בלאט 6 פון 13

געשריבן: מוצ"ש פאברואר 08, 2020 11:31 pm
דורך ליבי ובשרי
איך ווייס פון גאר נאנט אז עס איז בערך 5~6 מאות א קינד. [ווען מ'צאלט ווי היינט]
און אזא גרויסע מוסדות איז לכאו' ווייניגער.

געשריבן: מוצ"ש פאברואר 08, 2020 11:33 pm
דורך ליבי ובשרי
חוץ מזה, האבן זיי נישט גרויסע הכנסות דארט?

געשריבן: מוצ"ש פאברואר 08, 2020 11:35 pm
דורך יואל שרייבער
עס איז לכאורה גרינגער צו מאכן א ווינט אז עלטערן זאלן געבן שיינע טיפס, אין געוויסע פלעצער איז עס שטארק איינגעפירט, א מלמד פון א מוסד ווי עס איז שטארק איינגעפירט זאגט מיר אז ער גייט ארויס מיט איבער 25 אלפים א יאר טיפס, ווידעראום ווי איך שיק, אין סאטמאר וומסב''ג, הער איך פון מלמדים אז איך בין א זעלטנהייט מיט מיין חודש'ליכע פופציגער, חוץ עשירים אדער פראבלעמאטישע קינדער געט כמעט קיינער נישט.

געשריבן: מוצ"ש פאברואר 08, 2020 11:55 pm
דורך לעכטל
וויפיל באקומט א מלמד א וואך?

געשריבן: זונטאג פאברואר 09, 2020 12:00 am
דורך חזן שמילאוויטש
560

געשריבן: זונטאג פאברואר 09, 2020 12:02 am
דורך לעכטל
טאקע?! איך גלייב נישט!

געשריבן: זונטאג פאברואר 09, 2020 12:24 am
דורך איסר האטלקי
חזן שמילאוויטש האט געשריבן:560

קען זיין אין קרית יואל, אין שטאט צאלט מען היינט בערך 1000 דאלער א וואך.

געשריבן: זונטאג פאברואר 09, 2020 12:27 am
דורך מצב כללי
איסר האטלקי האט געשריבן:
חזן שמילאוויטש האט געשריבן:560

קען זיין אין קרית יואל, אין שטאט צאלט מען היינט בערך 1000 דאלער א וואך.


א מלמד אין וויליאמסבורג פארדינט נישט קיין אלף א וואך

אין די 700 רעינדזש

אגב די מלמדים קריזיס איז אין שטאט פונקט אזוי עס איז זייער שווער צו טרעפן מלמדים ווי קאנסילמאן שרייבט עס איז א פול טיים שווערע ארבעט און מען באקומט באצאלט פעניס

געשריבן: זונטאג פאברואר 09, 2020 12:29 am
דורך נאך איינער
איסר האטלקי האט געשריבן:
חזן שמילאוויטש האט געשריבן:560

קען זיין אין קרית יואל, אין שטאט צאלט מען היינט בערך 1000 דאלער א וואך.

חלום חלמתי

געשריבן: זונטאג פאברואר 09, 2020 12:36 am
דורך ווער איז דאס
ווייל די גוטע מלמדים גייען אין קליינע פלעצער ווי די באציאונגען זענען גרינגער אחוץ די בעסערע געהאלטן
אין גרויסע באקומען זיי שכר לימוד. קעמפ אימזינסט
מענדיגט 4 אזייגער זייער אסאך טיען זייטיגע זאכען נאכדעם
אגב האט מען נישט געהעכערט די שכר לימוד לעצטענס?

געשריבן: זונטאג פאברואר 09, 2020 12:37 am
דורך פעטער שמואל
עס איז נאר 6 שעה ארבעט (נישט 10 שעה ווי קאנסילמאן לייגט אראפ) און רוב מלמדים טוען נאך עפעס אין די זייט ווי ענגליש טישטער אדער לערנען פרייוואט. ס''ה 8-9 שעה א טאג ארבעט. וועל איך דיר זאגן א סוד, איך ארבעט אויך 9 שעה טאג, און איך האב אויך א מענדעזשער צו וועם איך דארף ריפארטן, אין איך דארף אויך טוהן א צופרידנשטעלנדע ארבעט ווייל אויב נישט פלי איך, און איך באקום אויך נישט קיין קאמפלימענטס און אוודאי נישט קיין טיפס 3 מאל א יאר.

