אדווערטייזמענט: מיט משפחה עסט מען קוגל?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

ivelt אדווערטייזמענט
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 30, 2017 7:59 am

אדווערטייזמענט: מיט משפחה עסט מען קוגל?

תגובהדורך ivelt אדווערטייזמענט » מיטוואך מארטש 13, 2019 9:11 am

מיט משפחה עסט מען קוגל?

וויפיל די מענטשהייט פרובירט זיך נאר גרינגער צו מאכן דאס לעבן - מען אנטוויקלט די מערסט-סאפיסטיקירטע מאשינען; מען האט אינדוסטריאליזירט די גאנצע לעבנ'ס-סיסטעם; כלים וועלכע קענען איבערנעמען יעדע פונקציע פונעם מענטש – טרעפט מען זיך נאך אלס "ביזי."

"ביזי" איז אן אומאנטלויפבארע קללה וואס לויפט נאך דעם מין האנושי און לאכט אים אין פנים, ווי צו זאגן "פון מיר וועסטו זיך נישט ארויסדרייען."

די צינישע איראניע איז אז דער "ביזי" האט נאך א 'סענס אוו הומאר' אויך... ווי מער ראבאטן, קאמפיוטערס און מאשינען מען נעמט אריין אינעם לעבן, אלס "מער" ביזי ווערט מען.

נו, פארפאלן. אז ג-ט ברוך הוא האט פארשאלטן אונזער עלטער זיידן מיט'ן "בזעת אפיך תאכל לחם" און דעם "קוץ ודרדר תצמיח לך" קענען מיר נישט אנטלויפן. דער ביס אינעם עץ הדעת עפל וועט אויף אייביג פארבלייבן איינגעקריצט אין די אייפאדס, אפייפעדס און אייפאונס.

אמאל איז דער מענטש געווען נאנט מיט זיינע נאנטע, און ווייט פון זיינע ווייטע. אז א איד האט געוואוינט אין א שטעטל (לאמיר זאגן אז ער האט געהייסן ר' פ' פון שטעטל ק') האט ער זיך געטראפן מיט זיינע פאר חברים השכם והערב. די נייעס פונעם נענטסטן שטעטל האט מען געהערט איין מאל א טאג ביי מנחה מעריב פונעם לאקאלן קוטשער, און די נייעס פונעם הויפטשטאט איז אנגעקומען איינמאל א חודש (און אויך נאר אויב דער חודש איז געווען מלא.)

היינט צו טאגס לעבן מיר אין א "פיצי" וועלט. די גאנצע וועלט הערט אלעס אין איין מינוט, און מיר וואוינען אין איין גרויסן טשולענט טאפ. מיר זענען נאנט צו יעדן, אבער ווייט פון אונזערע נאנטסטע. מיר האבן נישט קיין צייט צו רעדן, באגריסן און פארברענגען מיט אונזערע נאנטסטע קרובים און חברים. עס פעלט די יסודות'דיגסטע נאנטשאפט פאר משפחה און חברים.

און וואס האט נעבעך פאסירט צו אונזער היימישע פראזע "מיט משפחה עסט מען קוגל?..."

*


"קאל פרא" האט אויסגעשפילט דעם דבר אחר! מיר האבן גענומען טאקע אט די טעכנאלאגיע זעלבסט און אנטוויקלט א פראגראם וואס העלפט גאר צוזאמהאלטן משפחה און חברים, צו קענען זיין נאנט צו די נאנטע. א "קאל פרא משפחה אקאונט" איז א רואיג און היימיש ווינקל אין די רוישיגע Age of space אין תש19.

הונדערטער משפחות נוצן שוין די וואונדערבארע קאל-פרא סיסטעם. עס א נייע סארט "באוועגונג", א שפאגל-נייע, באגריסענדע מציאות פון משפחות וועלכע "לעבן" אינאיינעם, מען האלט זיך נאנט, מען באטייליגט זיך אויף שמחות, און עס איז דא אן ארט פאר טאלאנט און שעפערישקייט ארויסצוקומען אויף פילע אייגנארטיגע אופנים.

מיר האבן ארויסגעכאפט דעם וואפן פון זייערע הענט, און מיר נוצן עס פאר דברים טובים צו יעדנ'ס הנאה. מיר הערן ברוך השם צוריק אזויפיל גוטע גריסן פון הונדערטער משפחות, אנשים נשים וטף, וועלכע האבן הנאה פון די אנגענעמע גרופעס. מען הערט היימישע שטימעס, מען הערט היימישע מעלדונגען און נייעס, און מען דערמאנט זיך אז אויסער די גרויסע וועלט מיט וועמען מיר האבן זיך משדך געווען, האב מיר נאך אויך בלוט-קרובים וועלכע זענען באמת נאנט צו אונז און איז ווערד זיך צוזאמענצוהאלטן.

האט איר נאכנישט קיין קאל-פרא אקאונט? ווערט אן עסקן! אייערע משפחה מיטגלידער און חברים וועלן אייך דאנקבאר זיין! רופט 888.604.2610, אדער באזוכט Thecallpro.com.




אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ואיני יודע מה און 10 געסט