מיינע עצות אין לעבן

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

מיקא
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 9:59 pm

21]
אז איינער האקט איבער ווי דו רעדסט, וועגן א קאל צו ער רעדט מיט א צווייטן. הייב נאר אן צו רעדן נאכדעם - אויב יענער בעט דיר זאלסט ממשיך זיין; און אויב נישט, איז זיכער אזוי בעסער, ווייל ס'מיינט אז ער איז נישט געווען אינטערעסירט.

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2161
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 10:00 pm

מיקא-ריקא
ביסט זייער זיס! כהאב הנאה פון דיין חכמת החיים
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 10:02 pm

פיינער אשכול דאס, קלוגע געדאנקען וואס קען גוט צונוצקומען.

נישט אלעס איז חידושים אבער אז מ'זעט עס אראפגעלייגט אלץ אן "עצה" קען עס צוהעלפן...
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

מיקא
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 10:02 pm

22]
ס'דא א גוטע עצה, ווען א מענטש האט שווערע מחשבות, אראפצושרייבן אלע דאגות אויף א פאפיר, און וויבאלד מ'איז חושש אז א צווייטער וועט עס לייענען, קען מען מאכן סימנים; למשל, מ'שרייבט ביתי – קען מיינען ווייב, טאכטער, הויז, צו עפעס א ר"ת וואס נאר דו ווייסט וואס ס'מיינט, און מ'לייענט עס איבער אביסל שפעטער, און מ'זעט שנעל ווי רוב דאגות זענען סתם א וואלקן אן א רעגן.

מיקא
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 10:04 pm

ממה נפשך האט געשריבן:פיינער אשכול דאס, קלוגע געדאנקען וואס קען גוט צונוצקומען.

נישט אלעס איז חידושים אבער אז מ'זעט עס אראפגעלייגט אלץ אן "עצה" קען עס צוהעלפן...

איך שרייב נישט קיין עצות וואס כ'האב געהערט אז ס'קען העלפן פאר די עשרת השבטים.. נאר אלע עצות האב איך גענוצט ביז אהער אין לעבן. ואין חכם כבעל הניסיון זאגט דער הייליגער חכם.

מיקא
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 10:14 pm

23]
מוטשענדע דאגות וואס צושטערט די מנוחה, אדער, אז מ'וויל פארגעסן א ניגון, אדער עפעס וואס דולדעט אין קאפ, איז הסחת הדעת די בעסטע עצה; דהיינו, יעדע מאל עקסטער וואס מ'קוקט אוועק דערפון, העלפט עס אביסל, און סטעפ ביי סטעפ מער און מער. יעדע פאזעטיווע פעולה פארטרייבט נעגעטיווע כוחות אינעם מחשבה.
אבער דאך נישט אויפאיינמאל! נאר פארטרייבט דעם מחשבה יעצט, און לאזט פריי דעם קאפ, זאל עס ווייטער זינגען צו טראכטן, און אביסל שפעטער הערשט, פארטרייבט עס נאכאמאל, און רואיגערהייט וועפט עס אויס, און ס'ווערט פארגעסן.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4770
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 10:54 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:מיקא-ריקא

צ"ל מיקא-ציקא...

מיקא
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 11:05 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:מיקא-ריקא

צ"ל מיקא-ציקא...

לא צריכים.. מותרים..

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1500
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 1:57 pm

מיקא האט געשריבן:21]
אז איינער האקט איבער ווי דו רעדסט, וועגן א קאל צו ער רעדט מיט א צווייטן. הייב נאר אן צו רעדן נאכדעם - אויב יענער בעט דיר זאלסט ממשיך זיין; און אויב נישט, איז זיכער אזוי בעסער, ווייל ס'מיינט אז ער איז נישט געווען אינטערעסירט.


זייער ריכטיג, איך טוה עס שוין לאנג!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

מיקא
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 3:19 pm

24]
פון הערן נייעס האטליינס וכדומה, ווערט מען נישט פרייליך און גליקליך און אפשר פארקערט; דעריבער, ווער ס'זוכט משמעות אין לעבן, ספעציעל ווען מ'האט שוין פארלוירן מוהט, איז נישט ראטזאם צו הערן וויפיל געהארגעטע און פארוואונדעטע, און פאשעמטע פערזאנען זענען פארהאנען – בלויז די געוועזענע 48 שעות – מסוף העולם ועד סופו. און צו הערן 'בלויז' גוטע זאכן דארט, בין איך פערזענליך מוותר, ווייל ביי מיר איז עס יצא שכרו בהפסדו.

