האבן א נאנטע חבר, פארוואס? און וויאזוי?

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

האבן א נאנטע חבר, פארוואס? און וויאזוי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

נאכן מיטהאלטן אסאך פראבלעמען וואס מאכן זיך בין אדם לחבירו און נאכן ב״ה האבן די זכי׳ ארויסצוהעלפן אנדערע יודן אין די נושא האבעך צוזאם גענומען און מסדר געווען געדאנקען אויף דעי נושא, איך האב געטראכט אז עס קען צוניץ קומען די אינפארמעישן פאר אנדערע דעריבער לייג איך עס דא ארויס,

הלכות פריינדשאפט שיעור א׳

וויאזוי פאנגט זיך עס אן? וואס ברענגט צוזאם צוויי מענטשן זאלן וועלן זיין חברים איינע מיט די אנדערע?

מען ווערט צוגעצויגן צו איינער וואס איז אזויווי מיר

יעדע מענטש האט זאכן וואס ער האט ליב פון זיך, אדער זאכן פון זיך וואס ער איז צוגעוואוינט, בקיצור די פאזיטיווע אדער גרינגע חלק פון די מענטש׳ס רילעישנשיפ מיט זיך אליין,

יעדע מענטש האט אויך (אנפרטשענעטלי...) זאכן פון זיך אליין וואס ער האט פיינט און ער פילט שלעכט אדער אומבאקוועם דערמיט, און אויך זאכן וואס ער וויל נישט אדער קען נישט פעיסן,

יעדע מענטש האט רצונות, זאכן וואס ער וואלט געוואלט האבן, אדער האט מען רצונות אנצוקומען צו א געוויסע פאזיציע, צו באקומען א געוויסע טיטל וכו׳, אויך האט מען זאכן, פאזיציעס, וכו׳ צו וואס מען וואלט בשום אופן נישט געוואלט אנקומען

יעצט איז אזוי: מען ווערט צוגעצויגן צו א אנדערע מענטש וואס האט די מעלות וואס איך האב אדער וויל האבן, און דעמאלטס איז ער מחשיב יענעם, לדוגמא אויב איינער איז מחשיב עשירות וועט ער וועלן זיין א חבר מיט אן עושר, איינער וואס איז מחשיב קריעטיוויטי וועט ליב האבן חברים וואס זענען קריעיטיוו.

אויך ווערט די מענטש צוגעצויגן צו איינער וואס האט ענלעכע נאטורן צו אים, אויב איז ער בשלום מיט זיינע נאטורן, דעמאלטס וועט ער זיין באקוועם מיט יענעם,

די מענטש וועט פיינט האבן איינער וואס האט די שלעכטע נאטורן וואס ער האט אבער ער האט עס נאכנישט געפעיסט... (שלעכטע נאטורן וואס ער האט שוין יא קאנטשעסלי באמערקט וועט ער יא ווערן צוגעצויגן אלס צרות רבים חצי נחמה, אבער פון די אנדערע זייט וועט ער יענעם אויך פיינט האבן עס וועט זיין אזא העיט און לאוו רילעישנשיפ)

ווען א מענטש זעהט ביי צווייטן מעלות וואס ער וואלט זייער געוואלט האבן אבער ער האט עס ליידער... נאכנישט, גייט ער ווערן צוגעצויגן צו יענעם, אבער עס קען זייער שנעל ווערן א דזשעלעסי רילעישנשיפ...

צו א צווייטן וואס האט די זאכן וואס מען וואלט נישט געוואלט זיין, וועט מען נישט ווערן צוגעצויגן צו יענעם, אבער אויך נישט פיינט האבן, שנאה געווענליך קומט פון דעם וואס יענער האט א זאך וואס איך מיין אז איך קען עס נישט און איך האב עס נטכנישט גע׳פעיס׳ט ביי מיר.

בקיצור די וועג וויאזוי א מענטש רילעיט צו זיך רילעיט ער צו אנדערע.