חוץ מזה צאל איך פולע פרייז שכר לימוד, באקום נישט קיין קיופאנס פאר פסח, אין איך האב נישט קיין סעקשאן 8, פוד סטעמפס, היעפ, מעדיקעיד והמסתעף.

אויכעט באקום איך נישט אףף דריי טעג פאר סוכות און א וואך פאר פסח און 2 וואכן זומער וועקעישאן.

אבי מען רעדט זיך אפ.

געשריבן: זונטאג פאברואר 09, 2020 12:38 am
דורך פעטער שמואל
ווער איז דאס האט מיר טיילווייז אויסגעכאפט מיט א סעקונדע

געשריבן: זונטאג פאברואר 09, 2020 12:56 am
דורך לאמיר פארשטיין
דא בּיי אונז האבּען מיר ב"ה העכסט געלאנגענע מלמדים. נישׁטא וואס זיך צו שׁעמען פון די אנדערע מוסדות
און אינטרעסאנט מען זעהט זייער זעלטען איינער זאל אויפגעבּן מלימדות וועגן געלט
זיי האבּען א גרויס חלק אייגענע דירות האבּן כּמעט אלע קארס א זאך וואס פלעגט נישׁט זיין און אונזערע צייטן

געשריבן: זונטאג פאברואר 09, 2020 1:04 am
דורך געלעגער
דא ביי אונז מיינסטו אין טוסאן אריזאונע?

געשריבן: זונטאג פאברואר 09, 2020 1:07 am
דורך הרב_שלום
חזן שמילאוויטש האט געשריבן:560


א העלפער פאר א נורסערי רבי מאכט מער ווי 560 און א מלמד מאכט אסאך מער ווי 560 און אויב האט די מלמד 4 קינדער אין די מוסדות וואס ער צאלט נישט קיין שכר לימוד איז עס נאך 250 א וואך
ווער עס האט די מעגליכקייט זאל ווייטער טיפען די מלמדים און אויב האט איר אפאר עקסטער דאללער דאן שטיצט די מוסדות ווי אייער קינדער לערנען (ווי די הייליגע רבי פלעגט זאגען ווער עס וועט שטיצען מיינע מוסדות וועל איך נישט שילדיג בלייבען) אבער די מלמדים זענען נישט קיין רחמנות
א B&H ארבייטער וואס צאלט שכר לימוד און טראנספארטאציע און האט נישט קיין פ.ס. איז א גרעסערע רחמנות

געשריבן: זונטאג פאברואר 09, 2020 1:08 am
דורך קאנסילמאן
פעטער שמואל האט געשריבן:עס איז נאר 6 שעה ארבעט (נישט 10 שעה ווי קאנסילמאן לייגט אראפ) און רוב ...


איך וואלט געצליך איגנארירט דיין תגובה, אבער פשוט צו שטעלן די פאקטן גראד וועל איך יא רעאגירען,

א כיתה ז - ח - ט מלמד ארבייט אין עווריטיש פיזיש 9.5 שעה א טאג, חוץ די זייטיגע נאך חדר ארבייט.

געשריבן: זונטאג פאברואר 09, 2020 1:11 am
דורך כא כא כא
פעטער שמואל האט געשריבן:עס איז נאר 6 שעה ארבעט (נישט 10 שעה ווי קאנסילמאן לייגט אראפ) און רוב מלמדים טוען נאך עפעס אין די זייט ווי ענגליש טישטער אדער לערנען פרייוואט. ס''ה 8-9 שעה א טאג ארבעט. וועל איך דיר זאגן א סוד, איך ארבעט אויך 9 שעה טאג, און איך האב אויך א מענדעזשער צו וועם איך דארף ריפארטן, אין איך דארף אויך טוהן א צופרידנשטעלנדע ארבעט ווייל אויב נישט פלי איך, און איך באקום אויך נישט קיין קאמפלימענטס און אוודאי נישט קיין טיפס 3 מאל א יאר.

חוץ מזה צאל איך פולע פרייז שכר לימוד, באקום נישט קיין קיופאנס פאר פסח, אין איך האב נישט קיין סעקשאן 8, פוד סטעמפס, היעפ, מעדיקעיד והמסתעף.

אויכעט באקום איך נישט אףף דריי טעג פאר סוכות און א וואך פאר פסח און 2 וואכן זומער וועקעישאן.

אבי מען רעדט זיך אפ.

