Touro college

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.

Touro college

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים טובים ולשלום »

האט איינער עפעס אימפארמאציע איבער touro college און זייערע פראגראמען, כגון וואס אלס קען מען זיך לערנעם ביי זיי? וכדומה, אדער צוברענגען אן עד פון זיי.
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

You mean 'Touro' college
אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים טובים ולשלום »

איך ווייס נישט פונקטליך קיין ספעלינגס דערויף, לויט ווי מען האט מיר געזאגט דארף עס זיין אזא בחנה ווי TTI. אדרבה זאג מיר פונקטליך וואס וויאזוי עס הייסט. והשם הטוב ישלם שכרך
yid
שר האלף
תגובות: 1879
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

עס הייסט טורא קאלידזש
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7021
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

Touro.edu
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

TOURO איז א פולשטענדיער אוניווערזיטעט
ווי זי שרייבען אליין דא
זיי האבען א אויך מוסד נור פאר מענער LANDER COLLEGE FOR MEN
אויף ווי פיל זיי שטעלען צו אז מען זאל נישט לערנען דבריפ האסורים און באקומען א DEGREE ווייס איך נישט
זיי האבען אויך א MACHON LPARNOSSA ווי מען לערנט
נור ביזנעס וכדומה קורסען אבער מען באקומט נישט קיין פולע DEGREE

אבער דאס וויכטיגסטע פארגעס נישט
פרגעג דיין מורה דרך אין אידישקייט

גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 10:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש העיר »

ס'איז היינט פון די מערסטע אויפגעכאפטע קאלעדזשעס ביי די שומר תומ"צ עולם, אבער אינטערעסאנט, איך האב לעצטנס געזען אלטע קול קורא'ס (לכאורה פון די למ"ד יארן) מיט שטארקע קול קורא'ס אקעגן "טורא" קאלעדזש, ווי ס'שיינט האט זיך עס דאן געגרינדעט, און די רבנים האבן אייפערדיג געקעמפט קעגן איר.
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..
yid
שר האלף
תגובות: 1879
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

קען איינער ביטע ארויפלייגן די קול קוראס
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

לחיים טובים ולשלום האט געשריבן:האט איינער עפעס אימפארמאציע איבער touro college און זייערע פראגראמען, כגון וואס אלס קען מען זיך לערנעם ביי זיי? וכדומה, אדער צוברענגען אן עד פון זיי.

איך האב אינפארמעישאן איך בין גרייט דיר צו ענטפערן, ביטע פרעגט מער ספעסיפיק און קלאר וואספארא אינפארמעישאן איר זיכט און איך וועל פרובירן צו ענטפערן.
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים טובים ולשלום »

אפענע וועלט האט געשריבן:

איך זיך אימפארמאציע אויב (אדער וואס) זיי שטעלן צו זיך צו לערנען בוקיפינג-אקאונטונג, צו זיי זענען בעסער/די זעלבע/אנדערש ווי COPE
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

לחיים טובים ולשלום האט געשריבן:

אה, גוט אז איר ברענגט ארויס די שאלה אויף דעם אופן, קען איך ענטפערן צום פינטל.
ווי איך האב שוין געשריבן אינעם ריעל עסטעיט אשכול אלס אן ענטפער צו אן אנדערן אנפרעגער, אין וועלעכען שמועס איר זענט אויך געווען אינוואלווד, איז קודם דארף איר ארויסהאבן דעם סיסטעם פון קאלעזדש קרעדיטס און אקאונטינג רעקווייערמענטס.
דא האט א קאפי.

CPA איז רעגולירט ביי די גאווערנמענט, מ'דארף האבן 150 קרעדיטס (מעסטערס דעגרי) כהיום צו קענען נעמען די CPA טעסט
אנצוקומען צו דעם איז כהיום ביטער שווער פאר א אינגערמאן וואס זיכט שוין פרנסה, וואס האט שוין א משפחה מיט קינדער אויסצוהאלטן.
אפילו די זאלסט אפלייען ישיבה קרעדיטס איז עס טאפס 40-45 קרעדיטס וואס די קענסט אפלייען,
אויסער די קרעדיטס וועט א חסידישער בחור-אינגערמאן דארפן קענען אדער לערנען צו קענען א גוטען ענגליש, רעדן, ליינען, שרייבן.
די פרייז וועט אויסקומען א טאטאל פון בערך 40K UP TO 70-80K אז די האסט קאלעזדש פראגראם וועלן זיי עס באצאלן.

די זדשאב פון א CPA איז צו פאבלישן/אישוען עקסטערנען פיינענשעל סטעיטמענטס וואס זענען ריוויאוד אדער אודיטעד (געוואנדן לויט'ן פארלאנג) פאר דרויסענדיגע אינסטיטושענס, ווי למשל בענק, לענדערס, אינוועסטארס וכדו'.
נאך א זדשאב וואס א CPA שטעלט צו איז צו געבן אקאונטינג אדווייס ווי אזוי צו פירן די ביכער פאר די קלייענט וואס ער באדינט.
ביים היימישן עולם איז דא נאך א זדשאב וואס א CPA טוט, צושטעלן די ביכער און פיינענשאל סטעיטמענטס פאר סמאל ביזנעסער אז עס זאל קענען פיילן טעקסעס, אינאיינוועגס גיבט ער שוין אויך טעקס אדווייס ווען מ'פרעגט אים.
ווי אויך וועט ער פיילן די פערטלען quartely טעקס ריפארטס, ער וועט אויך פיילן די ענד אוו יער טעקסעס. ווי אויך וועט ער צושטעלן פאר'ן בעה''ב א סערוויס פון אים העלפן מיט אלע זיינע טעקסעס.

וואספארא זדשאבס קען מער האבן? קען מען ווערן א מילינער?
א CPA איז א פראפעשן, דהיינו עס איז נישט א ביזנעס וואס מען מאכט אינוועסטמענט און ריוח, עס איז אן ארבעט, איר ארבעט און איר באקומט באצאלט, א ריזאלט פון דעם איז אז די ארבעט קען נישט וואקסן מער וויפיל די טאג לאזט אריינפיטן.
אויב א CPA וואס הייבט אן קליין און פלאגט זיך און דערנאך ווערן זיינע קליענטן'ס ביזנעסער גרעסער און דערנאך ריזיג, האט ער א געלעגנהייט מיטצווואקסן און בילן מער און מער און נאך 10-20 יאר זיין גרויס און ווערן רייך.

איינמאל איר ווייסט די אינפא וועט איר גרינגערהייט פארשטיין די חילוק.
Touro איז א קאלעזדש, אזוי ווי UTA seminary or UTA mesivtah or Mesivtah Eitz Chayim Bobov דאס מיינט מען איז איינגעגעבן ביי די גאווערנמענט א מ'האט געוויסע אפראווד פראגראמס וואס דער לערנער קען באקומען קרעדיטס פאר דעם.
געוויסע פראפעשאנס ווערט פארלאנגט פון גאווערנמענט צו האבן קאלעזדש קרעדיט צו קענען נעמען דעם טעסט און דערנאך צו קענען באקומען לייסענס צו פראקטיצירן דעם פראפעשאן. צ.ב.ש. CPA מעדיקל דאקטאר, לאויער, און נאך.
אויב א קאמפאני וויל העלפן מענטשן אין א געוויסע געגענט זיך משלים זיין אין געוויסע לימודים און זיי ווילן געבן קרעדיטס (און אין געוויסע פעלער קענען געניסן פון גאווערנמענט העלפ פאר די סטודענטס) וועט מען צוזאמשטעלן א קא-הורט גרופ, ד.ה. איך שטעל צוזאם די מענטשען און די שיק מיר דיי פראפעסער און מ'מאכט א צייט וואס איז גע'אייגענט פאר מיינע מענטשן.
דאס איז וואס קאופ טוט.
יעצט ליין גוט זייער עד, זיי שטעלן צו פראגראם וואס די קענסט דיך אויסלערנען דאס און דאס, און די פארדינסט 21 קרעדיטס, אדער אן אנדערן סכום.

די פרעגסט צו זיי זענען בעסער, די זעלבע, אנדערשט.
נישטא קיין בעסער, נישטא קיין זעלבע, נישטא קיין אנדערשט,
די דארפסט קודם וויסן וואס די ווילסט, ווילסטו קרעדיטס? ( צו קענען שפעטער טרענספערן) ווילסטו קענען א פאך און מאכן פרנסה? (דארפסטו נישט קיין קרעדיטס, קענסט פשוט לערנערן די פאך) צו האבן א דעגרי און קענען נעמען די CPA EXAM ? גיי קיין טורא און נעם א דעגרי.

