אלעס ארום עמיש-טאון

אטראקציעס, פארקס, און פלעצער צו פארברענגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Next
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 24, 2018 11:55 pm

אלעס ארום עמיש-טאון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Next »

any one with hotel info / kosher food / shul

toda raba
ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארום די זייגער »

Next האט געשריבן:any one with hotel info / kosher food / shul

toda raba

viewtopic.php?p=1706054#p1706054
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

עס איז נישט דא אזא זאך ווי Amish Town.
No such a thing! אפשר איז דא אזא זאך ווי Hymietown.
Rev. Jesse Jackson referred to Jews as "Hymies" and to New York City as "Hymietown" in January 1984 during a conversation with a black Washington Post reporter, Milton Coleman.

עס איז יא דא א געגענט וואס הייסט Lancaster County (א קאונטי אין Pennsylvania אזוי ווי Rockland Count אין New York) ווי דארט וואינען אסאך פון די פארפרומטע Amish, בעיקר אין
Bird in Hand, PA און Intercourse, PA.
אטעטשמענטס
Intercourse PA Lancaster County.jpg
Intercourse PA Lancaster County.jpg (194.48 KiB) געזען 6516 מאל
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

Yehupesville איז יא דא?
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

אויפגעפרישט האט געשריבן:Yehupesville איז יא דא?

נו אוואדאי! עס איז נישט ווייט פון בויבעריק.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

Next האט געשריבן:any one with hotel info / kosher food / shul

toda raba

איך בין שוין אמאל דארט געווען לאנג ציריק עס איז נישט צו אינטערעסאנט
אבער א רייד אויף א הארס קענסטו האבן א געשמאקער
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

אויפגעפרישט האט געשריבן:Yehupesville איז יא דא?

אפשר מיינט איר Yipsilanti MIchigan?
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Ypsilanti,_Michigan
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

Next האט געשריבן:any one with hotel info / kosher food / shul

toda raba

viewtopic.php?p=719316#p719316

ס'דא אסאך האטעלס/מאטעלס/איננס ווי איינצושטיין דארט. באט איך וואלט רעקאמענדירט איין געוויסע האטעל.

איך בין דארט געווען פאריאר זומער בינעך איינגעשטאנען אין א האטעל וואס רופט זיך AmishView Inn & Suites די ספעציפישע מעלה פון דעם האטעל איז אז דאס איז ממש אויף די פארם לענד. די פענסטער זענען אפן צו די ריזיגע פעלדער. מ'שטייט אויף און ס'קען זיך דאכטן אז מ'איז ממש ערגעץ ווי אין קוממיות אין די שמיטה פעלדער. (שטייצעך מ'זאל בעטן ביים באשטעלן א שטוב אז מ'ברויך א פארם-לענד וויוא) מ'שטייט ביי זיך אין האטעל שטוב און מ'האלט מיט ווי די אמישע קינדער אקערען, זייען און שניידן מיט די אייזלען (זעה בילדער אטאטשירט). בעסיידס וואס ס'איז א רוהיגע האטעל מיט בערך פופציג שטובער אבער גאר שיין און גוט אהערגעשטעלט.

די פרייז קען זיין צומאל הויעך און צומאל נידריג ווענט זיך אינעם סיעזאן. איך האב געצאלט גאנץ בחסד פאריאר אזא צייט בחודש יולי. דאס פלאץ איז נעקסט דאאר פון איינע פון די דריי גרויסע טור קאמפעניס וואס פונקציאנירן דארט אין די געגנט The Amish Experience.

