מונאוויטש האט געשריבן:ביודעי ומכירי קאמינא, א היימישער אינגערמאן וואס האט שטענדיג עוסק געווען על המחיה ועל הכלכלה איז צוליב זיין מצב הבריאות אריינגעפאלן אין חובות.
אחי ורעי, רחמנים בני רחמנים, רופט אייך אן ווארעם.
א גוט מארגן מיינע טייערע ברודער.
עס איז דאך ברייט באקאנט אז די היינטיגע טאג - ג' בשלח - איז מסוגל פאר פרנסה, און טאקע דערפאר בעהט איך אייך, המתפלל בעד חבירו והוא צריך לאותו דבר, נענה תחילה..... זייט מתפלל אז די קאמפעין וואס איך האב - בלית ברירה - אונטערגענומען צו ראטעווען מיין מצב, זאל מצליח זיין און עושה פירות *וירקות* זיין....
און דא איז טאקע די פלאץ זיך צו ווארעם באדאנקן פון טיעפן הארצן אויף די אויסערגעווענליכע שטיצע וואס מאנכע פון אייך האבן שוין ארויסגעוויזן דורך מנדב זיין סכומים הגונים, השי"ת ישלם לכם כגמולכם הטוב בכל מילי דמיטיב.
און פאר ווער עס האט נאכנישט מנדב געווען, אנא, איך בעהט אייך, טראכט אריין ווי ביטער שווער עס קומט מיר אהן צו אויסשטרעקן א האנט מיט די בזיונות מיט וואס דאס איז פארבינדן. נא ונא להיות לי לאחיעזר ואחיסמך, און זייט אייך משתתף מיט וויפיל עס איז מעגליך, אנא, אל תניחו לי ליפול, הצילו אותי ואת משפחתי!
הכותב בדמעות וכוסף למעות, למען עוללות ויונקות ולעכב ממנו בושות נוראות. ובחנוני נא בזאת אומר ההוגה דעות, האוסף מאות יוסיף נאות, והצור מעוז לעזרתינו יבוא בזאת, אולי יחוס ונזכה להשפעות, ויתוודע ולהיגלות שהוא בעל ההצלות, זורע צדקות ומצמיח ישועות, וימהר קץ הגלות בביאת בן הרועה עדרות, ונזכה לראות בבנין השלישי מבנינים יפות, ונודה בזמירות עלי יין כוס, לגאה גאות ופודה מכל הגליות, יתן לעמו עוז המפליא לעשות!
ישר כח לכל מי שיחזק אותי. הקב"ה יעזור שתזכו להשפעות טובות מלא חפניים, עדי נזכה לראות את מלכינו מלך העולם בביאת משיח צדקנו במהרה בימינו אמן!
bsd18-1580752513502.jpg
א גוט מארגן מיינע טייערע ברודער
סצענע איינס:
עס איז פרייטאג מיטאג - ערב שבת שירה, אינמיטן די העפטיגע הכנות צום דערהויבענעם שבת קודש, קינדער אין אלע שטובער גרייטן צו די ברעקעלעך חלה אין די שיינע ארטס ענד קרעפטס טעלערלעך וואס זיי האבן מיט פרייד און שטאלץ אהיימגעברענגט פון חדר/שולע, די גאנצע הויז שמעקט געשמאק פון די אפעטיטליכע מאכלי שבת קודש וואס ווערט מיט א הארציגן געפיהל געקאכט דורך די אשת חיל, עס פייפט שוין די קלונגער, די קדושה און שמחה שפירט זיך באשיינפערליך אין יעדן ווינקל, די טאטע יאגט נאך אהן צו ארויפווארפן די עמל"ק קוגלען אויפן בלעך בשעת די מאמע בענטשט שוין די שבת ליכט, די קינדער שטייען ארום, א הייליגע און רואיגע אטמאספערע איז אויסגעגאסן אויף זייערע פנים, און די טאטע מיט די עלטערע אינגלעך גייען מיט טאנצעדיגע טריט אין בית המדרש, לכה דודי לקראת כלה פני שבת נקבלה.
נאך א ווארעמע דאווענען, קומט די טאטע אהיים, עס שפירט זיך בחוש ווי די מלאכים באגלייטן איהם, ער טרעפט א שיינע ליכטיגע ווארעמע שטוב, עס צוזינגט זיך פון זיך אליינס א שלום עליכם, אן אשת חיל, אן אתקינו סעודתא, די קידוש דונערט אפ מיט א פלאם פייער, די קינדערלעך באקומען יעדער איינער א גלעזל קידוש וויין, למבצע על ריפתא אויף געשמאקע חלות, פיש, זופ, פלייש, מטעמים, און די פריידיגע זמירות כאפט יעדן ארום מיט עקסטאז, אזש פון זיך אליין לאזט זיך ארויס אין א טענצל מיט די משפחה אויף די הייליגע פארצייטישע זמר'ל וביום השבת קודש שישו ושמחו כמקבלי מתן נחליאל, און מיט א אנגעזעטיגטע גוף און נשמה גייען די זיסע קינדערלעך אריין אין די בעט'ן, אונטערן ווארעמע קאלדרע, און מיט א רואיגע געמיהט אנטשלאפן זיי, די טאטע גייט נאך ארויס צום רבי'ןס טיש, צו מקיים זיין דיבוק חברים, מקבל זיין די השפעות פון ביזת הים בבחינת קריאה מעורר הזמן, און אין די פריע פארטאגס שעה'ן קומט ער אהיים צו זיין ליכטיגע שטוב, ליינט קריאת שמע אין דעם קאך ווען די געשמאקע טשאלענט שמעקט אריין אין נאז, וואס דערמאנט אים אז די מערהייט פונ'ם שבת איז נאך צו קומען, מיט א צופרידענע געמיהט לייגט ער זיך שלאפן וויסנדיג אז כל המענג את השבת נותנין לו נחלה בלי מצרים, און די מלאכים קענען מיט א רואיגקייט אהן צווייפל וואונטשן אז יהי לשבת הבא כן, ויישן ויחלום, ער שלאפט רואיג און געמיהטליך, מיט לויב און דאנק פאר השי"ת אויף אלע חסדים ביז אהער און מיט א תפילה פון הארצן אויף ווייטער.
סצענע צוויי:
עס איז פרייטאג מיטאג - ערב שבת שירה, אינמיטן די העפטיגע הכנות צום דערהויבענעם שבת קודש, די טאטע מאמע פרובירן צו זעהן וויאזוי מען קען צוזאמען קראצן די ביליגסטע אבער דאך געשמאקסטע עסנווארג פאר די זיסע ליכטיגע קינדערלעך, פון די שבת באקס וואס די מאמע האט געברויכט ארויף שלעפן - ווייל די טאטע טאר נישט שלעפן צוליב זיין פעלערהאפטיגע לונגען - פרובירט מען צו באשטימען וועלכע עסן מען קען זיך ערלויבן צו נוצן פאר טועמיה, און וועלכע וועט מוזן ווארטן אויפן סעודה, די קינדער אין א פראוו צו גרייטן די ברעקעלעך חלה אין די שיינע ארטס ענד קרעפטס טעלערלעך וואס זיי האבן מיט פרייד און שטאלץ אהיימגעברענגט פון חדר/שולע מאכן א בדיקת חמץ צו טרעפן עפעס אלטע ברויט וואס מען קען שוין נישט נוצן - ווייל אנדערש קענען זיי זיך נישט ערלויבן צו פארציכטן אויף זייער פרישטאג פון קומענדיגע וואך, די אשת חיל נעמט ארויס אפאר ארעמע אינגרידיענטס פון שאפע צו מאכן עפעס אן עקסטער מאכל לכבוד שבת שירה, ווען פלוצלינג, דאס געפארכטענע טוהט פאסירן, די גאנצע הויז ווערט איינגעהילט אין א אומעטיגע פינסטערניש, די עלעקטריק פירמע האט זיך געהאלטן צו זייער טרויעריג-בארימטע חזקה אז געזאגט און געטוהן, און זיי האבן אויסגעפירט זייער סטראשע.... די קינדערלעך