מיקא
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 3:22 pm

25]
ווען מ'דארף רוקן א בארג, הייבט מען אן מיט איין שויפל אויף אמאל; אזוי יעדע שווערע מיסיע, צעטיילט מען אויף גאנץ קליינע חלקים, און מ'פארצייכענט אויף א פאפיר די טרעפעלעך וואס מ'דארף נעמען, ביז'ן ענדיגן דעם אויפגאבע, און לויט דעם פארצייכענטע ליסטע גייט מען על הסדר טריט ביי טריט צום ענדע ציל.

מיקא
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 3:27 pm

26]
ווען מ'וויל אנהייבן א נייע זאך, דארף מען וויסן זייער קלאר, אז ס'קיינמאל נישט שפעט, און קיינמאל נישט פרי.. דהיינו, ווארט נישט אויף זונטאג צו ערב ר''ה, און מוזט נישט אנהייבן פון דף אלף, און אויך נישט ווען מ'וועט זיין אויסגערוט און גרייט. ניין! טו עס יעצט און ממש יעצט!
דאנערשטיג נאכמיטאג מוצאי תענית, הייב אן אפילו אנע כח, אפילו פון פרק רביעי, און אפילו נאר פאר דריי מינוט – אבער הייב יעצט אן. ווי מ'זאגט; טו עס עניוועי.. ווייל דווקא דא איז די סוד פון א גוטע התחלה, אין יעדע רגע פון לעבן קען מען אנהייבן, און אפילו מ'שטעלט זיך אפ נאך אביסל, אבער מ'האט אנגעהויבן!

מיקא
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » זונטאג נובעמבער 03, 2019 3:21 pm

27]
אויב מ'האט א שווערע קשיא, און מ'רעדט אז מ'וויל א תירוץ.. איז דא א עצה, זיך פאָרשטעלן כאילו איינער פרעגט דיך דעם פראגע, און וויאזוי דו וואלסט יענעם געענטפערט. וואס רוב מאל האט מען וואס צו ענטפערן, און דאס געבט פאר זיך צוריק דעם מעגליכע ענטפער.

שטומפיג
שר האלף
תגובות: 1306
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » זונטאג נובעמבער 03, 2019 3:27 pm

מיקא האט געשריבן:27]
אויב מ'האט א שווערע קשיא, און מ'רעדט אז מ'וויל א תירוץ.. איז דא א עצה, זיך פאָרשטעלן כאילו איינער פרעגט דיך דעם פראגע, און וויאזוי דו וואלסט יענעם געענטפערט. וואס רוב מאל האט מען וואס צו ענטפערן, און דאס געבט פאר זיך צוריק דעם מעגליכע ענטפער.

דא ערגעץ א דגל אז ווען מ'האט א דילעמא זאל מען זיך פארשטעלן ווי איינער טענה'ט פאר דיר צד א' און דו ביסט צד ב' און נאכדעם זאל מען זיך מצייר זיין אז איינער טענה'ט פאר דיר צד ב' און דו ביסט צד א'.
#עפעסענליך

מיקא
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » מיטוואך דעצמבער 25, 2019 9:59 pm

28]
ס'מאכט זיך אז ס'באפאלט א פוילקייט, צו מידיקייט – אין עטליכע טעג אין א רייע, און מ'שפירט שוין שלעכט אז מ'האט פארנאכלעסיגט שיעורים, צו סתם זאכן וואס מ'האט געוואלט ערלעדיגן.
איז די עצה, צו געבן א שפרונג און אנהייבן לערנען אפאר שורות – אפילו נאר זאגן די ווערטער; צו אנהייבן טון וואס מ'וויל, אפי' פאר איין מינוט, כאטש די קאפ איז נישט דערביי, אבער דאס צעברעכט דעם קייט פון נאכלעסיגקייט.

אוועטאר
איינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5084
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך דעצמבער 25, 2019 10:02 pm

מיקא האט געשריבן:28]
ס'מאכט זיך אז ס'באפאלט א פוילקייט, צו מידיקייט – אין עטליכע טעג אין א רייע, און מ'שפירט שוין שלעכט אז מ'האט פארנאכלעסיגט שיעורים, צו סתם זאכן וואס מ'האט געוואלט ערלעדיגן.
איז די עצה, צו געבן א שפרונג און אנהייבן לערנען אפאר שורות – אפילו נאר זאגן די ווערטער; צו אנהייבן טון וואס מ'וויל, אפי' פאר איין מינוט, כאטש די קאפ איז נישט דערביי, אבער דאס צעברעכט דעם קייט פון נאכלעסיגקייט.

וכמאמר חז״ל מתוך שלא לשמה בא לשמה
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

מיקא
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » מיטוואך דעצמבער 25, 2019 10:03 pm

29]
אזויווי ס'דא די עצה פון אראפשרייבן אלעס, אויך וואס מ'געדענקט, אויך נאר פון די היינטיגע טאג, אויך פון זאכן וואס איז נאך אין ווייטן פלאן; כדי אויפצופרישן די פלענער און חיזוק אויסצופירן זאכן, איז גוט יעדע קורצע צייט איבערצושרייבן 'אלעס' מיט א פרישע סדר. און א נייע ליסטע געבט נייע מוהט.