פון ווען ביז ווען איז 6 שעה??
חדר הייבט זיך אן 7:30 און מ'ענדיגט פאר ענגליש 5:00, ס''ה 9 אהאלב שעה, וואסערע סייד דשאב קען ער נאכדעם נעמען?????

די רעדסט זיכער פון א קינדערגארטן מלמד, דארט ביסטו האלב גערעכט
קאנסילמאן האקט
דאפעלט איז שטערקער...

געשריבן: זונטאג פאברואר 09, 2020 1:12 am
דורך פעטער שמואל
קאנסילמאן האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:עס איז נאר 6 שעה ארבעט (נישט 10 שעה ווי קאנסילמאן לייגט אראפ) און רוב ...


איך וואלט געצליך איגנארירט דיין תגובה, אבער פשוט צו שטעלן די פאקטן גראד וועל איך יא רעאגירען,

א כיתה ז - ח - ט מלמד ארבייט אין עווריטיש פיזיש 9.5 שעה א טאג, חוץ די זייטיגע נאך חדר ארבייט.

איך ווייס נישט וויפיל שעה מען לערנט אין קרית יואל, אבער ביינונז אין מאנסי איז עס פון 9 ביז 4 מיט א שעה לאנטש אינדערמיט. ווי איז דא 9.5 שעה פיזישע ארבעט?

געשריבן: זונטאג פאברואר 09, 2020 1:14 am
דורך פעטער שמואל
כא כא כא האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:עס איז נאר 6 שעה ארבעט (נישט 10 שעה ווי קאנסילמאן לייגט אראפ) און רוב מלמדים טוען נאך עפעס אין די זייט ווי ענגליש טישטער אדער לערנען פרייוואט. ס''ה 8-9 שעה א טאג ארבעט. וועל איך דיר זאגן א סוד, איך ארבעט אויך 9 שעה טאג, און איך האב אויך א מענדעזשער צו וועם איך דארף ריפארטן, אין איך דארף אויך טוהן א צופרידנשטעלנדע ארבעט ווייל אויב נישט פלי איך, און איך באקום אויך נישט קיין קאמפלימענטס און אוודאי נישט קיין טיפס 3 מאל א יאר.

חוץ מזה צאל איך פולע פרייז שכר לימוד, באקום נישט קיין קיופאנס פאר פסח, אין איך האב נישט קיין סעקשאן 8, פוד סטעמפס, היעפ, מעדיקעיד והמסתעף.

אויכעט באקום איך נישט אףף דריי טעג פאר סוכות און א וואך פאר פסח און 2 וואכן זומער וועקעישאן.

אבי מען רעדט זיך אפ.

פון ווען ביז ווען איז 6 שעה??
חדר הייבט זיך אן 7:30 און מ'ענדיגט פאר ענגליש 5:00, ס''ה 9 אהאלב שעה, וואסערע סייד דשאב קען ער נאכדעם נעמען?????

די רעדסט זיכער פון א קינדערגארטן מלמד, דארט ביסטו האלב גערעכט
קאנסילמאן האקט
דאפעלט איז שטערקער...

7:30 איז שחרית, די מלמדים קומען נאר 9'נע.
אפשר אין קרית יואל הייבט זיך אן ענגליש 5:00 אויב יא איז עס די מוסדות פראבלעם.

געשריבן: זונטאג פאברואר 09, 2020 1:18 am
דורך קאנסילמאן
כא כא כא האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:עס איז נאר 6 שעה ארבעט ....
אבי מען רעדט זיך אפ.

פון ווען ביז ווען איז 6 שעה??
חדר הייבט זיך אן 7:30 און מ'ענדיגט פאר ענגליש 5:00, ס''ה 9 אהאלב שעה, וואסערע סייד דשאב קען ער נאכדעם נעמען?????

די רעדסט זיכער פון א קינדערגארטן מלמד, דארט ביסטו האלב גערעכט
קאנסילמאן האקט, דאפעלט איז שטערקער...

פאר א כיתה ח - ט מלמד לייג צו נאך צייט, זיי הייבן אן פריער און ענדיגען שפעטער.

אבער די נושא איז נישט צו זיי ארבייטען אכט שעה אדער עלף שעה, איטס דאס נאט מעיק א דיפרענטץ.