ווערן היסטעריש, אבער די טאטע פרובירט זיי - אומערפאלגרייך - צו בארואיגן, פון קאכן אן עקסטערע מאכל קען מען פארגעסן, עס ווערט צוביסלעך קאלט אין שטוב, די משפחה וויקלט זיך איין אין די מאנטלען, עס פייפט שוין די קלונגער, די קדושה און שמחה שפירט זיך ליידער ווייט פון מציאות!!! די טאטע יאגט נאך אהן צו צינדען עטליכע ליכט אין יעדן צימער פאר שלום בית.... בשעת די מאמע בענטשט שוין די שבת ליכט, און מיט א ביטערע טעם אין מויל טראכט זי פון די טראגי-קאמישע מציאות, אז זי איז מן הסתמא פון די יחידים וואס די צינדן די ליכט וועט נישט נאר זיין אלס א מנהג, נאר אלס א באדערפעניש..... די קינדער שטייען ארום, א הייליגע און אבער טונקעלע און טרויעריגע אטמאספערע איז אויסגעגאסן אויף זייערע פנים. די טאטע מיט די עלטערע אינגלעך קענען נישט גיין אין בית המדרש פון די געוויינערייען פון די אינגערע קינדערלעך אז זיי שרעקן זיך פון בלייבן אין די טינקל אהן טאטי זאל זיי וואטשען, לכה דודי לקראת כלה פני שבת נקבלה ווערט געזינגן אין די דיינונג רום מיט א ניגון וואס ענדלט ענדערש צו איכה ל"ע ווי צו ויהי בימי אחשורוש.....
נאך א ווארעמע דאווענען, דורך די טאטע אינדערהיים, די מלאכים קומען אריין אין שטוב, און טרעפן אהן אן אומהיימליכען טונקלקייט און קעלט, , די טאטע צווינגט ארויף א שמייכל אויפן פנים און הייבט אהן זינגען שלום עליכם און אשת חיל, ווען ער ווערט צושטערט פון די כליפעצען פונ'ם עלטערע זוהן וואס פרירט פון קעלט און פארשטייט זיך נישט צו אפרעדן אבער א קינד בלייבט א קינד און אז איז אים קאלט וויינט ער שטיל.... די טאטע מיט א שרעקליכן צער ווישט אים די טרערן, פרובירט אין די האלב פארטונקלטע שטוב אריינצושיינען א ליכטיגקייט מיט די זמירות, די קידוש דונערט אפ מיט א פלאם פייער ווען עז ענדלט מיר אלס זכר לשעבוד מצרים ווי אלס זכר ליציאת מצרים, די קינדערלעך באקומען יעדער איינער א לעק קידוש וויין אזוי ווי אין די אלטע היים - ווייל מער פון דעם איז נישטא, למבצע על ריפתא אויף געשמאקע חלות פון די שבת באקס, פיש פון די שבת באקס עסט מען אויף די גאנצע היינט ווייל אהנע פרידזש וועט עס ממילא זיין גארבידזש ביי די צייט פון די סעודה שבת מיטאג.... זופ פון די שבת באקס עסט מען קאלטע ווייל אז מען האט נישט קיין געז..... פלייש פון די שבת באקס עסט מען קאלטע ווייל.....
מטעמים????? מאן דכר שמיה???? און די פריידיגע זמירות???? כאפט יעדן ארום מיט עקסטאז????? אזש פון זיך אליין לאזט זיך ארויס אין א טענצל מיט די משפחה אויף די הייליגע פארצייטישע זמר'ל וביום השבת קודש שישו ושמחו כמקבלי מתן נחליאל????? הלוואי...... מען האט נישטאמאל קיין צייט, ווייל נאך אביסעלע און די ליכט ברענען אויס און א חושך מצרים וועט זיך אראפלאזן אין די דירה, ממילא מוז מען זיך אונטעריאגן צו ליגן אין בעט פון פריער.....
