אדווערטייזמענט: משה קארנפעלד: איך בעט אייער הילף

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

ivelt אדווערטייזמענט
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 30, 2017 7:59 am

אדווערטייזמענט: משה קארנפעלד: איך בעט אייער הילף

תגובהדורך ivelt אדווערטייזמענט » זונטאג יולי 29, 2018 11:50 am

בס"ד

שלום עליכם חברים וידידים, די יעניגע וועלכע געדענקן מיר און די דאזיגע וועלכע געדענקן מיר נישט.

שוין עטליכע יאר צייט וואס דער בוכ"ע האט מיר מזכה געווען ארויס צו העלפן א משפחה חשובה וועלכע שווימט אין חובות פון צענדליגער טויזנטער דאלארן.

די טראדיציאנאלא סלאגאן "מאין יבא עזרי" איז געווען גילטיג אסאך בעפאר'ן קלערן פון חתונה מאכן – אבער עס האט א פיל טיפערע באדייט יעצט ווען עס קומט חתונה צו מאכן א קינד.

במשך די עטליכע יאר האב איך פראבירט צו העלפן פון פארשידענע ריכטונגן אן אויסשטרעקן א האנט צו די גאס, אבער יעצט ווען מען דארף א באזונדערע קאסע האב איך געמוזט טוישן ריכטונג נישט בלויז כדי די חתונה זאל זיין געדעקט, נאר – און אפשר נאך וויכטיגער – אז די חתונה זאל נישט איבערלאזן א פרישע פעקל חובות הויערן אויף דעם אלטן פארזשאווארטן זעקל.

איך האב געשאפן א באזונדערע קאסע וואו עס גייט אריין געלט בלויז צו העלפן דעקן די הויכע חתונה קאסטן, אזוי ארום צו האבן א ריינע חתונה בלאט אן קיין פרישע חובות אז מען זאל קענען נאך די חתונה ווייטער ארבייטן אָן הילף פון אנדערע אויף די אלטע אנגעזאמעלטע חובות עס צו קענען צוביסלעך אראפ ברענגן שטאפל נאך שטאפל ווי איידער זיך דארפן אפגעבן מיט נייע.

דעריבער מיינע טייערע פריינד איך בעט אייך ביטע נעמט זיך די מיה א דרוק צו טון דעם "גיי פינאנציר מיך" לינק און לייגט אריין א מתנת יד כדבעי.

די וועלכע האבן די יכולות באגלייט מיט א רצון האבן דאך שוין אדוואי געוויס געדרוקט דעם בלאט.

די וועלכע האבן די יכולות אבער נישט דעם רצון האף איך זיי וועלן ארבייטן אויפן רצון און דערנאך א קוועטש טון דעם פארבינדונג.

און די וועלכע האבן דעם רצון אבער נישט די יכולות קענען ארויס העלפן מיט אריין גיין אהין און איבערלאזן א ווארימע חיזוק באמערקונג.

איך דאנק אייך אלע פון פאראויס.

הקטן והגדול משה קארנפעלד על. על. סי.




אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » זונטאג יולי 29, 2018 2:16 pm

א הערצליכן דאנק פאר אלע וועלכע האבן זיך שוין ווארעם אנגערופן!
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט