קורץ און שארף!

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

Haklal
שר האלף
תגובות: 1360
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מיטוואך פאברואר 05, 2020 3:47 pm

בלעכענער פנים האט געשריבן:מיקא פיינע נייעס...קיפ איט אפ !

מיקא איז גאר גיט
מיקא איט איז!

מיקא
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 3:03 pm

פארוואס איז א נול רונדעכיג? ווייל מיט גארנישט קען מען נישט זיצן - אנאנעם

ס'בעסער צו געבן איידער נעמען, אבער ליידער ארבעט עס דערווייל נאר לגבי פעטש - אנאנים

דער בעדער איז נישט ריין, און דער מוכר ספרים איז נישט קיין למדן - אלט יודישער אויסדרוק

ביי שלום בית, מאכט מען זיך צופרידן מיט א כזית - אלט יודישער אויסדרוק

מ'האט עהם געזאגט; וויש דיר אפ די מויל, האט ער זיך ארויסגעפליקט דאס גאנצע נאז - שפאניש יודישער אויסדרוק

שמחהלע
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 12:50 pm

תגובהדורך שמחהלע » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 5:38 pm

מיקא האט געשריבן:כ'האב געהערט היינט א אויסדרוק פונעם הייליגער ראפשיצער זיין גרויסע זכות זאל אויף אונז אלע מגין זיין.

די גאר קלוגע זענען כופרים, די גאר פיינע ליגן אין זנות, און די גאר פרומע זענען רשעים; דער וואס איז קלוג פיין און פרום, אה, דאס איז א צדיק!

דעס האט א ערענסטע מקור?

מיקא
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 8:04 pm

שמחהלע האט געשריבן:
מיקא האט געשריבן:כ'האב געהערט היינט א אויסדרוק פונעם הייליגער ראפשיצער זיין גרויסע זכות זאל אויף אונז אלע מגין זיין.

די גאר קלוגע זענען כופרים, די גאר פיינע ליגן אין זנות, און די גאר פרומע זענען רשעים; דער וואס איז קלוג פיין און פרום, אה, דאס איז א צדיק!

דעס האט א ערענסטע מקור?

יא!
איך ווייס ניט די מקור, און איך בין נישט קיין גרויסע יודע מקורות, אבער איך האב עס געהערט פון א דערהויבענעם חסיד וואס רעדט כמעט נישט, און עסט כמעט נישט.. און פאר מיר איז ער די בעסטע מקור. אבער אז ער זאגט עס, שטעל איך מיר פאר אז ס'איז ידוע ביי די וואס קענען חסידישע מאמרים.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5676
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 8:13 pm

מיקא האט געשריבן:
שמחהלע האט געשריבן:
מיקא האט געשריבן:כ'האב געהערט היינט א אויסדרוק פונעם הייליגער ראפשיצער זיין גרויסע זכות זאל אויף אונז אלע מגין זיין.

די גאר קלוגע זענען כופרים, די גאר פיינע ליגן אין זנות, און די גאר פרומע זענען רשעים; דער וואס איז קלוג פיין און פרום, אה, דאס איז א צדיק!

דעס האט א ערענסטע מקור?

יא!
איך ווייס ניט די מקור, און איך בין נישט קיין גרויסע יודע מקורות, אבער איך האב עס געהערט פון א דערהויבענעם חסיד וואס רעדט כמעט נישט, און עסט כמעט נישט.. און פאר מיר איז ער די בעסטע מקור. אבער אז ער זאגט עס, שטעל איך מיר פאר אז ס'איז ידוע ביי די וואס קענען חסידישע מאמרים.

מיר ליגט אין קאפ פונעם ראפשיצער רב זצ"ל אזוי: צו קלוג איז א כופר, צו פיין איז א מנאף, צו פרום איז א רשע. אזוי ליגט מיר אין קאפ.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נפש׳ל
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

תגובהדורך נפש׳ל » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 9:26 pm

שמחהלע האט געשריבן:
מיקא האט געשריבן:כ'האב געהערט היינט א אויסדרוק פונעם הייליגער ראפשיצער זיין גרויסע זכות זאל אויף אונז אלע מגין זיין.

די גאר קלוגע זענען כופרים, די גאר פיינע ליגן אין זנות, און די גאר פרומע זענען רשעים; דער וואס איז קלוג פיין און פרום, אה, דאס איז א צדיק!

דעס האט א ערענסטע מקור?