בייגעלייגט א פאר עדס וואס רופן פאר אטענשאן זיך איינצושרייבן און קלאסן.
אביסל אינפא איבער די עדס,
Masters in Accounting ביי PCS וואס איז דורך Fairly Dickinson University זאגט אז די באקומסט א מעסטערס דעגרי און די קענסט גיין פאר CPA
בעטשלערס אדער מעסטערס ביי YIEP דורך BELLEVUE זאגט נישט א מעסטערס אין אקאונטינג פאר CPA נאר אן MBA (זאגט אז ער נעמט אן ישיבה קרעדיט AARTS )
COPE וואס זאגט אז די קענסט באקומען 21 קרעדיטס פאר די סערטיפיקאט קורס
אטעטשמענטס
21 ace1.png
pcs master fdu.PNG
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

פארוואס זענען פארהאן היבשע סערטיפייד אקאונטענטס ביים היימישן ציבור, און גאר ווייניג אטוירניס אויב בכלל?

לויט מיין אינפערמאציע געדויערט פיהל שנעלער צו גראדואירן געזעץ שולע ווי איידער אקונטינג
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

שאהן הענניטי האט געשריבן:פארוואס זענען פארהאן היבשע סערטיפייד אקאונטענטס ביים היימישן ציבור, און גאר ווייניג אטוירניס אויב בכלל?

לויט מיין אינפערמאציע געדויערט פיהל שנעלער צו גראדואירן געזעץ שולע ווי איידער אקונטינג

אלעס ביז די געזעץ האט אנגעהויבן פארלאנגען 150 קרעדיט שעות, זייט דעמאלטס זענען דא און וועלן זיין אסאך ווייניגער אקאונטענטס (CPA) ביים היימישן ציבור.

דאס האט טאקע אריינגעברענגט די נייע גאר-אויפגעכאפטע ביזנעס פון פראפעשענעל בוקקיפער ביים היימישן עולם. מ'דארף נישט קיין דעגרי, מ'לערנט זיך די פאך און מ'מאכט שיין פרנסה.
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים טובים ולשלום »

כלפי קרעדיטס צום עקזעם, שטעלן זיי אויך צו, און פון ביידע קען מען אנקומען צום ענדע, אבער ביז דארט איז דא עטליכע וועגן אנצוקומען,

אצינד פרעג איך אויב ביי טורא קען מען זיך "אויך" לערנען די פאך, אדער זיי זענען דא דיר צו העלפן איבער די קרעדיטס? [לויט מיין ידיעה איז ביי קאופ דא ביידע, וויל איך וויסן צו דארט אויך, אין אויב יא איז דא א חילוק? איז איינער בעסער? בעסער אהערגעשטעלט פאר היימישע אידן וכדומה אלעס ארום און ארום]
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

אפענע וועלט האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:פארוואס זענען פארהאן היבשע סערטיפייד אקאונטענטס ביים היימישן ציבור, און גאר ווייניג אטוירניס אויב בכלל?

לויט מיין אינפערמאציע געדויערט פיהל שנעלער צו גראדואירן געזעץ שולע ווי איידער אקונטינג

אלעס ביז די געזעץ האט אנגעהויבן פארלאנגען 150 קרעדיט שעות, זייט דעמאלטס זענען דא און וועלן זיין אסאך ווייניגער אקאונטענטס (CPA) ביים היימישן ציבור.

דאס האט טאקע אריינגעברענגט די נייע גאר-אויפגעכאפטע ביזנעס פון פראפעשענעל בוקקיפער ביים היימישן עולם. מ'דארף נישט קיין דעגרי, מ'לערנט זיך די פאך און מ'מאכט שיין פרנסה.

און וואס איז מיט די צווייטע העלפט? וואו זענען אונזערע היימישע לויערס?
אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 18, 2009 4:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעלנער »

אפענע וועלט האט געשריבן:אויב א קאמפאני וויל העלפן מענטשן אין א געוויסע געגענט זיך משלים זיין אין געוויסע לימודים און זיי ווילן געבן קרעדיטס (און אין געוויסע פעלער קענען געניסן פון גאווערנמענט העלפ פאר די סטודענטס) וועט מען צוזאמשטעלן א קא-הורט גרופ, ד.ה. איך שטעל צוזאם די מענטשען און די שיק מיר דיי פראפעסער און מ'מאכט א צייט וואס איז גע'אייגענט פאר מיינע מענטשן.
דאס איז וואס קאופ טוט.
יעצט ליין גוט זייער עד, זיי שטעלן צו פראגראם וואס די קענסט דיך אויסלערנען דאס און דאס, און די פארדינסט 21 קרעדיטס, אדער אן אנדערן סכום.