עד כאן וואס עס הייבט אן א פריינדשאפט, און וויאזוי די מענטשן ווערט צוגעצויגן איינעם צום אנדערן,
המשך יבא צו פארענטפערן
וואס געשעט ווייטער?
וויאזוי ווערט די פריינדשאפט למעשה גע׳בויעט?
וואס איז דאס פריינדשאפט?

נ.ב. א אנדערע מין סוג פריינדשאפט/עפעקטשועישן איז אז די מענטש זעהט אז ער וועט באקומען א געוויסע הנאה פון זיין יענעמס חבר, לדוגמא, אטענשן, ליבשאפט, כבוד, וואס די מענטש וויל זייער באקומען און וויבאלד ער האט אזא צורך עס צו באקומען וועט ער נאכדעם טרעפן ענליכקייטן צווישן אים און די חבר, איך וועל נישט יעצט אריינגיין אין דעי נושא
לעצט פארראכטן דורך חביבי אום זונטאג יולי 31, 2016 2:25 am, פארראכטן געווארן 6 מאל.
חביבי
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

הלכות פריינדשאפט שיעור ב׳

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

הלכות פריינדשאפט שיעור ב׳

סאו למעשה ראובן און שמעון האבן זיך געטראפן זיי זענען זייער ענלעך מיט זייערע נאטורן און בעקראונדס, מהלך המחשבה וכו׳ און זיי ווילן ווערן חברים


קודם איז דא די זאך פון משפיע ומקבל

משפיע ומקבל
לדוגמא: ראובן גייט צו שמעון און גיבט אים א קאמלימענט יעצט איז ראובן געווען א משפיע און א מקבל ווייל ער גיבט פאר שמעון א גוטע געפיהל און שמעון נעמט עס אן פרייעט זיך ראובן
שמעון איז א מקבל און א משפיע ער באקומט די קאמפלימענט דורך דעם וואס ער האט הנאה פון די קאמפלימענט באקומט ראובן צוריק א הנאה, די קומענדיגע טאג, איז עס פארקערט שמעון גיבט א קאמפלימענט פאר ראובן, ראובן איז א מקבל און א משפיע און שמעון איז א משפיע און א מקבל

דאס איז די וועג וויאזוי חברים באצאלן זיך איינע די אנדערע פאר די פריינשאפט און אזוי האט עס א קיום

ביי יעדע פריינדשאפט איז איינער מער א משפיע און איינער מער א מקבל, כדי די פריינדשאפט זאל האבן א קיום דארף מען אויפבויען אמת׳ע הכרת הטוב ווען מען באקומט און אמת׳ע הנאה פון משפיע זיין חסד אזוי וועט די פריינדשאפט פיהלן עכט

דאס איז אבער נישט די סיבה פון די פריינדשאפט און דאס ברענגט נאכנישט קיין עכטע קאנעקשן, דאס מאכט נאר א מצב אז צוויי יודן נעמען ארויס הנאה איינע פון די אנדערע

וויאזוי ווערט א עכטע קאנעקשן?
א עכטע קאנעקשן ווערט ווען ביידע חברים האבן איין זאך וואס זיי האבן א געפיל דערצו און זיי שעירן די געפיל צוזאמען, און זיי ארבייטן צוזאמען אדער שמועסן צוזאמען וועגן די נושא וואס ביידע האבן א געפיל דערצו אדער זענען מחשיב, ווי שטערקער די געפיל וואס די צוויי חברים האבן צו די זאך, אלס נענטער און טיפער וועט זיין די קשר

וואס איז די ריוח פון האבן א חבר?
יעצט, די ריוח וואס ביידע נעמען ארויס פון די פריינדשאפט איז אז זייער געפיל צו די זאך ווערט אסאך אסאך שטערקער און געשמאקער,

לדוגמא צוויי מענטשן האבן ליב מוזיק ווען זיי שעירן זייער געפיל איינע מיט די אנדערע ענדזשויען זיי די מוזיק אויף אסאך א העכערע לעוול ווי ווען זיי הערן/שפילן מוזיק יעדער פאר זיך

המשך יבא. מבאר צו זיין וואס זענען די פראבלעמען וואס מאכן זיך אין א פריינדשאפט?
חביבי
אוועטאר
שלאך
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 22, 2016 3:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלאך »

אנטשאלדיג אויב איך מעג אריינרעדן אינמיטן שיער באט איך וויל אביסל אויף לעבן אויב די קענסט מיט משל
קומט שפילן לעבעדיג לאך און האפקע, אבער געב אכט ווער נישט קיין שלאך
פארוואס האט שלאך נישט ליב געפילן? דא
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

שלאך האט געשריבן:אנטשאלדיג אויב איך מעג אריינרעדן אינמיטן שיער באט איך וויל אביסל אויף לעבן אויב די קענסט מיט משל


יישר כח פאר דיין הערה

איך וועל אי״ה צוקומען צום חלק הלמעשה, מיט דוגמאות און משלים, איך וויל קודם שרייבן אפאר יסודות

ווי אויך איז די שיעור נישט קיין דבר השוה לכל נפש, עס זענען דא מענטשן וואס פארשטייען זיך נאטורלעך מיט חברים און זיי זענען צופרידן וויאזוי ס׳איז, פאר זיי איז די גאנצע גערעדאכץ דא ספאניש... מענטשן וואס טראכטן יא מער פון פריינדשאפט, און זיי נעמען אמאל ארויס דערפון א מורא׳דיגע הנאה און קאנעקשן, און אמאל ח״ו פארקערט, שרעקליכע צער, און לאונלינעס, וועלן בעז״ה קענען ארויסנעמען פון דא די קלארקייט און די וועג וויאזוי מען בויעט אויף פריינדשאפט וואס זאל זיין געשמאק, און עס זאל געבן פאר די מענטש אמת׳ע שמחת החיים
חביבי
טראכט און פיל
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 31, 2016 5:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט און פיל »

זייער רייך אינפארמירטע ארטיקלען חביבי איך ווארט צו הערן נאך....

איין זאך וואס באדערט מיר שוין א לאנגע צייט און האט זיך יעצט איבערגעפרישט ליינענדיג דיינע ארטיקלען איז וויאזוי איז שייך צו האבן צו א חבר אהבה שאינה תלויה בדבר??

אדער וויאזוי עס ווערט אנגערופן unconditional love?

לויט ווי איך פארשטיי פון דיינע ארטיקלען און לויט די פשוטע פארשטאנד איז א חבר אזוי ווי א ביזנעס דיל, איך האב הנאה און דו האסט הנאה ממילא זענען מיר גוט אבער איז נישט פאראן עפעס א טיפערע סארט ליבשאפט צו א חבר וואס מען קען דערגרייכן???

איז נישט פאראן א וועג צו האבן א ליבשאפט נישט צי פיטערן די סעלפישע געברויכן??
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

א גרויסן שכח
כ'האב זייער הנאה אז די שרייבסט פון די נושא
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

געשמאקער האט געשריבן:א גרויסן שכח
כ'האב זייער הנאה אז די שרייבסט פון די נושא
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

פשיהא חביב איז יונג אין די כוחות מיט א פרישקייט,
ביי אונז אין ישיבה איז געווען א שיינע פאר צווייילינגען, וואס זענען געווען ווי קנעקטעט מען האט קיינמאל נישט געזעהן איינער אנעם צווייטען [מען פלעגט זיי אפילו רופען אויף איין נאמען איינעםס ערשטע נאמען אין איינעםס לעצטע נאמען, ווי אזוי געשעהט עס? איז עס פלעין א עקסטרימע אהבה צווישען דעי צוויי
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויי-פיי »

טראכט און פיל האט געשריבן:
אדער וויאזוי עס ווערט אנגערופן unconditional love?


ס'דערמאנט אהבת דוד ויונת', אגב ס'גייט אנדערש געוואנדען לויט די נאטאר פונעם מענטש
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

חביבי! נייס דשאב! גיי אהן!
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

שלום עליכם @טראכט און פיל, נעכטן האבעך געשריבן מיט מיין אנדערע ניק @ספיידער אפאר געדאנקען וועגן מיינדפולנעס, פלוצלינג... אונטערן פונעם סקרין שרייבט זיך אויף, געסט וואס דרייען זיך דא יעצט: טראכט און פיל..... אההה הייליג נאמען! ממש בהשגחה אנגעקומען אין די ריכטיגע צייט... מאך דיך באקוועם דא אויפן וועלטל און טייל מיט מיטן עולם וואס דו האסט צו פארקויפן ויהא זכות הרבים תלוי בידכם

טראכט און פיל האט געשריבן:זייער רייך אינפארמירטע ארטיקלען חביבי איך ווארט צו הערן נאך....