אין אניאגראם=
1= פרום
2= גוט
5= קלוג
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים

מיקא
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » מאנטאג פאברואר 10, 2020 3:52 pm

ענדליך איז שוין דא זופ, האב איך נאר א גאפל ביים האנט - יוראפעיש יודישער ווערטל

כ'בין אנטלאפן פון די רעגן, און כ'האב אריינגעטרויטן אינעם אפלויף - מאראקאנער יודישער אויסדרוק

די מאסקיטא האט געביסן דעם לייב, און בארימט זיך; לייבן בלוט פלוסט אין מיר - אנאנים

יעדע קאפשטיק איז אביסל פאר'ריקט, אבער נישט יעדער פאר'ריקטער איז א קאפשטיק - אנאנים

יעדער פאר זיך איז א גיבור, צו פארטראגן א יענעמס צרות - אנאנים

אוועטאר
חאלאוונע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2020 5:39 pm
לאקאציע: אנאטעווקא

Re: קורץ און שארף!

תגובהדורך חאלאוונע » מאנטאג מאי 18, 2020 6:08 am

אז מ'לייענט גוטע ביכער, איז גענוי ווי מ'רעדט מיט אדל-לייט פון הונדערטע יארן צוריק - רענע דעקארט

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: קורץ און שארף!

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג מאי 18, 2020 7:38 am

און די בעסטע ביכער זענען אין די יודישע שאפעס, און ווען מ'ליינט זיי רעדט מען מיט כביכול אליין

אוועטאר
חאלאוונע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2020 5:39 pm
לאקאציע: אנאטעווקא

Re: קורץ און שארף!

תגובהדורך חאלאוונע » מיטוואך מאי 20, 2020 6:56 pm

ס'איז אזוי לייכט צוצוקוועטשן דאס ריכטיגע פרייהייט, אין נאמען פונעם גלאבאלע פרייהייט - ראַבינדראַנאַט טאַגאָר

אז מ'פארמאכט דעם טיר פאר גרייזן, קען די אמת אויך נישט אריינקומען - ראַבינדראַנאַט טאַגאָר

אוועטאר
חאלאוונע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2020 5:39 pm
לאקאציע: אנאטעווקא

Re: קורץ און שארף!

תגובהדורך חאלאוונע » דאנארשטאג מאי 21, 2020 12:19 pm

צו געבן פרייהאט פאר'ן פרוי איז גוט, נאר צוערשט דארף זי וויסן וויאזוי צו נוצן דאס פרייהייט - עמיל זאָלאַ

אלץ ווען דאס וויסנשאפט ווערט פארגעשריטן, כאפט עס א אומדירעקטן שטויס פונעם טיפשות - עמיל זאָלאַ

אן טאלאנט איז מען קיין קונסטלער, אבער טאלאנט אנע ענערגיע איז ווידער נישטא קיין קונסט - עמיל זאָלאַ

אז מ'ווייסט כאטש וואס איז ריכטיג, מאכט דאס אויך א בעסערע געזעלשאפט - עמיל זאָלאַ

אוועטאר
חאלאוונע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2020 5:39 pm
לאקאציע: אנאטעווקא

Re: קורץ און שארף!

תגובהדורך חאלאוונע » זונטאג מאי 24, 2020 11:47 am

הומאר שטעלט פאהר די געזונט'סטע טייל פון שפיציגע קלוגשאפט - דזשאַק בערל

שטארקייט מעסט זיך מיט געוואגטקייט; אז אויב מ'פראבירט, כאטש מ'פאלט דורך, ווערט עס דאך גערעכענט ווי ערפאלג - דזשאַק בערל

ס'נישטא קיין פארגענוגען אן שולד געפילן - אַלאַניס מאָריסט

אוועטאר
חאלאוונע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2020 5:39 pm
לאקאציע: אנאטעווקא

Re: קורץ און שארף!

תגובהדורך חאלאוונע » זונטאג מאי 24, 2020 4:34 pm

דער אומגליקליכער האט נישט קיין לייזונג, נאר די האפענונג - וויליאם שעיקספּיר

די שרעק פון צרות איז ערגער פון די צרות אליינס - פּאַלאָ קאָעלאָו

וואס מיר טוען נאר, האט א השפעה אויפ'ן צוקונפט - פּאַלאָ קאָעלאָו

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1450
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: קורץ און שארף!

תגובהדורך לעכטל » מאנטאג מאי 25, 2020 10:37 pm

שטארק שטארק, ממש קורץ און שארף!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

אוועטאר
חאלאוונע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2020 5:39 pm
לאקאציע: אנאטעווקא

Re: קורץ און שארף!