אנטשולדיגט אבער איר האט נישט די מינדעסע איידיע וואס קאופ איז און טוהט.

זיי לערנען אויס אלעס פון א' ביז ת' פון בעיסיק אקאונטינג ביזן נעמען די עקזעמס, און זיי העלפן צו באקומען די קרעדיטס.
זיי האבן זייער אייגענע פראפעסארס.
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

שאהן הענניטי האט געשריבן:פארוואס זענען פארהאן היבשע סערטיפייד אקאונטענטס ביים היימישן ציבור, און גאר ווייניג אטוירניס אויב בכלל?

לויט מיין אינפערמאציע געדויערט פיהל שנעלער צו גראדואירן געזעץ שולע ווי איידער אקונטינג

דיין אינפארמאציע איז לכאורה גרייזיג. צו קענען אפלייען פאר לאו סקול דארף מען האבן גראדואירט פון קאלידזש מיט א בעטשעלער דעגרי, א זאך וואס דויערט געווענליך פיר יאר. און א לאו דעגרי אליין איז א מינימום פון 83 קרעדיטס וואס איז אוממעגליך צו מאכן אין ווייניגער פון דריי יאר. האסטו טרוקענערהייט זיבן יאר.

יעצט, צו אנגענומען ווערן אין א געזעץ שולע איז גארנישט קיין שפיל. אן אפליקאנטס טרענסקריפטס פון היי סקול און קאלידזש דארפן זיין סופערב, זיין/איר צייכן אויף די lsat דארף זיין גאר הויעך און די ׳אריינטריט עסעי׳ דארף אויך אניאגן גאר גוטע צייכענונגען אז די אפליקאציע זאל אפי׳ גענומען ווערן אין באטראכט.

און אויב איז מען שוין יא פון די אויסדערוועלטע און ס׳געלונגט אז די א.ד. קלאפט, קומט אריין די באקאנטע פראגע: כסף מנלן: לאו סקול איז זייער, זייער, זייער טייער. נעם פאר א משל ניו יארק יוניווערסיטי לאו שולע. א יאר דארט קאסט נאנט צו $86,000! הארווארד וועט דיר קאסטן 89k און יעיל וועט דיר קאסטן 81k - אלעס פער יאר! דאס איז א געוואלדיגע סומע.

פאר א חסידישע יוד איז דא נאך א פראבלעם און דאס איז די מיקסד קלאסן. פאר אקאונטינג און פסיכאלאגיע האט טוראו עקסטערע קלאסן. געזעץ איז נאך דערווייל נישטא אפגעטיילטע קלאסן.

די אלע א.ד. מאכט עס גאר שווער אדער כמעט אוממעגליך פאר א היימישע, חסידישע יונגערמאן צו זיין א לויער.

און די פאקט אז מען דארף היינט 150 קרעדיטס צו זיין אן אקאונטענט מאכט נישט שווערער צו ווערן א סי פי עי. 150 קרעדיטס איז די זעלבע זאך ווי א מעסטערס דעגרי. די שטאט האט געמאכט אז יעדע אקאונטענט דארף האבן א מעסטערס, אדער - און דאס איז די שפיץ - די עקוויווילענט פון א מעסטערס וואס איז 150 קרעדיטס. רוב היימישע לייסענדס סי פי עי׳ס האבן נישט א מעסטערס דעגרי נאר נאכן נעמען די קלאסן צו קענען זיצן פאר די סי פי עי לייגט מען צו די קרעדיטס פון ישיבה איז דאס איז משלים צו 150 קרעדיטס.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אינטערעסאנט. הייסט לאו און מעדיקאל איז בערך די זעלבע יארן
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

איך האב פארשטאנען אז אין די ישיבות באקומט מען א בעטשעלערס דעגרי.

Lsat פאא סאם ריזען האט מיר נישט אויסגעזעהן ווי אן ערענסטע בעריער צו אנגענומען ווערן אין סקול, אונז רעד מיר דאך פון סטודענטן וואס האבן א קאפ פאר שטודירונג.

די פרייז וואס די זאגסט איז אפשר ביי פריוואטע איניווערזיטעטן, די פובליק איז דאכט זיך האלב די פרייז, און אויב איז די סקול נאך אין דיין היים סטעיט טוען דאס מערהייט פון זיי (די סטעיט) גיבן א באדייטפולע רעדוקציע אין די פרייז.

