אדווערטייזמענט: "פארלוירן - וואס באדייט דאס?"

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ivelt אדווערטייזמענט
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:59 am

אדווערטייזמענט: "פארלוירן - וואס באדייט דאס?"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ivelt אדווערטייזמענט »

מיר האבן באקומען א בריוו פון איינער פון אונזערע לאנגיעריגע מיטגלידער, מיר קענען עס אייך פארליינען, אבער דעם פארלוירנקייט וואס מען קען ליינען צווישן די שורות, קענען מיר נישט איבערגעבן.

לאמיר עס אייך פארשטעלן כמו שהוא, נעמט די געציילטע מינוטן, און ליינט עס אליין.




אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3791
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

זענט איר שוין אמאל געווען פארלוירן? פארלוירן מיין איך נישט אז מען טרעפט זיך אראפגיין אין קווינס ביי א טרעין סטעישאן און מען ווייסט נישט צו מען ברויך גיין לינקס אדער רעכטס... נאר "פארלוירן" אין פסיכאלאגישן זין פון ווארט. זענט איר שוין אמאל געווען אין א מצב וואס הימל און ערד דרייען זיך ארום אייך ווי א ראלערקאוסטער און איר האט נישט קיין אהנונג וואס אזוינס עס האט אייך באטראפן? צו האט איר אמאל געשפירט אז איר האט נישט קיין בלאסן מושג וואס פונקטליך איז יעצט געשעהן, וואס באדייט די זאך וואס איר האט יעצט געזעהן, וואס ליגט אויף אייך צו טראכטן / רעדן / טוהן די נעקסטע סעקונדע?



אויב ווייסט איר נישט וואס דאס מיינט, דאן הייבט אויף די הענט צום הימל, און דאנקט הקב"ה פאר דעם, איר זענט איבערגליקליך! אבער, עס זענען פארהאן ליידער אסאך אידישע קינדער וועלכע האבן זיך שוין געטראפן אין אזא סיטואציע, און די אלע וועלן אייך עדות זאגן אז אויב איז מען ב"ה נאכנישט געווען אין אזא מצב, איז נישט שייך צו משיג זיין וואס דער ווארט "פארלוירן" מיינט.



איך וועל אייך נישט געבן קיין איבערגעטריבענע עפיזאדן מיט אויפגעבלאזענע פראזן, נאר אראפלייגן א לעבעדיגער משל, א געשיכטעלע, איינס פון הונדערטער, וועלכע האלט זיך נאך אינמיטן אפשפילן.

א מאמע גייט מיט איר קינד צום לאקאלן אויגן דאקטאר, דאס קינד, א פרייליך לעבעדיג קינד ב"ה, פעלט איר נישט גארנישט אויבנאויף, אבער לעצטנס האט זי שוועריגקייטן מיטן זיך קאנצענטרירן, זי האט קנאפ חשק צו מיטהאלטן אין שולע, נאך א שטיקל אבזערוואציע קוקט אויס אז איין אויג פונקציאנירט שוואכער ווי די אנדערע, אויפן געדאנק קומט ארויף אז מען ברויך אפשר האבן א בעסערע גלעזער. די מאמע, ווארטנדיג ביים דאקטאר הייבט אן האבן א דאגה, אפשר זאל מען נעמען אין באטראכט צו גיין צו דעם לאנדאנ'עם מומחה אויף אויגן גלעזער, אין קאפ ווירבלט שוין מיט קאפווייטאג פון ערלעדיגן די לאדזשיסטיק'ס, באקומען דעם אפוינטמענט, באשטעלן די טיקעטס, און פארשטייט זיך באצאלן דעם דאקטאר מיט די טיקעטס איז אויך א טעסק וואס ברויך ערלעדיגט ווערן...

אבער, דאן קומט דער דאקטאר ארויס מיט א אנגעצויגענעם געזיכט, און זאגט "איך וואלט רעקאמענדירט צו גיין צו א קאפ ספעציאליסט דאס צו אויסטשעקן". דער דאקטאר האט א פארדאכט אויף א געוויסע געשווילעכץ וואס קען זיין שעדליך אויב מען באהאנדלט עס נישט זאפארט, און בעהט אז מען זאל דאס גיין אונטערזוכן ווי שנעלער.