תגובהדורך חאלאוונע » דינסטאג מאי 26, 2020 12:51 am

ס'דויערט צוואנציג יאר צו בויען א רעפוטאציע, און פינעף מינוט עס קליא צו מאכן - ווארען באפעט

קיין וואל-סטריט קומען מענטשן צו פארן מיט א ראלס-רויס, כדי צו קריגן עצות פון אזעלכע וואס זענען דארט אנגעקומען מיט'ן אונטערערדישן באן - ווארען באפעט

ווען ליידיגייערס עלטערן זיך, ווערן זיי איינגעזויערט; כאטש ס'מאכט זיי נישט ערליכער, דאך דערלערנען זיי זיך ווי אזוי זיך אויפצופירן ברבים - קוואנטין טראנטינאו

אוועטאר
חאלאוונע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2020 5:39 pm
לאקאציע: אנאטעווקא

Re: קורץ און שארף!

תגובהדורך חאלאוונע » מיטוואך מאי 27, 2020 6:45 pm

צוויי זאכן באנעמט דאס גייסט מיט וואונדער און ציטער - אלץ פון פריש; די שטערנס אין הימל העכער מיר, און דאס מוראלישער פליכט טיף אין הארצן - עמנואל קאנט

א ברייט-פארשטענדליכער, איז דער וואס איז ארויס פון די קינדישע אומבאהאלפנקייט. און נישט ווייל ער איז קלוגער געווארן, נאר אלץ זיין שטארקע באשלוס צו נוצן דאס אייגענע פארשטאנד, אנשטאט יענעמס - עמנואל קאנט

דער פילאזאף 'וואלטער' זאגט; צוויי הילף מעטאדן איז געגעבן פון הימל צו פארטראגן שווערע צייטן אינעם לעבן; דאס שלאפן און דאס האפענונג; און כ'וואלט צוגעלייגט, אויכעט דאס הומאר - עמנואל קאנט

א נישט ריכטיגע כלל איז זיכער פאלש, אבער אויך א ריכטיגע כלל, טוט נישט אלץ צייגן דעם אמת - עמנואל קאנט

א מענטש איז נישט באשאפן געווארן צוזיין ווי א ערצויגענע שעפעלע אין א סטאדע, נאר ווי א טייל פון א צוזאמ-ארבייט גרופע, ווי א בין אין א בינשטאק - עמנואל קאנט

איינער וואס איז פלאך, איז פשוט נישט צו פארשטענדליך, אבער א שוטה האט בכלל נישט קיין שכל - עמנואל קאנט

אוועטאר
חאלאוונע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2020 5:39 pm
לאקאציע: אנאטעווקא

Re: קורץ און שארף!

תגובהדורך חאלאוונע » מאנטאג יוני 01, 2020 3:42 pm

די נויט, איז די שטופקראפט וואס ברענגט ארויס ביים מענטש דאס אבנארמאלע פעאיגקייט - אַנערא דע באַלזאַק

ס'פארהאנען ביכער וואס די דעקל איז די עיקר - טשאַרלס דיקענס

אמעריקא איז א לאנד פון אויסטרעפער, און די גרעסטע פון זיי זענען די דזשורנאליסטן - אלעקסאנדער גרעהעם בעל

די ביימער וואס וואקסן שטייט, זיי האבן די בעסטע פרוכט - מאליער

אוועטאר
מרגלית
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 18, 2020 7:59 pm

Re: קורץ און שארף!

תגובהדורך מרגלית » מיטוואך יוני 24, 2020 6:41 pm

דעפּרעסיע איז מער-ווייניגער א שלעפעריגע צארן - סטיווען רייט

אז מ'האט חתונה מיט אַ מאַלפּע צוליב זיין רייכקייט, וועט די געלט פאַרשוואונדן און בלייבן וועט די מאַלפּע - עגיפטישער שפריכווארט

פירט אייך אויף לייטיש צו יונגערע פון ענק, ווייל זיי זענען די וואס וועלן אייך מספיד זיין - אמעריקאנער ווערטל

אוועטאר
מרגלית
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 18, 2020 7:59 pm

Re: קורץ און שארף!

תגובהדורך מרגלית » מיטוואך יוני 24, 2020 7:06 pm

די פארגעניגן פֿון שרייבן, איז די צייכן פון זיג, קעגן דעם האנט וואס וועט אמאל שטארבן - וויסלאַוואַ שימבאָרסקאַ

די וואס האבן די קוראזש צו מאכן א טויש, זיי ווערן שארף קריטיקירט דורך אזעלכע וואס טוען גארנישט - עמוס עוז

דאס בעסטע אין לעבן ליגט אונז פאר'ן נאז, די זעה קראפט, און דאס אטעמען - ראבערט לואיס סטיווענסאָן

דיין פחד האלט ביי דיר, און דיין קוראזש טייל מיט דיינע פריינד - ראבערט לואיס סטיווענסאָן


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט