לייטערס אדער סוכה דיפאט

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2116
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

לייטערס אדער סוכה דיפאט

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 7:35 pm

איך וויל קויפן א פראקטישע סוכה
וואס איז א חילוק צווישן לייטערס און סוכה דיפאט
איך רעד נישט לגבי פרייזן
איך דארף מאכן א באשלוס סא ביטע לאזט הערן אייער אומאפהענגיקע מיינוג
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:00 pm

ס'ווענט זיך אין דיינע אומשטענדן
למשל
וועסט עס דארפן שלעפן וויפיל שטאקן?
אדער דורך טראגן שמאלע טירן?
וואסער נו סוכה ווילסטו אויפהענגען?
וכו'
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום

עפל קוגל
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2016 7:59 pm

תגובהדורך עפל קוגל » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:01 pm

קרייסלער האט געשריבן:איך וויל קויפן א פראקטישע סוכה
וואס איז א חילוק צווישן לייטערס און סוכה דיפאט
איך רעד נישט לגבי פרייזן
איך דארף מאכן א באשלוס סא ביטע לאזט הערן אייער אומאפהענגיקע מיינוג

סוכה דיפאט נעמט א פערטל די צייט אויפצישטעלן, סאיז שענער

עפל קוגל
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2016 7:59 pm

תגובהדורך עפל קוגל » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:03 pm

אויפגעפרישט האט געשריבן:ס'ווענט זיך אין דיינע אומשטענדן
למשל
וועסט עס דארפן שלעפן וויפיל שטאקן? סוכה דיפאט גרינגער
אדער דורך טראגן שמאלע טירן? ביידע האבן אלע סייזעס
וואסער נו סוכה ווילסטו אויפהענגען? מ׳קען על אן עצה געבן מיט ביידע
וכו'

אנבעליוועבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 10:59 pm

תגובהדורך אנבעליוועבל » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 9:34 pm

סוכה דיפאט איז אסאך שטערקער אבער די פרעים איז פון אינעווייניג סא ס'איז שווער אויפצוהענגען נוי סוכה

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2116
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

תגובהדורך קרייסלער » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 12:54 am

לויט ווי ווייט מיין ריסוירטש איז ווי פאלגענד:
לייטערס:
אויסוואל פון קאלירן
אכט פיס הויעך
קיין קראס בארס אינמיטן די פענעל
געהעריגע פענסטער, און הייבט זיך אן גענוג הויעך נישט צו אריינצוזעהן די פארטש געיט
והיפכן בסוכה דיפאט
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

דינגען א סוכה אין קאנטרי

תגובהדורך חסיד אמיתי » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 11:41 am

איך ווייס נישט צועס באלאנגט אין די אשכול....

אבער אונז האבען נישט געזוכט סתם צו עפענען א נייע אשכול פאר די קשי' ממילה וועל מיר זיך מתיר זזין פון פרעגן דא.. ואתכם הסליחה

מען האט עפעס גערעדט ביים שווער זאל זיין געזונט, דאס מען זאל ארויספארען די גאנצע משפחה אינאיינעם צו זיין הויז אין סאוט פאלסבורג אויף ערשטע טעג סוכות, און עס איז געפאלען אויף מיר צו מסדר זיין די סוכה... רענטען, די לייטס, טישען בענק וכדומה, און אפילו א שלאק

איין פארבלעם האבען אונז, די גרעסטע וואס זיי פארדינגען איז 12 ביי 20 פיס, און בליעה"ר פאר די שבט וואס די שווער זאל זיין געזונט פארמאגט וועט עס נישט קענען אקמעדירען די גאנצע משפחה, מיר זיכען לכתחילה א סוכה פון 20 ביי 30 אבער אויב נישט, כאטש א 20 ביי 20 מינעמום, אויב איינער קען מיר העלפען דערין ביטע מיט מיר זיך מקשר זיין אדער ריפלייען דא מיט א נומבער ווער עס טועט עס

אויב מעגליך אפילו א 1 מען בענד, דינגען, אויפשטעלן, לייטס, (שלאק) טישען, בענק, סכך, צונעמען און צירוק אהיים נעמען געזונטערהייט..

ישר כח
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2116
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

לייטערס/סוכה דיפאוט וויאזוי הענגט מען שטערנס?

תגובהדורך קרייסלער » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 8:31 am

וואס איז די פראקטישסטע וועג צו קלעבן שטערנס אויף די פענעלס פון לייטערס?
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 8:58 am

ס'איז דא גלא גאן, קלעבעדיגע קלעי אדער סתם שטארקע טעיפ

Newnick
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 2:48 pm

תגובהדורך Newnick » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 10:53 am

האלט זיך דיפאט אויך גענוג שטארק פאר לאנגע יארן אזויווי לייטער?

