פירן א סדר צום ערשטן מאל, עצות והדרכות

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

Surface
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 10:29 pm

פירן א סדר צום ערשטן מאל, עצות והדרכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Surface »

גרייט מיר זיך אי"ה דאס יאר צו פירן דעם סדר אליינס צום ערשטן מאל.

אויפ'ן געדאנק קומט מיר ארויף קערה, חרוסת, מרור, כוס של אלי', היסב בעט, זרוע, ועוד ועוד ועוד.
וואס מוז מען האבן/קויפן צום ערשטן יאר און וואס קען ווארטן אויף א יאר צוויי ארום?
איז דא ערגעץ דא וואו איך קען טרעפן עצות/טיפס פון חברים וואס ס'איז וויכטיג צו וויסן פאר אן ערשטן מאל סדר געפראוועכטץ, אדער א to do ליסט?
(סערטש אויף פסח/סדר ברענגט נישט קיין רעזולטאטן)
Prime Free Trial
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

צוגרייטן אייער,

אויך געדענקן צו בראטן זרוע ערב פסח, שוין דא צו קויפן געבראטענס,

דאס יאר דארף מען געדענקן צו מאכן די זאלץ וואסער ערב פסח, ערשטע טאג פסח איז שבת

קוק דיך פאר גוטע ניגונים פאר הלל וכו'

קוק זיך פאר אביסל סיפור יציאת מצרים, צו מקיים זיין והגדת

נעם ארויס א הגדה, לויף עס איבער, וועסטו זעהן וואס דו דארפסט אלץ האבן
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

זילבערווארג, קערה/כוס של אליהו וכו', זענען זייער שיינע זאכן. עס גיבט צו צום גלאנץ פון א שיינע סדר. אבער דאס איז ווייט פונעם עיקר.
אויב ביזטו נישט פארמעגליך, קענסטו עס רואיג איבערלאזן פאר אן אנדערע יאר (א פראקטישע עצה איז צו קויפן יעדעד יאר-צוויי נאך עפעס, אזוי האט מען מיט די יארן שיינע געצייג פאר פסח. אבער נאכאמאל, נאר אויב דו קענסט זיך עס ערלויבן)

ווייטער - די סימני הסדר, זרוע, ביצה, מרור..... אוודאי איז עס וויכטיג (בפרט היי יאר כשחל בשבת). מאך דיר א ליסטע. ס'איז נישט קיין שווערע מעשה דאס צו מסדר זיין בעוד מועד, און ווידער נישט אין דעם ליגט די הצלחה פון די סדר נאכט.

ועל של עתה באנו - די עיקר געשמאק און הצלחה פון א סדר נאכט - איז די טאטע וואס פירט די סדר. אויב איז ער רואיג, אויפגעלייגט, געשמאק, אביסל פארגעקוקט, ער איז גרייט צו רעדן מיט א ברייטקייט (אפילו אויב סתם א שבת סעודה איז ער נישט געוואוינט צו דערציילן און האלטן געשפאנט...), דאן וועלן די קינדער און די ב"ב בעז"ה גאר שטארק הנאה האבן, און מער נישט וועלן גיין צום א צווייטענס סדר.

אז דו פירסט די ערשטע מאל אליינס א סדר, דמיון איך אז דו האסט נאך אינגערע קינדער, נישט קיין גרויסע בחורים אדער גאר חתונה געהאטע קינדער. ממילא ווען מען רעדט פון זיין "פארגעקוקט", איז נישט די פשט זיך פארקוקן שיינע תורות און פירושים אויף די הגדה. נאר פשוט קענען די מעשה פון יציאת מצרים מיט אביסל ספייס. אראפלייגן די עבודת הפרך, די עשר מכות (אויב טויג מען איז איין מכה גענוג צו האלטן געשפאנט פאר א גאנצע סדר). די גרויסע נסים ביים ארויסגיין, אנשטאט אנטלויפן האט דער גרויסהאלטערישע פרעה גאר זיך געבעטן ביי משה רבינו צו גיין ווייל ער האט געציטערט. וואס עס האט זיך אפגעטוהן ווארטענדיג ביים ים סוף. די אריבערגיין די ים, ועוד עוד.