די מאמע גייט אהיים, און פראבירט זיך צו האלטן רואיג, וויסנדיג אז דא וועט קומען צוויי דריי וואכן פון זיצן אין שפיטאל, באשטעלן אפוינטמענטס פאר פראצעדורן, פארן און קומען, זיין ביזי מיט אסאך קלייניגקייטן, און דערווייל ברויך מען זיך צוגרייטן צום אפשערן פון דעם קליינעם דריי יעריגן, וועלכע איז געפלאנט צו געפראוועט ווערן קומענדיגן מאנטאג אי"ה. אךך, עס קוקט אויס ווי א בארג איז אראפגעפאלן דא, שוין, וואס קען מען טוהן, דער אייבישטער וועט העלפן, מ'עט זיך שוין אן עצה געבן, די עלטערן נעמען א קאר און מען פארט אין שפיטאל.

דעם קומענדיגן פארטאגס, זיצנדיג אין שפיטאל און ווארטנדיג אויף א מער פונקטליכן אנאליז, קומט דער דאקטאר ארויס נאך די ערשטע רונדע טעסט'ס, און מיט א קאלטן טאן געט ער אן זיין אפשאצונג.

א מח קענסער.

איך קען אייך אזויפיל זאגן, דער ווערטערבוך האט נאכנישט קיין שום אויסדרוק פאר אזא סיטואציע.

שאק? צעטרייסלונג? שרעק? פארלוירנקייט? ניין, עס איז נישט פארהאן קיין ווארט דאס צו אויס'משל'ן.

נאך פאר מען הערט סיי וואספארא דעטאלן, איידער דער דאקטאר גיבט א פראגנאסיס, בעפאר מען הייבט אן רעדן איין ווארט ווייטער, איז מען ווירקליך צעטראסקעט. פון א טאטע און מאמע צו א פרייליך לעבעדיג קינד וואס האט ס"ה געקוועטשט אז די שפיטאל בעט איז נישט אזוי באקוועם, טרעפט מען זיך מיט א קינד א פאציענט, און נישט א סתם א פאציענט, א פאציענט מיט "יענע מעשה", און נאך ווי א מעשה, אין קאפ ל"ע.

מען האט נישט קיין אהנונג וואס מען טוט יעצט, וואס ברויך איך ענטפערן, וואס ברויך איך פרעגן ווייטער, וועמען ברויך איך אנרופן, וויאזוי דארף איך דאס איבערגעבן פאר מיינע נאנטע.

אבער איר ווייסט?! די אלע זאכן זענען ניטאמאל געקומען אין געדאנק, עס איז בכלל נישט מאסגעבנד, ווייל דער קאפ שטעלט זיך אפ.

דער קאפ פון א טאטע וואס איז צוגעוואוינט צו זיין פארנומען מיטן זיך פארקוקן דעם שיעור פאר די תלמידים, מאכן בחינות, און פאר א נויט דאגה'נען פון באצאלן ביל'ס - די קאפ פון א מאמע וואס איז צוגעוואוינט צו באהאנדלען שווערע און קאמפליצירטע סיטואציעס וואס מאכן זיך אפט אין א קינדער געבענטשטע פאמיליע, די מאמעס מוח וועלכע האט א מעסטערס דעגרי אין מולטי טעסקינג, ווערן אויפאמאל אווי אומפונקציאנירנד. אן קיין וועג ארויס.

אבער, מער ווי אלעמאל, איז יעצט די צייט צו אנהייבן פאסן באשלוסן. טאטע מאמע ברויכן אינפארמירן די נאנטע פאמיליע, מען ברויך הערן וואס דער דאקטאר זאגט, מען ברויך זעהן אז די שטוב זאל פונקציאנירן ווייטער אויף ווי ווייט מעגליך, מען ברויך, מען ברויך און מען ברויך, מען ווייסט אליינס נישט וואס מען ברויך אלס, אבער מען ווייסט יא אז מען שטייט בעפאר א לאנג פארצויגענע פעריאד פון ברויכן פאסן באשלוסן, און ברויכן ערלעדיגן, און דוקא נישט מיט א צו שטארק פלאנירטע סקעדזשול, ווייל עס זענען פארהאן שוואכע שאנסן אז מען וועט זיך קענען האלטן צום סקעדזשול מער מאל ווי נישט.