אוועטאר
איינס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5084
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 9:30 am

מיקא האט געשריבן:29]
אזויווי ס'דא די עצה פון אראפשרייבן אלעס, אויך וואס מ'געדענקט, אויך נאר פון די היינטיגע טאג, אויך פון זאכן וואס איז נאך אין ווייטן פלאן; כדי אויפצופרישן די פלענער און חיזוק אויסצופירן זאכן, איז גוט יעדע קורצע צייט איבערצושרייבן 'אלעס' מיט א פרישע סדר. און א נייע ליסטע געבט נייע מוהט.

זאג מיר נישט אז דו גייסט יעצט אנהייבן די ליסט פון אנפאנג.... :lol:
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

מיקא
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » זונטאג ינואר 05, 2020 4:25 pm

30]
אין די ווינטער ווען מ'איז פארקילט, און די נאז רינט שטארק, ווערט נאטורליך די הערעלעך אין די נאז אויסגעברענט, און די שארפע סענסעטיווע לופט קראצט די געהירן אין קאפ; לייג איך אריין קליינע שטיקלעך טישא, אין ביידע נאז לעכער, פאר אביסל צייט – פון אפאר מינוט ביז א האלבע שעה, און דאס האלט ווארעם די אטעם, און מאכט די צייטווייליגע קאפוויי נאכלאזן.

אוועטאר
צדיק בן צדיק
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

תגובהדורך צדיק בן צדיק » זונטאג ינואר 05, 2020 4:34 pm

מיקא האט געשריבן:30]
אין די ווינטער ווען מ'איז פארקילט, און די נאז רינט שטארק, ווערט נאטורליך די הערעלעך אין די נאז אויסגעברענט, און די שארפע סענסעטיווע לופט קראצט די געהירן אין קאפ; לייג איך אריין קליינע שטיקלעך טישא, אין ביידע נאז לעכער, פאר אביסל צייט – פון אפאר מינוט ביז א האלבע שעה, און דאס האלט ווארעם די אטעם, און מאכט די צייטווייליגע קאפוויי נאכלאזן.


וואלט געווען גלייך, צו צוטשעפענען א בילד צו יעדע עצה טובה
ווי זאגט די וועלט א בילד רעדט מער ווי טויזענט ווערטער...! :lol: :lol: :lol:

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1744
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » דינסטאג ינואר 14, 2020 6:58 am

דער קומט אריין זייער קלאר! שכוח

בין איך זייער נייגעריג ווי אלט איר זענט, בדרך אגב קענט איר שרייבן אן עצה אקעגען נייגעריקייט
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr



געבט אייער שטימע - זענט איר צופרידן אז קעמפ איז געשלאסן ?


אייער שטימע קען ארויסהעלפן טויזענטע היימישע עלטערן !!
ליינט דא האראויפשטעלענדע עפיזאד איבער קעמפס

yid
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:37 pm

תגובהדורך yid » דינסטאג ינואר 14, 2020 11:08 am

וואס עפעס? האט געשריבן:דער קומט אריין זייער קלאר! שכוח

בין איך זייער נייגעריג ווי אלט איר זענט, בדרך אגב קענט איר שרייבן אן עצה אקעגען נייגעריקייט

Just pray to Hashem

מיקא
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » דינסטאג ינואר 14, 2020 8:19 pm

yid האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:דער קומט אריין זייער קלאר! שכוח

בין איך זייער נייגעריג ווי אלט איר זענט, בדרך אגב קענט איר שרייבן אן עצה אקעגען נייגעריקייט

Just pray to Hashem

די מאמע פלעגט זאגן; אז איינער פרעגט דיך צופיל פראגעס, פרעג עהם נאר צוריק איין פראגעלע, און געווענליך די סארט לייט, וועלן דאן נעלם ווערן כעוף הפורח מכלוב.

Haklal
שר האלף
תגובות: 1368
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » דינסטאג ינואר 14, 2020 9:06 pm

הערשט יעצט באמערקט דעם אשכול, זייער פיינע ווארע יישר כח מיקא

מיקא
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » מיטוואך פאברואר 26, 2020 6:02 pm

31]
ביי יעדע צווייפל, ווען מ'ווייסט נישט וואס אויסצוקלויבן צו אפמאכן, מאך איך א ליסטע פון מעלות וחסרונות פון ביידע אפציעס, און לויט דעם זע איך וואס לוינט זיך מער; אדער די מערהייט אדער די ווערד צו פארלוסט וואס וועגט איבער.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: חתם סופר'ניק, נישטאמת, קאוונע און 3 געסט