משפחה שמחה קאסע/פלאן

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג אפריל 28, 2019 5:59 pm

האסט עס אויך צוזאמענגעשטעלט מיט די אשכול?
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
די אויכעט
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 17, 2019 5:54 pm
לאקאציע: ביים קאסע

תגובהדורך די אויכעט » זונטאג אפריל 28, 2019 6:03 pm

ניין נישט מיר האט דער בלאט אינטערוויא'עט
מעגליך אז דער שרייבער פונעם בלאט דרייעט זיך דא

דאס איז מיין 50'סטע תגובה, איך גיי ווערן א נייע שר?
For Sale
ווארשיינליך וועל איך ארויסגיין פון קרעטשמע פאר א אומבאשטומטע צייט
שוין גענוג פארברענגט די צייט, וועל מיר גיין ארבייטן

אוועטאר
די אויכעט
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 17, 2019 5:54 pm
לאקאציע: ביים קאסע

תגובהדורך די אויכעט » מאנטאג אפריל 29, 2019 4:43 pm

For Sale
ווארשיינליך וועל איך ארויסגיין פון קרעטשמע פאר א אומבאשטומטע צייט
שוין גענוג פארברענגט די צייט, וועל מיר גיין ארבייטן

אוועטאר
לייבעלע
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:14 am

תגובהדורך לייבעלע » מיטוואך מאי 01, 2019 2:22 pm

איך האב אויך בע"ה אויסגעשטעלט אן עקסעל שיעט פאר פרעזענטאציע וואס ארבעט אטאמאטיש מיט אפשענס צו אויסוועלן וויאזוי די פאנד זאל זיין אויסגעשטעלט. פארבינדט זיך מיט מיר אין אישי צו באקומען א קאפי.
אויב אינטערעסאנט, בין איך אויך וויליג צו העלפן משפחה-עסקנים מיט די פרעזענטאציע.
אויך איז פארהאן א קאסטום-געבויטע בוקקיפינג סיסטעם מיט אלע פיטשיפקעס וואס א משפחה האט געלאזט בויען פאר'ן תועלת פון פירן א משפחה קאסע.
מ'ארבעט אויך צו קענען צושטעלן די סערוויסעס פון בוקקיפינג און נאך, פאר פילע משפחות פונעם ברייטן ציבור וואס וועט בע"ה אסאך פארגרינגערן די געדאנק פאר מאנעכע משפחות.
ווי אויך איז אין פלאן בע"ה בקרוב צו האבן א שענערע פראפעשינאל פרעזענטאציע אהערגעשטעלט.
לייבעלע
- - - - - - - - -
leibeleh @gmail.com

אוועטאר
די אויכעט
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 17, 2019 5:54 pm
לאקאציע: ביים קאסע

תגובהדורך די אויכעט » מיטוואך מאי 01, 2019 2:40 pm

אָהה!!.. דער משפחה קאסע עולם האבן געטראפן די אשכול, איך וויל זיי ווינטשן ברוכים הבאים!

באמת האב איך מיך געפיעלט איינער אליין, פון היינט און ווייטער וועל איך שוין האבן סעפורט.
און אדרבה קומט אין די מאסן און דערציילט פארן עולם וואס עס טוט זיך ביי ענק,
For Sale
ווארשיינליך וועל איך ארויסגיין פון קרעטשמע פאר א אומבאשטומטע צייט
שוין גענוג פארברענגט די צייט, וועל מיר גיין ארבייטן

אוועטאר
די אויכעט
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 17, 2019 5:54 pm
לאקאציע: ביים קאסע

ווי אזוי צו מאכן די פרייזן

תגובהדורך די אויכעט » מיטוואך מאי 01, 2019 5:58 pm

אזוי ווי דער עיקר ציל פון אזא קאסע איז צו ארויסהעלפן ביים חתונה מאכן, דארף מען זיכער מאכן צו קענען טיילן וואס מער, אויב אזוי דארף מען צוזאמנעמען די מערסטע וואס איז שייך ביי דיין משפחה כדי צו קענען אויסטיילן וואס מער, איז אויב פילט איר אז מען קען בעטן ביי דיין משפחה א געוויסע סכום (ווי למשל $2000) פרובירט אייך צוהאלטן ביי דעם פרייז און ארויפארבייטן די משפחה זאל טאקע דאס צאלן, ווי שוין געשריבן פריער ח"ו צו ארויפצווינגען א פרייז אויפן משפחה נאר מען זאל ארבייטן אז יעדער זאל מסכים זיין בדרכי נועם.
אויב ביי אייער משפחה זענען די אייניקלעך כולל אינגעלייט קענט איר אויסארבייטן אז די אייניקלעך זאלן צאלן ווייניגער, (יא עס איז שוין דא א משפחה וואס די אייניקלעך צאלן איין ווייניגער, אויב איינער ווייסט ווי אזוי עס ארבייט ביי זיי זאל עס דא ברענגען)
און אזוי ווי די געלט וואס מען געט פרא בר מצוה'ס איז נאר א טפל – כדי די אינגעלייט זאלן אויך עפעס הנאה האבן אויפן לאנגע וועג ביזן חתונה מאכן – האב איך מסדר געווען אז ביי א בר מצוה באקומט מען צוריק וויפיל מען האט איינגעצאלט און פאר א בעבי האלב וויפיל מען האט איינגעצאלט.
דרך אגב אז מען רעדט פון בעביס קען מען צוטיילן אז פאר א אינגל געט מען מער און פאר א מיידל געט מען ווייניגער (ווי למשל ווען מען צאלט איין $2000 א יאר וועט מען געבן $750 א מיידל און $1250 א אינגל)
For Sale
ווארשיינליך וועל איך ארויסגיין פון קרעטשמע פאר א אומבאשטומטע צייט
שוין גענוג פארברענגט די צייט, וועל מיר גיין ארבייטן

אוועטאר
די אויכעט
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 17, 2019 5:54 pm
לאקאציע: ביים קאסע

מטרה פון די קאסע

תגובהדורך די אויכעט » דאנארשטאג מאי 02, 2019 5:19 pm

אזוי ווי איך האב אביסל געטוישט געדאנקען גאנג ווי אזוי אנצוקוקן דעם קאסע וויל איך מיט דעם תגובה פארעכטן דאס וואס איך האב געשריבן אויבן.
די מטרה פון די קאסע איז פאר געשוויסטער און בני משפחה זיך ארויס צוהעלפן בעת שמחה בדרך כבוד, און איעדער וואס איז א מעמבער אין די קאסע איז א א מעמבער ווייל ער האלט פאר די אויגן די מטרה, איז אפילו אז נאך דריי יאר וועט דער קאסע צאמפאלן איז מען נאך אלץ אנגעקומען צום מטרה וואס מען האט געוואלט, אבער די זעלבע זאך וועט די קאסע נישט אזוי שנעל צאמפאלן ווייל יעדער איז בעצם דא צו העלפן די משפחה און נישט פאר די אייגענע בעניפיט.
און בנוגע אז עס וועלן זיין בני משפחה וואס וועלן נישט ווילן איינצאלן, וועט זיך ווענדן - יעדע פאל איז אנדערש, אויב דער מענטש איז א אויבער חכם און וויל נישט איינצאלן וועט ער טאקע נישט באקומען, אבער אויב רעדט מען פון א מענטש וואס האט טאקע נישט קיין געלט איז דאס טאקע די מטרה פארוואס מען האט געעפנט די קאסע און מען וועט אים געבן אזוי ווי יעדעם איינעם, איי ער ברענג נישט גארנישט אריין? איז דא פארשידענע וועגן צו אנפילן דעם לאך ווי איך וועל עס נאך אויסשמועסן, דעס איז נאר ווען עס איז דא איינס צוויי אזעלעכע אבער אויב האלב משפחה קען נישט איינצאלן דעמאלטס דארף מען איבער מאכן דעם גאנצן פלאן ווייל אזא קאסע מוז זיין פון פאראויס אויסגערעכנט אז יעדער איינער זאל קענען מיטהאלטן און דאס איז טאקע די מטרה פונעם קאסע, ווי אויך קען מען מאכן צוויי מעמבערשיפ פרייזן פאר די בעלי יכולת און פאר די מעוטי יכולת און עס אויסרעכענען אז עס זאל נישט איבערבלייבן א מיינוס, (אינעם משפחה קאסע קאלקאלעטאר).
For Sale
ווארשיינליך וועל איך ארויסגיין פון קרעטשמע פאר א אומבאשטומטע צייט
שוין גענוג פארברענגט די צייט, וועל מיר גיין ארבייטן

אוועטאר
די אויכעט
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 17, 2019 5:54 pm
לאקאציע: ביים קאסע

תגובהדורך די אויכעט » דינסטאג מאי 07, 2019 5:34 pm

פרעגס א שאלה און איך וועל פרובירן צו שרייבן דערויף.
For Sale
ווארשיינליך וועל איך ארויסגיין פון קרעטשמע פאר א אומבאשטומטע צייט
שוין גענוג פארברענגט די צייט, וועל מיר גיין ארבייטן

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דינסטאג מאי 07, 2019 11:11 pm

הנאה געהאט צו לעזן דיזע אשכול, זייער אינטערסאנט!
מיין שאלה איז ווען איינער וואס האלט באמת יא ביים איינצאלן זאגט אין לי! (און ער האט באמת נישט קיין איבריגע פרוטה) וויאזוי פילט מען אן די לאך?
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג מאי 07, 2019 11:15 pm

טוהט מען וואס מען האט געטוהן ביינונז. מיין פרוי האט מיר געזאגט אז א משפחה מיטגליד גייט נישט צו די פאנדרעיזער ווייל זי האט "אנדערע אבליגעישאנס" (אין לי בלע"ז) וואס צו טוהן מיט די מעשר געלט. האב איך גענומען פון מיין מעשר קאסע (וואס האט אויך אבליגעישאנס, טאקע דאס...) און איר געהייסן מיטנעמען די אנדערע אויף איר קאסט
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דינסטאג מאי 07, 2019 11:33 pm

צו געזונט האט געשריבן:טוהט מען וואס מען האט געטוהן ביינונז. מיין פרוי האט מיר געזאגט אז א משפחה מיטגליד גייט נישט צו די פאנדרעיזער ווייל זי האט "אנדערע אבליגעישאנס" (אין לי בלע"ז) וואס צו טוהן מיט די מעשר געלט. האב איך גענומען פון מיין מעשר קאסע (וואס האט אויך אבליגעישאנס, טאקע דאס...) און איר געהייסן מיטנעמען די אנדערע אויף איר קאסט

כמותך ירבו בישראל!

אבער וואס טוהט מען אויב ס'נישטא קיינער פון די משפחה וואס רופט זיך אהן ווארעם מיט איבריגע צוויי אלפים
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אוועטאר
די אויכעט
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 17, 2019 5:54 pm
לאקאציע: ביים קאסע

ווי אזוי אנצופילן א לאך

תגובהדורך די אויכעט » מיטוואך מאי 08, 2019 4:54 pm

עס איז דא פארשידענע עצות אנצופילן א לאך.
  • מען איז מכבד @צו געזונט זיך צו משתתף זיין א ביסעלע מער, און לאו דוקא 'צו געזונט' נאר א יעדער וואס קען זיך משתתף זיין מיט נאך אביסעלע מער ווי זיין התחייבות.
  • מען איז מכבד דעם באטרעפענדער צו גיין נאך געלט דערפאר, פארשטייט זיך אויב עס איז לפי כבודו.
  • מען קאמפיינט ביי די בחורים און די קינדער צו גיין נאך געלט און מען וועט עס ניצן אנצופילן דעם לאך, ווי אויכעט קען מען בעטן די מעשר פון די מיידלעך וואס ארבייטן.
  • אז עס מאכט זיך אז איינער פון די משפחה האט א קרוב אדער א גוטע חבר קאן מען אים בעטן צו באצאלן א חתונה.
און ווער עס האט האט נאך אן איידיע זאל עס דא אויפברענגען.
For Sale
ווארשיינליך וועל איך ארויסגיין פון קרעטשמע פאר א אומבאשטומטע צייט
שוין גענוג פארברענגט די צייט, וועל מיר גיין ארבייטן