פסח ביינאכט איז די צייט ווען די טאטע קען בס"ד אריינבאקן אין די קינדער "אמונה". וואס אימער מען דערציילט איז דאס די הויפט נקודה, שהוא כל יכול, והוא לבדו עשה ועושה. והקב"ה מצילנו מידם, דער אייבירשטער איז אונזער טאטע און היט אונז אין יעדע דור.

פארשטייט זיך אז די הגדה אליין דארף מען דאך אויך זאגן. פארדעם איז וויכטיג אז די טאטע זאל קענען די טייטש פון די הגדה און פארשטיין וואס מען זאגט, און וואס איז די המשך פון איין שטיקל צום צווייטן. אזוי קען ער עס זאגן און אביסל מסביר אז די ארומיגע זאלן אויך פארשטיין און מיטהאלטן.

אין חדר/סקול לייגט מען אריין כוחות אז די קינדער זאלן קענען פרעגן די 4 קשיות. די אויפגאבע פון די טאטע איז, אז ווען מען קומט אן צו רחצה, זאלן די קינדער האבן א געשמאקע און פארשטענדליכע תירוץ אויף יעדע פון די קשיות וואס זיי האבן געפרעגט.

בכלל, קען/דארף מען רעדן איבער די הייליגקייט פון די נאכט, און הייליגקייט וחשיבות פון אידישע קינדער, די עם הנבחר וועם הקב"ה האט ארויסגעצויגן פון אלע שערי טומאה, ווייל ער האט געוואלט זיי זאלן בלייבן זיין הייליגע פאלק, וואס גייען מקבל זיין די תורה, היטן מצוות, זיך פירן ערליך וכו'. הקב"ה קומט אין יעדע אידישע שטוב הערן ווי מען דערציילט די סיפור יציאת מצרים. כאן הבן שואל - מ'קען זיך אלעס אויסבעטן. א צייט ווען מ'קען שפרינגן און זיך מקבל זיין צו פירן בעסער.

מ'קען שרייבן און שרייבן נאך און נאך געדאנקן - די עיקר נאכאמאל. די געדעקטע טיש גיבט גאר אסאך צו צום שטימונג. אבער די אויפגעלייגטקייט פון די ראש המשפחה. דאס איז די ריכטיגע רעסעפי פאר א ב'טעמ'טע סדר. שעמט אייך נישט - אויב האט איר קליינע קינדער, רעדט צו זיי זייער שפראך.

הצלחה וסייעתא דשמיא מרובה!!!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

עס וועדנט זיך באמת פאר וועלכער עלטער קינדער מען פירט א סדר,
פאר איינער ווער ס'האט עלטערע קינדער אדער בחורים, וואלט איך זייער מציע געווען אדורכצילערנען אין ספר זכרון שמואל פון הגאון רבי שמעלקא טויבנפעלד זצ"ל (אב"ד חרדים מאנסי), דרוש ב' לפסח, זייער שיין מבאר דעם גאנצן המשך ההגדה, נישט קיין חידושים און נישט קיין דרושים, נאר זייער סימפל בעיקר די נקודה והיסוד פון דעם סדר נאכט, אויף א גאר מוסבר'דיגן לשון, וואס מען קען זייער גוט פארשטיין צו געבן פאר קינדער און בחורים
אוועטאר
נער הייתי
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 5:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נער הייתי »

יהיה כן האט געשריבן:עס וועדנט זיך באמת פאר וועלכער עלטער קינדער מען פירט א סדר,

איר קענט עס אראפ ברענגן כדאי דער ציבור זאל הנאה האבן?
Surface
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 10:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Surface »

יישר כח אלע פאר'ן ענטפערן!
ביי מיר איז די מדובר פון גאנץ קליינע אבער פארשטייען שוין, אויף זייער שפראך עכ"פ.

