[align=center]36 שעה וועלטס קאמפיין "עוד אבנך ונבנית" קומענדיגע זונטאג מאנטאג י"ג י"ד סיון, פאר די בארימטע קהילה 'קהל אברכים דחסידי ברסלב – חבורת נחלי דעת' אין ארה''ק - צו שליסן דעם אפקויף פון א כשר'ע בנין לצרכי הקהילה.[/align]
'קהל אברכים דחסידי ברסלב – חבורת נחלי דעת' איז שוין היינט-צו-טאג'ס אן אימפעריע וואס טראגט אונטער זיך א 'ישיבה' פאר בחורי חמד, א 'כולל' פאר חשובע אינגעלייט, און אויך א באשיידענע חבורה פאר ילדי התשב"ר מיטן נאמען 'חברת צעירי הצאן'.
דאס איז אלעס אין צוגאב צו די עצם קהילה נאה וחסידה, וואס האט א בית מדרש וואס איז א קיבוץ פאר אינגעלייט בני עליה עובדי ה', וואס אין צוגאב צו די תורה און תפלה, זענען זיי אויך אויסגעהאלטן מיט די ריין לויטערע השקפה, וואס זיי שעפן אן פונעם וועכנטליכן שיעור אין ספה"ק ויואל משה, דורכן לערנען גרינטליך, און פארזעצן בחינות דערויף.
אויף די בני הקהילה קען מען ריכטיג זאגן 'מלומדי מכות ועינוי סבל', זייענדיג געשולטע סאלדאטן וועלכע זענען אייביג די ערשטע ביי יעדע מערכה וואס קומט פאר 'על קדשי ישראל', און זיי זענען די וועלכע לאזן זיך שלאגן און כאפן מערדערליכע קלעפ פאר כבוד שמים, ביי די פראטעסטן וועלכע קומען פאר אין ארה"ק קעגן די גזירות פון העברה על הדת.
אצינד האבן די בני הקהלה בשעה טובה ומוצלחת אפגעקויפט א אייגענעם גרויסן בנין, וואס זאל דינען פאר אלע צרכי הקהלה, פאר די בית מדרש, ישיבה, כולל, און אויך פאר די צעירי הצאן, די עוסקים במלאכת הקודש האבן זיך דערמיט אריינגעלייגט אין א גרויסן פארצווייגטן פראיעקט וואס רופט ארויס גרויס קידוש ה' איבער גאנץ ארץ הקודש.
ווי באקאנט איז פארהאן אין שטאט 'בית-שמש' א שוועריגקייט מיטן קויפן א לא"ט אדער א בילדינ"ג פאר פובלי"ק געברויכן, וויבאלד די אלע שטחים וועלכע זענען געוואנדן צו זיין פאר פובלי"ק, געהערט פאר די ציוניסטישע שטאט-ראט, און זיי טיילן דאס בחינם אין כסף לכל דכפין, דאס האט געברענגט צו גרויסע שוועריגקייטן פאר אלע קהלות הקודש מבני ישוב הישן מיטן זיך איינהאנדלען בנינים פאר צרכי הקהלה אן צו נהנה זיין פון די ציוניסטישע שטאט-ראט. די איינציגסטע ריכטיגע פתרון צו די לעזונג איז אז מען קויפט אפ א לא"ט אדער א בנין וואס איז געאייגנט פאר הייזער, -וואס די פרייז דערפון איז זייער טייער- און נאך א געוויסע פראצעדור ווערט דאס געאייגנט פאר פובליק, ווירקליך איז דאס זייער א שווערער וועג, און עס קאסט א הון תועפות. דעריבער איז דער בנין וואס איז אצינד אפגעקויפט געווארן, ווי א קול קורא במדבר און רופט ארויס גרויס קידוש ה', און חיזוק פאר אלע ערליכע אידן איבער די גאנצע וועלט, אז מען קען זיך אן עצה געבן אן קיין שום טובת הנאה פון די ציוניסטישע שטאט- ראט, און אפילו עס שלעפט אריין אין אסטראנאמישע ציפערן, דאך רירט מען זיך נישט אוועק פון די יסודות וואס מיר האבן מקבל געווען מאבותינו ורבותינו.
יעצט אין די טעג זענען ארויס די הנהלת הקהילה מיט א וועלטס קאמפיין כדי צו דעקן דעם לאך פונעם אפקויפן דאס בנין, און צו באצאלן די גרויסע חובות וואס ליגט אויף די הנהלה פון אלע הוצאות החשובות פון די מוסדות הקהילה, און אויך צו צופאסטן דאס בנין פאר א הערליכען בית מדרש און פאר די חשובע ישיבה, און פאר די כוללי אברכים, וכו'.
מיט דעם ווערט געגעבן די גרויסע געלעגנהייט פאר אלע יראי ה' איבער די גארער וועלט צו נעמען א חלק נצחי מיטן חתמ'ענען אויף א שטר שותפות אפצוקויפן אן "אמה על אמה", אזוי אויך אן "אבן קודש" אין דעם כשר'ן בנין, וואס וועט איינגעקריצט ווערן לדורות עולם אויף אייער זכות, און מיט דעם זענט איר געטרייע שותפים אין אלע הייליגע פעולות וואס ווערט געטוהן אין דעם הייליגן פלאץ.
מיר בעטן אייך! עפנט אייער גוטע הארץ איבער אייערע כוחות, פאר נאך א פלאץ וואס וואקסט אויף געטרייע סאלדאטן פאר'ן באשעפער'ס ארמיי, כדי מיר זאלן קענען גיין צוזאמען מיט זיי בקרוב און מיט שמחה, מקבל זיין פני משיח צדקנו וואס וועט קומען אונז אויסלייזן בב"א.
און דאן ווי גרויס וועט זיין דער שכר און דער כבוד, אן קיין סוף און אן קיין גרעניץ, פאר די וואס האבן זיך ריכטיג צוגעגרייט און געוואוסט אפצושאצן די יראי ה' וואס לעבן אין ענגשאפט און געדריקטקייט, ווילאנג די פינסטערניש הערשט נאך אויף דער וועלט און ווייניג זענען די וואס דער אמת איז זיי טייער.
דער זכות פון די געוואלדיגע מצוה זאל ביישטיין פאר אייך און אייערע קינדער, צו געבענטשט ווערן ממעון הברכות מיט פיל שמחות און רוב נחת דקדושה מכל יוצאי חלציכם, מתוך שפע און אלעס גוטס לאוי"ט אמן סלה.
[align=center]ברוך המקדש שמו ברבים[/align]
[align=center]צו מנדב זיין קליקט דא[/align]
https://www.liveraiser.co.il/breslev/id