צומאל איז נאך אויך פארהאן אז די שולע וויל שטארק איינעם האבן אלס זייערס א סטודענט, נעמענדיג אין בעטראכט זיינע סקול רעפארטס און זיין Lsat score, וועלן זיי אין אזא פאל אנטראגן געוויסע סקאלערשיפס, עס צו מאכן ביליגער פאר אים.

די אינפארמאציע האב איך פון א חרדי'שען לויער פון קאנעקטיקוט.
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

לגבי ווי לאנג דארף מען שטודירן? אויב גייט מען בייטאג געדויערט עס 3 יאר, ביינאכט 4 יאר.
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

געלעגער האט געשריבן:אינטערעסאנט. הייסט לאו און מעדיקאל איז בערך די זעלבע יארן

ניין.
איך האב גערעדט צו צוויי מעדיקעל סטודענטס לעצטענס, און זיי זאגן מיר אז די מינימום איז בערך 10-12 יאר.

אויב ווילסטו זיין א pa איז זיבן יאר גענוג.

@יואב.

אויב איז דיין טאטע א גרויסע דאנאר צו די ענדאומענט פאנד, קענסטו אנקומען אין וועלכע קאלידזש די ווילסט מיט די שוואכסטע מארקס
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אינטערעסאנט. איך האב געשמועסט מיט צוויי חברה לעצטענס אין שפיטאל, ביידע האבן געזאגט אז די פראסעס איז בערך זיבן יאר הארעוואניע.
גראדע ווערן א לויער שמעקט מיר שטארק אבער איך בין שוין צו טיף אין די געים צו קענען זיצן זיבן יאר
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

@ געלעגער, זיי האבן לכאורה גערעדט פון 'מעדיקעל סקול' אליינס, דו מוזט אבער האבן 3 יאר לימודים אויף דיין רעזומעי אנצוהייבן

אגב, דא האסטו א לינק ווי מ'קען זעהן די קארופציע פון די איי ווי ליעק קאלעדזשעס https://www.quora.com/Do-rich-people-re ... to-Harvard

צו וועלן האבן א פראפעסיאנאלע קארעריע, קען מען עס נישט טוהן פאר די געלט, מ'מוז עס טוהן ווייל 'דאס וויל מען זיין' ס'ווערט א חלק פון דעם מענטש, ער 'איז' א לויער, ער 'איז' א דאקטער וכו', פאר די געלט אליינס לוינט עס נישט, ס'איז צופיהל ארבעט און שעות אז ס'זאל זיך לוינען.

אגב, די געזעץ אינדוסטרי קוקט אויס ווי ס'איז אויפן וועג אראפ, גרויס קא. וואס פלעגן אמאל האבן ריזיגע קארפארעיט אדוואקאטן פירמעס, טוען שוין היינט אוטסארסען א חלק פון די ארבעט קיין אויסלאנד (איך האב עס געהערט פון א לויער וואס ארבעט ביי אזא פירמע), און די אינטערנעט שטעלט היינט צו זייער אסאך פרייע אינפארמאציע אז מ'זאל קענען לעבן פון קלענערע קליענטן, בלייבט נאר איבער זאכן וואס די געזעץ פארלאנגט אז ס'זאל געטוהן ווערן דורך א לויער, קלאזינגס, לעגאלע דאקומענטן. וכו' גיי צו עני קלאזינג און כאפ א בליק וויפיל דער מארטגעדזש בראוקער מאכט און וויפיל דער אטוירני נעמט אהיים...

איך וואלט ווען אריינגקוקט אין דאקטעריי, חוץ פון די דזשאב סטעביליטי איז די געפיהל פון העלפן ראטעווען א צווייטן מוראדיג.
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

מעגליך.
דאקטעריי איז בא'טעמ'ט אבער מיט די צייט באארינג. א קרימענעל דיפענס לויער איז אייביג דא עקשאן און מ'דארף א גוטן פיסק מיט א פיינעם של ראש איך גליכן דאס זייער. (אפשר זענען די דאקומענטריס בעסער אראפ געשפילט ווי אין ריעל לייף??...)
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

געלעגער האט געשריבן:מעגליך.
דאקטעריי איז בא'טעמ'ט אבער מיט די צייט באארינג. א קרימענעל דיפענס לויער איז אייביג דא עקשאן און מ'דארף א גוטן פיסק מיט א פיינעם של ראש איך גליכן דאס זייער. (אפשר זענען די דאקומענטריס בעסער אראפ געשפילט ווי אין ריעל לייף??...)

ביזט גערעכט.

ס'איז א שאך שפיל
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”