פארט גראד און מאכט א לינקס דא http://www.amishviewinn.com/


איך שטעל מיך פאר אז אויב דו גייסט מיט 6 קינדער דארפסטו נישט עפעס צו פענסי. איך וואלט דיר געראטן צו גיין צו ראמאדא האטעל, א סוויט דארט דארף צו זיין שפאט ביליג, ס'איז פיל מיט אידן געווענליך און ס'איז ממש אין צענטער פון אלע אטראקציעס, פונקט קעגן איבער דאטש וואנדערלענד (באמת זענען אלע האטעלס דארט אין צענטער).
http://www.ramada.com/hotels/pennsylvan ... l-overview


וואס הייסט אלע האטעלס? איך בין איינגעשטאנען אין Willow Valley Resort בכלל נישט אין צענטער אבער זייער א רואיגע געשמאקע ריזארט, ארומגענומען מיט גראז, ביימער, א לעיק, און גליטשערס פאר די קינדער.

map-resort-large.jpg

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

איז דא איינער דא וואס האט שוין באזוכט עימיש טאון און קען געבן ראט ווי צו באזוכן?

שטארק עפרישיעיטעד.
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

El Rushbo האט געשריבן:איז דא איינער דא וואס האט שוין באזוכט עימיש טאון און קען געבן ראט ווי צו באזוכן?

שטארק עפרישיעיטעד.

Anybody?
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

שוין געווען דארט 2 מאל.
כ'האב א גאנצע בארג מיט אינפארמאציע.
הנותן לשכוי בינה...
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

דאס האב איך געשריבן ערגעץ אנדערש:

ס'איז דא דארט צענדליגע האטעלן ווי מ'קען איינשטיין
Double Tree
Eden Suites
Hawthern
און נאך פיל מער
די אלע האטעלן זענען פיל מיט אידן

איך בין צוויי יאר צוריק געווען אין חב"ד
זיי האבן דארט צוויי הערליכע 4 בעדרום הייזער
גאר שטארק הנאה געהאט דארט

ענטערטעינמענט איז דא א געוואלד
פאר קינדער און ערוואקסענע צוגלייך
און א שיינע חלק דערפון דארף מען נישט פארן צו ווייט
מ'קען ארומפארן אין די עימישע געגענטער, ס'איז גאר גאר אינטרעסאנט
Dutch Wonderland
Cherry Crest Farm
Kreiders Farm
Choo Choo Barn
Longwood Gardens
יעדע פלאץ פאר זיך איז געוואלדיג
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

El Rushbo האט געשריבן:איז דא איינער דא וואס האט שוין באזוכט עימיש טאון און קען געבן ראט ווי צו באזוכן?

שטארק עפרישיעיטעד.

אין פארשידענע אשכולות דא אויפ'ן וועלטל איז שוין אויסגעשמועסט געווארן אסאך פרטים און אינפארמאציע פון דעם געגענט.

מאך א סוירטש אויף "LANCASTER" און אויף "לענקעסטער", און דו וועסט טרעפן אן אוצר פון נוצבארע אנווייזונגען, אינפארמאציע, פערזענליכע עקספירענסעס, עצות און טיפס.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
join us
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 6:05 pm
לאקאציע: און מיין שיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך join us »

ווי איז די נענסטע מנין שחרית,מנחה,מעריב near Amish town ?
yid
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

join us האט געשריבן:ווי איז די נענסטע מנין שחרית,מנחה,מעריב near Amish town ?


https://www.godaven.com/shul-details/23 ... 76.3302154
אוועטאר
join us
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 6:05 pm
לאקאציע: און מיין שיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך join us »

yid האט געשריבן:
join us האט געשריבן:ווי איז די נענסטע מנין שחרית,מנחה,מעריב near Amish town ?


https://www.godaven.com/shul-details/23 ... 76.3302154


שכח
איז דאס חב"ד אדער א ישיבה ?
געבורטסטאג
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבורטסטאג »

פאר איינער וואס קען נישט פארן וואכנטעג, איז א מהלך צו זיין אין עימיש אויף א שבת? איז דא עני האטעלס/אפארטמענטס walking distance צו דגל ישראל? (פליז ענטפער אויב דו ווייסט פאר 100%, משער זיין קען איך אויך. דאנקע!)
גאאאאד מארנינג רבותי..... אה!
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

join us האט געשריבן:
yid האט געשריבן:
join us האט געשריבן:ווי איז די נענסטע מנין שחרית,מנחה,מעריב near Amish town ?


https://www.godaven.com/shul-details/23 ... 76.3302154


שכח
איז דאס חב"ד אדער א ישיבה ?

א שוהל
הנותן לשכוי בינה...
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

געבורטסטאג האט געשריבן:פאר איינער וואס קען נישט פארן וואכנטעג, איז א מהלך צו זיין אין עימיש אויף א שבת? איז דא עני האטעלס/אפארטמענטס walking distance צו דגל ישראל? (פליז ענטפער אויב דו ווייסט פאר 100%, משער זיין קען איך אויך. דאנקע!)

נישטא
הנותן לשכוי בינה...
green sunday
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

געבורטסטאג האט געשריבן:פאר איינער וואס קען נישט פארן וואכנטעג, איז א מהלך צו זיין אין עימיש אויף א שבת? איז דא עני האטעלס/אפארטמענטס walking distance צו דגל ישראל? (פליז ענטפער אויב דו ווייסט פאר 100%, משער זיין קען איך אויך. דאנקע!)

There is no Eiruv in Lancaster. Chabad Guest Suite is the closest
accommodations to the shul.
Chabad Guest Suite
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

איך בין דארט געוועהן (אין די גלילות) מיט די גאנצע געזונדעל פאר דריי טעג... אביסל אין Caroyola Factory, אביסל אין די גרויסע קינדער פארק, ריידס מיט זו, אביסל שיפלן.

און יא, מיהר האבן זייער הנאה געהאט פון די Amish, און פארפאלן, חכמה בגויים תאמין. זיי האבן אפאר זאכן וואס מען קען זיך לערנען פון זיי. אחדות, מען האט נישט קיין fire insurance. אויב איינעמס שטאל ברענט אפ, קומט די גאנצע קהלה און בויעט אויף א נייע barn. עס האט מיך אביסל געבאדערט אלע זייער קולות אין די הלכה פון נישט נוצן לעקטער. למשל, זיי נוצן יא generators אין די שטאלן. ווי אויך, זיי טארן נישט האבן קארס, אבער מעגן יא כאפן hitches מיט די שכינים, וכו', וכו'. איך מיז זאגן, עס האט מיהר אביסל געשטערט זייער פרומקייט, בשעת איך שפיהר נישט אזא נאנטקייט צו מיין פרומקייט...

אבער ממש פארן אהיימגיין, האט השי"ת מיהר געוויזן, אז ווי פרום זיי זענען, תורה בגויים אל תאמין. איין פארפרומטער חאניקאישער אמישער מאן, שוין אין די זעכציגער, האט געוואלט איך זאל נעמען א רייד אין זיין וואגען מיט מיין משפחה. האב איך איהם געזאגט אז איך בין שוין געווען מיט Abbeys Horse and Buggy. האט ער אהנגעהויבן פען און שוועבעל אנטגעגן זיי... בקיצור, אויף לשון הרע זעט אויס האט ער נישט מקפיד געוועהן...
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
הויכע פייפער
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 1:56 pm

Re: .HOTEL NEAR AMISH TOWN PA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויכע פייפער »

איך זוך אַ האָטעל ווו איך קען האָבן אַ דאבעל צימער
.Can't figure out how to make reservations online for a double room, hotels say that they cant promise
any leads ?
בן צורישדי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 15, 2021 1:30 pm
לאקאציע: קדש ברנע

Re: אלעס ארום עמיש-טאון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן צורישדי »

וויל מיר גיין מאנטאג צו עימיש טאון. א גאנצן טאג, נישט איבערשלאפן (גרופע פון בערך 10 מענטשן)

ווייסט איינער וואו מ'קען גיין איבערן טאג, טורס און סתם אינטערעסאנטע פלעצער, און אויב מ'דארף מאכן רעזערוועישאנס? (און א מנין מנחה?)