ש'כח פארשלאפן פאר'ן צוצייכענען די מאמרים פון שץ, ס'איז א לאנגער מיט אסאך אינטערעסאנטע הערות והוספות פונעם ציבור. העמיר'עס דארפן דורכליינען מיט ישוב הדעת.
Prime Free Trial
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

נער הייתי האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:עס וועדנט זיך באמת פאר וועלכער עלטער קינדער מען פירט א סדר,
פאר איינער ווער ס'האט עלטערע קינדער אדער בחורים, וואלט איך זייער מציע געווען אדורכצילערנען אין ספר זכרון שמואל פון הגאון רבי שמעלקא טויבנפעלד זצ"ל (אב"ד חרדים מאנסי), דרוש ב' לפסח, זייער שיין מבאר דעם גאנצן המשך ההגדה, נישט קיין חידושים און נישט קיין דרושים, נאר זייער סימפל בעיקר די נקודה והיסוד פון דעם סדר נאכט, אויף א גאר מוסבר'דיגן לשון, וואס מען קען זייער גוט פארשטיין צו געבן פאר קינדער און בחורים

איר קענט עס אראפ ברענגן כדאי דער ציבור זאל הנאה האבן?

לעשות נח"ר להבורא ית' שמו
אטעטשמענטס
444444444444444449p.pdf
(190.96 KiB) געווארן דאונלאודעד 352 מאל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ישר כחכם, הרב יהי' כן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אמצעי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 4:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמצעי »

ווען איך האב אנגעהויבען פירען אליין א סדר האב איך געמאכט נייע מנהגים - מער ווייניגער דע טאטעס נוסח - אבער סיפור יציאת מצרים האט גאר א אנדערע באדייט, איך ניץ דע הגדה של פסח אוצר המדרשים א ארבייט שאין דגמתו (ספעציעל ביי דע מכות) - אזש דע בני בית ברויך מיך דערמאנען איך זאל כאפען דע ערשטע כזית מצה פאר חצות
מיין טאטע פארציילט נישט דע מעשה - קינדער זאגן תורות (איך ווייס נישט פארוואס דע אלטע דור דערציילט נישט)
מיינע קינדער ווארטען ארויס אויפן סדר א גאנץ יאר
איידער די ענטפערסט גיב מיר די 1% טשאנס אז אפשר בין איך גערעכט
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

דא האר איר אביסל א בעסערע פון זכרון שמואל, כ'האב עס געמאכט נאך פאר כ'האב באמערקט פון יהיה, נו יהיה כן.
אטעטשמענטס
זכרון שמואל - ב טויבענפלד, שמואל ישכר דב עמוד 62.pdf
(250.19 KiB) געווארן דאונלאודעד 363 מאל
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
נער הייתי
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 5:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נער הייתי »

שכח יהי-נא
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

א היסב בעט און א כוס של אליהו איז זייער שיין אבער פארגעס נישט די וויכטיגסטע איז דעם והגדת לבנך
בילד
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

די סוקסעס פונעם סדר ווענדט זיך זייער אסאך אויב מען איז גיט אויסגערוהט, למען השם זעהט אז יעדער אין שטוב זאל זיך אראפלייגן ערב פסח. מקטנים אל הגדולים.
אז נישט מעגט איר האבן די בעסטע הגדה און די גרעסטע היסב בעט עס וועט אייך גארנישט העלפן
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

נאטורליך האט געשריבן:די סוקסעס פונעם סדר ווענדט זיך זייער אסאך אויב מען איז גיט אויסגערוהט, למען השם זעהט אז יעדער אין שטוב זאל זיך אראפלייגן ערב פסח. מקטנים אל הגדולים.
אז נישט מעגט איר האבן די בעסטע הגדה און די גרעסטע היסב בעט עס וועט אייך גארנישט העלפן

יא יא, ביודעי ובמכירי קאמינא
====
יישר כח יהיה-נא
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלך לחמך »