די אלע ווילד פרעמדע באגריפן וואס מען האט גערעדט דערפון מיט רחמנות און ווייטאג איבערשמועסנדיג מיט אנדערע וועגן אנדערע, ווערן אויפאמאל עכטע באגריפן אין ווירקליכן לעבן. מען ווערט דיזי בלויז פון טראכטן פון די טערמינען ווי בייאפסי, עם. אר. איי., רעדיעישן, קימאו, טרייעל מעדיצין, בלאד טעסטס און בלאד קאונטס, "הייליגער טאטע וואו הייב איך אן?! צו וועם רעד איך, וואס טוה איך, וווואאאאססס - רבונו של עולם??!!". און דאס אלעס מיט א פלאטערדיג הארץ אז מען ווייסט נישט וויאזוי דער געשעפט וועט זיך אויסלאזן נאך אלעם, איך ברויך אייך נישט מסביר זיין מער ווי דעם.

פון צווישן אלע אינדיווידואלן און ארגאניזאציעס וועלכע ווערן אריינגענומען אן בילד אין אזא סיטואציע, און כולם כאחד זענען זייער וויכטיג און שפילן א קריטישע ראלע אין דעם לאנג פארצויגענעם שפאציר אויפן וועג צו א האפנטליך פרייליכע ענדע מיט א פולקאמע ערהוילונג בעז"ה, איז אבער דא איין קערפערשאפט וועלכע גיבט זיך אפ מיט דעם יש מאין'דיגער אישו, מיט דעם סיטואציע פון הילפסלאזיגקייט און פארלוירנקייט. פון שפירן ווי מען שטייט אליינס אויף א שפיץ בארג נעבן א מאוימ'דיג טיפער טאל, און מען האט נישט קיין אהנונג ווי און וואו צו שטעלן דעם קומענדיגן טריט.

אט דעם געברויך פראבירן זיי צו ערפילן, צו מינמיזירן איר ווייטאג און עפעקט אויף ווי ווייט עס איז נאר מעגליך אין מענטשליכן יכולת. און גלייבט מיר, זיי האבן שוין עטליכע מאל איבערגעשריבן דעם אפטייטש פון "מענטשליכן יכולת" מיט א דיקן מעדזשיק מארקער...

זיי זענען ניטאמאל אזוי באקאנט צווישן אירע געניסער מיט א פארמאלע נאמען, עס האט אפשר א נאמען אויף איר רעסיט ביכל, אבער עס איז א מענטש, א אידיש הארץ וואס קלאפט בלויז פאר יענעם, א אידיש הארץ וואס טראגט די דאגות פון חולי ישראל פון אלע שטעט, שיכטן, קרייזן און יארגענג, א אידיש הארץ וואס האט זיך נאך נישט אויסגעלערנט צו זאגן "נישט יעצט" פאר סיי וועם עס קלאפט אן אויף איר טיר.

און אט די אידיש הארץ האט אזוי האסטיג געקלאפט און גערוישט, אזש עס האט אנגעשטעקט א רייע מיט אידישע הערצער, הערצער וועלכע קלאפן פונקט ווי איר פאר אידישע קינדער, 24 שעה א טאג, 7 טאג א וואך, 365 טעג א יאר.

ווען די אידישע מאמע ברויך פארשטיין וואס איז דער אפטייטש פון איר ליבן קינדס דיאגנאז, ווען מען ברויך אנהייבן קלערן פון קלויבן א דאקטאר, פון אויסוועלן א פראצעדור, פון אפמאכן וועלכע מעטאד מען וועט נוצן און וואס מען ברויך טוהן "יעצט", האט זי איין טעלעפאן נומבער, די נומבער פון מרת. לאנדא און איר עקסטענדעד סטעף, באוואוסט אלס "רפואה".

