שבת הגדול - שב"ק צו הבעל"ט

קעטסקילס, פלארידע, און האטעלן לענגאויס אמעריקע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm

שבת הגדול - שב"ק צו הבעל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדוש ונורא »

איינער ווייסט א האטעל ווי עס איז נאך עוועליבעל אויף קומענדיגע שב"ק צו הגדול הבעל"ט

בעסער אויף פריוואטע פארנעם
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

יא גיב מיר דיין אדרעס, וועל איך דיר געבן א גיטע האטעל פאר שבת.

עס איז ממש א משוגעת אז מען מיז נאכטאנצען יעדע גויאישע מאדערנע זאך, עס איז נישט קיין מצוה און א האלבע עבירה צו גיין אין א האטעל אויף שבת הגדול, מען שעפט נישט דערפון קיין יראת שמים, אויב די ביסט שוין געווען אמאל אין א האטעל (ליין: ווייבער שוהל) וועסטו פארשטיין אז מען שעפט נישט דארט קיין יראת שמים, חוץ פון די עצם מושג פון זיך ווייקן אין גשם.
בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע: ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין »

נישט ממש פריוואט... אבער ס'דארף צו זיין פיינע נייעס.
אטעטשמענטס
gh.JPG
gh.JPG (156.7 KiB) געזען 3214 מאל
מארקעטינג\ברענדינג עדווייס? פרעגט מיר אין אישי, כ'ענטפער גערן.
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

עפל קאמפאוט האט געשריבן:יא גיב מיר דיין אדרעס, וועל איך דיר געבן א גיטע האטעל פאר שבת.

עס איז ממש א משוגעת אז מען מיז נאכטאנצען יעדע גויאישע מאדערנע זאך, עס איז נישט קיין מצוה און א האלבע עבירה צו גיין אין א האטעל אויף שבת הגדול, מען שעפט נישט דערפון קיין יראת שמים, אויב די ביסט שוין געווען אמאל אין א האטעל (ליין: ווייבער שוהל) וועסטו פארשטיין אז מען שעפט נישט דארט קיין יראת שמים, חוץ פון די עצם מושג פון זיך ווייקן אין גשם.

א איד האט געבעטן אינפארמאציע - האסט נישט, מעגסט שווייגן!

וואס איז דאס יענעם באוואשן מיט מוסר רייד - אנטשאט ענטפערן נארמאל אויף די שאלה וואס ער האט געפרעגט?!

ווילסט, עפן אן אשכול איבער די פארברעך פון פארן אין האטעל, ווי קומט עס אבער אריין דא....?!

על אף וואס ער איז ערלויבט זיך צו פירן לפי ראות עיניו [פארשטייט זיך על פי תורה והמסורה], אבער אפשר האלט ער פונקט ווי דיר אין דעם נושא, נאר נאכ'ן איבערשמועסן מיט'ן דיין זיין ספעציפישע מצב [בריאות, שלום בית, קינדער, ועוד ועוד...], האט איהם דער דיין מייעץ געווען ער זאל טוהן דעם שווערן טריט און פארן אין א האטעל פאר שבת הגדול...


נ.ב. אין בין נאך קיינמאל נישט געווען אין א האטעל אויף שבת, און איך לאך אויך פון די שבת הגדול געפארעכטץ!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
פריטלעך
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריטלעך »

הלשון האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:יא גיב מיר דיין אדרעס, וועל איך דיר געבן א גיטע האטעל פאר שבת.

עס איז ממש א משוגעת אז מען מיז נאכטאנצען יעדע גויאישע מאדערנע זאך, עס איז נישט קיין מצוה און א האלבע עבירה צו גיין אין א האטעל אויף שבת הגדול, מען שעפט נישט דערפון קיין יראת שמים, אויב די ביסט שוין געווען אמאל אין א האטעל (ליין: ווייבער שוהל) וועסטו פארשטיין אז מען שעפט נישט דארט קיין יראת שמים, חוץ פון די עצם מושג פון זיך ווייקן אין גשם.