איין זאך וואס באדערט מיר שוין א לאנגע צייט און האט זיך יעצט איבערגעפרישט ליינענדיג דיינע ארטיקלען איז וויאזוי איז שייך צו האבן צו א חבר אהבה שאינה תלויה בדבר??

אדער וויאזוי עס ווערט אנגערופן unconditional love?

לויט ווי איך פארשטיי פון דיינע ארטיקלען און לויט די פשוטע פארשטאנד איז א חבר אזוי ווי א ביזנעס דיל, איך האב הנאה און דו האסט הנאה ממילא זענען מיר גוט אבער איז נישט פאראן עפעס א טיפערע סארט ליבשאפט צו א חבר וואס מען קען דערגרייכן???

איז נישט פאראן א וועג צו האבן א ליבשאפט נישט צי פיטערן די סעלפישע געברויכן??


דו האסט אויפגעברענגט די געדאנק פון אנקאנדישענעל לאוו, אוי דאס איז א זאך וואס א בחינה פון צרות רבים, מענטשן ביודעים ובלא יודעים ארבייטן אזוי שווער אנצוקומען דערצו, וויפיל צער און עגמת נפש מענטשן מאכן מיט דערויף, און די וועג דערצו איז אזוי גרינג נאר טאקע מחמת די פשטות דערפון קומט מען נישט אן דערצו, טראכט אריין וויפיל מענטשן קומען נישט אן צו ווי זיי ווילן אנקומען ווייל מען טרייעט ווייל מען איז נישט קאנעקטעד מיט פשטות
א מענטש איז הונגעריג און ער עסט זיך אן,
א מענטש איז אומבאקוועם און ער בויעט זיך א ריזיגע ווילא,
א מענטש איז נישט פריילעך און ער טרינקט זיך אן,
א מענטש האט נישט קיין סיפוק און ער פרובירט צו לערנען 24 שעה א מעת לעת,
א מענטש וויל פיהלן חשוב און ער פרובירט צו ווערן א כוכב,
א מענטש וויל זיין אייגנארטיג און ער ווערט א מעשוגענער אדער עקטער,
א מענטש וויל זיין קלוג און ער קריכט און גריבלט אין חכמה פארן זיין קלאר מיט די פשטות,
ער וויל זיין רואיג אז ער קען באצאלן זיינע בילס אין צייט און ער וויל ווערן אן עושר,
ער וויל זיין מסודר מיט זיין צייט אין זיין טאג טעגלעכע לעבן און ער ווערט ראבאט,
ער וויל זיין ערלעך און ער פארגינט זיך מער נישט קיין הנאה אין לעבן,
ער וויל זיך אויסקומען מיט חברים און זיין רואיג מיט אנדערע מענטשן און מען ווערט א פיפל פליזער,
א מענטש וויל פארשטיין לערנען און ער לערנט יעדע ר׳ חיים קצות ונתיבות, וכו׳ וכו׳ וכו׳

און ווי קומט מען למעשה אן מיט דעם? קיינמאל קומט מען נישט אן צום ציהל אזוי, וואס געשעהט יא? די ביסל וואס מען האט שוין יא געהאט ביז יעצט פארלירט מען אויך... אוי רבוש״ע נעם אונז שוין ארויס פון גלות.

מען האט אונז צוגענומען די פשטות פון לעבן, ר׳ מיכאל בער ווייסמאנדל ז״ל האט געזאגט אז היינטיגע צייטן וואקסט יודישקייט אין די לענג און אין די ברייט נאר נישט אין די טיף... וואס טוט א מענטש היינט ווען ער וויל אנקומען צו עפעס? ער זיכט קוואנטיטי, פרובירט צו זיין אין קאנטראל אינגאנצן, אנשטאט צו אריין טראכטן און נעמען די זאכן וואס מען האט יעצט און לעבן דערמיט, און עס עפרישיעיטן.