אוועטאר
די אויכעט
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 17, 2019 5:54 pm
לאקאציע: ביים קאסע

דער סטעיטמענט

תגובהדורך די אויכעט » מאנטאג מאי 13, 2019 5:09 pm

דער סטעיטמענט איז דער מיטל ווי אזוי מען האלט מאמענטום פון די קאסע, און אויכעט ברענגט דער סטעיטמענט א שטארקע אחדות אינעם משפחה.
דער סטעיטמענט דינט אלץ א שטיקעלע משפחה צייטונג ווי מען באריכטעט די לעצטע נייעס אינעם משפחה (אפילו נייעס וואס יעדער ווייסט וועט א געשריבענע באריכט זייער אסאך אויפטאן) ווי אויך לייגט מען וויכטיגע מודעות פונעם קאסע, יארצייטן, תהלים מחולק פאר די פרויען, א מזל טוב פאר אלע שמחות פון די פריעדיגע שמחות, און וואס נישט, פארשטייט זיך אז מען שרייבט די הוצאות און הכנסות און יעדעמס סטאטוס.
צו דעקן די קאסטן קען מען אריינלייגן עדס פאר א מינאמאלע אפצאל.
For Sale
ווארשיינליך וועל איך ארויסגיין פון קרעטשמע פאר א אומבאשטומטע צייט
שוין גענוג פארברענגט די צייט, וועל מיר גיין ארבייטן

אוועטאר
די אויכעט
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 17, 2019 5:54 pm
לאקאציע: ביים קאסע

הילף געזיכט

תגובהדורך די אויכעט » זונטאג מאי 26, 2019 4:52 pm

איך מיטשע זיך שוין א לאנגע צייט צו מסדר זיין דעם קאסע לעגאל איך בין שוין געלאפן פון רעכל צו מעכיל יעדער קומט אויף מיט א צווייטע וועג און איך זעה נישט א וועג ארויס, על כן חבירי היקרים קום איך צו ענק מיט א בקשה אויב מען קען מיך דא ארויס העלפן...

די עיקר פארוואס איך וויל דאס האבן לעגאל איז ווייל איך וויל קענען נעמען קרעדיט קארטלעך, טעקס דידאקטעבל וועט זיין א גרויסע בענעפיט.
די הצעות האב איך שוין באקומען:
  • פאמיליע טראסט - קען נישט נעמען ק"ק
  • מאכן א עדישן צו א קאנג. - איך וויל נישט זיין אנגעוויזן אויף אנדערע מענטשען\האבן בעלי בתים
  • נאן פאר פראפיט קארפ. - קען נישט בענעטפירן א ספעציעלע גרופע
על כן ברידערלעך ביטע העלפט מיר ארויס ווייל איך וויל קענען ווייטער גיין.
For Sale
ווארשיינליך וועל איך ארויסגיין פון קרעטשמע פאר א אומבאשטומטע צייט
שוין גענוג פארברענגט די צייט, וועל מיר גיין ארבייטן

אוועטאר
די אויכעט
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 17, 2019 5:54 pm
לאקאציע: ביים קאסע

תגובהדורך די אויכעט » זונטאג יוני 02, 2019 12:19 pm

דא אויפן וועלטל האב איך נישט באקומען א אנטווארט, אבער איך האב באקומען נאך הצעות
  • עפענען א דשוינט באנק אקאונט מיט נאך אפאר מענטשן (וואס האבן נישט קיין פראגראמען) און ניצן פעי פעל פאר ק"ק
  • א נאן קאפרעיט אסאסיעשן, איך ווייס נישט וואס דאס איז אויב איינער קען דא מסביר זיין
און אז איך שרייב שוין - וויל איך בקרוב הימים שרייבן וועגן ווי אזוי צו מאכן די קאלעקשאנס.
For Sale
ווארשיינליך וועל איך ארויסגיין פון קרעטשמע פאר א אומבאשטומטע צייט
שוין גענוג פארברענגט די צייט, וועל מיר גיין ארבייטן