א איד האט געבעטן אינפארמאציע - האסט נישט, מעגסט שווייגן!

וואס איז דאס יענעם באוואשן מיט מוסר רייד - אנטשאט ענטפערן נארמאל אויף די שאלה וואס ער האט געפרעגט?!

ווילסט, עפן אן אשכול איבער די פארברעך פון פארן אין האטעל, ווי קומט עס אבער אריין דא....?!

על אף וואס ער איז ערלויבט זיך צו פירן לפי ראות עיניו [פארשטייט זיך על פי תורה והמסורה], אבער אפשר האלט ער פונקט ווי דיר אין דעם נושא, נאר נאכ'ן איבערשמועסן מיט'ן דיין זיין ספעציפישע מצב [בריאות, שלום בית, קינדער, ועוד ועוד...], האט איהם דער דיין מייעץ געווען ער זאל טוהן דעם שווערן טריט און פארן אין א האטעל פאר שבת הגדול...


נ.ב. אין בין נאך קיינמאל נישט געווען אין א האטעל אויף שבת, און איך לאך אויך פון די שבת הגדול געפארעכטץ!


הייליג גערעכט.
אל תדין חבירך וכו'
קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm

באקומען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדוש ונורא »

מיר שטעלן אי"ה צו א שבת הגדול איו די הערליכע שערעטארן האטעל, ווי עס פאסט פאר בני מלכים ער"פ..

די סעודות ווערן צו געשטעלט זייער ברייט, פון טועמי' בוז זינטיג נאך פרישטיג
צי די תפילות וועט צו גיין דער חזן ר' יעקב ראזענפעלד מיט משוררים

ביי די סעודות וועלן די זינגער זינגן נאך די סעודה וועט זיין א שיינע קומזיץ

שבת אונדערפרי נאכן דאווענען וועט זיין א גרויסער קידוש

שבת נאכמיטאג וועט הרב בלייך זאגן א שבת הגדול דרשה

א גרויסער של"ש נאך מנחה

א מעדזשיק שאו נאך הבדלה

א גרויסער מלוה מלכה מיט מיוזיק

א פולע טיי צימער מיט פרוכט נאש קעיק דורכאויס דעם גאנצן שבת

און נאך...


די פרייז פאר א קאפעל איז $859

אונטער 3 איז אומזינסט

6 ביז 12 איז $125

13 און העכער איז $185

א עקסטרע צימער איז $360
קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדוש ונורא »

איך זעה און ב"פ Avenue Plaza Hotel 4624 13th Ave און Park House Hotel
זענען פארנומען די גאנצע האטעל אויף נעקסטע וואך שבת הגדול
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

יואלי ווייס
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture.JPG (124.43 KiB) געזען 2821 מאל
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע: ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין »

מארקעטינג\ברענדינג עדווייס? פרעגט מיר אין אישי, כ'ענטפער גערן.
אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוטשע נישט »

גיין אין א האטעל אויף שבת הגדול איז אפשר נישט קיין עבירה, און אפשר צומאל נוטיג אויך. חזנים דרשנים בעלי תפילות, דאס קען נאך אויך מיטגיין, זאל עס כאטש זיין א שיינע שבת. אבער אז ס'זאל זיך אזוי נידערן ביז מעזשיק שאויס און בדחנים?!
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

מוטשע נישט האט געשריבן:גיין אין א האטעל אויף שבת הגדול איז אפשר נישט קיין עבירה, און אפשר צומאל נוטיג אויך. חזנים דרשנים בעלי תפילות, דאס קען נאך אויך מיטגיין, זאל עס כאטש זיין א שיינע שבת. אבער אז ס'זאל זיך אזוי נידערן ביז מעזשיק שאויס און בדחנים?!