שכח
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: אלעס ארום עמיש-טאון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

מיין עקספעריענס אין עימיש קאונטרי לענקעסטער פענסעלוועניע

איך בין שוין געפארן קיין לענקעסטער כו”כ פעמים, וועל איך מיטיילען מיטן עולם מיין עקספירענס פון א פאר נסיעות אויף איין פלאץ למען ידעו און אויב וועט איינער דארפן די אינפארמעישאן זאל עס קענען צוניץ קומען. איך בין במשך פון די נסיעות מיינע געווען ביי מערערע פלעצער און איך וועל פראבירן ארפ צו שרייבן א סאך הכל פון א יעדעס פלאץ וואס איך בין געווען דאס בעסטע שייך. עס איז דא נאך א סאך פלעצער וואס איך האב נאך נישט באזוכט. פארשטייט זיך אז איך שרייב מיין מיינונג און מען קען זיך דינגען אויף דעם.

נאר א קליינעם הקדמה. די ווארט Amish ליינט מען אה-מיש און נישט עימיש. אבער היות די המון עם, פון די אידיש רעדענדע, רופט עס עימיש וועל איך נישט זיין קיין פורש מה ציבור און שרייבן ”עימיש”.

איך בין שוין איינגעשטאנען אין א פאר האטעלס במשך מיין נסיעות קיין לענקעסטאר, אבער דאס בעסטע עקספעריענס איז געווען מיט די Amish View Inn & Suits. די האטעל האט א סאך מעלות, חוץ פון דעם אז עס איז גאר קליען, האט געוואלדיגע סערוויס, און דער האטעל האט פארשטענדליכע פרייזן אויכט, איז דאס אויכט זייער אייגענארטיג ווייל אנדערש פון אלע אנדערע האטעלס וואס זענען ביי א שטאטישע סעטטינג, , איז דער האטעל אינעם שמאלצטאפ פון עימיש. פון איין פענסטער זעט מען מיילן פון הערליכע פארם’ס און די אנדערע איז די ראוד וואס מען זעט א יעדע פאר מינוט די עימיש באגגיס אריבער פארן. נאך איין מעלה וואס דער האטעל האט, עכ”פ פאר מיר איז דאס א מעלה, אז די טעלעוויזיעס זענען אין א שאפע מיט א טיר פארמאכט און אויב עפענט מען דאס נישט אויף האבן די קינדער נישט קיין אנהונג אז עס איז דא און מען פארשפארט זיך שאלות און מען דארף זיי נישט עפענען די קאפ אז די זאך עקזעסטירט.

נעבן די האטעל, ממש ארויס צופיס ווען מען גייט אויף א שפאציר, קען מען זען אן one room school house (א מאזיעם, נישט אקטיווע, אבער פארט אינטערעסאנט) אויכט איז דא דארט א גיפט שאפפ מיט גאנץ נארמאלע פרייזן וואס מען קען קויפן סאוועינירס ווי בלענקעטס אדער אנדערע שמאנצקעס וואס ווערט געמאכט אין עימיש. זיי פארקויפן דארטן אויכט עימיש קליידער פאר דאליס, גאנץ זיס. דערנאך אינדרויסן איז דא א פאנד וואס איז פיל מיט צענדליגער גרויסע גאלד פיש, מיינע קינדער האבן הנאה געהאט פון ווארפן קליינע ברעקעלעך פאר די פישן.

אז מען שפאצירט נאך א צוויי מינוט ווייטער, קומט מען אן צו די Aaron & Jessica Horse & Buggy Rides. איך בין געגאנגען מיט זיי אויף א קליינע פארם טור. כ’האב אויכט ארום שפאצירט דארטן אינעם פארקינג לאט מיט מיינע קינדער און הנאה געהאט צו זען ווי זיי האלטן די פערדן אינעם שטאל.

איך האב גענומען מיינע קינדער צו די East Lampeter Township Community Park. די פארק איז א געשמאקע פארק מיט א סאך גראז און אויכט גאר גוטע איינריכטינגונגען פאר די קינדער צו שפילן. ווי אויכט קען מען זען דארטן משפחות פון עימיש וואס קומען שפילען און זיי קומען מיט זייער פערד און וועגענער וואס זיי פארקן אין די פארקינגלאט. כ’האב דארטן געהאט א גלעגענהייט צו כאפן א שמועס מיט אן עימיש אינגערמאן, יא, און ער זאגט אז ביי זיי טאר מען אויכט נישט קיין סעלפאון, שטייטצעך מען מעג נאר לצורך פרנסה. אין דער פארק איז אויכט א גוטע פלאץ צו עסן סאפפער און מאכן א BBQ.

פאר איך גיי אויסרעכענען די אלע פלעצער ווי איך האב באזוכט, איז וויכטיג צו ארויסברענגען אז די עימיש זענען גאר רעליגיעז און מען דארף זיין גאר פארזיכטיג אז זיי זאלן זיך נישט אריין לאזן אין שמועסן פון אמונה.

דערנאך האב איך זיך ארויסגעלאזט אויף א פריוואטע טור, דאס איז א טור וואס איך האב זיך אליינס געגעבן. זייער א סאך מענשן וואס גייען קיין עימיש רעדן זיך צומאהל אפ אז עס קומט נישט אויס קיין סאך צו זען עימיש און ווי זיי לעבן. די סיבה איז ווייל רוב מענשטן פארן מיט וועיז אדער גוגל, און כדרכם זיי ווייזען די וועגען נאר דארך הויפט שאסייען, אבער אויב דרייסטו זיך ארפ פון די הויפט שאסייען וועסטו כסדר זען עימיש מענטשן מיט זייערע הייזער. איך בין אזוי ארום געפארן פאר שטיק צייט נאר אויף די קלענערע ראודס און געקענט זען די עימיש און זייער לעבנסשטייגער. עס איז גוט צו וויסן אויב גייט מען אין די זוממער חדשים פארקויפן זיי אויף די זייט פון די ראודס פרישע פרוכט און גרינצייג. עס לוינט זיך אפצושטעלן און קויפן די פרישע פיעטשעס, מעלאונעס, אדער טאמאטעס. עס האט א טעם גן עדן. מען באצאלט ביי די זייט איז דא א פושקע וואס מען לייגט אריין די געלט.

איך בין געגאנגען מיט מיין משפחה אויף א פערד און וואגן. איינמאהל האב איך גענומען ער אויווען דערמאנטער Aaron & Jessica און דער אנדערע מאהל האב איך גענומען A Amish Buggy Rides ביי ביידע האב איך באמערקט אז די בעלי עגלה זענען קיין עימיש מענשן בכלל, אבער עס איז געווען זייער שיין. זיי האבן זיך אפגעשטעלט אין אן עימיש פארם און די סינערי אויפן וועג איז געווען עפעס מוירעדיג.

איך בין געווען אין Cherry Crest Farm דאס איז אזא מין פאן פארם וואס די קינדער ענשזויען זייער שטארק. מען זעט נישט דארטן כמעט קיין עימיש, אבער זיי האבן חיות, געימס, טרעמפאלינס, קארן מעיזס, און נאך. זיי האבן אן עכטע בינען שטאק אונטער א גלאז ווי מען קען זען זייער לעבן שטייגער. זיי האבן קליינע הינדלעך פון א טאג אלט וואס מען קען האלטן. ווי מען אויכט פארט אריבער דארט דערנעבן די Strasburg Railroad וואס איך וועל באלד ביישרייבן.

די Strasburg Railroad איז שיין. בשעת מען פארט זעט מען פון די פענסטערס ווי די עימיש בייארבייטן זייער פעלדער. די באן איז א באן וואס פארט אויף פארע און מען קען זען ווי מען שארט אריין די קוילן אז די באן זאל פארן. למעשה האלט איך אז די באן איז אינטערסאנטער ווען מען זעט עס פארן ווי ווען מען פארט אויף דעם. אויב ווילסטו זען ווי עס פארט, דארספטו גיין צו די Red Caboose Motel Parking Lot, און קוקן אויפן סקעדיול ווען עס פארלאזט די סטעישאן. די באן גייט אריבער פארן ארום 5-10 מינוט נאכן ארויספארן. מיינע קינדער האבן גאר שטאק הנאה געהאט צו זען ווי די באן פארט.

דערנאך בין איך געווען ביי Kreider's Farm. קרעידערס פארם איז א יחיד במינה. בעיסקלי דער פארם, וואס בדרך אגב פראדאצירט חלב ישראל פאר די פרייד אוו די פארם פירמע, געט א טור אויף די גאנצע מהלך פון פראדיצירען מילך. מען דארף מאכן אן עפאוינטמענט און זיי נעמען דיר אויף אזא מין שאטל וואס דער שאטל פארט אריין אין תוך תוכו פון די שטאל פון די קוען. זיי ווייזן דיר ממש ניי געבוירענע קעלבעלעך און די גאנצע פרשה. דערנאך טארגן זיי דיר אריין צו א פלאץ ווי מען קען זען ווי זיי מעלקן די קוען. איך מוז זאגן אז דאס איז זייער אינטערעסאנט. זיי געבן דארטן אויכט פון זייערע כשר’ע טשאקלעד מילך צו טריקן. איך וואלט יא געווארנט אז דער טורגייד איז א גוי און ער פארשטייט נישט וואס עס מיינט א הייליג אידיש קינד און א חלק פון די שזואקס אדער אינפארמאציע וואס ער פארציילט איז אדער ניוול פה אדער אבק ניוול פה, אבער ווען איך האב אים מעורר געווען האט זיך בארואיגט, אבער ראה הוזהרתם. זיי האבן דארטן אזא סיילאו טורם וואס מען קען ארויף גיין און זען די גאנצע ארום.

איך בין אויכט געגאנגען צו הערשי טשאקלאד פעקטארי. ווען איך בין געווען דארטן, שוין א שיינע פאר יאהר צוריק, איז א חוץ פון די טור פון ווי אזוי מען מאכט טשאקלאד אויכט געווען א 4D שוי. למעשה, די שוי איז היינט פארמאכט און מען קען נאר גיין אויף די טור. די טור ארבייט אז מען זיצט אין אזא רייד און עס פארט ארום אן ווייזט ווי אזוי מען מאכט טשאקלאד. עס איז ראטזאם מיט צונעמן חלב ישראל טשאקלאד צו געבן פאר די קינדער נאך די טור, ווייל זיי געבן אויס חלב סתם טשאקלאד און די קינדער פארשטייען נישט אלעס. למעשה איז די טור נישט געווען מי יודע מה, אבער די קינדער האבן עטוואס הנאה געהאט. איך האב זיכער הנאה געהאט ווייל די טור איז געווען פרי....... חינם אין כסף.....

איך בין געווען ביי די טורקי הילל פעקטארי. די פעקטארי איז זייער גוט פאר קלענערע קינדער. איך האב דארטן אויכט געהאט די פראבלעם פון חלב סתם. זיי ווייזען וויאזוי מען מאכט אייזקריעם.

איך בין געווען ביי Herr's Potato Chip Factory Tour דאס איז געווען גאר אינטערעסאנט. עס איז א מהלך פון 45 מינוט פון די לענקעסטער געגענט אבער עס האט זיך געלוינט. זיי ווייזן וויאזוי זיי מאכן פאטעיטא טשיפס, פרעצעלס, און קארן שטיפס פינעם פעלד ביז אריין אין די בעג. דא איז אויכט כדי מיט צונעמען היימישע פאטעיטא טשיפס צו געבן פאר די קינדער אנשטאט דאס וואס זיי געבן וואס האט נאר אן אלעגעמיינעם הכשר.

