וויבאלד די אגענטורן פארלאזן זיך אויף אינפא וואס די סטעיטס טיילן מיט מיט זיי צו פארזיכערן אז די מענטשן וואס זיי אפראוון זענען טראסטבאר, און וויבאלד די סטעיט האט אויפגעהערט מיטיילן מיט די פעדעראלע רעגירונג די אינפארמאציע פעלט זיי ריסורסעס פון בעקגראונד אינפא אויף ניו יארקער. אנדערע טענה'ן אבער אז ס'איז פשוט א נידריגע מיטל צו לייגן דרוק אויף די סטעיט פארן באשטימען פאליסיס וואס זענען נישט איינשטימיג מיט די טראמפ אדמיניסטראציע.
די נייע פאליסי אפעקטירט ארום 75,000 אפליקאציעס פון ניו יארקע איינוואוינער וועלכע זענען יעצט אין פראסעס און וועלן צוריקגעוויזן ווערן, און ארום 175,000 ניו יארקער וועלכע דארפן renew'ן זייער מעמבערשיפ דורכאויס די קומענדיגע יאר.
די נ.י. אטורני דזשענעראל האט אריינגעגעבן א באקלאגעניש אין געריכט אויף די פאליסי,
דא קענט איר עס אפליינען (אדרבה, לאז מיך וויסן וואס דארט שטייט).
מה תהא עליה? ונזכה ונחיה ונראה.
ביטע נישט פארקריכן מיט זייטיגע פאליטישע און אנדערע שמועסן ארום דעם טעמע, נאר קאמענטירן איבער וואס ס'איז נוגע פאר די פראגראמען אליין. אויב האט איר יא זייטיגע הערות, כעס אויסברוכן, טענות וכדו' ארום און ארום, זענט איר געלאדנט עס צו שרייבן אין דעם אויבערגעלינקטן אשכול וואס איז שוין סייווי ווייט ווייט פארקראכן פון דעם ארגינעלען טאפיק. א דאנק.