אוועטאר
די אויכעט
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 17, 2019 5:54 pm
לאקאציע: ביים קאסע

קאלעקשאנס

תגובהדורך די אויכעט » מאנטאג יוני 24, 2019 5:20 pm

איינמאל דער לאך איז שוין געגראבן געווארן דארף מען איינפלאנצן דעם בוים, ווען דער עולם איז שוין ווארעם דארף מען צוזאמען נעמען די געלט עס וועט נישט אליין קומען צו וואקן, און דאס וועט זיין א שטיקל ארבייט און מען דארף זיין גערישט אויף דעם, ווייל אויב וועט איר נישט אויסשטעלן א קראנטע מהלך פאר די קאלעקשאנס איז ממש א שאד אייער גאנצע ארבייט פונעם פלאנירן.

מיר וועלן מאכן דריי קאטעגאריעס קאסע מעמבערס, איינס - די וואס ברענגן די גאנצע אדער רוב געלט אויפן פלאץ, אדער א קרעדיט קארד צו טשארשן חודש'ליך, דאס איז ממש א נחת ווייל מען קען זיך רעכענען אויף זיי ווען עס קומט צו טיילן די געלט, די צווייטע קאטעגאריע זענען די וואס מען דארף זיי נאכלויפן יעדע חודש אדער יעדע שטיק צייט צו באקומען די געלט פון זיי, דאס איז שוין אביסל שווערער צו באהאנדלען, פאר דעם איז די עצה ווי געפאלדענט, מען צוטיילט זיי פאר אפאר בני משפחה (חברי הוועד) ווי יעדער באקומט א פיר פינעף מענטשן צו באארבייטן און קאלעקטן כדי אז עס זאל נישט פאלן נאר אויף איינעם, יעצט קומט דער גרויסן אבער - דער דריטן קאטעגאריע - ווי עס איז איבעראל דא אויבער חכמים וואס ווילן זיך נישט צושטעלן (נישט די וואס קענען נישט באצאלן, די עצה פאר זיי האבן מיר שוין געשריבן אויבן) פאר זיי וועט שטארק ארבייטן peer pressure מען וועט צו ווארטן ביז יעדער איז שוין איינגעשריבן, ווען זיי וועלן זען אז דער קאסע איז א פאקט וועלן זיי אפילו באצאלן די גאנצע אויף א מאל.
For Sale
ווארשיינליך וועל איך ארויסגיין פון קרעטשמע פאר א אומבאשטומטע צייט
שוין גענוג פארברענגט די צייט, וועל מיר גיין ארבייטן

אוועטאר
די אויכעט
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 17, 2019 5:54 pm
לאקאציע: ביים קאסע

ברעיקינג

תגובהדורך די אויכעט » דינסטאג יוני 25, 2019 5:17 pm

פאר מיר פרעזענדליך איז א געוואלדיגע פרייד ווען אין די מינוטן וועט א לויער פיילן עפעס א מין נאן פאר פראפיט קארפארעישאן.
ווי נאר איך וועל וויסן פונקטליך ווי אזוי עס ארבייט וועל איך בל"נ שרייבן דעוועגן.
For Sale
ווארשיינליך וועל איך ארויסגיין פון קרעטשמע פאר א אומבאשטומטע צייט
שוין גענוג פארברענגט די צייט, וועל מיר גיין ארבייטן

אוועטאר
די אויכעט
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 17, 2019 5:54 pm
לאקאציע: ביים קאסע

תגובהדורך די אויכעט » זונטאג יוני 30, 2019 7:15 pm

פרעזידענט האט געשריבן:אז איך באקום א טשאראדי צו חסד פאנד לינק צו העלפן א ידיד וואלט איך זיך שיין אנגערופן

https://donate.thechesedfund.com/cause/mishpucha-fund
For Sale
ווארשיינליך וועל איך ארויסגיין פון קרעטשמע פאר א אומבאשטומטע צייט
שוין גענוג פארברענגט די צייט, וועל מיר גיין ארבייטן


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בשמחה רבה, חושב מחשבות..., שנלר און 21 געסט