איך בין געווען ביי א באזוך ביי The Amish Farm & House. זיי געבן א טור אין א געוועזענע עימיש פארם און הויז. זיי זענען מסביר וויאזוי זיי לעבן און זיי נעמען אריין אין א הויז וואס איז אויסשטאפירט מיט די אלע עפפלייענסעס וואס די עימיש האבן. זיי ווייזן די קליידער, די כלים, און די שפילצייג. (עס איז אינטערסאנט אז זיי פארלאזן זיך אויף גרמה מיט אמירה לאינו עימיש וכדו’). זיי האבן אויפן פלאץ א פערד און וואגן רייד וואס פארט ארום דארטן אין די פארם, א One Room School House, א ברונען, א שאפ ווי מען פלעגט שמאלצן די פערדן שיך, א קאווערד ברידשז, א וואסער מיל, און א ווינד מיל. זיי האבן דארן אויכט א שטח ווי מען קען דרייווען זייערע סקאטערס (ניין, ניין, זיי פירן נישט קיין שייגעץ בייקס). זיי האבן אויכט חיות דארטן, נישט עפעס מוירעדיג. די עקספירענס איז געווען זייער עדיוקעישאנעל אבער אביסל לאנגוויליג פאר די קינדער. אויכט אן עכטע עימיש וועסטו דארט נישט טרעפן.

איך בין אויכט געווען ביי די Old Windmill Farm און דאס איז געווען אן עקספעריענס צום געדענקן. מיינע קינדער גרויס און קליין, בחורים און מיין קליינע 4 יעריגע האבן ממש הנאה געהאט. די סינערי דארטן אין אויגפארכאפענד. מען זעט דארטן מיילן פון פארמס ווי ווייט די אויגן קוקט נאר. די משפחה, אן אוטענטישע עימיש פאמיליע, נעמט אריין אין זייער פארם. מען קען דארטן טוהן א סאך זאכן וואס מען טוט און א פארם. מען רייניגט די פערדן, מען קען פיטרן די פערדן, מען געט צו טריקן פאר די קעלבעלעך אין א באטי. זיי האבן דארטן באניס וואס די קינדער קענען האלטן, ווען איך בין געווען האבן זיי געהאט צוויי טאגעדיג ציגעלעך וואס מען האט געקענט האלטן, זיי האבן אויכט געהאט אן עגל בן יומו. מען קען דארטן מעלקן א קוה און טרינקן די מילך (איך האב נישט געלאזט מיין קינדער טריקען ווייל כ’האב מורה געהאט אז אפשר זענען די קוען אפערירט געווארן און עס איז דא א חשש טריפות). זיי געבן אויכט א פערד און וואגן רייד. זיי האבן אויכט אזא פערדן רייד ווי אלע קינדער זיצן אין אזעלכא קליינע פעסער אויף רעדער וואס איז צוגעבינדען איינער צום צווייטער אזוי ווי א באן און דער עימיש בעל עגלה רייט ארום גאר שנעל מיט דעם ארויף און ארפ די פארם, אפילו מיין בחור האבן עס ענזשויעט. זיי האבן אויכט אזא שטאל ווי מען קען קאלעקטאן פרישע אייער וואס די הינדלען האבן געלייגט. דער פלאץ איז גאר אייגענארטיג און מען באקומט אן עכטע טעם פון די עימיש. (איך וואלט יא געווארנט אז דער בעל הפארם איז אן עקסטרעימער רעליגיעזער מענטש און ער האט אזעלכא קאלירינג העפטן פאר פרי וואס פרעידיגן נצרות און איינער פון די עימיש יונגערלייט האט זיך גענומען איבער מיר און געוואלט אריינשלעפן אין א שמועס איבער זייער גלויבונג און דער אותו האיש, כ’האב זיך נישט געלאזט, מען דארף זיין נזהר).

נאך א פלאץ וואס איך האב דארטן באזוכט איז געווען Dutch Wonderland. די עמיוזמענט פארק איז גאר אייגענארטיק און עס איז נישט קליין אבער אויכט נישט צו גרויס. זיי האבן ריידס, און טישקאווע ריידס, פאר אלע עיזשעס. די טיקעטס זעעען אביסל ביליגער אויב מען קויפט אנליין. אין די זוממער איז דא א וואסער פארק צוזאמען און עס איז דא אן ערענסטער חשש פון פריצות און שמירת עניים.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
שרייב תגובה

צוריק צו “אויספלוגן”