א בדחן איז פונקט אזוי נישט קיין עבירה אוואו דער חזן און דער חזן האט פונקט אזוי נישט קיין פשט אוואו דער חזן,
הצד השווה שבהן אז ביידע טוט אויף אויף צו ברענגען מער קאסטאמערס.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
גראף פאטאצקי
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2018 2:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראף פאטאצקי »

קדוש ונורא האט געשריבן:איינער ווייסט א האטעל ווי עס איז נאך עוועליבעל אויף קומענדיגע שב"ק צו הגדול הבעל"ט

בעסער אויף פריוואטע פארנעם



https://parsippany.house.hyatt.com/en/hotel/home.html

זייער א געשמאקע האטעל פאר יודען
יעדע צימער קומט מיט א גרויסע פרידזש מיט א קליינע קאך
איך וואלט רעקאמענדירט זיי האבען א 1 בעדרום אפשען שפאט ביליג
כמיין 120 א נאכט
זייער געשמאק ברייט סקומט מיט
א בעדרום
א ליווינג ראם
א קאך
איך מיין דארט וועט זעכער זיין נאך יודעלעך ווי דו וועסט גיין וועט זיין יודען דעים שבת
אויכעט ביסטו דריי מינוט וואק פונעם שערעטאן ווי די גרויסע שבת גייט פארקומען סא וועסטיך קענען ארובערכאפן
green sunday
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

גראף פאטאצקי האט געשריבן:
קדוש ונורא האט געשריבן:איינער ווייסט א האטעל ווי עס איז נאך עוועליבעל אויף קומענדיגע שב"ק צו הגדול הבעל"ט

בעסער אויף פריוואטע פארנעם



https://parsippany.house.hyatt.com/en/hotel/home.html

זייער א געשמאקע האטעל פאר יודען
יעדע צימער קומט מיט א גרויסע פרידזש מיט א קליינע קאך
איך וואלט רעקאמענדירט זיי האבען א 1 בעדרום אפשען שפאט ביליג
כמיין 120 א נאכט
זייער געשמאק ברייט סקומט מיט
א בעדרום
א ליווינג ראם
א קאך
איך מיין דארט וועט זעכער זיין נאך יודעלעך ווי דו וועסט גיין וועט זיין יודען דעים שבת
אויכעט ביסטו דריי מינוט וואק פונעם שערעטאן ווי די גרויסע שבת גייט פארקומען סא וועסטיך קענען ארובערכאפן


געטיען אמאל אזא זאך און דער ארגענערזירער פונעם גרויסן שבת האט אונז געזאגט עס איז גניבה צי מיטהאלטן זיין שבת, סמאכט אים שאדן זיין ביזנעס, למעשה נאכן זיך אנטשאלדיגען אין זיך איינבעטן האט ער אינז געלאזט "נאר" דאווענען, און געמאכט זיכער אונז גיימער פון דארט תיכף נאך עלינו.
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדוש ונורא »

איינער קען געוואר ווערן צו זיי גייען האבן מנין דיע וואך?
גראף פאטאצקי
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2018 2:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראף פאטאצקי »

קדוש ונורא האט געשריבן:איינער קען געוואר ווערן צו זיי גייען האבן מנין דיע וואך?


מנין וועט זעכער זיין דארט
א ספר תורה בין איך נישט זעכער
אויב איז נישט דא קיין ספר האסטו צוויי אפשענס
אריבערכאפען צום שערעטאן
אדער א צוואנציג מינוט וואק איז דא א ארטעדאקסישע שוהל
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

וואו קען מען די וואך פארן?
אין יעדע שטאט איז דאך דא א נייע רבי צו וועמענס טיש צו גיין
שוין זאל יעדער טון וואס ער וויל
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

פארוואס עפעס נאר שבת הגדול?
וואס טיצעך מיט שבת פרשת אמור?
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

זבחי צדק האט געשריבן:פארוואס עפעס נאר שבת הגדול?
וואס טיצעך מיט שבת פרשת אמור?

שבת הגדול איז די יוצרות זייער לאנג און נישט יעדער פארנעמט עס.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
שרייב תגובה

צוריק צו “וואקאציע”