עס קומען כסדר ארויס נייע געדאנקען ומהלכים און עצות, אזוי ווי אנקאנדישענעל עקסעפטענס, ליוו אין די now, התבודדת, ברסלב, חב״ד, סעלף עסטים, פאזיטיוו טינקינג, ספירטשועליטי, הכרת הטוב, כל מיני טעראפיעס, היימישע יונגעלייט נעמען שוין דעגריס א זאך וואס איז קיינמאל נישט געווען, 12 סטעפס, דימארטיני, אינעיט העלטה, פיקסן די חינוך סיסטעם וכו׳ וכו׳ וכו׳ אלעס הייליגע טייערע זאכן, נו.. אויב אזוי פארוואס זעמער נאכאלץ אזוי סטאק? פארוואס טרעוולט מען פון איינעם צום צווייטן, איזעס נארמאל אז אזויפיל מענטשן גייען היינט פאר טעראפי? מחלות הנפש איז אלעמאל געווען, אבער אויב זענען דא אזוי סאך איז עס נישט א סימן אז מען פארזעהט דא די פוינט? די וועג מען כאפט זיך צו צו די אלע עצות איז ווייטער אויפן זעלבן איבערגעטריבענע וועג, מען זוכט א קוויק פיקס שוין היינט צו גוט פילן, די טעקנאלעדזשי האט גע׳טשעינדזשט די גאנצע וועלט אבער די מענטשהייט זענען די זעלבע בלוט און פלייש, די זעלבע נפשות ווי אמאל, און וואס עס האט אמאל גע׳ארבייט צו מאכן די מענטשעלע העפפי וועט זיך קיינמאל נישט טוישן, עס איז נאכנישט ארויסגעקומען די נייע מאדעל מענטשן...

איץ געטינג לעיט, איך וועל ממשיך זיין אי״ה היינט נאכמיטאג אויב דר׳עולם איז נייגעריג
חביבי
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

א שאלה?! אוודאי איז דער עולם הונגעריג און נייגעריג!

שרייב נאר, חביבי, שרייב!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

חביבי איך ליין מיט דורשט...
סוף מעשה במחשבה תחילה.
טראכט און פיל
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 31, 2016 5:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט און פיל »

א גרויסן ישר כח חביבי/ספיידער פאר די ווארימע אויפנאמע!

דיינע ווערטער זענען קלאר און טיף זיי ממשיך אונז צו פיטערן מיט דיינע קלוגע געדאנקען!

און ספעציעל וויאזוי אנצוקניפן חברים ווייל איך בין נאך ניי דא... :wink:
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

חביבי האט געשריבן:עס קומען כסדר ארויס נייע געדאנקען ומהלכים און עצות, אזוי ווי אנקאנדישענעל עקסעפטענס, ליוו אין די now, התבודדת, ברסלב, חב״ד, סעלף עסטים, פאזיטיוו טינקינג, ספירטשועליטי, הכרת הטוב, כל מיני טעראפיעס, היימישע יונגעלייט נעמען שוין דעגריס א זאך וואס איז קיינמאל נישט געווען, 12 סטעפס, דימארטיני, אינעיט העלטה, פיקסן די חינוך סיסטעם וכו׳ וכו׳ וכו׳ אלעס הייליגע טייערע זאכן, נו.. אויב אזוי פארוואס זעמער נאכאלץ אזוי סטאק? פארוואס טרעוולט מען פון איינעם צום צווייטן, איזעס נארמאל אז אזויפיל מענטשן גייען היינט פאר טעראפי? מחלות הנפש איז אלעמאל געווען, אבער אויב זענען דא אזוי סאך איז עס נישט א סימן אז מען פארזעהט דא די פוינט? די וועג מען כאפט זיך צו צו די אלע עצות איז ווייטער אויפן זעלבן איבערגעטריבענע וועג, מען זוכט א קוויק פיקס שוין היינט צו גוט פילן, די טעקנאלעדזשי האט גע׳טשעינדזשט די גאנצע וועלט אבער די מענטשהייט זענען די זעלבע בלוט און פלייש, די זעלבע נפשות ווי אמאל, און וואס עס האט אמאל גע׳ארבייט צו מאכן די מענטשעלע העפפי וועט זיך קיינמאל נישט טוישן, עס איז נאכנישט ארויסגעקומען די נייע מאדעל מענטשן...