און אויב זעסטו אז עס גייט נישט ווי די ווילסט, טויש דירעקשאן אויפן פלאץ, ח"ו ווערן אנגעצויגן. די ווייב קיקט ארויף דערויף און אויב די בלייבסט רואיג אפילו ביי א דורך פאל, בלייבט די גאנצע שטוב רואיג.
ווען די גרעיפ זשאוס גיסט זיך אויס אויפן קליינעמס הגדה, זאג איך מיט אזא פרייליכע טאן, אה מען גייט זען און די הגדה אז משה'לע איז אויף געווען. און איך גיי שנעל מיט א נעפקין און וויש עס אויף מיט א שמייכעל.
ווען א קינד/בחור זאגט נישט מיט, באמערק איך נישט.
ווען דער קליינער ווערט הינגעריג באקימט ער מצה. דער עיקר איז צי האלטען די אטמאספער בשמחה, דעמאלט זענען אלע טויערען אויפן.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

מדארף אבער געדענקען אז אויב השי"ת פירט אז מקען זיך נישט אויסרוען נישט צו ווערן אהנגעצויגן צוליב דעם.
אין אזא צייט דארף מען צוגיין צום סדר מיט גאר ווייניג ערווארטונגען און וואס מטוט יא און עס געלונגט פריי זיך אז השי"ת האט דיר געגעבן די זכי' דערצו.
ויש בזה דברים עמוקים וארוכים ודו"ק.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

נודה לך האט געשריבן:מדארף אבער געדענקען אז אויב השי"ת פירט אז מקען זיך נישט אויסרוען נישט צו ווערן אהנגעצויגן צוליב דעם.
אין אזא צייט דארף מען צוגיין צום סדר מיט גאר ווייניג ערווארטונגען און וואס מטוט יא און עס געלונגט פריי זיך אז השי"ת האט דיר געגעבן די זכי' דערצו.
ויש בזה דברים עמוקים וארוכים ודו"ק.

און א וויכטיגע זאך צו געדענקן (מפי הרב קרישעווסקי) א סדר דארף נישט אויסקוקן אזוי ווי אין די קאלארינג בוקס, אלע קינדער זיצן שיין ארום מיט שיינע געמאכטע פיאות און קיינער רירט זיך נישט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לטב עביד »

וועלכע הגדה / ספר איז גוט צו פראווען א סדר פאר גאר קליינע קינדער?
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

איך גלייב איז דער אינגערמאן וואס האט געבעטן הדרכה האט נישט געמיינט וועלכע הגדה צו נוצן, ווי הויעך צו פליען אין הימל וכדומה. דארום האב איך זייער הנאה געהאט פון די טרעפליכע ווערטער וואס מען האט גענטפערט.

איך האב שוין נישט מעהר צוצוגעבן!

האלט זיך רואיג ווען די ווילסט זאגן תורות וואס די האסט דיך פארגעקוקט און די ווייב לאזט נישט צום ווארט זאגן. האלט און איין געבן קמאפלימענטען פאר די קינדער אבער בעיקר פאר די אשת חיל וואס האט אזוי שווער געארבייט צוצושטעלן א פסח אפילו ווען זי האט געקארצט טעפ מער ווי די האסט געלאזט.

און צו שלוס, מאך זיכער צו קויפן א מתנה פאר די אשת חיל פאר פסח כפי יכולתך. מאך זיך וויסענדיג. א נייע קלייד, צירונג אבער עפעס. הלכה מפורשת.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פר בן בקר »

איך האב גענוצט א ספר מטעמי השלחן עס איז מורא'דיג. ער צולייגט די מעשה פון יציאת מצרים עפ"י מקורות פון חז"ל אבער אער גיבט די פתח ווי ס'איז דא א מקום ממחיש צו זיין און מרחיב צו זיין, וויפיל צפרדע איז געווען? ווי אזוי די מצרייים זענען געווען אויסגעמאטערט נאך איין מכה און מ'איז קוים געוקמען צו זיך און דא קומט שוין די נעקסטע מכה, ער צולייגט די זאך הערליך (מיט מקורות). אפילו מיינע גרויסע בחורים האבן געהאט חידושים אין די סיפור.