ווען מען ברויך צוקומען צו וויכטיגע פערזאנען אין דעם ביוראקראטישן מעדיצינישן וועלט, וועט מען אוודאי אנרופן מרת. לאנדא. ווען מען ברויך פראטעקציע צו קריגן א גאר טייערע אףף-מארקעט טרייעל מעדיצין, וועט מען קאנטאקטן דעם "קעיס מענעדזשער" ביי רפואה. ווען עס מאכט זיך א קאמפליקאציע סיי ווען, מיטוואך אינמיטן טאג אדער אינמיטן דעם סדר נאכט, פרייטאג הארט פארן זמן ווי פורים נאכמיטאג, איז זעלבסט פארשטענדליך אז מען רופט אן רפואה.

ווען מען ברויך קריגן א פיזיקל קאפי פון דעם לעצטן MRI און עס אריבערשיקן מיט נעקסט דעי עיר צו אן אנדערן דאקטאר אין די וועסטקאוסט, וועט עס זיין רפואה וואס וועט ערלעדיגן - בעת די מאמע בענטשט ליכט פרייטאג ביים זמן - און וועט שפעטער אימעילן דעם טרעקינג נומבער... אויב איז פארהאן א מעדיצין אדער פראטאקאל וועלכע איז שוין אויספראבירט געווארן סיי וואו עס זאל נאר זיין, וועט רפואה לייגן א האנט דערויף, און זיי וועלן אראנדזשירן אן אפוינטמענט. אפטמאל וועלן זיי זיך דערמאנען נאכדעם אייך צו פארציילן אז מען ברויך זיכער מאכן אז דער פאספארט איז גילטיג ווייל "מען פארט".

און מיינט נישט אז דאס זענען נאר וואלונטירן וועלכע טוען א מצוה ווען זיי ווילן אויף זייערע טערמינען... דארט זענען פארהאן א רייע באצאלטע ארבייטער, וועלכע זענען מומחים אינעם מעדיצינישן פעלד, און זיצן אגאנצן טאג, צו שטודירן מעגליכקייטן, פראבירן צוצוטרעפן וואס וועט בעז"ה זיין א פאסיגע רפואה פאר דעם ספעציפישן קעיס, און טוען אלעס וואס מעגליך אז דער חולה ומשמשיו זאלן נישט פארלוירן ווערן אין דעם ברויזנדן ים פון ספיקות און צעמישעניש וואס דראעט זיי איינצושלינגען יעדע מינוט.

---

טייערע אידן, אזוינע געשיכטעס זענען דא אסאך, פיל האבן זיך געענדיגט פרייליך ב"ה, און טייל ליידער נישט, אבער רפואה גייט אן מיט א שטארקייט די גאנצע צייט. דער ספעציפישער געשיכטע מיט אירע ווירקליכע משלים האלט זיך נאך אינמיטן אפשפילן, און איך בין אן עד ראי' דערצו, זינט דער פאציענט אין דעם פאל איז מיין שוועסטער'ל זאל זיין געזונט און שטארק.

אצינד ווען רפואה קומט ארויס מיט זייער איינמאל-אין-יאר רוף צו אונז פאר הילף, לאמיר זיין זייער קלאר, און איך וועל אייך נישט אויפהאלטן, ווייל ביי רפואה איז נישטא קיין סאך צייט... לאמיר אייך נאר אזויפיל זאגן:

עס איז נישט שייך מיר זאלן אליין טוהן די אומערמידליכע ארבעט פאר די חולים און זייערע משפחות, אבער רפואה קען אויך נישט אליינס!, מיר מוזן העלפן די געטרייע שליחים וועלכע טוען דאס.

דאס איז זיכער אז רפואה "מוז" מיטן אייבערשטנ'ס הילף גרייכן דעם גאול, עס קען נישט זיין אנדערש.

די שאלה וואס יעדער ברויך זיך אליינס פרעגן איז נאר, מי? ווער וועט זיין דער וועלכער וועט העלפן די הייליגע ארגאניזאציע מיט אירע מיטגלידער עררייכן זייער ציהל? וועט דאס זיין ME? וועל איך זיין א מאן דפרע בממונא פאר די איבערגעגעבענע אידישע הערצער? וועל איך העלפן "רפואה" ווידעראמאל איבערשרייבן דעם אפטייטש פון "מענטשליכע יכולת" מיט א גרעסערע און ברייטערע מעגליכקייט?