מוראדיג קלאר ארויסגעברענגט די מצב הדור!!!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

חביבי האט געשריבן:די טעקנאלעדזשי האט גע׳טשעינדזשט די גאנצע וועלט אבער די מענטשהייט זענען די זעלבע בלוט און פלייש, די זעלבע נפשות ווי אמאל, און וואס עס האט אמאל גע׳ארבייט צו מאכן די מענטשעלע העפפי וועט זיך קיינמאל נישט טוישן, עס איז נאכנישט ארויסגעקומען די נייע מאדעל מענטשן...


;l;p-

אייזן! צום פוינט
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

אוי אידאס א שטארקע שיעור! קודם די ליסטע פון וועגן וויאזוי מענטשן גייען Wראנג ביים פרובירן אנצוקומען צו שלימות. נאכדעם די ליסטע פון מעטאדן. אוי! צום פינטל!
אוועטאר
אידיש גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 6:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש גערעדט »

נאך עפעס א פרישע ניק?! אבער ער זאגט גיט, חביבי סאונד מיר בעסער
דעי ניק איז נישט אקטיוו
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

וואו... דער ספיידער איז צולאזט... איין גוטס נאכן צווייטן

קיפיראפ!! דערעולם ווארט
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

זייער שיין חביבי! א גוטע נושא, און שיין צולייגט.

איך ווארט אויפן המשך.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

ידיד האט געשריבן:זייער שיין חביבי! א גוטע נושא, און שיין צולייגט.

איך ווארט אויפן המשך.
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

חביבי האט געשריבן:א מענטש איז הונגעריג און ער עסט זיך אן,
א מענטש איז אומבאקוועם און ער בויעט זיך א ריזיגע ווילא,
א מענטש איז נישט פריילעך און ער טרינקט זיך אן,
א מענטש האט נישט קיין סיפוק און ער פרובירט צו לערנען 24 שעה א מעת לעת,
א מענטש וויל פיהלן חשוב און ער פרובירט צו ווערן א כוכב,
א מענטש וויל זיין אייגנארטיג און ער ווערט א מעשוגענער אדער עקטער,
א מענטש וויל זיין קלוג און ער קריכט און גריבלט אין חכמה פארן זיין קלאר מיט די פשטות,
ער וויל זיין רואיג אז ער קען באצאלן זיינע בילס אין צייט און ער וויל ווערן אן עושר,
ער וויל זיין מסודר מיט זיין צייט אין זיין טאג טעגלעכע לעבן און ער ווערט ראבאט,
ער וויל זיין ערלעך און ער פארגינט זיך מער נישט קיין הנאה אין לעבן,
ער וויל זיך אויסקומען מיט חברים און זיין רואיג מיט אנדערע מענטשן און מען ווערט א פיפל פליזער,
א מענטש וויל פארשטיין לערנען און ער לערנט יעדע ר׳ חיים קצות ונתיבות, וכו׳ וכו׳ וכו׳

אויב איך שפיר נישט ביי מיר אז מיין קאפ און געפילן גייען אויף דעם וועג, איז פשט אז איך בין נישט קיין מענטש?
מער מדוייק וואלט געווען: עס זענען דא מענטשן וואס...
סיי ווי גיי אן מיט דיינע גוטע קלארע און טיפזיניגע שיעורים, צו העלפן דעם עולם דא
לעצט פארראכטן דורך וויל זיין גוט אום מאנטאג אוגוסט 01, 2016 3:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

@וויל זיין גוט, יאפ ביסט גערעכט, איך האב נישט געמיינט קיינעם, איך האב יא געמיינט וויאזוי מענטשן באהאנדלען א זאך ווען זיי זענען סטאק
חביבי
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