מיט א מער הונגעריגע ווי אנגעזעטיגטע גוף און נשמה גייען די זיסע קינדערלעך אריין אין טאטי'ס און מאמי'ס בעטן, ווייל זיי האבן מורא צו שלאפן אליין אין די טינקל..... אונטערן א רייע קאלדרעס וואס די געטרייע מאמע האט אפירגעזוכט צו האלטן די פרירנדע קערפערס פון די משפחה עטוואס אנגעווארעמט, און מיט א אומרואיגע געמיהט אנטשלאפן זיי, די טאטע קען זיך אפילו ערלויבן צו דמיונ'ען ווי ער שטייט ביים רבי'ןס טיש, צו מקיים זיין דיבוק חברים, מקבל זיין די השפעות פון ביזת הים בבחינת קריאה מעורר הזמן, בשעת וואס ער ראנגלט זיך פאר פלאץ אויף זיין בעט מיט זיין צדיקים'לעך כשתילי זיתים סביב למיטתו - אדער בעסער - על מיטתו..... ווען ער פרובירט מיט אלע כוחות נישט צו טראכטן פון די סכנה פון עוויקציע וואס ערווארט אים אויב קומט ער נישט אויף מיט די דרינגענדע $22,000 גענוג שנעל..... ווער רעדט נאך די איבעריגע $50,000 וואס דרוקן אויף זיין הארץ און שטעלן זיינע שוואכע לונגען אין א סכנה פון די דירעקטע רעזולטאט פון סטרעס וואס איז א גאר שטארקע סכנה צו זיינע לונגען.....
און אין די פריע פארטאגס שעה'ן ווערט ער אנטשלאפן אן אומרואיגע דרימל, ער חלומ'ט זיך ווי די געשמאקע טשאלענט שמעקט אריין אין נאז, וואס דערמאנט אים אז די מערהייט פונ'ם שבת איז נאך צו קומען.... אבער ער וועקט זיך איבער צום ביטערן מציאות פון די געוויין פון זיין קליין קינד וואס איז קאלט און וויל פארשטיין פארוואס מען קען נישט זיין אזויווי אלע אנדערע "נארמאלע" משפחות.... ס'הארץ פונ'ם טאטע'ן ווערט אים צוריסן..... הוי, ווען ער זאל כאטש האבן די מעגליכקייט צו מקיים זיין דעם כל המענג את השבת, ווער ווייסט, אפשר וואלט ער זוכה געווען צו די הבטחה פון נותנין לו נחלה בלי מצרים...... און די מלאכים קענען זיך נישט ברענגען צו וואונטשן אז יהי לשבת הבא כן..... ויישן ויחלום, ויקץ, ויישן ויחלום שנית, ויקץ.....
טייערע ברודער, רחמנים בני רחמנים וגומלי חסדים, אין אייערע קעשענע ליגט די ענטפער וועלכע פון די צוויי אויבנדערמאנטע סצענעס וועלן זיך אפשפילן די וואך שבת קודש ביי מיר אינדערהיים!!!!
ביטע, ביטע לאזט מיר נישט פאלן, מיט אהן מיר צו פארשעמען מער ווי איך בין שוין ליידער, ביטע זייט מקיים דעם גדול המעשה יותר מן העושה, מאכט אנדערע אידן אויך מנדב זיין, מיין יעצטיגע ציהל איז טאקע דאס דרינגענדע $22,000 אבער הלוואי הלוואי איך קען מאכן א בוינעס רונדע אויף כאטש א חלק פון די איבעריגע $50,000.
ביטע!!!!! ראטעוועט מיר!!!! באשעפער, האב רחמנות אויף מיר!!!!
וזכות הצדקה יעמוד לכם ולזרעכם עד עולם!!!! אמן!!!!
דאס אויבנדערמאנטע איז געשריבן דורך דער אינגערמאן אליין, ביטע העלף מיר אים העלפן!!!! קליקט שוין https://thechesedfund.com/bsd18/kriyes-yam-sif-2020
געזונט: לעב מיט דיין אייגענע שכל און יענעמ'ס געפילן!!! קראנק: לעב מיט דיין אייגענע געפילן און יענעמ'ס שכל.....
עצה: זיי נישט פארנומען טראכטן וואס יענער טראכט אויף דיר, ווייל יענער איז ממילא פארנומען צו טראכטן וואס דו טראכסט אויף אים......