אבער, בלייבט נישט מיט די שאלה, איר קענט יעצט ענטפערן מיט א הילכיגן רוף, און איבערגעבן אייער "פעיר שעיר" אין דעם ברענעדיגן קאמפיין, און האט די זכי' צו זיין אן עושה ומעשה - ווען אייער נדבה ווערט אויטאמאטיש געמעטשט, אייער הונדערטער איז צוויי הונדערט טאלער!

ווען מיר האבן גערופן רפואה איז קיינמאל נישט געווען אזא ענטפער ווי "כ'וועל שוין זעהן, אפשר מארגן" - יעצט איז אונזער רייע, איינמאל אין יאר, לייגט דאס נישט אפ, און גיבט "יעצט" איבער אייער נדבה.

https://www.charidy.com/refuah
געשטימט פאר ראשעק הול
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3791
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

מוצאי יום כיפור איך גיי אהיים אליין....

די הארץ-רייסנדע און נשמה-טרייסלענדע מעלאדיע, וועלכע שילדערט אין געזאנג, אן אמת׳ע געשיכטע, מיט א שוידערליכן אנהויב און פריידיגע ענדע ביי א היימישן יונגערמאן און זיין משפחה!

פארפאסט דורכ׳ן בארימטן בדחן און אויפגייענדער מוזיק-שטערן, ר׳ יואל ברוין הי״ו, אין צוזאמענהאנג מיט׳ן מעגא מי יחיה ״מיליאן דאלער אין 36 שעה קאמפיין״ - דעם דינסטאג און מיטוואך תבוא - לטובת כלל ישראל׳ס ארגאניזאציע פאר חולי ישראל: רפואה העלפ-ליין.

הערט און ווערט אינספירירט; מי כעמך, מי כעמך, ישראל!!

https://drive.google.com/file/d/1njn2iw ... p=drivesdk
אטעטשמענטס
רפואה העלפ ליין.pdf
(67.9 KiB) געווארן דאונלאודעד 85 מאל
געשטימט פאר ראשעק הול
משהגראס
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 2:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהגראס »

דער מוזיק שטערן ווי דו רופסט אים איז גאנץ גוט, ס׳ערשטע מאל איך הער אים אויס, ער הייבט מיך אן כאפן.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3791
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

דער זייגער קלאפט צוועלף.

לאמיר אלע העלפן דעם הארץ - וואס קלאפט פאר חולי ישראל פיר אונצוואנציג שעה א טאג - זאל קענען קלאפן ווייטער, אן אויפהער.

געדענקט, די 28 פול טיים איינגעשטעלטע אין רפואה נעמען אצינד נישט צוזאם קיין נדבות, זיי זיצן און באטראכטן בייאפסיס, זיי ליינען עם. אר. איי'ס, זיי מוטשען גרויסע דאקטורים צו קריגן אפוינטמענטס.

לאמיר זיכער מאכן אז דער חסד אפאראט קען ווייטער פונקציאנירן אנע אויפהער.

ביישטייערט יעצט! https://www.charidy.com/refuah
געשטימט פאר ראשעק הול
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3791
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

יא. נאך א טשערידי קאמפיין... כ'האב שוין געהאט צופיל טעלעפאן רופן היינט...

אבער טייערע ברודער, אייערע קליינע נדבות פארזיכערן אז די חולי ישראל און זייערע באגלייטער האבן מארגן אי"ה א טעלעפאן נומבער צו רופן ווען עס איז דא אן עמערדזשענסי.

נעמט דאס נישט פאר לייכט!

לאמיר זיכער מאכן אז דער חסד אפאראט קען ווייטער פונקציאנירן אנע אויפהער.

ביישטייערט יעצט! https://www.charidy.com/refuah
געשטימט פאר ראשעק הול
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3791
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

יא, איך ווייס ס'איז אביסל בילאו דיגניטי צו געבן ביי א אנליין קאמפיין...

אבער, אויסער וואס יעצט ווערן די נתינות געדאפלט, איז יעצט די צייט צו געבן 'מאראלישע שטיצע' פאר די טייערע משפחת לאנדא, וועלכע האבן מפקיר געווען זייער לעבן צו געבן די 'מאראל סופארט' פאר חולי ישראל און זייער משפחות.

דאונעיט יעצט, וגדול המלבין שיניים לחבירו!

https://www.charidy.com/refuah
געשטימט פאר ראשעק הול
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”