נישט פארגעסן איז צדיקים האבן געטייטשט אז כל המרבה לספר ביציאת מצרים הרי זה משובח, ער אליין ווערט א בעסערע מענטש, נאך א געלונגענע סדר ווערט מען אליין נתחזק אין אמונה. און ממילא איז גרינגער א גאנץ יאר איינצובאקן אמונה און השגה פרטית.
Surface
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 10:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Surface »

בן נון האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=22392&start=50

ש'כח פאר'ן צוצייכענען
Prime Free Trial
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

פון מיין טאטע האב איך גענומען זייער א שיינע מנהג וואס איך האלט אן ביי מיר אויך די מערסטע וואס איז שייך

מיין טאטע איז געווען גאנץ א שטרענגע טאטע, אבער פסח ביים סדר האט ער זיך געפירט מיט די מהלך, אז "די סדר באלאנגט פאר די קינדער" ד.ה. ער האט זיך אראפגעלאזט צו די קינדער ממש ווי א חבר, מיט א קלוגע אופן האט ער נאכגעגעבן פאר די קינדער וואס זיי האבן געוואלט,

ווילסט נאך גרעיפ זשוס, דא האסטו, ווילסט נאך כרפס, מיט א ליבליכקייט געגעבן, ווער עס האט געוואלט האט געמעגט זיצן נעבן טאטי אויף די קאוטש - היסב בעט, אלעס מיט א געלאסנקייט, א דערהויבנקייט, זיך גארנישט גערעגט אויף די קינדער, געמאכט יעדן פילן אזא געשמאקע זיסע פילונג, ווי היינט איז נישט די צייט צו זיין שטרענג, היינט רעגט מען זיך נישט, מען באפעלט נישט, עס איז די קינדער'ס סדר.

יעדער איז געווען מורא'דיג צופרידן, און די סדר האט יעדע יאר געהאט עפעס א באזונדערע חן וואס די קינדער האבן קוים געקענט ווארטן אויף דעים

איך פרוביר דאס נאכצומאכן ביי מיין סדר בעזר השם
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

איך גרייט מיר בעזה"ש היי יאר צו פירן דעם ערשטן סדר ביי מיר אינדערהיים, עקספיריענס האב איך נאך נישט, אבער כ'מיין אז די פחד פון פירן אליין'ס א סדר איז די זעלבע ווי די פחד פון יום החופה, יעדער זאגט אז עס איז א גרויסע צייט, מ'קען זיך אויסבעטן פאר די גאנצע לעבן. נא?! וואס זאל איך טוהן טראכט מען ביי זיך. די זעלבע בשעת תקועת שופר מ'הער שוין בלאזן, נא?! וואס טוהט מען יעצט, כ'ווייס אז ס'איז א גרויסע צייט, אבער וואס דארף איך טוהן יעצט. די תירץ איז אז מדארף טראכטן אנדערש. ביים חופה דארף מען זיך פשוט פרייען אז מ'איז מקיים די ערשטע מצוה אין די תורה, איין מאל אין לעבן אה! ב"ה פאר דעם. די זעלבע איז ביי תקועת שופר, ב"ה כ'הער שופר נאכאמאל תקועה! שברים! תרועה! אה ב"ה ב"ה איך כאפ אריין נאך א מצוה,לע, און נאך א מצוה,לע. די זעלבע ביים סדר, מזיצט ביים טיש מ'עסט די כזיתים מצה, מרור, ד' כוסות, והגדת לבנך פשוט דם צפרדע, ס'איז דא נאר איין באשעפער, ער וויל און אונז, אשר בחר בנו. נישט קוקן אויפן זייגער, יא! דו מעגסט ענדיגן דעם סדר אויף 11:00, די סדר איז נישט קיין שרעקעדיגע זאך. כ'האף כ'האב עפעס געזאגט.
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”