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1696
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: לייטערס אדער סוכה דיפאט

תגובהדורך לעכטל » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 6:18 pm

וואס איז די עצה אז לייטער'ס סוכה זאל נישט זיין צו הייס, (וויבאלט אז איז זייער פארמאכט, און טינקעלע קאליר, אזוי אויך די סארט מאטריאל, ווערט עס זייער הייס) ?
איז די עולם ציפרידן פון זייער שלאק?
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

אוועטאר
פעטער משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 03, 2020 12:21 pm

Re: לייטערס אדער סוכה דיפאט

תגובהדורך פעטער משה » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 6:21 pm

לעכטל האט געשריבן:וואס איז די עצה אז לייטער'ס סוכה זאל נישט זיין צו הייס, (וויבאלט אז איז זייער פארמאכט, און טינקעלע קאליר, אזוי אויך די סארט מאטריאל, ווערט עס זייער הייס) ?
איז די עולם ציפרידן פון זייער שלאק?

מ'קען לייגען די 2*4 -וואס האלט די סכך- אויף א ברעקעט וואס ליגט אויפען פענעל, מילא בלייבט אזא ערך פון 4 אינשעס פאר לופט
בכלל איז עס מער פארמאכט ווי אנדערע סוכות?

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re:

תגובהדורך אלט מאנרא » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 6:22 pm

אנבעליוועבל האט געשריבן:סוכה דיפאט איז אסאך שטערקער אבער די פרעים איז פון אינעווייניג סא ס'איז שווער אויפצוהענגען נוי סוכה

סוכה דיפאט מאכט נישט זיינע זאכן דא
לייטער מאכט אלעס דא און USA
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1696
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: לייטערס אדער סוכה דיפאט

תגובהדורך לעכטל » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 6:24 pm

פעטער משה האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:וואס איז די עצה אז לייטער'ס סוכה זאל נישט זיין צו הייס, (וויבאלט אז איז זייער פארמאכט, און טינקעלע קאליר, אזוי אויך די סארט מאטריאל, ווערט עס זייער הייס) ?
איז די עולם ציפרידן פון זייער שלאק?

מ'קען לייגען די 2*4 -וואס האלט די סכך- אויף א ברעקעט וואס ליגט אויפען פענעל, מילא בלייבט אזא ערך פון 4 אינשעס פאר לופט
בכלל איז עס מער פארמאכט ווי אנדערע סוכות?

יא ייש"כ כ'האב געזעהן וואס דו האסט געשריבן אין דעם אנדערן אשכול, איר קענט שוקן א בילד? (איך כאפ נישט וואס איר מיינט)
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

Clm
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

Re: לייטערס אדער סוכה דיפאט

תגובהדורך Clm » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 8:31 pm

וואס זאגט די עולם אויף די awinig סוכה? וואס זענען די אפשענס? מעלות, חסרונות?

טוט זיך...?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: Re:

תגובהדורך טוט זיך...? » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 1:58 am

אלט מאנרא האט געשריבן:
אנבעליוועבל האט געשריבן:סוכה דיפאט איז אסאך שטערקער אבער די פרעים איז פון אינעווייניג סא ס'איז שווער אויפצוהענגען נוי סוכה

סוכה דיפאט מאכט נישט זיינע זאכן דא
לייטער מאכט אלעס דא און USA

ווי מאכט עס אויס ?

Programming
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: לייטערס אדער סוכה דיפאט

תגובהדורך Programming » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 2:03 am

איך פארשטיי בכלל נישט וויאזוי מען נוצט א לייטער'ס סוכה, עס איז דאך אפן פון אויבן און ביי יעדע רעגן ווערט זיכער האלבע סוכה דורכגעווייקט

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2116
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: לייטערס אדער סוכה דיפאט

תגובהדורך קרייסלער » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 7:41 am

Programming האט געשריבן:איך פארשטיי בכלל נישט וויאזוי מען נוצט א לייטער'ס סוכה, עס איז דאך אפן פון אויבן און ביי יעדע רעגן ווערט זיכער האלבע סוכה דורכגעווייקט

פארוואס זאגסטו אזוי? כהאב שוין צוויי יאר א לייטערס סוכה און סווערט גארנישט נאס אחוץ ווען מלאזט אפן די שלאק בטעות

אגב לייג איך א לייסטעל דארט ווי סאיז אפען, אדער קענסטו נוצן די שטיקל וואס לייגט די סכך עטוואס נידריגער און איז גארנישט אפען אבער כגלייך היי-סיעלינג
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: Re:

תגובהדורך אלט מאנרא » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 10:55 am

טוט זיך...? האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:
אנבעליוועבל האט געשריבן:סוכה דיפאט איז אסאך שטערקער אבער די פרעים איז פון אינעווייניג סא ס'איז שווער אויפצוהענגען נוי סוכה

סוכה דיפאט מאכט נישט זיינע זאכן דא
לייטער מאכט אלעס דא און USA

ווי מאכט עס אויס ?