האב ליב דיין חבר פונקט ווי ׳דיך אליין׳

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

לאמיר צוריק קומען צו ליבשאפט אן קיין תנאים, ליב האבן א מענטש אהבה שאינו תלי׳ בדבר

די מציאות איז אז יעדע מענטש ווען ער וועט זיך אויפפירן אויף א וועג וואס שטערט זיינע ארומיגע וועט מען אים אריינזאגן און אים מאכן פיהלן נישט באליבט, חוץ א קליין קינד 1-2 יאר אלט, קען טון עניטינג אבער די עלטערן וועלן אים נאכאלץ באגיסן מיט ליבשאפט, סאו, ווער וויל צוריק ווערן א בעיבי? אפשר קענען די סייענטיסטן ארויסקומען מיט א מעדיקעישן וואס זאל אונז צוריקמאכן פאר בעיביס? איי וועט עס גוט זיין... מ׳וועט קענען טון וואסעלאצעך און נאר באקומען ליבשאפט, רעדי? ניין, פארוואס נישט?

ווייל א מענטש דארף נאך אפאר זאכן חוץ ליבשאפט, ער וויל האבן אחריות, אויפגאבעס, זיין דערוואקסן און קעיר נעמען פון זיין לעבן, אוקעי סאו נישט זיין א בעיבי, וואס וויל מען יא? א גוטע קשיא,

וואס איז דאס ליבשאפט? וואס פיהלט א מענטש ווען ער באקומט ליבשאפט?

ער פיהלט קאנעקטעד מיט זיך, קאנעקטעד מיט זיינע ארומיגע, ער פיהלט זיך אנגענומען, ער פיהלט נישט איינזאם, אה נאך איין געפיהל האבעך פארגעסן אויסצושמועסן ער פיהלט באליבט, עס פיהלט זייער גוט דעי געפיהל? נישט אזוי? סאו וויאזוי באקומט מען דעי געפיהל און וויאזוי גיבט מען עס פאר אנדערע? ווי מער מען גיבט עס פאר אנדערע ווערט עס דאך שטערקער און שטערקער ביי זיך אליינס, סאו וויאזוי טוט מען דאס?

איז אזוי, טראכט אריין וויאזוי פילסטו ווען דו טרעפסט דיין געשוואוירענע חבר, דו זיצסט און פארברענגסט מיט אים מיט א הארציגקייט, עס פילט נישט שלעכט, הא? וואס איז די געפיל? איך ווייס נישט פונקטלעך אבער עס איז גאר א געשמאקע געפיל, עס איז א געפיל פון זיין באקוועם מיט זיך אליינס, א געפיל פון זיין קאנעקטעד מיט זיך אליינס, פון זיך ליב האבן, און פון זיין באקוועם מיט די אייגענע געברויכן, רצונות, געפיהלן, און אפילו שוואכקייטן, נו, סאו די ווילסט זיין באקוועם מיט דיינע שוואכקייטן? וואס איז דאס מיט דיר? די תירץ איז יא! א מענטש וויל עקסעפטן די יעצטיגע מצב ווי אזוי עס איז און פארשטייצעך אויך וועלן ארבייטן אויף זיך בעסער צו ווערן, נישט ח״ו זיין באקוועם מיט די אייגענע שלעכטע חלקים, נאר זיין שטארק מיט זיך אז איך קען זען מיינע שוואכקייטן און פארלאנגען פון זיך צו טון וואס איך קען צו שטייגן העכער און העכער,

אויב א מענטש וויל זיך נישט באקענען און זען זיינע שוואכקייטן, האט ער נישט דעמאלטס זיין אידענטיטי און זיין גאנצע עבודת השם וועט זיין איין שטיק ראטעווען זיין אידענטיטי, און דאס איז יסורים נוראים... האסט עס שוין אמאל געשפירט? דעמאלטס שטימסטו צו צו מיינע ווערטער אינגאנצן,

די אמת׳דיגע וועג איז פונקט פארקערט א מענטש דארף זיך מחשיב זיין, זיין הייליגע נשמה און זיין הייליגע תפקיד אויף די וועלט, און וויסן אז רבוש״ע האט דיך ליב, און ווען מען טראכט אריין אז איך קליינע מענטשעלע קען טון א נחת רוח פארן גרויסן באשעפער קען מען אויפשפרינגען פון התפעלות און שמחה, און אויב אזוי וועט די מענטש פארלאנגען פון זיך זיך אויפצופירן ווי א בן מלך און זיין זיך פארהאלטן וועט זיין אויף אן אנדערע נוסח, אויף דעם אופן: חביבי חביבי ווי ביסטו אויף די וועלט? די פארגעסט ווער די ביסט... געוואלד!!! א קינד פונעם אויבערשטן אזוי זיך אויפצופירן?! ווייסטו נישט אז מלאכים און שרפים זענען דיך מקנא און די פארברענגסט דא די צייט?!....

אהההה!!! יעצט אז מען פארשטייט די בליק וויאזוי א מענטש דארף זיך עקסעפטן און דאס איז די געפיהל וואס מען באקומט פון אנקאנדישענעל לאוו, און צו די געפיל גלוסטן אונז אלע, איז די עצה פשוט׳ער ווי פשוט, אנשטאט זיין ביזי מיט חנופה צו באקומען אביסל לאוו פון א צווייטן און עס וועט אויסוועפן און נאו טיים, און נאכדעם וועסטו ווערן נערוועז אויב יענער האט דיך יא ליב אדער נישט ליב און שיער אראפגיין פון זינען... ווער וויל דען אראפגיין פון זינען? נישט איך, כ׳האף אז די אויך נישט... איז די עצה עקסעפט דיך, עקסעפט דיינע מעלות און חסרונות, נעם קער פון דיר פון אלע דיינע הצטרכות ברוחניות ובגשמיות מיט הארציגקייט און געטריישאפט... די ביסט א יוד א מאמין סאו די ווייסט דיין טייערקייט און הייליגקייט, די דארפסט נאר מער טראכטן דערפון, נאכדעם וואס די וועסט דיך גוט מתבונן זיין אין דעם, און די וועסט דיך אליינס זאגן כסדר איך האב מיך ליב! פאני? יא! נו זיי שוין פאני דארט פאר א גוט יאר... וואס וועט שוין געשען? קיינער הערט עניוועי נישט... און אויב יא? זאל יענער קראכן, דיינע געברויכן זענען ביי דיר וויכטיגער ווי סערווירן יענעמס נארמאלקייט, און אז די וועסט דאס גוט אויפבויען און עס געבן פאר אנדערע, טראכט אז די אלע יודן נישט קיין חילוק צו זענען פאזיטיוו צו נעגאטיוו וכו׳ זענען הייליגע טייערע יודישע נשמות און די רבוש״ע איז זיי מהוה יעדע רגע און ווען די רעדסט מיט זיי זאל עס זיין מיט א אמת׳ע אהבה נישט קיין פאפי לאוו, דעמאלטס וועט דיין אהבה צו דיר אליין שטייגן העכער און העכער, מיט יעדע מאל וואס די שעירסט דיין אהבה צו דיר אליינס מיט א אנדערע יוד, די וועסט ארויף ברענגען א מחשבה ביי דיר איך האב אים ליב נישט קיין חילוק אויב ער האט מיך ליב, וועסטו פילן ביי דיר אזא מורא׳דיגע דערהויבנקייט, אין לשער...

איך זאג דיר עס אלץ גוטע חבר, זיי נישט קיין נער, טו וואס איך בין דיר מייעץ און די וועסט פילן אזעלכע גוטע געפילן וואס די האסט נאך און דיין לעבן נישט געהאט, טריי עס, וועסט נישט חרטה האבן

אט דאס איז אנקאנדישענעל לאוו,

חביבי איך האב דיך ליב!!!!
לעצט פארראכטן דורך חביבי אום דינסטאג אוגוסט 02, 2016 12:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חביבי
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

חביבי האט געשריבן:חביבי איך האב דיך ליב!!!!

;l;p- :lol: :lol:
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”