געשריבן: זונטאג פאברואר 09, 2020 1:23 am
דורך כא כא כא
פעטער שמואל האט געשריבן:
כא כא כא האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:עס איז נאר 6 שעה ארבעט (נישט 10 שעה ווי קאנסילמאן לייגט אראפ) און רוב מלמדים טוען נאך עפעס אין די זייט ווי ענגליש טישטער אדער לערנען פרייוואט. ס''ה 8-9 שעה א טאג ארבעט. וועל איך דיר זאגן א סוד, איך ארבעט אויך 9 שעה טאג, און איך האב אויך א מענדעזשער צו וועם איך דארף ריפארטן, אין איך דארף אויך טוהן א צופרידנשטעלנדע ארבעט ווייל אויב נישט פלי איך, און איך באקום אויך נישט קיין קאמפלימענטס און אוודאי נישט קיין טיפס 3 מאל א יאר.

חוץ מזה צאל איך פולע פרייז שכר לימוד, באקום נישט קיין קיופאנס פאר פסח, אין איך האב נישט קיין סעקשאן 8, פוד סטעמפס, היעפ, מעדיקעיד והמסתעף.

אויכעט באקום איך נישט אףף דריי טעג פאר סוכות און א וואך פאר פסח און 2 וואכן זומער וועקעישאן.

אבי מען רעדט זיך אפ.

פון ווען ביז ווען איז 6 שעה??
חדר הייבט זיך אן 7:30 און מ'ענדיגט פאר ענגליש 5:00, ס''ה 9 אהאלב שעה, וואסערע סייד דשאב קען ער נאכדעם נעמען?????

די רעדסט זיכער פון א קינדערגארטן מלמד, דארט ביסטו האלב גערעכט
קאנסילמאן האקט
דאפעלט איז שטערקער...

7:30 איז שחרית, די מלמדים קומען נאר 9'נע.
אפשר אין קרית יואל הייבט זיך אן ענגליש 5:00 אויב יא איז עס די מוסדות פראבלעם.

ליין איבער די קעפל 'מלמדים קריזיס אין קר''י'

געשריבן: זונטאג פאברואר 09, 2020 1:28 am
דורך KEWL
קאנסילמאן האט געשריבן:
בכל אופן נישט אייביג העלפט דאס צאלען מער פאר א מלמד, אויב די מלמד איז פשוט באגרעניצט מיט וואס ער קען יא אדער.


דאס איז דא חורבן. געלונגענע יונגעלייט טרעפן זיך בעסערע פרנסות. בלייבסטו נאר איבער מיט מלמדים וואס זענען באגרעניצט מיט וואס ער קען יא אדיר נישט.

צאל מיר, וועסטע האבן מיר עקסעס צו מער טויגליכע מלמדים.

געשריבן: זונטאג פאברואר 09, 2020 1:28 am
דורך פעטער שמואל
שוין, איך זעה שוין די שורש פון די פראבלעם.
אין קר''י ארבעטן די מלמדים 11 שעה א טאג. אוודאי וויל קיינער נישט זיין קיין מלמד. אין קיין אנדערע אידישע שטאט ארבעטן נישט די מלמדים אזוי פיל. ניטאמאל אין B&H לייגט מען אריין אזעלכע שעות.

געשריבן: זונטאג פאברואר 09, 2020 1:38 am
דורך כא כא כא
KEWL האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:
בכל אופן נישט אייביג העלפט דאס צאלען מער פאר א מלמד, אויב די מלמד איז פשוט באגרעניצט מיט וואס ער קען יא אדער.


דאס איז דא חורבן. געלונגענע יונגעלייט טרעפן זיך בעסערע פרנסות. בלייבסטו נאר איבער מיט מלמדים וואס זענען באגרעניצט מיט וואס ער קען יא אדיר נישט.

צאל מיר, וועסטע האבן מיר עקסעס צו מער טויגליכע מלמדים.

וויסט וואס ס'מיינט צאל מער? די ווייסט פון וויפיל ארבעטער מ'רעדט דא?

קומט מען צוריק צום שכר לימוד קאסט, פרעג איך דיר קען מען ארויף לייגן אויף עלטערן צו צאלן פאלי קאסט פער קינד?

מילא איז עס טאקע אן ערנסטע קריזיס אן א געהעריגע סעלאשן.

געשריבן: זונטאג פאברואר 09, 2020 1:46 am
דורך maybeeynot
מיין כטה ט יונגעל איז אין חדר 12 שעה א טאג זיי האבן נישט קיין ענגליש
נאר די לעצטע סדר וואס הייסט מתמידים זענען די מלמדים באפרייט