ווי לאנג עס וועט האלטן
א g&g סוט וועט האלטן א יאר און א זינגער 2 3 יאר שטימט?
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

Newnick
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 2:48 pm

Re: לייטערס אדער סוכה דיפאט

תגובהדורך Newnick » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 2:22 pm

ווער איז די בעסטע (ביליג) צו נוצן פאר א אייראן פרעים פאר א פענעל סוכה? טריי ססטעיט טוט עס שוין נישט

אוועטאר
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

Re: לייטערס אדער סוכה דיפאט

תגובהדורך יישר כח » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2020 7:55 am

Clm האט געשריבן:וואס זאגט די עולם אויף די awinig סוכה? וואס זענען די אפשענס? מעלות, חסרונות?


גא"מ צו די שאלה
איין מעלה פארשטייעך אז מען דארף נישט קיין סטאריטש עס אוועק צולייגען
איין חסרון מען קען נישט געהעריג לייגען נוי סוכה

וויאזוי לייגט מען די סכך ?

טוט זיך...?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: Re:

תגובהדורך טוט זיך...? » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2020 10:05 am

אלט מאנרא האט געשריבן:
טוט זיך...? האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:
אנבעליוועבל האט געשריבן:סוכה דיפאט איז אסאך שטערקער אבער די פרעים איז פון אינעווייניג סא ס'איז שווער אויפצוהענגען נוי סוכה

סוכה דיפאט מאכט נישט זיינע זאכן דא
לייטער מאכט אלעס דא און USA

ווי מאכט עס אויס ?


ווי לאנג עס וועט האלטן
א g&g סוט וועט האלטן א יאר און א זינגער 2 3 יאר שטימט?

מיין עקספיריענס מיט די צוויי איז גראדע נישט אזוי...

אזוי צו אזוי, קוואליטעט ווענדט זיך שוין היינט בכלל נישט וואו ס'איז געמאכט געווארען,

היסטאריקער
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: לייטערס אדער סוכה דיפאט

תגובהדורך היסטאריקער » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2020 2:21 pm

יישר כח האט געשריבן:
Clm האט געשריבן:וואס זאגט די עולם אויף די awinig סוכה? וואס זענען די אפשענס? מעלות, חסרונות?


גא"מ צו די שאלה
איין מעלה פארשטייעך אז מען דארף נישט קיין סטאריטש עס אוועק צולייגען
איין חסרון מען קען נישט געהעריג לייגען נוי סוכה

וויאזוי לייגט מען די סכך ?


געמאכט היי יאר א awning סוכה
ריש מיר זיך אויף א פרייליכע גרינגע יו"ט אי"ה

עס איז דא די brackets פאר סכך אזוי ווי יעדע סוכה

Clm
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

Re: לייטערס אדער סוכה דיפאט

תגובהדורך Clm » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 8:05 am

היסטאריקער האט געשריבן:
יישר כח האט געשריבן:
Clm האט געשריבן:וואס זאגט די עולם אויף די awinig סוכה? וואס זענען די אפשענס? מעלות, חסרונות?


גא"מ צו די שאלה
איין מעלה פארשטייעך אז מען דארף נישט קיין סטאריטש עס אוועק צולייגען
איין חסרון מען קען נישט געהעריג לייגען נוי סוכה

וויאזוי לייגט מען די סכך ?


געמאכט היי יאר א awning סוכה
ריש מיר זיך אויף א פרייליכע גרינגע יו"ט אי"ה

עס איז דא די brackets פאר סכך אזוי ווי יעדע סוכה

ווער האט עס דיר געמאכט? מין הסתם האסטו געמאכט אביסעלע ריסערטש פארדעים קים אריין מיט דעטאלען

היסטאריקער
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: לייטערס אדער סוכה דיפאט

תגובהדורך היסטאריקער » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 12:35 pm

Clm האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
יישר כח האט געשריבן:
Clm האט געשריבן:וואס זאגט די עולם אויף די awinig סוכה? וואס זענען די אפשענס? מעלות, חסרונות?


גא"מ צו די שאלה
איין מעלה פארשטייעך אז מען דארף נישט קיין סטאריטש עס אוועק צולייגען
איין חסרון מען קען נישט געהעריג לייגען נוי סוכה

וויאזוי לייגט מען די סכך ?


געמאכט היי יאר א awning סוכה
ריש מיר זיך אויף א פרייליכע גרינגע יו"ט אי"ה

עס איז דא די brackets פאר סכך אזוי ווי יעדע סוכה

ווער האט עס דיר געמאכט? מין הסתם האסטו געמאכט אביסעלע ריסערטש פארדעים קים אריין מיט דעטאלען


Dean Owinings
נאר זיי און tri state מאכן עס, איך האב געטשעקט ביידע בערך די זעלבע פרייז, איך האב שוין געניצט דיען אפאר מאל און ער האט געמאכט די אונינג האב איך אים גענומען


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט